בלאט 3 פון 31

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 9:48 am
דורך לפנות בוקר
בעסער אזוי האט געשריבן:ענדרו יענג איז אפיציעל אריין געשפרינגען אינעם פארמעסט!

יאפ! איך האב שוין נעכטן געזען לויפן עד'ס פון אים...

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 9:50 am
דורך בעסער אזוי
זאג מיר נישט אז ער האט מנדב געווען די קאווע אין ראדני

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 11:33 am
דורך חיימאוויטש
גיימיר זוכה זיין אז זיין ניק דאהי אויף אייוועלט זאל ווערן צוריק אקטיוו?

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:26 pm
דורך היטשינער
בעסער אזוי האט געשריבן:זאג מיר נישט אז ער האט מנדב געווען די קאווע אין ראדני

מען דארף אים טאקע בעטן ער זאל אין זיין ים פון פאליסיס אריינלייגן אפאר היימישע געזעצן לטובת אחבנ"י, ווי למשל, מקוה 24 שעה, מעגן רייכערן אין ביהמ"ד, בעסערע סיטס אין די סקול-באסעס וכו' וכו'

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:36 pm
דורך שיעלע בהמה
בבקשה האט געשריבן:איך האב א תאווה אז יענג זאל פארלירן צוליב רענקעד טשויס וואוטינג...

וואס איז שלעכט דערמיט?

(כהאב עס נאכנישט דורכגעטון)

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:37 pm
דורך מהיות טוב
.

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:39 pm
דורך יש לו מנה
דאכציך אז ס'נישט אמת.

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:42 pm
דורך מהיות טוב
.

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:43 pm
דורך יש ברירה
.

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:46 pm
דורך שיעלע בהמה
לאמיר זאגן אז ער פאלישט זיין לינקע עקסטרעמיזעם אינטער שיינע ווערטער

וועט ער דען זיין ערגער ווי דעבלאזיאו?

מיך פערזענליך שמעקט די וועג וויאזוי ער רעדט איבער רעליגיעזע פרייהייט

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:47 pm
דורך בעסער אזוי
יש ברירה האט געשריבן:.

יא ער האט עס שוין לאנג צוריק קלארגעשטעלט

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:50 pm
דורך בבקשה
שיעלע בהמה האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:איך האב א תאווה אז יענג זאל פארלירן צוליב רענקעד טשויס וואוטינג...

וואס איז שלעכט דערמיט?

(כהאב עס נאכנישט דורכגעטון)


ס׳איז איבער קאמפליצירט. עס וועט ברענגען אז אסאך ווייניגער מענטשען וועלען שטימען. אבער דאס איז נישט מיין נקודה געווען, איך קוק אן יענג ווי א בלאפפער (איך ווייס אז רוב מענטשען דא האלטען שטארק פון עם), און איך האב א תאווה אז זיין אייגענע פאליסי זאל עם אונטערברענגען.

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:52 pm
דורך בבקשה
שיעלע בהמה האט געשריבן:לאמיר זאגן אז ער פאלישט זיין לינקע עקסטרעמיזעם אינטער שיינע ווערטער

וועט ער דען זיין ערגער ווי דעבלאזיאו?

מיך פערזענליך שמעקט די וועג וויאזוי ער רעדט איבער רעליגיעזע פרייהייט


ער און דיבלאזיאו זענען די איינציגסטע קאנדידאטען?

יא, איך ווייס אז דיבלאזיאו לויפט נישט יעצט

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:55 pm
דורך יש ברירה
ער קוקט אויס ווי א גוטע קאנדידאט, נאר א שאד אז ער קען נישט לויפן אויף א געהעריגע נארמאלע פלאטפארמע...

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 12:59 pm
דורך שמואל בארג
פאר די וואס פרעגן צו וואס מ'זאל ארויסגיין שטומען ביי די קומענדיגע מעיאר וואלן, קוקט די טוויט פון יענג'ן.

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 1:58 pm
דורך נארמאליזעם
ער קוקט מיר אויס צו זיין ווי עלאן מאסק אין פאליטיק כהאף נאר ער טוט אויך ווי עם

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 4:39 pm
דורך שיעלע בהמה
שמואל בארג האט געשריבן:פאר די וואס פרעגן צו וואס מ'זאל ארויסגיין שטומען ביי די קומענדיגע מעיאר וואלן, קוקט די טוויט פון יענג'ן.

פון זיין טוויט זעהט אויס אז ער וועט זיין קעגן די גזירות החינוך און קעגן לימיטן רעליגיע בכלל, ווי צום ביישפיל דאס אפשפארן די בתי מדרשים
כמיין אז אין דעם צורידערטן ניו יארק איז ער נאך דער בעסטער

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 5:53 pm
דורך שמואל בארג
מיר האבן נישט גערעדט ספעציפיש פון אים, בסך הכל ארויסגעברעגנט אז ער האט מורא פון די היימישע וואוטס און ער מוז זיך פארענטפערן, דאס מיינט אז דיין וואוט קאונט.

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 6:08 pm
דורך ממה נפשך
בבקשה האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:איך האב א תאווה אז יענג זאל פארלירן צוליב רענקעד טשויס וואוטינג...

וואס איז שלעכט דערמיט?

(כהאב עס נאכנישט דורכגעטון)


ס׳איז איבער קאמפליצירט. עס וועט ברענגען אז אסאך ווייניגער מענטשען וועלען שטימען. אבער דאס איז נישט מיין נקודה געווען, איך קוק אן יענג ווי א בלאפפער (איך ווייס אז רוב מענטשען דא האלטען שטארק פון עם), און איך האב א תאווה אז זיין אייגענע פאליסי זאל עם אונטערברענגען.


UBI, אויב פאלט עס דורך, קען אים אויך אינטערברענגען.

נישט נאר אים, נאר די גאנצע סיטי/לאנד.

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: זונטאג יאנואר 17, 2021 3:11 pm
דורך eller
פון דא"ד

דער געוועזענער דעמאקראטישער פּרעידענט קאנדידאט ענדרו יענג האט עמטליך אנגעפאנגען צו קאמפּיינען פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי דורך זיין אלטן צוזאג צו געבן פאר יעדן ניו יארקער א ”בעיסיק אינקאם“ פון 1,000$ א מאנאט. ”איך זע א קריזיס (אין ניו יארק) און כ‘גלויב אז איך קען העלפן“.


איינער ווייסט פון ווי ער גייט נעמען די $1000 יעדע חודש ?????
די סיטי באד זיך שוין עניוועי אין חובות.. און די סיטי קען דאך נישט פרינטן געלט.....

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: זונטאג יאנואר 17, 2021 3:16 pm
דורך קומט אריין קלאר
eller האט געשריבן:פון דא"ד

דער געוועזענער דעמאקראטישער פּרעידענט קאנדידאט ענדרו יענג האט עמטליך אנגעפאנגען צו קאמפּיינען פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי דורך זיין אלטן צוזאג צו געבן פאר יעדן ניו יארקער א ”בעיסיק אינקאם“ פון 1,000$ א מאנאט. ”איך זע א קריזיס (אין ניו יארק) און כ‘גלויב אז איך קען העלפן“.


איינער ווייסט פון ווי ער גייט נעמען די $1000 יעדע חודש ?????
די סיטי באד זיך שוין עניוועי אין חובות.. און די סיטי קען דאך נישט פרינטן געלט.....

ערשטענס אז איינער טיילט געלט פרעגט מען נישט קיין קשיא'ס מען נעמט…
צווייטענס אויב ביידען איז פרעזידענט וועט מען ארויסבעילן ניו יארק יעדער פאר וואכן!

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דינסטאג יאנואר 19, 2021 9:46 am
דורך בעסער אזוי
ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט יענג שלאגט פאר צו רעכענען פראפערטי שטייער פון רעליגיעזע אינסטיטוציעס

ב' בא פ״א

אלץ ביישפיל האט ער אנגעוויזן אויף אן אפארטמענט בילדינג פון קאלאמביע אוניווערסיטעט וועלכע צאלט נישט קיין שטייער, זאגענדיג, אז עס האט נישט קיין שום זין אז אזא געביידע זאל נישט אריין צאלן אין די קאסטן וואס די סיטי געט אויס פאר פייערלעשער, פאליציי אא"וו.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/32683

עמער זען צו איין היימישע מוסד גייט אים שטיצן נאכן ארויסלייגן אזא פלאן, מ'רעדט דא פון שווערע געלטער לכאורה

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דינסטאג יאנואר 19, 2021 9:56 am
דורך לפנות בוקר
בעסער אזוי האט געשריבן:ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט יענג שלאגט פאר צו רעכענען פראפערטי שטייער פון רעליגיעזע אינסטיטוציעס

ב' בא פ״א

אלץ ביישפיל האט ער אנגעוויזן אויף אן אפארטמענט בילדינג פון קאלאמביע אוניווערסיטעט וועלכע צאלט נישט קיין שטייער, זאגענדיג, אז עס האט נישט קיין שום זין אז אזא געביידע זאל נישט אריין צאלן אין די קאסטן וואס די סיטי געט אויס פאר פייערלעשער, פאליציי אא"וו.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/32683

עמער זען צו איין היימישע מוסד גייט אים שטיצן נאכן ארויסלייגן אזא פלאן, מ'רעדט דא פון שווערע געלטער לכאורה

וואס הייסט? דער קאנסטעטושען לאזט נישט!

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דינסטאג יאנואר 19, 2021 10:08 am
דורך זיסע פיש
בעסער אזוי האט געשריבן:ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט יענג שלאגט פאר צו רעכענען פראפערטי שטייער פון רעליגיעזע אינסטיטוציעס

ב' בא פ״א

אלץ ביישפיל האט ער אנגעוויזן אויף אן אפארטמענט בילדינג פון קאלאמביע אוניווערסיטעט וועלכע צאלט נישט קיין שטייער, זאגענדיג, אז עס האט נישט קיין שום זין אז אזא געביידע זאל נישט אריין צאלן אין די קאסטן וואס די סיטי געט אויס פאר פייערלעשער, פאליציי אא"וו.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/32683

עמער זען צו איין היימישע מוסד גייט אים שטיצן נאכן ארויסלייגן אזא פלאן, מ'רעדט דא פון שווערע געלטער לכאורה

ער האט נעכטן זיך אויס געקלארט אז ער רעד נישט פון רעגעליעזע אינסטוטציעס, נאר פון פרייווטע אינסעטוטציעס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

געשריבן: דינסטאג יאנואר 19, 2021 10:29 am
דורך יידישע קהילות
eller האט געשריבן:פון דא"ד

דער געוועזענער דעמאקראטישער פּרעידענט קאנדידאט ענדרו יענג האט עמטליך אנגעפאנגען צו קאמפּיינען פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי דורך זיין אלטן צוזאג צו געבן פאר יעדן ניו יארקער א ”בעיסיק אינקאם“ פון 1,000$ א מאנאט. ”איך זע א קריזיס (אין ניו יארק) און כ‘גלויב אז איך קען העלפן“.


איינער ווייסט פון ווי ער גייט נעמען די $1000 יעדע חודש ?????
די סיטי באד זיך שוין עניוועי אין חובות.. און די סיטי קען דאך נישט פרינטן געלט.....


ער גייט העכערן טעקסעס. ממילא פון די $1,000 וועסטו באקומען נאר $500...