ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש.. זי טאר נישט וויסן

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך לפנות בוקר » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 9:48 am

בעסער אזוי האט געשריבן:ענדרו יענג איז אפיציעל אריין געשפרינגען אינעם פארמעסט!

יאפ! איך האב שוין נעכטן געזען לויפן עד'ס פון אים...
איך האב נארוואס געכאפט "א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט"

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בעסער אזוי » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 9:50 am

זאג מיר נישט אז ער האט מנדב געווען די קאווע אין ראדני
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך חיימאוויטש » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 11:33 am

גיימיר זוכה זיין אז זיין ניק דאהי אויף אייוועלט זאל ווערן צוריק אקטיוו?
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך היטשינער » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:26 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:זאג מיר נישט אז ער האט מנדב געווען די קאווע אין ראדני

מען דארף אים טאקע בעטן ער זאל אין זיין ים פון פאליסיס אריינלייגן אפאר היימישע געזעצן לטובת אחבנ"י, ווי למשל, מקוה 24 שעה, מעגן רייכערן אין ביהמ"ד, בעסערע סיטס אין די סקול-באסעס וכו' וכו'
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:36 pm

בבקשה האט געשריבן:איך האב א תאווה אז יענג זאל פארלירן צוליב רענקעד טשויס וואוטינג...

וואס איז שלעכט דערמיט?

(כהאב עס נאכנישט דורכגעטון)

מהיות טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך מהיות טוב » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:37 pm

.
לעצט פאראכטן דורך מהיות טוב אום דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:45 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:39 pm

דאכציך אז ס'נישט אמת.

מהיות טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך מהיות טוב » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:42 pm

.
לעצט פאראכטן דורך מהיות טוב אום דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:43 pm

.
צוגעלייגטע
1344657999638487041_dark.png
1344657999638487041_dark.png (606.49 KiB) געזעהן 1589 מאל

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:46 pm

לאמיר זאגן אז ער פאלישט זיין לינקע עקסטרעמיזעם אינטער שיינע ווערטער

וועט ער דען זיין ערגער ווי דעבלאזיאו?

מיך פערזענליך שמעקט די וועג וויאזוי ער רעדט איבער רעליגיעזע פרייהייט
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בעסער אזוי » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:47 pm

יש ברירה האט געשריבן:.

יא ער האט עס שוין לאנג צוריק קלארגעשטעלט
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:50 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:איך האב א תאווה אז יענג זאל פארלירן צוליב רענקעד טשויס וואוטינג...

וואס איז שלעכט דערמיט?

(כהאב עס נאכנישט דורכגעטון)


ס׳איז איבער קאמפליצירט. עס וועט ברענגען אז אסאך ווייניגער מענטשען וועלען שטימען. אבער דאס איז נישט מיין נקודה געווען, איך קוק אן יענג ווי א בלאפפער (איך ווייס אז רוב מענטשען דא האלטען שטארק פון עם), און איך האב א תאווה אז זיין אייגענע פאליסי זאל עם אונטערברענגען.

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:52 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:לאמיר זאגן אז ער פאלישט זיין לינקע עקסטרעמיזעם אינטער שיינע ווערטער

וועט ער דען זיין ערגער ווי דעבלאזיאו?

מיך פערזענליך שמעקט די וועג וויאזוי ער רעדט איבער רעליגיעזע פרייהייט


ער און דיבלאזיאו זענען די איינציגסטע קאנדידאטען?

יא, איך ווייס אז דיבלאזיאו לויפט נישט יעצט

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:55 pm

ער קוקט אויס ווי א גוטע קאנדידאט, נאר א שאד אז ער קען נישט לויפן אויף א געהעריגע נארמאלע פלאטפארמע...

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3900
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 12:59 pm

פאר די וואס פרעגן צו וואס מ'זאל ארויסגיין שטומען ביי די קומענדיגע מעיאר וואלן, קוקט די טוויט פון יענג'ן.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3395
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך נארמאליזעם » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 1:58 pm

ער קוקט מיר אויס צו זיין ווי עלאן מאסק אין פאליטיק כהאף נאר ער טוט אויך ווי עם
נארמאליזעם נארמאליזעם צום בורא כל העולמים......

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:39 pm

שמואל בארג האט געשריבן:פאר די וואס פרעגן צו וואס מ'זאל ארויסגיין שטומען ביי די קומענדיגע מעיאר וואלן, קוקט די טוויט פון יענג'ן.

פון זיין טוויט זעהט אויס אז ער וועט זיין קעגן די גזירות החינוך און קעגן לימיטן רעליגיע בכלל, ווי צום ביישפיל דאס אפשפארן די בתי מדרשים
כמיין אז אין דעם צורידערטן ניו יארק איז ער נאך דער בעסטער

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3900
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:53 pm

מיר האבן נישט גערעדט ספעציפיש פון אים, בסך הכל ארויסגעברעגנט אז ער האט מורא פון די היימישע וואוטס און ער מוז זיך פארענטפערן, דאס מיינט אז דיין וואוט קאונט.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1714
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 6:08 pm

בבקשה האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:איך האב א תאווה אז יענג זאל פארלירן צוליב רענקעד טשויס וואוטינג...

וואס איז שלעכט דערמיט?

(כהאב עס נאכנישט דורכגעטון)


ס׳איז איבער קאמפליצירט. עס וועט ברענגען אז אסאך ווייניגער מענטשען וועלען שטימען. אבער דאס איז נישט מיין נקודה געווען, איך קוק אן יענג ווי א בלאפפער (איך ווייס אז רוב מענטשען דא האלטען שטארק פון עם), און איך האב א תאווה אז זיין אייגענע פאליסי זאל עם אונטערברענגען.


UBI, אויב פאלט עס דורך, קען אים אויך אינטערברענגען.

נישט נאר אים, נאר די גאנצע סיטי/לאנד.
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6468
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 17, 2021 3:11 pm

פון דא"ד

דער געוועזענער דעמאקראטישער פּרעידענט קאנדידאט ענדרו יענג האט עמטליך אנגעפאנגען צו קאמפּיינען פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי דורך זיין אלטן צוזאג צו געבן פאר יעדן ניו יארקער א ”בעיסיק אינקאם“ פון 1,000$ א מאנאט. ”איך זע א קריזיס (אין ניו יארק) און כ‘גלויב אז איך קען העלפן“.


איינער ווייסט פון ווי ער גייט נעמען די $1000 יעדע חודש ?????
די סיטי באד זיך שוין עניוועי אין חובות.. און די סיטי קען דאך נישט פרינטן געלט.....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
קומט אריין קלאר
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 05, 2020 5:05 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך קומט אריין קלאר » זונטאג ינואר 17, 2021 3:16 pm

eller האט געשריבן:פון דא"ד

דער געוועזענער דעמאקראטישער פּרעידענט קאנדידאט ענדרו יענג האט עמטליך אנגעפאנגען צו קאמפּיינען פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי דורך זיין אלטן צוזאג צו געבן פאר יעדן ניו יארקער א ”בעיסיק אינקאם“ פון 1,000$ א מאנאט. ”איך זע א קריזיס (אין ניו יארק) און כ‘גלויב אז איך קען העלפן“.


איינער ווייסט פון ווי ער גייט נעמען די $1000 יעדע חודש ?????
די סיטי באד זיך שוין עניוועי אין חובות.. און די סיטי קען דאך נישט פרינטן געלט.....

ערשטענס אז איינער טיילט געלט פרעגט מען נישט קיין קשיא'ס מען נעמט…
צווייטענס אויב ביידען איז פרעזידענט וועט מען ארויסבעילן ניו יארק יעדער פאר וואכן!

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג ינואר 19, 2021 9:46 am

ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט יענג שלאגט פאר צו רעכענען פראפערטי שטייער פון רעליגיעזע אינסטיטוציעס

ב' בא פ״א

אלץ ביישפיל האט ער אנגעוויזן אויף אן אפארטמענט בילדינג פון קאלאמביע אוניווערסיטעט וועלכע צאלט נישט קיין שטייער, זאגענדיג, אז עס האט נישט קיין שום זין אז אזא געביידע זאל נישט אריין צאלן אין די קאסטן וואס די סיטי געט אויס פאר פייערלעשער, פאליציי אא"וו.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/32683

עמער זען צו איין היימישע מוסד גייט אים שטיצן נאכן ארויסלייגן אזא פלאן, מ'רעדט דא פון שווערע געלטער לכאורה
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש.. זי טאר נישט וויסן

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך לפנות בוקר » דינסטאג ינואר 19, 2021 9:56 am

בעסער אזוי האט געשריבן:ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט יענג שלאגט פאר צו רעכענען פראפערטי שטייער פון רעליגיעזע אינסטיטוציעס

ב' בא פ״א

אלץ ביישפיל האט ער אנגעוויזן אויף אן אפארטמענט בילדינג פון קאלאמביע אוניווערסיטעט וועלכע צאלט נישט קיין שטייער, זאגענדיג, אז עס האט נישט קיין שום זין אז אזא געביידע זאל נישט אריין צאלן אין די קאסטן וואס די סיטי געט אויס פאר פייערלעשער, פאליציי אא"וו.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/32683

עמער זען צו איין היימישע מוסד גייט אים שטיצן נאכן ארויסלייגן אזא פלאן, מ'רעדט דא פון שווערע געלטער לכאורה

וואס הייסט? דער קאנסטעטושען לאזט נישט!
איך האב נארוואס געכאפט "א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט"

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך זיסע פיש » דינסטאג ינואר 19, 2021 10:08 am

בעסער אזוי האט געשריבן:ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט יענג שלאגט פאר צו רעכענען פראפערטי שטייער פון רעליגיעזע אינסטיטוציעס

ב' בא פ״א

אלץ ביישפיל האט ער אנגעוויזן אויף אן אפארטמענט בילדינג פון קאלאמביע אוניווערסיטעט וועלכע צאלט נישט קיין שטייער, זאגענדיג, אז עס האט נישט קיין שום זין אז אזא געביידע זאל נישט אריין צאלן אין די קאסטן וואס די סיטי געט אויס פאר פייערלעשער, פאליציי אא"וו.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/32683

עמער זען צו איין היימישע מוסד גייט אים שטיצן נאכן ארויסלייגן אזא פלאן, מ'רעדט דא פון שווערע געלטער לכאורה

ער האט נעכטן זיך אויס געקלארט אז ער רעד נישט פון רעגעליעזע אינסטוטציעס, נאר פון פרייווטע אינסעטוטציעס
וידגו לרב בקרב הארץ.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג ינואר 19, 2021 10:29 am

eller האט געשריבן:פון דא"ד

דער געוועזענער דעמאקראטישער פּרעידענט קאנדידאט ענדרו יענג האט עמטליך אנגעפאנגען צו קאמפּיינען פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי דורך זיין אלטן צוזאג צו געבן פאר יעדן ניו יארקער א ”בעיסיק אינקאם“ פון 1,000$ א מאנאט. ”איך זע א קריזיס (אין ניו יארק) און כ‘גלויב אז איך קען העלפן“.


איינער ווייסט פון ווי ער גייט נעמען די $1000 יעדע חודש ?????
די סיטי באד זיך שוין עניוועי אין חובות.. און די סיטי קען דאך נישט פרינטן געלט.....


ער גייט העכערן טעקסעס. ממילא פון די $1,000 וועסטו באקומען נאר $500...
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], באגלייבט, טאוסטעד, סטיל טרייאינג, קיווי סטראבערי און 42 געסט