רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

בקיצור א דיקטאטור איז אויפגעשטאנען און די גאנצע וועלט ברויזט און שוימט אבער קען גארנישט טון אויסער סטארשונקעס
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

מיאנמאר אפאזיציע פלאנירט רעגירונג

די אפאזיציע אין מיאנמאר האט געלאזט הערן אז זיי פלאנירן צו פארמירן א רעגירונג, וואס זאל שטיין אין קעגנזאץ צו די יעצטיגע מיליטערישע רעגירונג וואס האט איבערגענומען די מאכט דורך א פוטש.

די אפאזיציע וויל אויפשטעלן א א רעגירונג פון די צעשפליטערטע גרופעס אין לאנד, אריינגערעכנט די אנפירער פון די אנטי-פוטש אקטיוויסטן, מינאריטעט גרופעס אין לאנד, ווי אויך די ארויסגעווארפענע ערוויילטע פירערן 'אנטסאר סוטשי'.

די מיליטעריש-אנגעפירטע רעגירונג האט זיך אין די לעצטע טעג ארויסגעלאזט אין א ברוטאלע אטאקע קעגן ציווילע בירגער וואס פראטעסטירן, און זיי זענען אויסן צו אפשטעלן די פלענער פון אויפשטעלן א קעגנזייטיגע רעגירונג.

אין געוויסע געגנטער האט מען געזען באוואפנטע אפאזיציע קרעפטן, וואס שטעלט אין א שווערע דילעמע די מיליטערישע רעגירונג, וויבאלד די יעצטיגע מאכט זייערע איז בלויז די פויסט פון די מיליטער, און אויב די אפאזיציע באוואפנט זיך, איז א פראגע פון צייט ביז ס'ברעכט אויס א פולער ציווילער קריג.
פ"נ
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אין די לעצטיגע קרעקדאון וואס די כאנטע פירט דורך קעגן פרייע פרעסע האבן זיי שוין ארעסטירט עטליכע טוצן דזשורנאליסטן. היינט האט די ארטיגע מיליטער ארעסטירט דאני פעסטער אן אמעריקאנער דזשורנאליסט.

פענסטער איז ארעסטירט געווארן אין יאנגאן אינטערנאציאנאלער לופטפעלד תיכף פארן אויפשטייגן אויף א פליגער קיין קואלא לאמפאר.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אייגנארטיג האט געשריבן:בקיצור א דיקטאטור איז אויפגעשטאנען און די גאנצע וועלט ברויזט און שוימט אבער קען גארנישט טון אויסער סטארשונקעס

און עס צו מאכן נאכמער בקיצור

אזוי זעהט אויס ווען מלאזט נישט דעם ציווילן בירגער זיך באוואפענען

נישט בחינם איז וואפן רעכטן די ערשטע אויף די ליסטע פון דעם רוסישן אפאזיציע פירער אלעקסיי נעוואלני, בעפאר סיי וועלכע אנדערע אידעאלאגיעס
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:מאינמאר פרעזידענט יו ווין מינט און זיין פאמיליע זענען געווארן אוועקגעפירט פון זיין אפיציעלע רעזידענץ און געשיקט געווארן ערגעץ אנדערש.

מער דעטאלן זענען דערווייל אומקלאר.

אנצומערקן, דער עכטער -יעצט געוועזענער- פירער אין מאינמאר איז דער סטעיט קאנצלערין סאן סו טשי. ענליך צו א פרעמיער מיניסטער

מיאנמארס סטעיט קאנטראלירטער טעלעוויזיע ווייזט די אוועקגעפירטע פירערס יו ווין מינט און אנג סאן סו טשי געריכט הירינג. זייער "ספעציעלער געריכט" איז היינט פארגעקומען אין נעפידאו. מידיע איז נישט ערלויבט געווארן צו דער אומ'אפגעצייכנטער לאקאציע.
20210524_200810.jpg
20210524_200810.jpg (83.89 KiB) געזען 2285 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פירערין סאן סו טשי האט זיך היינט - צום ערשטן מאל - זינט די מאכט פארכאפונג געלאזט הערן. אין געריכט האט סאן סו טשי געלאזט הערן איר ערשטע פאבליק קאמענטארן מיט א שטייפער אומבויגזאמקייט.

זי האט קאמאנטירט אויף די פלענער פון די רעזשים צו אויפלעזן איר אלטע פארטיי די "נאציאנאלער ליגע פאר דעמאקראטיע" NLD: "די פארטיי וועט עקזיסטירן ווי לאנג די מענטשן פון מיאנמאר עקזיסטירן"
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די הומאניטארישע לאגע אין שטאט מאנדעט (אין טשין סטעיט) מיאנמאר איז שרעקליך. איבער די לעצטיגע וואך צוויי האבן בערך 50 טויזענט איינוואוינער געהויבן דאס טארבע מיט עטליכע רעפטלעך ברויט און אנטלאפן פון שטאט. געבליבן זענען א קארגע 1,000 נפשות. דער שטאט קוקט אויס ווי א שדים הויז.

דער רעזשים האט דערקלערט מארשעל לאו איבער מאנדעט עטליכע וואכן צוריק. עס איז געווען שלעגערייען צווישן ציווילע אין די מיליטער. די מיליטער האט זיך באנוצט מיט מיליטערישע ארטילעריע און גאר א סך באריכטן איבער די באניץ פון כעמישע וואפן.

פאריגער וואך האט די מיליטער אפגעשלאסן די וואסער פאר די איינוואוינער פון מאנדעט.

א גרויסע צאל איינוואוינער זענען אנטלאפן צו דערנעבנדיגע דזשונגלען ווי זיי לעבן אויף דאס ביסל עסן זיי האבן מיטגענומען.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

בייזע גייסטער הערשט איבערן שטאט.
20210524_202128.jpg
20210524_202128.jpg (152.38 KiB) געזען 2223 מאל
אטעטשמענטס
20210524_202126.jpg
20210524_202126.jpg (161.67 KiB) געזען 2223 מאל
20210524_202124.jpg
20210524_202124.jpg (124.69 KiB) געזען 2223 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

וויסט און פיסט
20210524_203605.jpg
20210524_203605.jpg (29.17 KiB) געזען 2222 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די הומאניטארישער לאגע איז ביטער
20210524_203229.jpg
20210524_203229.jpg (72.74 KiB) געזען 2230 מאל
אטעטשמענטס
20210524_203627.jpg
20210524_203627.jpg (39.73 KiB) געזען 2230 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

איך וויל נישט דא פארדרייען צו שמועסערייען אבער די בליט קומט מיר ארויף איבער סאנדערס, קארטעז און די אנדערע מכשיפות ויפי נפש. עטס האטס א פראבלעם מיט עזה? עטס ווייסטס וואס קומט פאר אין מיאנמאר? און אין צענדליגער אנדערע לענדער איבער די וועלט. קיין פיפס הערט מען נישט פון ענק.


שוין יוצא געווען די בויך שמערצן אויך.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

איבערלאזענדיג זייער היימשטאט אונטער זיך אויף די עלטער צו ראטעווען זייער לעבן.

20210524_203123.jpg
20210524_203123.jpg (82.04 KiB) געזען 2207 מאל
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

נקדימון האט געשריבן:איך וויל נישט דא פארדרייען צו שמועסערייען אבער די בליט קומט מיר ארויף איבער סאנדערס, קארטעז און די אנדערע מכשיפות ויפי נפש. עטס האטס א פראבלעם מיט עזה? עטס ווייסטס וואס קומט פאר אין מיאנמאר? און אין צענדליגער אנדערע לענדער איבער די וועלט. קיין פיפס הערט מען נישט פון ענק.


שוין יוצא געווען די בויך שמערצן אויך.

אזאנס דארף מען פארצייכענען

צום ערשטן מאל @נקדימון שרייבט אן אפיניען און נאך אין די נייעס פארום

---

עגרי הונדערט פראצענט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

טויזנטער מענטשן מושטירן זיך אין די מיאנמאר דזשונגלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (162.47 KiB) געזען 2146 מאל

אין די לעצטע חדשים האט מען געהערט פון די גרויסע פראטעסטן וואס זענען פארגעקומען אין מיאנמאר, דערנאך וואס די ארטיגע מיליטער האט אראפגעווארפן די דעמאקראטיש-ערוויילטע רעגירונג.

אבער אין די לעצטע שטיק צייט האבן זיך טויזנטער פראטעסטירער אריבערגערוקט פון די גאסן אין די גרויסע שטעט, און אריבער אין די געדעכטע דזשונגלען, וואס נעמען ארום מיאנמאר. דארט אין די וועלדער מושטירן זיי זיך וויאזוי צו נוצן וואפן, ווי אויך מלחמה-סטראטעגיעס.

דאס שטעלט אריין מיאנמאר אין א פרישע סכנה פון אריינפאלן אין א גענצליכע בירגער-קריג, ווי די מיליטער און די רעגירונג שיסן איינער אויפן צווייטן, און די ציווילע בירגער ווערן אריינגעשלעפט אין די מלחמה איינער קעגן די צווייטע.

היינט האט די אראפגעווארפענע פירערן געמאכט איר ערשטע ערשיינונג אין געריכט, וואס די ארטיגע מיליטערישע רעגירונג פירט אן קעגן איר.


JP פ"נ
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נקדימון האט געשריבן:איך וויל נישט דא פארדרייען צו שמועסערייען אבער די בליט קומט מיר ארויף איבער סאנדערס, קארטעז און די אנדערע מכשיפות ויפי נפש. עטס האטס א פראבלעם מיט עזה? עטס ווייסטס וואס קומט פאר אין מיאנמאר? און אין צענדליגער אנדערע לענדער איבער די וועלט. קיין פיפס הערט מען נישט פון ענק.


שוין יוצא געווען די בויך שמערצן אויך.

איך שפיר דאס זעלבע.

בעצם איז די טענה איז אויף אלע פאליטישאנס. נאר אויף זיי איז עס פילפאכיג מער, וויבאלד זיי שטעלן זיך כלומר'שט ארויס קעגן באקריוודעטע פעלקער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

געוויס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נקדימון האט געשריבן:בייזע גייסטער הערשט איבערן שטאט.
20210524_202128.jpg

דו זעסט דא בייזע גייסטער?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
זאנווידיענס
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:58 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנווידיענס »

פעיק ניוז האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:בייזע גייסטער הערשט איבערן שטאט.
20210524_202128.jpg

דו זעסט דא בייזע גייסטער?

דאס לעצטע מאל וואס די האסט זיי געזען האבען זיי אויסגעקוקט אנדערש?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וועגן דעם פרעג איך. ווייל זיי ענדלען גאר שטארק אין יענע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

יישר כח נקדימון פאר די באריכטן אין בילדער
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

פארשטיי איך נישט פארוואס די מיליטער דארף מאכן געריכטן און האלטן א "צום טויט פאראורטיילטע" ליסטע אויף ביז חדשים ארום.

האבן זיי דען א פראבלעם אויסצושיסן די אלע שישקעס, אינאיינעם מיט די געוועזענע פירערין, און פטור ווערן פון זיי אלע אין איין טאג? זיי זענען דאך סייווי רוצחים, אפגעפרעגט ביי יעדן, וואס האבן זיי דען צו פארלירן? באקומען זיי דען א בעסער פנים אז מען שטעלט אן אזא כמו געריכט צירקוס? נאכדערצו וואס די געוועזענע פירערין באקומט דורך דעם די געלעגנהייט זיך צו לאזן הערן?

וואסי פשט?
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

די מיליטער אין מיאנמאר האט פארברענט א גאנצע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

די מיליטער אין מיאנמאר האט פארברענט א גאנצע שטעטל
JP

דער מיליטערישע רעזשים אין מיאנמאר, האט אין די לעצטע טעג אונטערגצינדן א שטעטל, וואו ס'האלטן זיך אויף מענטשן וואס זענען קעגן די פוטש רעגירונג, און ווילן אז דער ארויסגעווארפענער פירער זאל צוריקגעברענגט ווערן צו זיין אמט.

דאס שטעטל מיט קרוב צו 250 הייזער, האט אפגעברענט ביז צו דער ערד, איבערלאזנדיג בלויז צען הייזער שטיין. צו מזל איז נישט געווען קיינע מענטשליכע פארלוסטן, דערנאך וואס רוב פון די איינוואוינער זענען אנטלאפן פון דארט, ווען זיי האבן געהערט אז די מליטער קומט צו גיין אין זייער ריכוטונג.

בילדער וואס קומען ארויס פון דארט איז ווייטאגליך, און צייגט וויאזוי רעשטליך פון הייזער ברענען נאך, און טויטע באשעפענישן ליגן אויסגעלייגט אויף דער ערד.

unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (51.04 KiB) געזען 1719 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

סטעיט קאנטראלירטער מידיע באשטעטיגט אז א דעלעגאציע געפירט ביי מין האנג האלאנג (גענעראל וואס האט פארכאפט די מאכט אין מיאנמאר) זענען געפלויגן היינט קיין מאסקווע רוסלאנד פאר א זיצונג איבער אינטערנאציאנאלע זיכערהייט.
20210620_100115.jpg
20210620_100115.jpg (26.12 KiB) געזען 1539 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

מיאנמאר: די מיליטערישע כוחות האבן באפרייט 6 דזשורנאליסטן פון טורמע.

נאך בערך 2296 ארעסטאנטן זענען אויך באפרייט געווארן
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

טויזנטער אייוועלט ליינער האבן זיך נאכנישט משתתף געווען. האסט הנאה געהאט? איר ווילט ביישטייערן?

דא איז א לינק
https://www.charidy.com/cmp/ivelt/N
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”