ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 5:37 pm

דאס זענען זיינע פאליסיס.
Capture.PNG
Capture.PNG (515.86 KiB) געזעהן 1835 מאל

Capture1.PNG
Capture1.PNG (577.31 KiB) געזעהן 1835 מאל

ער האט א קלארע מיינונג אויף אלעס.

ובתוכם מעדיקעיר פאל אלל, און ארויסלאזן אלע היימישע אידן פון תפיסה.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
-----
וואס איז די הייפ ארום באנאנו קאון, די ערשטע קאון וואס מען קען טרעידן בחינם... דא: שלום עליכם, מאכט אייך היימיש!

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 11:38 pm

עקסטערמיסטען האבען אייביג א "קלארע" מיינונג אויף אלעס, נאר די נארמאלע מעסיגע מענטשען דארפן זיך מיטשענען צו באלאנסירען צוויי קעגנזייטיגע זאכן.
איינער וואס האט א שטארקע ליבעראלע אג'ענדע איז זייער קלאר אז מ'דארפן געבן מעדיקעיר פאר אלל, איינער וואס איז אבער מער נארמאל דארף באלאנסירען צווישען די צורך צוצושטעלן גוטע העלט קעיר פאר יעדעם און נישט גנבענען נאך געלט פון שטייער צאלער.

בסד
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בסד » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 3:06 am

איז ער א גלויביגער?

מיין ארימע מיינונג איז א גלויביגער פאליטישען וועט ווייניגער טשעפענען רעליגיע. די עיקר פראבלעם מיט קאומא איז אז ער גלייבט נישט קיין רעליגיע.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 7:42 am

בסד האט געשריבן:איז ער א גלויביגער?

מיין ארימע מיינונג איז א גלויביגער פאליטישען וועט ווייניגער טשעפענען רעליגיע. די עיקר פראבלעם מיט קאומא איז אז ער גלייבט נישט קיין רעליגיע.

ווער איז מער רעליגיעז? ביידען אדער טראמפ?
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
-----
וואס איז די הייפ ארום באנאנו קאון, די ערשטע קאון וואס מען קען טרעידן בחינם... דא: שלום עליכם, מאכט אייך היימיש!

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 7:46 am

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:עקסטערמיסטען האבען אייביג א "קלארע" מיינונג אויף אלעס, נאר די נארמאלע מעסיגע מענטשען דארפן זיך מיטשענען צו באלאנסירען צוויי קעגנזייטיגע זאכן.
איינער וואס האט א שטארקע ליבעראלע אג'ענדע איז זייער קלאר אז מ'דארפן געבן מעדיקעיר פאר אלל, איינער וואס איז אבער מער נארמאל דארף באלאנסירען צווישען די צורך צוצושטעלן גוטע העלט קעיר פאר יעדעם און נישט גנבענען נאך געלט פון שטייער צאלער.

אינטערעסאנט אז ספעיס פארס און פארמער סובסידיעס איז נישט קיין ״גניבה״ פון די שטייער צאלער.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
-----
וואס איז די הייפ ארום באנאנו קאון, די ערשטע קאון וואס מען קען טרעידן בחינם... דא: שלום עליכם, מאכט אייך היימיש!

לב בשר
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך לב בשר » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 8:52 am

בעריש'ל האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:איז ער א גלויביגער?

מיין ארימע מיינונג איז א גלויביגער פאליטישען וועט ווייניגער טשעפענען רעליגיע. די עיקר פראבלעם מיט קאומא איז אז ער גלייבט נישט קיין רעליגיע.

ווער איז מער רעליגיעז? ביידען אדער טראמפ?

טראמפ קוקט מער ארויף רעליגיע און קוקט אראפ עיטיעסטס, וביידען להיפך.

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 9:24 am

לב בשר האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:איז ער א גלויביגער?

מיין ארימע מיינונג איז א גלויביגער פאליטישען וועט ווייניגער טשעפענען רעליגיע. די עיקר פראבלעם מיט קאומא איז אז ער גלייבט נישט קיין רעליגיע.

ווער איז מער רעליגיעז? ביידען אדער טראמפ?

טראמפ קוקט מער ארויף רעליגיע און קוקט אראפ עיטיעסטס, וביידען להיפך.

נישט ריכטיג.

ביידען איז םול מער רעגליעז, גייט ערליך וועכענטליך אין קירכע, און איז באקאנט אלץ א גאר שטארק רעגליעזע מאן. בשעת ווען טראמפ טרעט קיינמאל נישט אריין אין א קירכע, און גלייבט גאר ווייניג אין סיי וואס העכערס.

צי טראמפ'ס פאלעסיס זענען מער גוט פאר רעליגיע ווי ביידען'ס? יא. אבער טראמפ איז בכלל נישט רעגליעז, בשעת ווען ביידען איז גאר שטארק רעגליעז און א שטארק גלויביגער.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
מקווה איד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3350
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 9:30 am

עכט היימיש האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:איז ער א גלויביגער?

מיין ארימע מיינונג איז א גלויביגער פאליטישען וועט ווייניגער טשעפענען רעליגיע. די עיקר פראבלעם מיט קאומא איז אז ער גלייבט נישט קיין רעליגיע.

ווער איז מער רעליגיעז? ביידען אדער טראמפ?

טראמפ קוקט מער ארויף רעליגיע און קוקט אראפ עיטיעסטס, וביידען להיפך.

נישט ריכטיג.

ביידען איז םול מער רעגליעז, גייט ערליך וועכענטליך אין קירכע, און איז באקאנט אלץ א גאר שטארק רעגליעזע מאן. בשעת ווען טראמפ טרעט קיינמאל נישט אריין אין א קירכע, און גלייבט גאר ווייניג אין סיי וואס העכערס.

צי טראמפ'ס פאלעסיס זענען מער גוט פאר רעליגיע ווי ביידען'ס? יא. אבער טראמפ איז בכלל נישט רעגליעז, בשעת ווען ביידען איז גאר שטארק רעגליעז און א שטארק גלויביגער.

נישט די ערשטע יוצא מן הכלל וואס טראמפ באווייזט, ניין ער גייט נישט און קירכע און יא ער רעספעקטירט גאר שטארק רעליגיע.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 9:30 am

אין אנדערע ווערטער, טראמפ גלייבט נישט אין עבודה זרה אבער גלייבט אין איין באשעפער אזויווי מ'הערט כסדר אין זיינע רעדעס, און ער רעספעקטירט שטארק מענטשן וואס האלטן זיך צו זייער רעליגיע א שטייגער ווי פרומע אידן וואס פאליטיש ברענגן זיי אים גארנישט ממשת'דיג

אונז אלס פרומע אידן טארן נישט ארויפקוקן אויף אזעלכע מענטשן ווי פענס און ביידען פארן זיין רעליגיעז, זיי גלייבן געהעריג אין עבודה זרה
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 9:32 am

ענק זענען אלע גערעכט. איך האב מיר נאר באצויגן צו דאס וואס איינער האט געשריבן אז זיין רעגליעז מיינט מער העלפן רעליגיע. דאס איז נישט אמת. און צו דאס וואס א צווייטער האט געשריבן אז טראמפ קוקט מער ארויף אויף רעליגיע ווי ביידען, וואס דאס איז ווייטער נישט אמת.

טראמפ רעספעקטירט רעליגיע, אבער מער ווי ביידען? ההמממ..
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 9:35 am

מ'קען שוין טוישן קעפל צו 'רעליגיעזע פאליטישנס'.. :lol:
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 9:43 am

עכט היימיש האט געשריבן:ענק זענען אלע גערעכט. איך האב מיר נאר באצויגן צו דאס וואס איינער האט געשריבן אז זיין רעגליעז מיינט מער העלפן רעליגיע. דאס איז נישט אמת. און צו דאס וואס א צווייטער האט געשריבן אז טראמפ קוקט מער ארויף אויף רעליגיע ווי ביידען, וואס דאס איז ווייטער נישט אמת.

טראמפ רעספעקטירט רעליגיע, אבער מער ווי ביידען? ההמממ..

די שאלה איז נאר וואס העלפט עס פאר רעליגיעזע מענטשן די פאקט אז ביידען רעספעקטירט רעליגיע, טראמפ האט געפייט פאר רעליגיעזע פרייהייט, געפייט אז שולן און קירכעס להבדיל זאלן הייסן עסענטשל, עמער זען, מעגליך אז ביידען וועט טון ענדליכע זאכן
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

בסד
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בסד » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 10:58 am

מיין קשיא איז נישט געווען ביידען אדער טראמפ.
לאמיר ארויסנעמען אונזער פאליטישע מיינונגען. מעיאר איז אונז שטארק נוגע, מער ווי די פרעזידענט. לאמיר טראכטן וואס איז אונזער טובה אלץ איד.

ליבעראל געשטימט איז גענויגט מער צו אומגלויביגקייט. (נישט אז ס'איז נישטא קיין גלויביגע ליבעראלער.) אומגלויביגקייט האט מער פאטענשעלס אונז שווערער צו מאכען דאס לעבן ח"ו. טאמער איז ער כאטש א גלויביגער, איז עס אביסל שכל'דיג צו טראכטן אז פאטענציאל וועט ער אונז ווייניגער שטיין אין וועג בעזהש"י.

יעצט איז די נושא איבער מעיאר אין נוי יארק סיטי. איז דארף מען אויסוועלן ציווישן די מיסט, און זוכן ווער איז די ווייניגסטע ליבעראל. פאר אונז איז ליבעראל א שטארקע פראבלעם. און טאמער איז ער נישט קיין גלויביגער, איז עס טאפעלטע פראבלעם. און טאמער איז ער א איד, א ליבעראלער איז עס א טריפעלטע פראבלעם.

(וועגן טראמפ אדער ביידען קען מען אויפמאכן א נייע אשכול...)
לעצט פאראכטן דורך בסד אום דינסטאג דעצמבער 29, 2020 11:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 11:02 am

בסד האט געשריבן:מיין קשיא איז נישט געווען ביידען אדער טראמפ.

ליבעראל געשטימט איז גענויגט מער צו אומגלויביגקייט. נישט אז ס'איז נישטא קיין גלויביגע ליבעראלער.

יעצט איז די נושא איבער מעיאר אין נוי יארק סיטי. איז דארף מען אויסוועלן ציווישן די מיסט, און זוכן ווער איז די ווייניגסטע ליבעראל, (נעם ארויס דיינע פאליטישע אונשויאינגען) פאר אונז איז ליבעראל א שטארקע פראבלעם. און טאמער איז ער נישט קיין גלויביגער, איז עס טאפעלטע פראבלעם. און טאמער איז ער א איד, א ליבעראלער איז עס א טריפעלטע פראבלעם.

(וועגן טראמפ אדער ביידען קען מען אויפמאכן א נייע אשכול...)

זאגסטו מעקס ראוז.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

בסד
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בסד » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 11:06 am

עכט היימיש האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:מיין קשיא איז נישט געווען ביידען אדער טראמפ.

ליבעראל געשטימט איז גענויגט מער צו אומגלויביגקייט. נישט אז ס'איז נישטא קיין גלויביגע ליבעראלער.

יעצט איז די נושא איבער מעיאר אין נוי יארק סיטי. איז דארף מען אויסוועלן ציווישן די מיסט, און זוכן ווער איז די ווייניגסטע ליבעראל, (נעם ארויס דיינע פאליטישע אונשויאינגען) פאר אונז איז ליבעראל א שטארקע פראבלעם. און טאמער איז ער נישט קיין גלויביגער, איז עס טאפעלטע פראבלעם. און טאמער איז ער א איד, א ליבעראלער איז עס א טריפעלטע פראבלעם.

(וועגן טראמפ אדער ביידען קען מען אויפמאכן א נייע אשכול...)

זאגסטו מעקס ראוז.

איך זאג נישט גארנישט.
מה טובו? ער איז א גלויביגער? ווי שטארק ליבעראל?

בסד
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בסד » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 11:11 am

דעבאטירן פאליטיק איז זייער שיין ביי פרעזידענט. דארט איז עס א ספארט.
ביי לאקאלע פאליטישענס איז קריטיש צו קוקען אויף אונזערע אינטערעסען און קריטיש צו וואוטען.
פאליסיס איבער שפיטעלער, חינוך ועוד איז זייער וויכטיג. מען קען נישט קוקן אויף לאקאלע עלעקשאנס ווי פרעזידענט עלעקשאנס.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 11:28 am

בסד האט געשריבן:מיין קשיא איז נישט געווען ביידען אדער טראמפ.
לאמיר ארויסנעמען אונזער פאליטישע מיינונגען. מעיאר איז אונז שטארק נוגע, מער ווי די פרעזידענט. לאמיר טראכטן וואס איז אונזער טובה אלץ איד.

ליבעראל געשטימט איז גענויגט מער צו אומגלויביגקייט. (נישט אז ס'איז נישטא קיין גלויביגע ליבעראלער.) אומגלויביגקייט האט מער פאטענשעלס אונז שווערער צו מאכען דאס לעבן ח"ו. טאמער איז ער כאטש א גלויביגער, איז עס אביסל שכל'דיג צו טראכטן אז פאטענציאל וועט ער אונז ווייניגער שטיין אין וועג בעזהש"י.

יעצט איז די נושא איבער מעיאר אין נוי יארק סיטי. איז דארף מען אויסוועלן ציווישן די מיסט, און זוכן ווער איז די ווייניגסטע ליבעראל. פאר אונז איז ליבעראל א שטארקע פראבלעם. און טאמער איז ער נישט קיין גלויביגער, איז עס טאפעלטע פראבלעם. און טאמער איז ער א איד, א ליבעראלער איז עס א טריפעלטע פראבלעם.

(וועגן טראמפ אדער ביידען קען מען אויפמאכן א נייע אשכול...)

שטארקע רייד
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

אוועטאר
הענדימען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 12:05 pm

בסד האט געשריבן:דעבאטירן פאליטיק איז זייער שיין ביי פרעזידענט. דארט איז עס א ספארט.
ביי לאקאלע פאליטישענס איז קריטיש צו קוקען אויף אונזערע אינטערעסען און קריטיש צו וואוטען.
פאליסיס איבער שפיטעלער, חינוך ועוד איז זייער וויכטיג. מען קען נישט קוקן אויף לאקאלע עלעקשאנס ווי פרעזידענט עלעקשאנס.

זייער ריכטיג
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 12:22 pm

בסד האט געשריבן:מיין קשיא איז נישט געווען ביידען אדער טראמפ.
לאמיר ארויסנעמען אונזער פאליטישע מיינונגען. מעיאר איז אונז שטארק נוגע, מער ווי די פרעזידענט. לאמיר טראכטן וואס איז אונזער טובה אלץ איד.

ליבעראל געשטימט איז גענויגט מער צו אומגלויביגקייט. (נישט אז ס'איז נישטא קיין גלויביגע ליבעראלער.) אומגלויביגקייט האט מער פאטענשעלס אונז שווערער צו מאכען דאס לעבן ח"ו. טאמער איז ער כאטש א גלויביגער, איז עס אביסל שכל'דיג צו טראכטן אז פאטענציאל וועט ער אונז ווייניגער שטיין אין וועג בעזהש"י.

יעצט איז די נושא איבער מעיאר אין נוי יארק סיטי. איז דארף מען אויסוועלן ציווישן די מיסט, און זוכן ווער איז די ווייניגסטע ליבעראל. פאר אונז איז ליבעראל א שטארקע פראבלעם. און טאמער איז ער נישט קיין גלויביגער, איז עס טאפעלטע פראבלעם. און טאמער איז ער א איד, א ליבעראלער איז עס א טריפעלטע פראבלעם.

(וועגן טראמפ אדער ביידען קען מען אויפמאכן א נייע אשכול...)

איך פארשטיי וואס דו זאגסט, און איך בין מחולק בין דיר, געב א קוק ווער עס מאכט די פראבלעמען פאר אידן אין מאנסי.





סורפרייז: די רעליגיעזע ריפאבליקענס נישט די אפיקורסישע ליבערעלס.


ווער האט אונז געראטעוועט פון מאסטער? א ליבערעל ביל דיבלאזיא.
ווער האט אונז געראטעוועט פון זיך מישן אין מציצה בפה? א ליבערעל ביל דיבלאזיא.
ווער האט זיך געוואלט אריימישן אין מצות מילה? דער ריפאבליקען מייקל בלומבערג.

סך הכל קומט מען צוריק צום אלטן, דער גלויביגער קריסט האט דיר פונקט אזוי ליב ווי דער בלמ אנהענגער.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
-----
וואס איז די הייפ ארום באנאנו קאון, די ערשטע קאון וואס מען קען טרעידן בחינם... דא: שלום עליכם, מאכט אייך היימיש!

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 12:38 pm

שעפעלע, בלומבערג האט מיט רעליגיע גארניקס, ער איז א פרייער ליבעראלער איד וואס האט פיינט די 'חסידים מיט
די שווארצע היטן' (כלשונו), ביזנעס גערעדט איז ער מער איינשטימיג מיט די רעפאבלקענס, און אויך ווען ס'קומט צו געזעץ צוליב דעם איז ער געווען א רעגיסטערט רעפאבליקן פאר א שטיק צייט

דו ווילסט לייקענען אז ליבעראלן טשעפענען אונזער רעליגיע? געזונטערהייט

די ראיה וואס דו ברענגסט פון מאנסי איז נישט גערעכט ווייל זיי טשעפענען נישט אונזער רעליגיע, ס'שמעקט זיי נישט די פאקט אז מיר צושפרייטן זיך

דו מישט אויס ליבשאפט מיט אידילאגיע, דער קריסט האט אונז נישט מער ליב ווי דעם בל"מ אנהענגער, זיין אידילאגיע שטימט מער מיט אונז אטאמאטיש קומט אויס אז זיי לאזן אונז מער צורוה
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 1:15 pm

Yang2020 האט געשריבן:א קורצע קליפ (אונטער 10 מינוט) פון יענג'ס רעדע ביי די DNC זומער מיטינג.

אין מיינע אויגן קוקט עס אויס ווי ער דרייט איבער א לאנגווייליגע, סקעפטישע און אומאינטערעסירטע ציבור צו נייגעריג, איבערגענומען און אויפגעהייטערט, אויף א וועג וואס קיינער פון די אנדערע רעדנערס דארט האט נישט באוויזן. איך בין נייגעריג צו הערן אויב האלט איינער אנדערש.

אויך איז אינטערעסאנט ווי ער געבט זיי אנצוהערן איבער הילערי קלינטאן, מער ווי איין מאל...

(דאס יא, זייענדיג א קורצע stump speech רעדט ער כמעט נאר פון זיינע באקאנטע נושאים, אויטאמאציע און דער פרידאם-דיווידענד. דאס פלאץ און צייט איז נישט געאייגנט פאר עפעס מער)

https://drive.google.com/file/d/1QmAArF ... sp=sharing

א באזונדערע דאנק פאר הרב איינס פארן כשר'ן דעם קליפ, און אוודאי פאר הרב טראמבאן פארן צושטעלן דעם ריכטיגן אדרעס.

בסד
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בסד » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 1:24 pm

יעדע גוי האט אונז פיינט. ביי יעדע גוי טריגערט זיין אויסברוך ערגעץ אנדערש. דער גוי אין שטאט האט אנדערע דאגות ווי מאנסי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך דעצמבער 30, 2020 12:22 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:א קורצע קליפ (אונטער 10 מינוט) פון יענג'ס רעדע ביי די DNC זומער מיטינג.

אין מיינע אויגן קוקט עס אויס ווי ער דרייט איבער א לאנגווייליגע, סקעפטישע און אומאינטערעסירטע ציבור צו נייגעריג, איבערגענומען און אויפגעהייטערט, אויף א וועג וואס קיינער פון די אנדערע רעדנערס דארט האט נישט באוויזן. איך בין נייגעריג צו הערן אויב האלט איינער אנדערש.

אויך איז אינטערעסאנט ווי ער געבט זיי אנצוהערן איבער הילערי קלינטאן, מער ווי איין מאל...

(דאס יא, זייענדיג א קורצע stump speech רעדט ער כמעט נאר פון זיינע באקאנטע נושאים, אויטאמאציע און דער פרידאם-דיווידענד. דאס פלאץ און צייט איז נישט געאייגנט פאר עפעס מער)

https://drive.google.com/file/d/1QmAArF ... sp=sharing

א באזונדערע דאנק פאר הרב איינס פארן כשר'ן דעם קליפ, און אוודאי פאר הרב טראמבאן פארן צושטעלן דעם ריכטיגן אדרעס.

דער רעדט גוט. ער האט א פיוטשער לדעתי.

ער האט צוויי הויפט מעלות. איינס, אז ער אדרעסירט ריעל פראבלעמען מיט זייער ארגינעלקייט און פרובירט דיר נישט צו קאנווינסן אז עס איז דא 'עפעס' א פראבלעם. מען קען 'שפירן' וואס ער זאגט.

צווייטנס, ער איז א סופער 'פאלישער'. דער פאלישט זיינע ווערטער אז עס זאלן נישט אויסזען לינק און ראדיקאל, אז עס גייט א רויעך. דאס איז פארוואס ער קומט ארויס אזוי מעסיג. אין געוויסע מענטשן.


איך וועל עגריען אז ער האט גוטע פוינטס אין געוויסע נושאים.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בעסער אזוי » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 9:03 am

ענדרו יענג איז אפיציעל אריין געשפרינגען אינעם פארמעסט!
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 9:05 am

איך האב א תאווה אז יענג זאל פארלירן צוליב רענקעד טשויס וואוטינג...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, Programming, באגלייבט, קוק אויף דיך אליינס, קלאצער און 42 געסט