מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » פרייטאג אפריל 09, 2021 11:08 am

שארף
צוגעלייגטע
IMG_20210409_110540_746.jpg
IMG_20210409_110540_746.jpg (112.27 KiB) געזעהן 2250 מאל

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:25 pm

קוקט אויס ווי ס'איז בס"ד דא גוטע נייעס
צוגעלייגטע
photo_2021-04-10_22-23-44.jpg
photo_2021-04-10_22-23-44.jpg (67.85 KiB) געזעהן 2120 מאל

מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:33 am

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך מצליח » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:30 pm

ברעיקינג: נאכפאלגנדיג וואכן פון געשפרעכן און שפעקולאציעס איבער די ערלויבטע צאל באטייליגטע אין מירון אויף ל"ג בעומר האט די געזונטהייט מיניסטעריום אין ארץ ישראל געמאלדן אז וועלן זיך קענען באטייליגן די זעלבע צאל מענטשן ווי געווענליכע יארן בעפאר קאראנע, אן קיין שום צוימונגען.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך ווערעצקי » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:33 pm

די שאלה איז אבער צו חו"ל'דיגע וועלן אויך קענען קומען?
אסדר: ווילאנג ביידן איז פרעזידענט וועט זיין וואס צו שרייבן, און ווילאנג ער טיילט סטימיולעס און אנעמפלוימענט וועל איך האבן צייט...

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re:

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:34 pm

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:קוקט אויס ווי ס'איז בס"ד דא גוטע נייעס

מאנכע געבן אן אז ס'איז גארנישט אזוי פשוט און נאר וויבאלד דער דרעי פארמאגט אסאך פוטער אויפ'ן קאפ פראבירט ער צו מאכן א רושם כאילו ער האט עס שוין מסדר געווען און דערווייל איז נאך דער דיון בכלל נישט געשלאסן

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:35 pm

.
צוגעלייגטע
א.PNG
א.PNG (39.94 KiB) געזעהן 2072 מאל

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך כא כא כא » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:36 pm

פון ווען איז דער בילד? נישט קיין קאפטענעס נישט קיין ווייסע און גרינע העמעדער נאר חסידישע עולם?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:49 pm

כא כא כא האט געשריבן:פון ווען איז דער בילד? נישט קיין קאפטענעס נישט קיין ווייסע און גרינע העמעדער נאר חסידישע עולם?

מ'זעהט יא אסאך קאפטענעס (די וואכעדיגע קאפטענס זענען טונקל און ס'שווער אנציזעהן אין דעם בילד)

דאס איז ביי תולדות אהרן הדלקה אין מירון

בעל מדרגה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך בעל מדרגה » זונטאג אפריל 11, 2021 1:26 am

צו ווייסט איינער צו מען וועט קענען אריינפארן אין ארץ ישראל אויף לג בעומר? צו וועט מען דארפן האבן די וואקסין? אוי יא, צו איז דזשאנסן גוט?

זיס ווי האניג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:28 am

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך זיס ווי האניג » זונטאג אפריל 11, 2021 1:47 am

דערווייל קען קיין אויסלענדישע נישט פארן אפילו מען האט גענומען די וואקיסין

Shadchen tov
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 05, 2021 8:23 pm

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך Shadchen tov » זונטאג אפריל 11, 2021 1:56 am

געהערט האב איך אז יא אבער אן אנטי באדיס דארף מען זיין אינזאלירט
זיי בעטן אבער א פערמיט פון $500 ווערט (רשעים)
איך וויל אבער נישט צאלן יעצט אזויפיל געלט ווען עס האלט זיך אין איין טוישן

מי שברך
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך מי שברך » זונטאג אפריל 11, 2021 2:13 am

Shadchen tov האט געשריבן:געהערט האב איך אז יא אבער אן אנטי באדיס דארף מען זיין אינזאלירט
זיי בעטן אבער א פערמיט פון $500 ווערט (רשעים)
איך וויל אבער נישט צאלן יעצט אזויפיל געלט ווען עס האלט זיך אין איין טוישן

ווי קען מען מאכן די פערמיט?

בעל מדרגה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך בעל מדרגה » זונטאג אפריל 11, 2021 2:23 am

מי שברך האט געשריבן:
Shadchen tov האט געשריבן:געהערט האב איך אז יא אבער אן אנטי באדיס דארף מען זיין אינזאלירט
זיי בעטן אבער א פערמיט פון $500 ווערט (רשעים)
איך וויל אבער נישט צאלן יעצט אזויפיל געלט ווען עס האלט זיך אין איין טוישן

ווי קען מען מאכן די פערמיט?


גא"מ

דבר החרדים מירושלים
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » זונטאג אפריל 11, 2021 5:34 am

יעדער וואס קומט זאל בודק זיין פארדעם צו ער האט אנטי באדיס, דערנאך קען ער ביז א טאג ארויס גיין פון איזולירונג (מעגליך נאך שנעלער),
אפילו פאר איינער וואס האט נישט אנטי באדיס, קען מען דאס אויך מסדר זיין

דבר החרדים מירושלים
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » זונטאג אפריל 11, 2021 5:42 am

קען מען דא זעהן אלע תקנות אין די נושא פון פערמיטס

https://www.gov.il/en/departments/news/ ... s_14062020

פאר געוויסע מאכט אויס צו זיי האבן א וואקסין אדער רעקאווערי פון קאראנע צו קענען אריינקומען גרינגער

דבר החרדים מירושלים
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » זונטאג אפריל 11, 2021 5:48 am

און אגב לגבי ל"ג בעומר גופא אין מירון

מקען נאך נישט פאראויס זאגן וואס גייט זיין, (תקנות קענען זיי מאכן א טאג בעפאר)

קענענ'דיג די נפשות הפועלות שאץ איך פאר (און קיינער זאל מיר נישט האלטן פאראנטווארטליך דערוועגן) אז מגייט גוט אנשרעקן דעם עולם אז ס'גייט זיין פראבלעמען און מ'גייט לאזן נאר א באגרעניצטע צאל מענטשן, אלעס אפצושרעקן מענטשן פון וועלן קומען (לאו דווקא פוון חו"ל אפילו אין א"י)
און בעצם ל"ג בעומר אויפן פלאץ וועט נישט זיין קיין שום אמת'ע הגבלות, הגם מוועט אפשר משוגע מאכן דעם עולם

איינברעכן פאראיר
צוגעלייגטע
babb2a7e7d86765cdc98.jpg
babb2a7e7d86765cdc98.jpg (94.23 KiB) געזעהן 1411 מאל

Shadchen tov
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 05, 2021 8:23 pm

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך Shadchen tov » זונטאג אפריל 11, 2021 9:17 am

מי שברך האט געשריבן:
Shadchen tov האט געשריבן:געהערט האב איך אז יא אבער אן אנטי באדיס דארף מען זיין אינזאלירט
זיי בעטן אבער א פערמיט פון $500 ווערט (רשעים)
איך וויל אבער נישט צאלן יעצט אזויפיל געלט ווען עס האלט זיך אין איין טוישן

ווי קען מען מאכן די פערמיט?

0527149113
פון אמעריקע 011972527149113
איך האב אים געריפן זאגט ער די גאנצע געלט איז פאר די מדינה
עס מאכט מיר אבער אביסל צומישט ווייל מאך יעצט א פערמיט אין נאכדעם וועלן זיי עס סטאפען קומט אויס אז מיין $500 איג גארבעדז
קען מיר איינער דא ארויסהעלפן וואס איך זאל טוען?
איינער זאגט מיר נישט געדאגעט זיי וועלן זיכער נישט אוועקנעמען די פארלאנג פון א פערמיט פאר לג בעומר אויב עפעס נאר מאכן טייערער די פערמיט
וואס זאגן ענק?

Shadchen tov
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 05, 2021 8:23 pm

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך Shadchen tov » זונטאג אפריל 11, 2021 9:29 am

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:קען מען דא זעהן אלע תקנות אין די נושא פון פערמיטס

https://www.gov.il/en/departments/news/ ... s_14062020

פאר געוויסע מאכט אויס צו זיי האבן א וואקסין אדער רעקאווערי פון קאראנע צו קענען אריינקומען גרינגער

אידיש גערעדט (דאס איז נישט אזוי קלאר) סך הכל וואס קענסטו צולייגן צו מיינע ווערטער אויסלענדישע (אויב סאיז דא א חילוק פון ווי ביטע שרייבן) וואס דארפן זיי אלץ וויסן?
פערמיט האב איך געזאגט אין שוין געפרעגט
ווי אויך אנטי באדיס
וואס קען מען צולייגן?

הײמישער זײגער
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך הײמישער זײגער » זונטאג אפריל 11, 2021 11:50 am

ווי עס קוקט אויס איז דא א מציאות צו פארן מיט א פערמיט אלס סטודענט אדער צו א קרוב אדער אלס מתנדב וכו וכו. מיט א פ.ס.ר. טעסט.
די עיקר פראבלעם איז אז אפיציעל דארף מען גיין אין בידוד פאר 10-14 טעג, אפילו זיי אינפארסירן עס נישט לאזן זיי אבער נישט ארויס פון לאנד פאר מען האט געענדיגט די בידוד צייט, וואקסין פון דא, אנטי באדיס פון דא ווערט נישט אנגענומען , מען דארף ווערן א מעמבער אין קופת חולים און "אפשר אזוי" וועט מען קענען נעמען א אנטי באדי טעסט צו קענען ארויספארן ווייל זיי האבן אויך אויפגעהערט געבן אנטי באדי טעסט און געבן עס נאר אויב א קרוב האט קאראנא וכדומה.
אויך איינמאל מען איז דארט קען מען געבן א פארלאנג צום משרד הבריאות אהיימצופארן צו א חתונה, לויה און נאך זאכן וואס איך האב נישט די ליסטע יעצט.
דרך צליחה....

@דבר החרדים מירושלים, שטימט?

דבר החרדים מירושלים
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » זונטאג אפריל 11, 2021 12:04 pm

מי שברך האט געשריבן:
Shadchen tov האט געשריבן:געהערט האב איך אז יא אבער אן אנטי באדיס דארף מען זיין אינזאלירט
זיי בעטן אבער א פערמיט פון $500 ווערט (רשעים)
איך וויל אבער נישט צאלן יעצט אזויפיל געלט ווען עס האלט זיך אין איין טוישן

ווי קען מען מאכן די פערמיט?
לעצט פאראכטן דורך דבר החרדים מירושלים אום מאנטאג אפריל 12, 2021 11:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דבר החרדים מירושלים
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » זונטאג אפריל 11, 2021 12:13 pm

הײמישער זײגער האט געשריבן:ווי עס קוקט אויס איז דא א מציאות צו פארן מיט א פערמיט אלס סטודענט אדער צו א קרוב אדער אלס מתנדב וכו וכו. מיט א פ.ס.ר. טעסט.



איינער וואס האט גענומען א וואקסין אדער האט פעפיפערס אז ער האט געהאט קאראנע, (א פאזעטיוו און נעגעטיוו דערנאך) וועט ער און זיין גאנצע פאמיליע אויך באקומען א וויזע אויף צו באזוכן זיינע קרובי משפחה אין א"י, (א ישיבה בחור וואס לערנט דא, ברודער שוועסטער וכו' וכו' ) אן דארפן מאכן א וויזע סטודענט, אדער די אנדערע וועגן

די עיקר פראבלעם איז אז אפיציעל דארף מען גיין אין בידוד פאר 10-14 טעג, אפילו זיי אינפארסירן עס נישט לאזן זיי אבער נישט ארויס פון לאנד פאר מען האט געענדיגט די בידוד צייט, וואקסין פון דא, אנטי באדיס פון דא ווערט נישט אנגענומען , מען דארף ווערן א מעמבער אין קופת חולים און "אפשר אזוי" וועט מען קענען נעמען א אנטי באדי טעסט צו קענען ארויספארן ווייל זיי האבן אויך אויפגעהערט געבן אנטי באדי טעסט און געבן עס נאר אויב א קרוב האט קאראנא וכדומה.


לגבי אנטי באדיס, דארף מען נישט זיין קיין חבר קופת חולים, ס'איז דא גענוג פריוואטע מעדיקל סענטערס וואס מאכן די טעסט, און אויב איז מען פאזעטיוו גייט מען ביז א טאג ארויס פון איזולירונג, סאיז גוט צו מאכן די טעסט גלייך אין טאג וואס מ'קומט אן, סאיז דא צענטערס וואו מקען דאס מאכן ביז 10 ביינאכט,
נאך איז גוט זיכער צו מאכן אז מהאט עכט אנטי באדיס, און אז נישט ברויך מען דאס ערלעדיגן אויף אנדערע וועגן ואכמ"ל

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג אפריל 11, 2021 12:51 pm

שר הפנים דרעי לקול חי: "שוחחתי לפני שעה עם רה"מ, אחרי סיכום עם שר הבריאות והשר לבט"פ. ואני מפרסם לכם פעם ראשונה, ומתגבש שהעלייה למירון השנה תהיה כמו בכל שנה עם תחבורה ציבורית כרגיל. יהיו הדלקות כרגיל ואנחנו בונים מתווה שיאפשר כניסה מקסימלית גם למקומות סגורים"

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » זונטאג אפריל 11, 2021 2:19 pm

Shadchen tov האט געשריבן:
מי שברך האט געשריבן:
Shadchen tov האט געשריבן:געהערט האב איך אז יא אבער אן אנטי באדיס דארף מען זיין אינזאלירט
זיי בעטן אבער א פערמיט פון $500 ווערט (רשעים)
איך וויל אבער נישט צאלן יעצט אזויפיל געלט ווען עס האלט זיך אין איין טוישן

ווי קען מען מאכן די פערמיט?

0527149113
פון אמעריקע 011972527149113
איך האב אים געריפן זאגט ער די גאנצע געלט איז פאר די מדינה
עס מאכט מיר אבער אביסל צומישט ווייל מאך יעצט א פערמיט אין נאכדעם וועלן זיי עס סטאפען קומט אויס אז מיין $500 איג גארבעדז
קען מיר איינער דא ארויסהעלפן וואס איך זאל טוען?
איינער זאגט מיר נישט געדאגעט זיי וועלן זיכער נישט אוועקנעמען די פארלאנג פון א פערמיט פאר לג בעומר אויב עפעס נאר מאכן טייערער די פערמיט
וואס זאגן ענק?

ס'איז טאקע נישט ראטזאם מהאי טעמא שוין יעצט צו מאכן א פערמיט אדער בוקן טיקעסט, אויסער אויב דו ווילסט ווארפן געלט אין מיסט.
און טוויטער מעסעדזשעס מיינט נישט צופיל ביז ווילאנג עס קומט ארויס אפיציעלע מעלדונגען מטעם די מדינה

Shadchen tov
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 05, 2021 8:23 pm

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך Shadchen tov » זונטאג אפריל 11, 2021 2:41 pm

יא יא אבער שפעטער וועט אלעס זיין פיל אין סאך טייערער אין שווערער
נישט אזוי?
וואס האלסטי?

הײמישער זײגער
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: מירון ל"ג בעומר - תשפ"א

תגובהדורך הײמישער זײגער » זונטאג אפריל 11, 2021 3:44 pm

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:ווי עס קוקט אויס איז דא א מציאות צו פארן מיט א פערמיט אלס סטודענט אדער צו א קרוב אדער אלס מתנדב וכו וכו. מיט א פ.ס.ר. טעסט.



איינער וואס האט גענומען א וואקסין אדער האט פעפיפערס אז ער האט געהאט קאראנע, (א פאזעטיוו און נעגעטיוו דערנאך) וועט ער און זיין גאנצע פאמיליע אויך באקומען א וויזע אויף צו באזוכן זיינע קרובי משפחה אין א"י, (א ישיבה בחור וואס לערנט דא, ברודער שוועסטער וכו' וכו' ) אן דארפן מאכן א וויזע סטודענט, אדער די אנדערע וועגן


ייש"כ
די וויזע קען מען אליינס מאכן אדער אויך דורך די מענטשן וואס בעטן געלט? אויב אליינס ווי דארף מען אפלייען? וויפיל קאסט עס? און ווי לאנג נעמט עס צו באקומען?
אויך אויב מען האט א פאזעטיוו און נעגעטיוו דערנאך דארף מען נישט די אנטי באדי טעסט ווען מען קומט אן?
א גרויסן דאנק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”