ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ביידען איז פרעזידענט. זענט איהר גרייט איהם צו געבן א טשאנס?

איך בין א רעפאבליקען, און איך בין גרייט צו געבן פאר ביידען א טשאנס צו זיין א גוטער פרעזידענט.
80
48%
איך בין א רעפאבליקען, און איך גיי פייטן ביידן אלל דע וועי אזויווי די דעמאקראטן האבן געטוהן צו טראמפ.
42
25%
איך בין א דעמאקראט, און איך בין גרייט צו געבן פאר ביידען א טשאנס צו זיין א גוטער פרעזידענט.
36
22%
איך בין א דעמאקראט, און איך האלט אז ביידן האט נישט קיין טשאנס צו זיין א גוטער פרעזידענט.
9
5%
 
סך הכל שטימען: 167

חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ר' יום טוב האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז טראמפס וויכטיגסטע פאליסי טויש גווען "כינע" (יא, וויכטיגער ווי די וואנט מיט נאך זאכן וואס זענען מהיכי תיתי). די שאדן וואס אלע פרעזידענטען ביז עם האבן געטוען ביז עם, מיטן אויפבויען דעם מאנסטער איז אומבאשרייבליך.

די היץ אין לאנד וועט זיך אפקילען, די נייע צוגאנג צו כינע וועט (האפענטליך) אנהאלטען.

אויב ביידען האלט אן דעם שטייפען צוגאנג צו כינע בין איך מיט עם, אז נישט...זאל ער גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט.

כינע איז ער געווען גוט.
אבער פון די צווייטע זייט האט ער כסדר אומנויטיג געשטיפט צו האלטן גאר נידריג אינטרעסט ראטע'ס בכדי צו קענען מאניפולירן א העכערע סטאק מארקעט.

אינטרעסט ראטע אביסל ארויפ אדער אראפ איז מינדערוויכטיג אין מיינע אויגן אנטקעגן כינע. אוי וועט מען נאך האבן צו ליידן פון די כינעזער, מארק מיי ווארדס.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

נידריגע אינטרעסט ראטעס איז אויך שלעכט פאר טשיינע, עס איז נישט נאר פאר די סטאק מארקעט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מטעמים האט געשריבן:נידריגע אינטרעסט ראטעס איז אויך שלעכט פאר טשיינע, עס איז נישט נאר פאר די סטאק מארקעט.

איז עס נישט על פי רוב געווען גוט פאר היימישע אידן צו ריפיינענסן, לאונס, מארגעדזשעס?
שויתי ה' לנגדי תמיד
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

צל עובר האט געשריבן:@קאנטאקי, בוש 43 האט אויך פארלוירן מישיגען וויסקאנסין און פענסילוועניע, ביידע מאל. און אייאווע איין מאל.

ער האט אבער נישט פארלוירן נעוועדע ווירדזשיניע קאלעראדא אריזאנע און דזשארדזשיע, און ער האט איינמאל געווינען ניו העמשיר און א צווייטע מאל ניו מעקסיקא.

טראמפ האט געמאכט די רעפאליקאנער אנגעוויזן אויף די ראסט בעלט, און ער האט עס אויך נאר געווינען פאר זיי איינמאל.


די מאפע האט זיך היבש געטוישט זינט דעמאלט, רוב פון די דערמאנטע האט ראמני אויך שטארק פארלוירן. דו קענסט זען א רעפובליקאנער געווינען ווירדזשיניע, קאלאראדא אדער ניו מעקסיקא אין 16'?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Goodmorning האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:נידריגע אינטרעסט ראטעס איז אויך שלעכט פאר טשיינע, עס איז נישט נאר פאר די סטאק מארקעט.

איז עס נישט על פי רוב געווען גוט פאר היימישע אידן צו ריפיינענסן, לאונס, מארגעדזשעס?

ריכטיג!

און אויב מעג מען צולייגען, עס איז גוט איבער די גאנצע לאנד א חוץ אין ניו יארק ווי די באהערדע האט באשלאסען צו פארמאכען די ביזנעס פון ריעל עסטעיט, קען זיין אז זיי האבען עס געטוהן מיט א גוטע כונה אבער די מאסיווע ריעל עסטעיט אינדאסטריע האט געכאפט א ערענסטע זעץ לכבוד דעם.

דערמאנט מיר פונעם טורי זהב איבער מאכען קידוש אויף שכר/יי״ש
האב שכל און גיב א שמייכעל!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

Goodmorning האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:נידריגע אינטרעסט ראטעס איז אויך שלעכט פאר טשיינע, עס איז נישט נאר פאר די סטאק מארקעט.

איז עס נישט על פי רוב געווען גוט פאר היימישע אידן צו ריפיינענסן, לאונס, מארגעדזשעס?

פאר מיר האט עס אפגעהארגעט מיין סעווינגס אקאונט און ביליגער געמאכט די דאללער.
פאר מארגעדזשעס? עס איז אויף אזויפיל גוט אז די דירה פרייזן זאלן זיך הייבן ווייל קענסט דאך באקומען א גרעסערן מארגעדזש....

קענען בארגן מער געלט איז נישט קיין גוטע זאך, נישט פארן יחיד און נישט פאר די עקענאמיע אין אלגעמיין.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קענטאקי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@קאנטאקי, בוש 43 האט אויך פארלוירן מישיגען וויסקאנסין און פענסילוועניע, ביידע מאל. און אייאווע איין מאל.

ער האט אבער נישט פארלוירן נעוועדע ווירדזשיניע קאלעראדא אריזאנע און דזשארדזשיע, און ער האט איינמאל געווינען ניו העמשיר און א צווייטע מאל ניו מעקסיקא.

טראמפ האט געמאכט די רעפאליקאנער אנגעוויזן אויף די ראסט בעלט, און ער האט עס אויך נאר געווינען פאר זיי איינמאל.


די מאפע האט זיך היבש געטוישט זינט דעמאלט, רוב פון די דערמאנטע האט ראמני אויך שטארק פארלוירן. דו קענסט זען א רעפובליקאנער געווינען ווירדזשיניע, קאלאראדא אדער ניו מעקסיקא אין 16'?

ניו מעקסיקא ווייס איך נישט, אבער אויף די אנדערע צוויי קוק די אנקעטעס.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

ר' יום טוב האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:נידריגע אינטרעסט ראטעס איז אויך שלעכט פאר טשיינע, עס איז נישט נאר פאר די סטאק מארקעט.

איז עס נישט על פי רוב געווען גוט פאר היימישע אידן צו ריפיינענסן, לאונס, מארגעדזשעס?

פאר מיר האט עס אפגעהארגעט מיין סעווינגס אקאונט און ביליגער געמאכט די דאללער.
פאר מארגעדזשעס? עס איז אויף אזויפיל גוט אז די דירה פרייזן זאלן זיך הייבן ווייל קענסט דאך באקומען א גרעסערן מארגעדזש....

קענען בארגן מער געלט איז נישט קיין גוטע זאך, נישט פארן יחיד און נישט פאר די עקענאמיע אין אלגעמיין.

אקעי, אויף דעם בין איך מחולק. אז דו האסט מיט וואס צו שפילן קענסטו ווערן גרויס, טאקע אויך קראכן.
שויתי ה' לנגדי תמיד
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

נידריגע טעקסעס און עוועילעבל געלט צו בארגען האט היינט צוטאגס די גרעסטע אימפעקט אויף די עקאנאמיע.

גוט צו נישט גוט איז עס א פאקט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

צל עובר האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@קאנטאקי, בוש 43 האט אויך פארלוירן מישיגען וויסקאנסין און פענסילוועניע, ביידע מאל. און אייאווע איין מאל.

ער האט אבער נישט פארלוירן נעוועדע ווירדזשיניע קאלעראדא אריזאנע און דזשארדזשיע, און ער האט איינמאל געווינען ניו העמשיר און א צווייטע מאל ניו מעקסיקא.

טראמפ האט געמאכט די רעפאליקאנער אנגעוויזן אויף די ראסט בעלט, און ער האט עס אויך נאר געווינען פאר זיי איינמאל.


די מאפע האט זיך היבש געטוישט זינט דעמאלט, רוב פון די דערמאנטע האט ראמני אויך שטארק פארלוירן. דו קענסט זען א רעפובליקאנער געווינען ווירדזשיניע, קאלאראדא אדער ניו מעקסיקא אין 16'?

ניו מעקסיקא ווייס איך נישט, אבער אויף די אנדערע צוויי קוק די אנקעטעס.

טראמפ האט געברענגט פלארידע, אהייא, אייווע פאר די רעפאבליקנס, דאס זענען סטעיטס וואס זיי פלעגן זיך מיטשענען פארדעם און ער האט עס געווינען מיט א רעלעטיוו לענדסלייט, גערעכט ער האט אנגעמעסט דזשארשיע און אריזאנע אבער אין נעט איז ער א פלאס, ראמני האט באקומען 26 עלעקטארעלס ווייניגער פון טראמפ
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הענדימען האט געשריבן:געשטימט די ערשטע כאטש איך בין נישט קיין ריפאבליקאנער און ארבעט נישט מיט אדער באקעמפף ביידען

גא"מ
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

חדשות האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז טראמפס וויכטיגסטע פאליסי טויש גווען "כינע" (יא, וויכטיגער ווי די וואנט מיט נאך זאכן וואס זענען מהיכי תיתי).

מסכים לדבריך, און כ'וואלט צוגעלייגט איראן.
און אז מ'רעדט שוין, צפון קארעא און טערקיי איז אויך נישט אוועקצומאכן.
ס"ה האט ער זיך גענומען מיט א פעסטקייט אנטקעגן די שלעכטע דיקטאטורישע לענדער\פירער און זיי געלאזט וויסן אז עס איז נישט הפקר וועלט.
איך קען נישט פארשטיין פארוואס אין די וועלט ביידן זאל צוריקדרייען דעם איראן דיעל. זעהט דען נישט יעדער קלאר אז זיי זענען א סכנה נוראה?

אויך איז שטארק צו פארדאנקען די שלום מיט אראבישע לענדער מיט מדינת ישרא'. פארדאנקען טראמפ? נע, ענדערש קושנער.... אבער עס איז געווען אויף טראמפ'ס זייגער...
עכ"פ איך האף אז ביידן וועט האבן גענוג שכל אליינס און זיך ארומנעמען מיט שכל'דיגע מענטשן (אויב ס'איז דא אזא זאך אין וואשינגטאן) און פירן דאס לאנד אויף די ריכטיגע שינעס.

לב מלכים ושרים ביד ה'. מיר קענען געבן זיידע ביידען א שאנס דורך "תפלה"!
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

מטעמים האט געשריבן:חיימאוויטש, איך האף וועסט נישט ברוגז זיין אויב איך זאג דיר אז דאס איז מן הסתם פון די זעלטענע תגובות וואס איך עגרי מיט דיר אויף רוב מהתגובה.

ברוגז? חלילה, כ'פריי זיך אז כאטש דאס יא, הכל ריווח.. :grin:

מטעמים האט געשריבן:צוויי הערות, די ראשע קעלוזשען איז נישט אזוי ווייט געוועהן די פראבלעם אז מען האט עס אינוועסטיגעטאד ווי די מידיעס ברעיקינג ניוז אז מען האלט אט אט ביים טרעפן די סמאוקינג גאן און שטופען א נעראטיוו וואס יעדער האט געוואוסט און קאומי האט עס פאבליקלי געזאגט נאך זיין פייערן אז זיי האבען נישט געהאט קיין פרוף אויף.

איך בין א וויקטעם פון יענע פאלשע מידיע מארקעטינג שמוץ קאמפיין, איך האב שוין כמעט געגלייבט אז אויב די מידיע פארפירט אזוי שטארק מיז דאך זיכער זיין אז עפעס שרעקליך איז פארגעגאנגען ביז די מולער רעפארט האט קלאר געשטעלט אז עס איז נישט דא קיין שמץ עווידענס פון קעלוזשען.


זייער קלאר און פארשטענדליך וואס דו זאגסט. איך טראכט צו מיר, פארוואס איך האב נישט דעם שטארקן אויפברויז אויף די מידיא מיט אירע ברעיקינגס? מסתמא ווייל כ'האב זיי לכתחילה נישט אזוי געטראסט, כ'בין קיינמאל געווען פרי-עקסיידעט אז למעשה גייט מען עפעס טרעפן, כ'האב געוווארט מיט געדולד. אבער, והיא העיקר: דאס צו נעמען און אפשפילן אלס 'רדיפה-אינוועסטיגעישן' און דערמיט באשמוצן און פארברענען די גאנצע צוטרוי פון די עף ביי איי לעד ולעולמי עולמים איז אין מיינע אויגן א בלויזע רעכטע-מידיא נעראטיוו, וואס איז פשוט נישט אמת.

גראדע, בנוגע די מידיא, הגם טראמפ טענה'ט אז זיי האבן אים ספעציעל פיינט, און די רעפובליקאנער שרייען אז זיי זענען אייביג דא נאר פאר דעמאקראטן, בין איך מסופק דערין, איך האלט ס'האט מער מיט די קאנדידאט, איך גלייב נישט אז אזא איינער ווי בערני-סענדערס וואלט מיט זיי גרינג אנגעקומען. לויט מיינע אויגן ווענדט זיך עס מער אין די מהות פונעם קאנדידאט, און וויפיל שטאף ער געבט זיי. דאס בארעכטיגט אבער נאכנישט זייער איינזייטיגקייט, אויף וואס איך פארשטיי זייער אז מענטשן זאלן ברויזן עד חרמה.

מטעמים האט געשריבן:די טייל וואס די שרייבסט אז די היץ איז ארויף צוליב טראמפ, ווען מען קוקט אויף טראמפס סוקסעסן קען זיין עס איז ווערט געוועהן, א צווייטער האט טאקע נישט קיין היץ אבער עקאמפלישד נישט אזוי סך, טראמפ איז אלל דראמא און רעטאריק אבער ער האט געמאכט גאר א גוטע אימפעקט אויף די עקאנאמיע, טרעיד, אימיגרעישאן און אויסערן פאליטיק.

איך בין נישט זיכער עס איז יצא שכרו בהפסידו ווען ביידען קען אין די ערשטע הינדערט טאג צוריק שטעלן די רואיגקייט און טראמפס סוקסעסן בלייבען להנאת הכלל. כל זה בדרך אפשר.


קומסט אריין קלאר. צו יצא שכרו בהפסידו צו נישט איז שוין פשוט א מיינונג און כ'בין באקוועם אז איינער זאל האלטן אנדערש ווי מיר. פארוואס איך האלט אז יא, איז ווייל 'אויסשטעלן פאלעסי' - אפי' צו די בעסערע זייט - איז אין מיינע אויגן מער א טעמפארערי זאך, וואס דער טוט קומען דער נאכגייער און דרייט צוריק, פונקט ווי ער האט געטון צו זיין פארגייער. משא"כ אנצינדען א פאליטישע פייער מיט רעטאריק וכדומה און דערמיט אנברענגען אזא טיעפע ריס אינעם גאנצן לאנד, ווי אויך אראפברענגען די מאראל און רעספעקט וויאזוי די באאמטע פלעגן זיך ביז היינט פירן פון איינער צום צווייטן - טראץ פאלעסי דיפערענסן, איז אין מיינע אויגן א פערמענענטע דעמעדזש וואס פארשטעלט די וועג פאר סוקסעס אינעם לאנד, און שטעלט אין שאטן אסאך עקאמפלישמענטס. און איך גלייב אז היינט-צו-טאגס קענען שוין מענטשן גרינגער פארשטיין ווי ווייט און ווי טיעף די חורבן פון א צעטיילטע לאנד איז, ס'איז גארנישט עפעס וואס מ'קען אוועקמאכן אלס א זייטיגע פראבלעם.

און פונקט ווי דו האסט אויסגעפירט, כל זה בדרך אפשר, והכל לעניית דעתי.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

חיימא דו ביסט אייזן גוט, איך טראכט אסאך די זעלבע, כהאב פשוט נישט די רואיגע און קלארע שפראך..
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

חיימאוויטש האט געשריבן:גראדע, בנוגע די מידיא, הגם טראמפ טענה'ט אז זיי האבן אים ספעציעל פיינט, און די רעפובליקאנער שרייען אז זיי זענען אייביג דא נאר פאר דעמאקראטן, בין איך מסופק דערין, איך האלט ס'האט מער מיט די קאנדידאט, איך גלייב נישט אז אזא איינער ווי בערני-סענדערס וואלט מיט זיי גרינג אנגעקומען. לויט מיינע אויגן ווענדט זיך עס מער אין די מהות פונעם קאנדידאט, און וויפיל שטאף ער געבט זיי. דאס בארעכטיגט אבער נאכנישט זייער איינזייטיגקייט, אויף וואס איך פארשטיי זייער אז מענטשן זאלן ברויזן עד חרמה.

איך זעה אז די געדענקסט נישט וואס די מידיע האט געטוהן מיט דעם נארמאלן ראמני, מקעין, סערע פעילען, בוש ועוד. ס׳זעט מיר אויס ווי די ביסט אביסל ניי און פאליטיק.

די מעינסטריעם מידיע איז אייביג געווען און וועט אייביג זיין (על פי דרך הטבע) קעגן די ריפאבליקאנער קאנדידאט נישט קיין חילוק ווי נארמאל און פרעזידענטשעל ער איז, אדרבה ווארט נאר צו דריי יאר.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

כקען זעהן ביידן אנהאלטן כמעט אלע פאליסיס פון טראמפ וואס רוב דערפון זענען פשוטע קאממען סענס פאליסיס און אין די אינטערעס פונעם פאלק, דאס מיינט אז עפ"י דרך הטבע וועט די עקאנאמיע אנהאלטן די ראלי אויף ארויף און ביידן וועט היסטאריש פארשריבן ווערן אלץ א סוקסעס

אדער קען ביידן זיך לאזן (פאר)פירן פון די יונגע היציגע ליבעראלן, צוריקדרייען יעדע טראמפ פאליסי פון טשיינע ביז קלין ניו גרין דיעל, פון די וואנט ביז די שניט אין רעגולאציעס
א
דורכפירן א טייל פון די ליבעראלע אגענדעס און דערמיט צוריק פארטרייבן די ביזנעסער פונעם לאנד און אריינברענגען א אנטי ביזנעס ענווייראמעמט

דעמאלטס וועט טראמפ זיך קלאפן אויפן באך אין די זאמד פון די מאר א לאגא ביטשעס
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

קרייסלער האט געשריבן:אדער קען ביידן זיך לאזן (פאר)פירן פון די יונגע היציגע ליבעראלן, צוריקדרייען יעדע טראמפ פאליסי פון טשיינע ביז קלין ניו גרין דיעל, פון די וואנט ביז די שניט אין רעגולאציעס
א
דורכפירן א טייל פון די ליבעראלע אגענדעס און דערמיט צוריק פארטרייבן די ביזנעסער פונעם לאנד און אריינברענגען א אנטי ביזנעס ענווייראמעמט

דעמאלטס וועט טראמפ זיך קלאפן אויפן באך אין די זאמד פון די מאר א לאגא ביטשעס

נע אבאמא האט גענומען קרעדיט פאר יעדע זאך וואס איז געגאנגען גוט פון זיין ערשטע טאג אין אפיס ביז די טאג פון די יעצטיגע וואלן
און וואס איז געגאנגן שלעכט איז בוש געווען שילדוג אפילו מער ווי זעקס יאר אריין אין זיין פרעזידענטשאפט
סאו איך זעה נישט פארוואס ביידן זאל נישט קענען טון די זעלבע זאך. די מידיע איז היינט סאך מער אפן מיט די שטופן די דעמאקראטן ווי דעמאלטס דאן האבן זיי נאך געטרייט זיך צו מאכן און א ביסעל באהאלטן זייער בייעס היינט טון זיי עס שוין אפן סאו זיי קענען נאך אסאך מער פראפעגאנדירן ווי זיי האבן פאר אבאמא
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: ביידען איז פרעזידענט. לאמיר איהם געבן א טשאנס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אמאל..... איך האב עם עכט געגעבן א טשאנס, אין א וואך האט ער עס פארפאטשקעט נאך פאר ער איז אפילו אריין אין אוועל אפיס.

נאך די זינלאזע אימפיטשמענט וואס גייט מילא נישט דורכגיין דעם סענאט, גיי מיר ווייטער מיט א פאטש פאר א פאטש אזוי ווי די לעצטע 4 יאר.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”