סטיטשינער האט געשריבן:עפעס הער איך אז מלון סאטמאר אין ב''ב פארמאכט זיך און עס גייט ווערן א בנין התלמוד תורה?
*מזל טוב בני ברק! ואחריתך ישגה מאוד!*
אין די יעצטיגע מינוטן קומט אַריין די פריידיגע פייערליכע נייעס, אַז בעת די חברי הנהלה פון מוסדותינו הק' ״יטב לב״ בני ברק בארה”ב — הנגידים המפוארים מוה״ר משה אהרן קארפּען הי״ו און מוה״ר שמואל ברוך בערקאוויטש הי״ו — געפינען זיך אין בני ברק צו אָבזערווירן און באַגלייטן די פּרעכטיגע פאָרשריט און אויפבליה פון סאַטמאַר׳ס שפּיגעלע ״מוסדות יטב לב בני ברק״, איז דורכגעפירט געוואָרן אַ פרישע דראַמאַטישע ״הרחבת גבולי הקדושה״!
*בעזרת ה׳ איז געשלאסן געווארן א הסכם צווישן די חשוב׳ע מרת ווייס שתחי’ — אשת הרבני החסיד המרומם ר' מרדכי ע”ה, מחשובי פּארי קהלתינו הק׳ אין בני ברק — וועלכע האָבן יאָרן לאנג געפירט די האָטעל (מלון) פון מוסדותינו הק' יטב לב און האט געברענגט חודש׳ליך א הערליכע סומע למען החזקת המוסדות, וועט אַצינד פאַרוואַנדעלט ווערן אין אַ הערליכער ״בנין התלמוד תורה״ פאַר אונזערע הייליגע מוסדות יטב לב!*
וילכו מחיל אל חיל!!! די פריידיגע נייעס קומט נאָך וואָס מ׳האָט שוין אַהערגעשטעלט דעם פּראכטפולן ״בנין הבית רחל״, וואס מ׳האט אויפגעבויעט און באנייעט צום פרישן לערן-יאָר תשפ״ב, און די הונדערטער תלמידות ווערן שוין דאָרט נתחנך מיט אַ הערליכער הרחבת הדעת, און אַצינד איז געקומען די רייע פאַר די תלמוד תורה, ווען דער האָטעל וועט אי״ה ערזעצט ווערן מיט די הבל פיהם של תינוקת של בית רבן על טהרת הקודש על דרך המסורה לנו רביה"ק זי"ע תחת דגלו של עטרת תפארת ראשינו כ"ק מרן רבינו שליט”א!
*וגדול יהי׳ כבוד הבית הזה לה׳ ולתורתו בטהרה!!!*
*אין סאַמע שיכון קרית יואל בני ברק, מקום איתן מושבם פון אנשי שלומינו היקרים, די עדה הקדושה וועלכע פירט זיך ב״ה בשלום ושלוה, במנוחה השקט ובטח, אונטער׳ן דגל מחנה יהודא בעוז וברמה לגאון ולתפארת, וואס וואקסט און בליעט אלס יפה נוף משוש כל הארץ, וועט אַרויסשיינען אָט דער בנין המפואר, וואו די הונדערטער תינוקות של בית רבן וועלן נתחנך ווערן על טהרת הקודש, ריין און לויטער, שמן זית זך, לתפארת רבינו הקדוש זי״ע בגנזי מרומים!*
ומרדכ״י עומד בשער המלך! בפקודת ובברכת כ״ק מרן רבינו שליט״א וועט בעז״ה אין דעם בנין אויף אייביג פאַרבלייבן איינגעקריצט שמו הטוב וזכותו פונעם טייערן איש חסיד, הרה"ח ר' מרדכי ווייס ע”ה, ותבלחט״א זיין חשוב׳ע בני בית מרת ווייס שתחי' וועלכע האבן זיך יארן לאנג אוועקגעגעבן מיט מסירות נפש אז דער בנין זאל בלייבן פאר אונזערע מוסדות, און אַצינד תקומה היתה לה, לשם ולתפארת ולתהלה!
רבבות אנ״ש איבער דער וועלט באַגריסן בשמחה ובחדוה די פרישע הערליכע אַנטוויקלונגען אינעם בליה פון סאַטמאַר בני ברק, דאָס אויג אין קאָפּ פון רבינו שליט״א און אנשי שלומינו בכל קצוי תבל, *מ׳גרייט זיך בעז״ה צוצושטיין לימינם אין דעם מעכטיגן קרן הבנין פּראָיעקט וואָס גייט בעז״ה אַרויסגיין אַצינד אין וועג אַהערצושטעלן דעם בנין על תלה בנוי׳*, און מ׳וואונטשט די געטרייע חברי הנהלה: אשריכם ואשרי חלקיכם, ה׳ עמכם גבורי החיל, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!
*וסאטמאר בני ברק היו יהי׳ לגוי גדול עצום ורב!!!*