רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש מארטש 20, 2021 10:42 pm

ווערעצקי האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:דאס גייט ווערן א פייט צווישן כינע און אמעריקא?

וואו קומט אמעריקא אריין דארטן?

עס איז דא א שיטה אין אמעריקע אז די פארגעשריטענע וועלט, ובראשם אמעריקע, האבן א פליכט צו באקעמפן מענטשן רעכט פארלעצונגען איבער די וועלט.

אויך איז טאקע דא די אמעריקע פוירסט שיטה, וואס איז לעצטענס געווארן היפש פאפעלער אויף ביידע זייטן פון די אייל, אז קוק אין דיין אייגענעם טעלער. (פארדעם ווערט פרוי קלינטאן געהאסט דורך אסאך ארכי לינקע.)

דאס איז אויך געווען מער ווייניגער די מיינונג פון רוב פאלק פאר 80 יאר צוריק, די תוצאה פון דעם איז ברייט באקאנט.

---------

נקדימון האט געשריבן:די הויז האט פריער אין טאג באשטעטיגט א רעזאלוציע צו פארדאמען די פוטש אין מיאנמאר. עס איז אריבער 398 צו 14 ווען איינער האט געשטימט פרעזענט. אלע פערצן מעמבערס וואס האבן געשטימט דערקעגן זענען רעפאבליקאנער. צווישן זיי פרוי גרין און פרוי באבערט.

דאס איז די לעצטע הויז וואוט ביז זיי קומען צוריק אפריל 13.

@פעיק, דאס איז די פרוי גרין וואס מען האט געברענגט קיין בארא פארק, איינס פון 14 צו "שטימען קעגן א רעזאלוציע קעגן די כונטא פירער", נישט קעגן עקטשועל אקציעס, נאר פשוט קעגן א פארדאמונג!
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך עציץ נקוב » מוצ"ש מארטש 20, 2021 11:01 pm

צל עובר האט געשריבן:עס איז דא א שיטה אין אמעריקע אז די פארגעשריטענע וועלט, ובראשם אמעריקע, האבן א פליכט צו באקעמפן מענטשן רעכט פארלעצונגען איבער די וועלט.

אויך איז טאקע דא די אמעריקע פוירסט שיטה, וואס איז לעצטענס געווארן היפש פאפעלער אויף ביידע זייטן פון די אייל, אז קוק אין דיין אייגענעם טעלער. (פארדעם ווערט פרוי קלינטאן געהאסט דורך אסאך ארכי לינקע.)

דאס איז אויך געווען מער ווייניגער די מיינונג פון רוב פאלק פאר 80 יאר צוריק, די תוצאה פון דעם איז ברייט באקאנט.

די עכטע אמת צו אמעריקע דארף זיין די פאליס איז אז עס ווענד זיך ווען און וואו און וויפיל

דאס איז די פראבלעם אין אמעריקע בעיקר ביי די דעמאקראטן אז אלעס איז געווארען א שיטה און מען גייט מיט דעם קאפ אין וואנט אפילו אויף פעלער ווען עס מאכט נישט קיין סענס און טויג נישט אדער פעלט נישט אויס
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש מארטש 20, 2021 11:13 pm

דאס מיינט אז דו ביסט אויף די זייט פון יא פאליציי, אבער מיט א מאס.

קיינער האלט נישט אז עס דארף זיין אן א מאס, קיינער - וואס איך ווייס פון - האלט נישט אז מען זאל דערקלערן א הייסע קריג אויף כינע וועגן זייערע מענטשן רעכט פארלעצונגען.

קיין השגה ווי אזוי דעמאקראטן קומען דא אריין.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך Programming » זונטאג מארטש 21, 2021 12:16 am

צל, די אמעריקע פירסט שיטה פון די לינקע זייט פון די אייל איז נישט די זעלבע ווי פון די רעכטע זייט. עס איז קעגן אונטערנעמען מיליטערישע אקציעס אן אריינרעכענען די חורבנות, פיזישע און פינאנציעלע, וואס קומען ארויס דערפון. ווי אויך איז עס קעגן אונטערנעמען מלחמות צו פארשפרייטן קאפיטאליזם, פאר פריוואטע נקמות, און הויפטזעכטליך באזירט אויף ליגנט און מאניפולאציעס. עס איז קעגן פארהערליכן מיליטערישע מאכט און חורבן. הילערי קלינטאן ווי איר פארגייער און מענטאר הענרי קיסינזשער זענען פארפיינטעט צוליב די סארט זאכן, נישט פאר זייער הומעניטערישע הילף צו געפלאגטע געזעלשאפטן אין א צייט פון נויט און אונטערדרוקונג.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 21, 2021 12:28 am

יש ויש
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אפריל 04, 2021 11:01 pm

יו.ען. פארשטייער צו מאינמאר ווארענט אז די ארטידע צושטאנד איז א "בעפארשטייענדע בלוט-באד".

ארטיגע מיליטער האבן נעכטן אומגעברענגט העכער 100 מענטשן וואס האבן זיך באטייליגט ביי א באגרעבעניש צערמאניע פאר פריערדיגע אומגעקומענע.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 27555
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אפריל 06, 2021 4:38 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:יו.ען. פארשטייער צו מאינמאר ווארענט אז די ארטידע צושטאנד איז א "בעפארשטייענדע בלוט-באד".

ארטיגע מיליטער האבן נעכטן אומגעברענגט העכער 100 מענטשן וואס האבן זיך באטייליגט ביי א באגרעבעניש צערמאניע פאר פריערדיגע אומגעקומענע.

וואס איז געווארן מיט די וואס האבן זיך באטייליגט אין די הונדערט טויטע באגרעבעניש צערעמאניעס?
א געוואלדיגע מהלך פון מאסן מארד ה"י.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 11:19 pm

דער געוועזענער אמבאסדאר פון מאינמאר קיין ענגלאנד -קיאו זשווא מין- פארציילט אז ער איז געווארן ארויסגעשפארט פון די אמבאסאדאר געביידע נאך וואס מיליטערישע געהילפן -געטריי צו די מיליטערישע פוטש אנפירער אינדערהיים- האבן איבערגענומען קאנטראל פון די געביידע.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 11:28 pm

אריבער 2800 מענטשן פארהאלטן ביי די מיליטער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 11:30 pm

אקטיאר פיין טאקהאן איז געוואראן היינט אוועקגעפירט דורך די מיליטער. טאקהאן האט מיליאנער נאכפאלגער אין איז שטארק פאפולער אין די אזיאנער לענדער. זיין ארעסט האט ארויסגערופן א שטורעם
20210408_232658.jpg
20210408_232658.jpg (29.79 KiB) געזעהן 1302 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 11:41 pm

אין באגא סיטי האט די מיליטער געשאסן היינט פון די פריע פארטאגס שטונדן. די מיליטער האט זיך באניצט מיט שווערע וואפנס אין באוואוינטע געגנטער. 5 טויטע און עטליכע צענדליג פארוואונדעטע.
20210408_233443.jpg
20210408_233443.jpg (39.35 KiB) געזעהן 1284 מאל

20210408_233447.jpg
20210408_233447.jpg (50.94 KiB) געזעהן 1284 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 11:54 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דער געוועזענער אמבאסדאר פון מאינמאר קיין ענגלאנד -קיאו זשווא מין- פארציילט אז ער איז געווארן ארויסגעשפארט פון די אמבאסאדאר געביידע נאך וואס מיליטערישע געהילפן -געטריי צו די מיליטערישע פוטש אנפירער אינדערהיים- האבן איבערגענומען קאנטראל פון די געביידע.

מין אינדרויסן פון די מיאנמאר אמבאסאדע נאכן זיין אויסגעשפארט.
20210408_235325.jpg
20210408_235325.jpg (376.83 KiB) געזעהן 1268 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג אפריל 09, 2021 12:16 am

די UK זאגט אז זיי זענען פארמאל געווארן נאטיפיצירט ביי מיאנמאר אויטאריטעטן אז די פאזיציע פון זייער ביז איצטיגער אמבאסאדאר קיוא זוואר מין איז געווארן אפגעשאפן.

ווארטזאגער פאר די FCDO (דאס איז א UK גאווערמענט אפטיילונג וואס פארטרעט ענגלאנד'ס אינטערעסן ארום די וועלט) האט ארויסגעהויבן א טוויט פון דאמיניק ראב, דער בריטישער סעקרעטערי און סטעיט וואס געבט ערע און כבוד פאר דער געווארפענער מיאנמאר אמבאסאדאר, אבער זאגט אז די FCDO מוז אננעמען די החלטה פון די ארטיגע רעגירונג וואס האט באשלאסן אים ארויסצושטעלן.

"די UK האט א לאנגער היסטאריע פון איינערקענען שטאטן נישט גאווערמענטס. אונז האמיר קלאר געשטעלט פאר די ארטיגע אויטאריטעטן אז אונז מוז מיר באקומען א פארמאלער נאטיפיקאציע אויף זיין אפזאגן. עס מוז קומען דורך די פאסיגע דיפלאמאטישע טשענעלס"

"אונז האמיר עס באקומען במילא מוזן מיר אננעמען די דעסיזשען ביי די ארטיגע (רוצחים) רעגירונג".

---
צודרייטע ענגלישע פערדן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אפריל 09, 2021 12:11 pm

נקדימון האט געשריבן:צודרייטע ענגלישע פערדן.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אפריל 09, 2021 12:11 pm

זיי דארפן ווען פארשפארן די אמבאסאדע
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

יקר מציאות
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך יקר מציאות » פרייטאג אפריל 09, 2021 12:17 pm

נקדימון האט געשריבן:די UK זאגט אז זיי זענען פארמאל געווארן נאטיפיצירט ביי מיאנמאר אויטאריטעטן אז די פאזיציע פון זייער ביז איצטיגער אמבאסאדאר קיוא זוואר מין איז געווארן אפגעשאפן.

ווארטזאגער פאר די FCDO (דאס איז א UK גאווערמענט אפטיילונג וואס פארטרעט ענגלאנד'ס אינטערעסן ארום די וועלט) האט ארויסגעהויבן א טוויט פון דאמיניק ראב, דער בריטישער סעקרעטערי און סטעיט וואס געבט ערע און כבוד פאר דער געווארפענער מיאנמאר אמבאסאדאר, אבער זאגט אז די FCDO מוז אננעמען די החלטה פון די ארטיגע רעגירונג וואס האט באשלאסן אים ארויסצושטעלן.

"די UK האט א לאנגער היסטאריע פון איינערקענען שטאטן נישט גאווערמענטס. אונז האמיר קלאר געשטעלט פאר די ארטיגע אויטאריטעטן אז אונז מוז מיר באקומען א פארמאלער נאטיפיקאציע אויף זיין אפזאגן. עס מוז קומען דורך די פאסיגע דיפלאמאטישע טשענעלס"

"אונז האמיר עס באקומען במילא מוזן מיר אננעמען די דעסיזשען ביי די ארטיגע (רוצחים) רעגירונג".

---
צודרייטע ענגלישע פערדן.


מיינט עס אז די ענגלישע גאווערמענט אנקערנט אפיצעיל אז די מיליטריזם איז אין קאנטראל? און אז די מיליטער האט רעדט מיט אלעס וואס זיי טוען?

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג אפריל 09, 2021 2:30 pm

מיאנמאר סטעיט קאנטראלירטע טעלעוויזיע מעלדט אז 19 בירגער זענען געווארן פאראורטיילט צום טויט פאר אומברענגען א געהילף צו אן ארמיי גענעראל.

דאס זענען די ערשטע טויט אורטיילן דורכגעפירט זינט די אנהייב פונעם פוטש.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג אפריל 09, 2021 2:34 pm

נקדימון האט געשריבן:אין באגא סיטי האט די מיליטער געשאסן היינט פון די פריע פארטאגס שטונדן. די מיליטער האט זיך באניצט מיט שווערע וואפנס אין באוואוינטע געגנטער. 5 טויטע און עטליכע צענדליג פארוואונדעטע.

לויט קוועלער זענען אזויפיל ווי 60 בירגער אומגעקומען אין באגא סיטי דורכאויס א בלוטיגער קרעקדאון פרייטאג דורך די מיליטערישע כוחות.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אפריל 09, 2021 2:59 pm

נארישע רעגירונג, באלד גייען זיי אפי' נישט האבן אויף וועמען צו זיין אין קאנטראל...

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך יש לו מנה » פרייטאג אפריל 09, 2021 6:10 pm

איז שוין דא עפעס צייכענעס פון א אויפשטאנד??
א קבלה’לע לזכות @מחר אני בא לכבוד שבועות.

קומטס אריין ווארעם מיט הארץ און געפיל.

viewtopic.php?f=3&t=46885&start=100#p2775539

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אפריל 10, 2021 9:26 pm

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:אין באגא סיטי האט די מיליטער געשאסן היינט פון די פריע פארטאגס שטונדן. די מיליטער האט זיך באניצט מיט שווערע וואפנס אין באוואוינטע געגנטער. 5 טויטע און עטליכע צענדליג פארוואונדעטע.

לויט קוועלער זענען אזויפיל ווי 60 בירגער אומגעקומען אין באגא סיטי דורכאויס א בלוטיגער קרעקדאון פרייטאג דורך די מיליטערישע כוחות.

בארכיטן גיבן אן איבער אמווייניגסטענס 82 אומגעקומענע דורכאויס די קרעקדאון פרייטאג.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אפריל 10, 2021 9:28 pm

נקדימון האט געשריבן:די UK זאגט אז זיי זענען פארמאל געווארן נאטיפיצירט ביי מיאנמאר אויטאריטעטן אז די פאזיציע פון זייער ביז איצטיגער אמבאסאדאר קיוא זוואר מין איז געווארן אפגעשאפן.

ווארטזאגער פאר די FCDO (דאס איז א UK גאווערמענט אפטיילונג וואס פארטרעט ענגלאנד'ס אינטערעסן ארום די וועלט) האט ארויסגעהויבן א טוויט פון דאמיניק ראב, דער בריטישער סעקרעטערי און סטעיט וואס געבט ערע און כבוד פאר דער געווארפענער מיאנמאר אמבאסאדאר, אבער זאגט אז די FCDO מוז אננעמען די החלטה פון די ארטיגע רעגירונג וואס האט באשלאסן אים ארויסצושטעלן.

"די UK האט א לאנגער היסטאריע פון איינערקענען שטאטן נישט גאווערמענטס. אונז האמיר קלאר געשטעלט פאר די ארטיגע אויטאריטעטן אז אונז מוז מיר באקומען א פארמאלער נאטיפיקאציע אויף זיין אפזאגן. עס מוז קומען דורך די פאסיגע דיפלאמאטישע טשענעלס"

"אונז האמיר עס באקומען במילא מוזן מיר אננעמען די דעסיזשען ביי די ארטיגע (רוצחים) רעגירונג".

---
צודרייטע ענגלישע פערדן.

בריטישע אויסערן מיניסטעריום פארדאמט די אקט פון די מאינמאר מיליטער פארן נישט אריינלאזן זייער אמבאסאדאר אין די געביידע.

אין ליכט פון די ווילדע אויפפירונג ווערט קיוא ערלויבט צו בלייבן -צייטווייליג- אין ענגלאנד ביז ווילאנג ער באשליסט זיינע ווייטערדיגע פלענער.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:09 pm

701 מענטשן זענען באשטעטיגט צו ווערן געהארגעט ביי די מיליטערישע קרעפטן ביז אפריל 10.

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

יו.ען. זוכט פרידליכע שליכטונג צו די מיאנמאר סומאטוכע

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 5:28 pm

א יו.ען. איינגעשטעלטער איז אנגעקומען קיין טיילאנד, וואו ער גייט אפהאלטן זיצונגען מיט באאמטע, צו זען וויאזוי מ'קען ברענגען אן ענדע צו די שרעקליכע בלוט-באד אין מיאנמאר.

דער שליח פון די יו.ען. צו מיאנמאר האט צוערשט פארלאנגט אריינצוגיין קיין מיאנמאר, אבער די ארטיגע רעגירונג האט עס אפגעווארפן.

די לעצטע טעג האבן רעגירונג קרעפטן זיך ארויסגעלאזט אין בלוטיגע אבלאוועס אויף פרא דעמאקראטישע פראטעסטירער און זייערע פירער.
JP
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעגירונג אין מיאנמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אפריל 13, 2021 11:15 am

תנא-קמא האט געשריבן:פּרעזידענט ביידען און דער רעפּובליקאנער סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל זענען נישט אויפ'ן זעלבן קנעפּל ביי כמעט יעדע אישו, אבער ווען עס קומט צו מיאנמאר, וואו דאס מיליטער האט דורכגעפירט א פּוטש און צוריקגעכאפּט די מאכט פון דער דעמאקראטישער רעגירונג, זענען זיי יא איינשטימיג.

מעקאנעל קעמפט שוין דרייסיג יאר פאר דעמאקראטיע אין מיאנמאר, און ער האט לעצטנס אויסגעלויבט ביידען פאר'ן גוט באהאנדלען די סיטואציע, און ביידען'ס נעשאנעל סעקיוריטי ראטגעבער דזשעיק סאליוואן האט לעצטנס אויך געזאגט אז מעקאנעל שפּילט א וויכטיגע ראלע איבער דעמאקראטיע אין מיאנמאר.
DYD


איינער ווייסט פון וועלכער באהאנדלונג צו קעמפן פאר דעמאקראטיע אין מיאנמאר זיי רעדן דא?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט