טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: טראמפ, ווי גייט ער פין דא?

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג מאי 06, 2021 4:51 pm

Graphic24 האט געשריבן:
טאנץ 2 האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:א מאסיווע מאוומענט פון קרוב צו אהאלב לאנד האט ער אין זיין קעשענע! נישט אין די פארטיי'ס קעשענע, דאס זענען אלע פארגלייבטע אין אים! דאס איז עפעס וואס קיינער קען נישט ווארפן אונטערן באס, און דאס גייט אסאך שפילן א ראלע די קומענדיגע יארן אין די אמעריקאנע פאליטיק בפרט, און אין די רעגירונג בכלל.

איך געב א 99% שאנס אז ער עפענט א אייגענע סאושעל מידיא און בראוקעסט נעץ.

100% ;l;p-

%100 אויף זיין %99? אדער דו קריגסט דיך לגמרי?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג מאי 06, 2021 5:51 pm

צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@צל מען קען נישט. וועסט זען, מיט די סארט ביהעוויער אן א נארמאלן מעסעדזש, גייט ער נישט קענען אנהאלטן.

דא קומט רוביא = (ווישפול) [אנבעיסד] טינקינג אז טראמפ האט נישט ראדני, אריין.

עס האט די זעלבע בעיסעס ווי די וועג וויאזוי דו לערנסט אפ טראמפ. דער חילוק צווישן מיר און דיר איז אז דיינע טינקינגס זענען שוין צוויי מאל אויפגעוויזן צו זיין אומקארעקט. רוביא האט פארלוירן, און טראמפ האט פארלוירן אין 2020 וויבאלד ער האט זיך זעלבסט אפגעלערנט דאן אזוי ווי דו לערנסט אים אפ..
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מאי 06, 2021 6:23 pm

מיי פרענד, א שיינע פאר טראמפיסטן אין אנדערן אשכול זענען גאר שטארק מסכים צו מיין אנאליז אויף טראמפיזם.

משא"כ איר ווייסט נאך נישט וואס זיין פלאטפארמע איז...

איר האט געוויינט פאר די וואלן אז - אנדערש ווי אין 2016 - האט ער נישט קיין מעסעדזש אויף וואס ער לויפט, ער האט געהאט 11 מיליאן מער שטימען...

אוי ווי ער האט געהאט א מעסעדזש.

אה, און זאג מיר נישט יעצט אז מיין טינקינג איז אפגעפרעגט מיט דעם וואס טראמפ האט פארלוירן, ווייל איך האב נישט געהאלטן אז ער גייט געווינען.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

לפי עניות דעתי
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך לפי עניות דעתי » דאנארשטאג מאי 06, 2021 6:52 pm

וואו ער גייט?
מסתבר איז ער גייט לויפן
טאמער לויפט ער גייט ער לכאורה געווינען דו נאמינאציע
מעגליך אז ער גייט אויך געווינען א פרישן טערמין

און נארמאלערהייט גייט ער ווערן אימפיעטשד נאך א דריי פיר מאל

ימים ידברו
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג מאי 06, 2021 7:05 pm

צל עובר האט געשריבן:מיי פרענד, א שיינע פאר טראמפיסטן אין אנדערן אשכול זענען גאר שטארק מסכים צו מיין אנאליז אויף טראמפיזם.

משא"כ איר ווייסט נאך נישט וואס זיין פלאטפארמע איז...

מיין נקודה איז נישט אז איך ווייס נישט. מיין נקודה איז אז אויב האט ער, קאמפיינט ער נישט דערויף.
איר האט געוויינט פאר די וואלן אז - אנדערש ווי אין 2016 - האט ער נישט קיין מעסעדזש אויף וואס ער לויפט, ער האט געהאט 11 מיליאן מער שטימען...

אוי ווי ער האט געהאט א מעסעדזש.
וועלכע?
ביידען האט אויך געהאט מער שטימען ווי אבאמא. ביידען איז מער פאפולער ווי אבאמא? אוודאי נישט. נאר די מעיל אין שטימען. ביי טראמפ אויך. מיט מעסעדזש וואס קאנעקט באמת צו מענטשן, אנשטאט זיין נאר ביזי מיט פערסאנעל אטאקעס, וואלט ער געוואונען מיט פיל מער פון 11 מיליאן שטימען.
אה, און זאג מיר נישט יעצט אז מיין טינקינג איז אפגעפרעגט מיט דעם וואס טראמפ האט פארלוירן, ווייל איך האב נישט געהאלטן אז ער גייט געווינען.

איך רעד שטייטצעך פון דיין טינקינג אויף טראמפ און זיין סופארט.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מאי 06, 2021 7:20 pm

1)ער קאמפיינט יא אויף זיין מעסעדזש וואס איך שרייב דארט, און דער עולם עגריעט אינגאנצן אדער למחצה לשליש ולרביע.
זעהט מיר אויס אז - טו סאם עקסטענט - די פלאטפארמע/מעסעדזש איז כדהלן, איך קען באשטיין צו הערן אויב דער עולם עגריעט:
דאנעלד טראמפ איז דער איינציגסטער וואס איז דא ארויסצוהעלפן "ווי דע פיפאל" און נישט די גרויסע פריצים, און מהאי טעמא איז "דער סיסטעם" אים אזוי אויסן אונטערצוברענגען, נישט ווייל זיי האבן אים פיינט, נאר ווייל זיי האבן פיינט "ווי דע פיפאל", און א גרויסע חלק פון דעם כהיום איז אז דער סיסטעם איז געגאנגען עד כדי כך צו בארויבן די וואלן אינמיטן העלן טאג פון ווי דע פיפאל.


2)איך האלט אנדערשט ווי אייך בנוגע ביידן. עיין ערך די אומנארמאלע פריימערי טוירנאוט אין ווירדזשיניע נאך פאר קאוויד, וואס דאס האט געמאכט ידידינו ר'@שלמה אייזעהן אז ביידן איז גאר א גוטער קאנדידאט קעגן טראמפ. טראמפ איז דער גרעסטער טוירנאוט אפאראט אויף ביידע זייטן, אין 2018 און אין 2020, האפענטליך אויך אין 2022. גארנישט מיט קיין מעיל אין בעלאטס.

די מיט וועם טראמפ האט נישט קאנעקטעד, קען ער נישט קאנעקטן נאר אויב טוישט "זיך" אינגאנצן, ארויסגעברענגט זיין עולם האט ער די מאקסימום.

3) מיין טינקינג אויף טראמפ און זיין סופארט איז נאכנישט געווארן אפגעפרעגט קיין צוויי מאל, ווייל איך האלט נישט אז ער וועט אזוי געווינען אין 2024 אויך נישט - אבער יא אנהאלטן די מאוומענט/חסידות כאטש ביז דעמאלטס, וואס פון דעם רעד איך דארט - און איין מאל אויך נישט ממש. (איך האב נישט געהאלטן אין די 2016 פריימערי סיזען אז די טראמפ שטיצע אין די אנקעטעס איז פעיק און מיינט גארנישט, נאר איך האב זיך איינגערעדט אז מען וועט קענען מאחד זיין די קעגנער..)
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג מאי 06, 2021 8:02 pm

צל עובר האט געשריבן:1)ער קאמפיינט יא אויף זיין מעסעדזש וואס איך שרייב דארט, און דער עולם עגריעט אינגאנצן אדער למחצה לשליש ולרביע.

די סיבה פארוואס דער עולם האלט זיך מיט טראמפ, איז וויבאלד ער האט געברענגט די איידיע. קיינער האלט נישט פון טראמפ ווייל ער הייסט טראמפ. אויב וועט א צווייטער נעמען די איידיע אויפ'ן זעלבן וועג, וועט ער שנעל אונטערגיין.
די מיט וועם טראמפ האט נישט קאנעקטעד, קען ער נישט קאנעקטן נאר אויב טוישט "זיך" אינגאנצן, ארויסגעברענגט זיין עולם האט ער די מאקסימום.

דא דיסעגריען מיר. טראמפ נאך זיינע סוקסעספולע פיר יאר, האט צובאקומען פילע פילע שטיצער. ווען ער קאמפיינט ווען ווייטער אויף סיי אויף זיין סוקסעס און סיי אויף זיין מעסעדזש איבער וואס ער שטעלט פאר פאר די פיוטשער און נישט נאר אויף אטאקירן דעם קעגנער, וואלט ער באקומען אן א שיעור מער שטיצער.

איך גיי דיר אביסל מסביר זיין טראמפיזם. דו האסט עס נישט ארויס.

2015: טראמפ איז נאך קיין רבי נאך נישט געווען און קיין חסידות נישט געהאט. דער איד אנאסירט זיין קאנדידאטור, לאזט זיך הערן ביי ראליס ביי אינטערוויוס וכדו'. דער עולם הויבט אן הערן זיין מעסעדזש, דער עולם גייט דערפאר, און מאכן אפ יהי' מה שיהי', דער איז מיין קאנדידאט. ער קען רעדן וויפיל שטותים ער וויל, מענטשן זענען מער אינטערסירט אין זיין איידיע, זיי גייען דערפאר, וואס גייט זיי אן אז ער מאכט זיך נער'יש.

אזוי לויפן דורך פיר יאר אין ווייסן הויז. ווען ער איז מער ווייניגער געפארן אויף דעם מהלך אויף וואס ער איז געלאפן. מיט דער צייט ווערט דער עולם אזוי פארקויפט פאר דעם מענטש וואס האט אונז געברענגט דאס וואס מיר האבן אזוי געוואלט באקומען. אז א גרויסער טייל פון דעם ציבור הויבט אביסל אן פארגעסן פון דעם חפצא וואס ער האט געברענגט צום טיש. אנשטאט איז מען זיך מדבק אין דעם גברא. טראמפ זעלבסט דערשפירט דאס, און הויבט אויך צו ווערן צו זיכער מיט 'זיך'.

אין רעזולטאט פון דעם איז ער זיך מתרשל אין 2020, ביים לויפן פאר פרעזידענט, פון ווייטער טראגן זיין איידיע. אנשטאט איז נאר ביזי חוזק צו מאכן און אראפרייסן דעם קעגנער. יא, ביים צווייטן דעבאטע איז ער אריינגעקומען גאר קלאר. אבער אין די דעבאטע האט מען בעיסיקלי דעבאטירט זיין פּעסט, וואס ער האט אויפגעטון - גוט אדער שלעכט - אלס פרעזידענט. ממילט האט ער דארט געקענט אריינקומען שטארק. אבער מער ווייניגער איז זיין קאמפיין געווען בעיסד אויף "ווער האט געבויעט די קעידזשעס", "סליפי ביידען", "וואו ביזסטו געווען די גאנצע 47 יאר ביז יעצט" און נאך אזאנע סלאגאנען, וואס זענען זייער גוט פאר מארקעטינג, אבער נאר ווען דו האסט א אייטעם צו פארקויפן פאר'ן ציבור. קיין איין געשעפט האט נאכנישט מצליח געווען דורך בלויז זיך ברענדן אלס דער בעסערער פון דעם קאמפיטישאן.

איי ווי קומסטו מיר זאגן אז טראמפ איז אן איידיע און אז דער עולם גייט נישט אין פייער פאר אים אויב איז מתרשל פון ברענדן זיין געדאנק. הלמאי איך זע דאך אז זיין עולם איז פעסט מיט אים, אפילו ער פארקויפט נאר דאס אויבנדערמאנטע?

דער ענטפער איז, אז איה"נ, ווי געשריבן, זיין עולם איז געווארן פארקויפט פאר אים, אלס די איידיע וואס ער האט געברענגט. ממילא האלט זיי זיך אן אין אים. אבער עס איז קלאר נישט מיט דעם זעלבן ענטוזיאזם ווי אמאל. יא זיינע שטיצער זענען געווען ענטוזיאסטיש. אבער די זענען שוין געווען שטיצער פון פארדעם, אז א שטיצער איז ענטוזיאסטיש בשעת א קאמפיין איז נישט אזא גרויסע ראי'. די קונץ זיינע אין 2016 איז אז ער האט געמאכט מענטשן ווערן זיין ענטוזיאסטישע שטיצער. און אין 2020 מיט זיין רעפוטאציע אלס פרעזידענט פלאס אזא מעגא קאמפיין מעסעדזש ווי אין 2015 וואלט דער מענטש געדארפט ראקן.

מיט א עטיטוד פון בלויז אטאקירן אן קומען מיט א סובסטענס פלאן פאר דאס לאנד, וועט זיך די שטיצע היפש אפקילן.

ווער עס פארשטייט פארשטייט.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך עפעס אנדערש » דאנארשטאג מאי 06, 2021 11:08 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:מיט א עטיטוד פון בלויז אטאקירן אן קומען מיט א סובסטענס פלאן פאר דאס לאנד, וועט זיך די שטיצע היפש אפקילן.

איך פארשטיי נישט פארוואס דו זאגסט אז ער איז געלאפן אן א מעסידזש.
ווען עס קומט צו פארן די טייערסטע מאדעל קאר, און א רייך געקליידעטע מאן שפאצירט ארויס דערפון, דארפסטו אז יענער זאל אויסרופן הויעך: רבותי איך בין א מולטי מיליאנער?
יעדער זעט דאס אליינ'ס. קיינער דארף דאס נישט זאגן.
ווען עס קומט ארויס איינער פון א טעקסי, אנגעטון פשוט, דארף ער ווייזן פאר די עולם, קוקטס דאס אלעס איז מיינ'ס.

2020 האט טראמפ געהאלטן נאך פיר סוקסעספולע יארן, ווי ער האט געטון דאס וואס ער האט געזאגט אז ער גייט טון. ער האט דעליווערט וואס אלע אלע האבן געזאגט אז עס איז דמיונות. דארף ער שטיין אין שרייען: רבותי דאס און דאס איז מיין מעסידזש? יעדער ווייסט דאס.
ער האט זיך געקענט ערלויבן צו אויפהייטערן די געמיטער פון זיינע שטיצער מיט זאגן: קוקטס אן דעם אלטען זעצער וואס קומט דא צו פארן מיט א 47 יאריגע אלטע קאר. דער גייט זיין ענקער פרעזידענט? סיריעסלי?

און אויסער דעם, ביי זיינע ראליס אין פארנט פון די טויזענטע באטייליגטע האט ער יא כסדר ארויסגעברענגט וואס ער האט געטון.

סוי ווייס איך נישט פון וועלכע נישט מעסידזש דו רעדסט.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מאי 07, 2021 12:51 am

גענוג פאליטיקאנטן האבן שוין געווינען אלס בעסער ווי יענער, אין אנדערע ווערטער, די לעסער אף דע טו איוועלס.

און טאקע סיי טראמפ אין 2016 האט געווינען אלס בעסער ווי קלינטאן, און סיי ביידן אין 2020 האט געווינען אלס בעסער ווי טראמפ.

עד כאן איז 100% אנדינייעבל אנגענומענע פאקטן. (דאס הייסט אז מוצאי 2016 וואלן האט דאס יעדער געוואוסט בנוגע טראמפ, קען זיין אז מאנכע האבן שוין געטשוזט עס צו פארגעסן, און מוצאי 2020 האט דאס יעדער געוואוסט לגבי ביידן, חוץ מעגליך אן ארכי בלינדער ביידעניסט.)


מכאן ואילך איז מיין אנאליז.


פאר טראמפ צו געווינען אין 2020, האט ער געדארפט האבן ווי מער מענטשן וואס זאלן פיינט האבן ביידן, אדער האלטן אז א פרעזידענט ביידן וועט זיין א חורבן פאר אמעריקע. און אויף דעם האט ער געארבעט, און מצליח געווען היפש מער ווי איך וואלט געוואלט, אבער אביסעלע ווייניגער ווי ער האט געדארפט צו געווינען.

ווייל צו האבן די נויטיגע פראצענט מענטשן זאלן ליב האבן טראמפ, איז געווען אוממעגליך, אוממעגליך אין 2016, אוממעגליך אין 2020, און בפשטות אויך אוממעגליך אין 2024.

פייער לטובת א קאנדידאט, ברענגט ארויס אבאמע 08 לעוועל טוירנאוט, פייער אנטקעגן דעם שונא, אה, דאס ברענגט שוין ארויס נאך מער, דאס איז שוין 2020 לעוועל טוירנאוט. (ועין ערך די ריזן טוירנאוט אין 2018 פאר די מעיל אין בעלאטס, 2020 פריימערי פאר קאוויד.)


מאיזה סיבה שהוא וויל ידידינו נישט אנערקענען דעם מציאות אז העיט איז שטארקער ווי לאוו אויף די וועלט.


טראמפיזם איז געבויט - איך ווייס נישט אויב טראמפ איז אזוי קלוג, אדער עס איז אים געלונגען - אז איך האב ליב טראמפ, ווייל ער פייט די וועם איך האב פיינט ווייל זיי האבן מיר פיינט. אזוי האט ער ביידע מעלות. דאס איז בעצם אין אנדערע ווערטער דאס וואס איך האב געשריבן אין אנדערן אשכול.
דאנעלד טראמפ איז דער איינציגסטער וואס איז דא ארויסצוהעלפן "ווי דע פיפאל" און נישט די גרויסע פריצים, און מהאי טעמא איז "דער סיסטעם" אים אזוי אויסן אונטערצוברענגען, נישט ווייל זיי האבן אים פיינט, נאר ווייל זיי האבן פיינט "ווי דע פיפאל", און א גרויסע חלק פון דעם כהיום איז אז דער סיסטעם איז געגאנגען עד כדי כך צו בארויבן די וואלן אינמיטן העלן טאג פון ווי דע פיפאל.


אה, און נאך איין זאך, טראמפ איז יא געווען א חסידות אין 2016, אמת אז נישט ביי יעדן, גרויס טייל האבן געשטימט פאר אים אין די פריימעריס אדער דזשענעראל אלס דער לעסער אף דע איוועלס, און טייל אפילו אויף ווייל זיי האבן געקויפט וואס ער האט פארקויפט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג מאי 07, 2021 11:42 am

טראמפ קען נישט געוואונען מיט א מעסעדזש אז ער איז בעסער פון יענעם, פיריעד.

צו דיין איבריגע טייל אנאליז, קען איך אזויפיל זאגן, אז דו האסט נישט ארויס טראמפ און זיין שטיצע וואס ער האט.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג מאי 07, 2021 11:43 am

עפעס אנדערש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:מיט א עטיטוד פון בלויז אטאקירן אן קומען מיט א סובסטענס פלאן פאר דאס לאנד, וועט זיך די שטיצע היפש אפקילן.

איך פארשטיי נישט פארוואס דו זאגסט אז ער איז געלאפן אן א מעסידזש.
ווען עס קומט צו פארן די טייערסטע מאדעל קאר, און א רייך געקליידעטע מאן שפאצירט ארויס דערפון, דארפסטו אז יענער זאל אויסרופן הויעך: רבותי איך בין א מולטי מיליאנער?
יעדער זעט דאס אליינ'ס. קיינער דארף דאס נישט זאגן.
ווען עס קומט ארויס איינער פון א טעקסי, אנגעטון פשוט, דארף ער ווייזן פאר די עולם, קוקטס דאס אלעס איז מיינ'ס.

2020 האט טראמפ געהאלטן נאך פיר סוקסעספולע יארן, ווי ער האט געטון דאס וואס ער האט געזאגט אז ער גייט טון. ער האט דעליווערט וואס אלע אלע האבן געזאגט אז עס איז דמיונות. דארף ער שטיין אין שרייען: רבותי דאס און דאס איז מיין מעסידזש? יעדער ווייסט דאס.
ער האט זיך געקענט ערלויבן צו אויפהייטערן די געמיטער פון זיינע שטיצער מיט זאגן: קוקטס אן דעם אלטען זעצער וואס קומט דא צו פארן מיט א 47 יאריגע אלטע קאר. דער גייט זיין ענקער פרעזידענט? סיריעסלי?

און אויסער דעם, ביי זיינע ראליס אין פארנט פון די טויזענטע באטייליגטע האט ער יא כסדר ארויסגעברענגט וואס ער האט געטון.

סוי ווייס איך נישט פון וועלכע נישט מעסידזש דו רעדסט.

ווען מען לויפט פאר פרעזידענט, איז נישט גענוג ארויסצוקומען פון קאר און זיך באווייזן.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש מאי 08, 2021 11:08 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:טראמפ קען נישט געוואונען מיט א מעסעדזש אז ער איז בעסער פון יענעם, פיריעד.

צו דיין איבריגע טייל אנאליז, קען איך אזויפיל זאגן, אז דו האסט נישט ארויס טראמפ און זיין שטיצע וואס ער האט.

טראמפ האט פאקטיש געווינען אין 2016 (די איינציגסטע מאל וואס ער האט געווינען אלגעמיינע וואלן כל ימיו דערווייל...) אויף דעם אז ער איז בעסער ווי קלינטאן.

ער האט געווינען דורך האבן א ריזיגע רוב פון די מענטשן וואס האבן פיינט געהאט ביידע קאנדידאטן.

דאס איז א פאקט, נישט קיין סברה.


חלק ב' שרייבסטו דאך אליינס אז מיר האלטן אנדערש, סוי וויל עגרי טו דיסעגרי.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך עציץ נקוב » מוצ"ש מאי 08, 2021 11:59 pm

די RNC שרייבט אז טראמפ פלאנט צירוק אנהייבן זיינער רעליס
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

איש חמודות
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך איש חמודות » זונטאג מאי 09, 2021 12:23 am

צל עובר האט געשריבן:ער האט געווינען דורך האבן א ריזיגע רוב פון די מענטשן וואס האבן פיינט געהאט ביידע קאנדידאטן.

דאס איז א פאקט, נישט קיין סברה.

ער האט פאקטיש נישט געהאט קיין ריזיגע רוב, אויך נישט קיין קליינע רוב.
פארקערט גאר, רוב אמעריקאנער האבן געשטימט פאר קלינטאן, און ווען מ'קוקט ווען בלויז אויף דעם אליין וואלט זי געווען פרעזידענט.

נאר וואס'זשע דען, ער האט געווינען מער עלעקטארל'ס, און דאס האט אים געמאכט פאר פרעזידענט.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך עפעס אנדערש » זונטאג מאי 09, 2021 12:38 am

איש חמודות האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ער האט געווינען דורך האבן א ריזיגע רוב פון די מענטשן וואס האבן פיינט געהאט ביידע קאנדידאטן.

דאס איז א פאקט, נישט קיין סברה.

ער האט פאקטיש נישט געהאט קיין ריזיגע רוב, אויך נישט קיין קליינע רוב.
פארקערט גאר, רוב אמעריקאנער האבן געשטימט פאר קלינטאן, און ווען מ'קוקט ווען בלויז אויף דעם אליין וואלט זי געווען פרעזידענט.

נאר וואס'זשע דען, ער האט געווינען מער עלעקטארל'ס, און דאס האט אים געמאכט פאר פרעזידענט.

מען האלט דא אין איין איבערזאגן די נארישע סטעיטמענט, איינמאל און נאכאמאל.
אויב דאס איז די וועג וויאזוי מען דארף געווינען די וואלן אין אמעריקא, איז דאס די רוב אויף וואס מען קוקט. דו מעגסט עס אפשר נישט ליב האבן, אבער דאס איז די פאקט וויאזוי די עלעקשען סיסטעם איז אויסגעשטעלט. סאו צו האלטן אין איין איבערזאגן די נארישע סטעיטמענט איז ממש קאמיש מיטצוהאלטן.

איז ווען אומער מען רעדט פון געווינען רוב, נעם דיך אריין אין קאפ אז מען רעדט פון רוב עלעקטארעלס.
דו ווייסט אז אסאך רעפאבליקאנע און אינדיפענדענטס פון קאליפארניע און ניו יארק ודוגמתה וואס ווייסן אז זייער סטעיט גייט סייווי צו די דעמאקראט, גייען בכלל נישט שטימען, פארוואס די אומזיסטע טירחה. סאו צו ברענגען אן ארגומענט אז איינער האט מער אדער ווייניגער אקטועלע שטימען, איז אבסורד.

איש חמודות
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך איש חמודות » זונטאג מאי 09, 2021 12:47 am

עפעס אנדערש האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ער האט געווינען דורך האבן א ריזיגע רוב פון די מענטשן וואס האבן פיינט געהאט ביידע קאנדידאטן.

דאס איז א פאקט, נישט קיין סברה.

ער האט פאקטיש נישט געהאט קיין ריזיגע רוב, אויך נישט קיין קליינע רוב.
פארקערט גאר, רוב אמעריקאנער האבן געשטימט פאר קלינטאן, און ווען מ'קוקט ווען בלויז אויף דעם אליין וואלט זי געווען פרעזידענט.

נאר וואס'זשע דען, ער האט געווינען מער עלעקטארל'ס, און דאס האט אים געמאכט פאר פרעזידענט.

מען האלט דא אין איין איבערזאגן די נארישע סטעיטמענט, איינמאל און נאכאמאל.
אויב דאס איז די וועג וויאזוי מען דארף געווינען די וואלן אין אמעריקא, איז דאס די רוב אויף וואס מען קוקט. דו מעגסט עס אפשר נישט ליב האבן, אבער דאס איז די פאקט וויאזוי די עלעקשען סיסטעם איז אויסגעשטעלט. סאו צו האלטן אין איין איבערזאגן די נארישע סטעיטמענט איז ממש קאמיש מיטצוהאלטן.

איז ווען אומער מען רעדט פון געווינען רוב, נעם דיך אריין אין קאפ אז מען רעדט פון רוב עלעקטארעלס.
דו ווייסט אז אסאך רעפאבליקאנע און אינדיפענדענטס פון קאליפארניע און ניו יארק ודוגמתה וואס ווייסן אז זייער סטעיט גייט סייווי צו די דעמאקראט, גייען בכלל נישט שטימען, פארוואס די אומזיסטע טירחה. סאו צו ברענגען אן ארגומענט אז איינער האט מער אדער ווייניגער אקטועלע שטימען, איז אבסורד.

ער האט געשריבן רוב "מענטשן" און דאס איז נישט אמת.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 09, 2021 4:19 am

איש חמודות האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ער האט געווינען דורך האבן א ריזיגע רוב פון די מענטשן וואס האבן פיינט געהאט ביידע קאנדידאטן.

דאס איז א פאקט, נישט קיין סברה.

ער האט פאקטיש נישט געהאט קיין ריזיגע רוב, אויך נישט קיין קליינע רוב.
פארקערט גאר, רוב אמעריקאנער האבן געשטימט פאר קלינטאן, און ווען מ'קוקט ווען בלויז אויף דעם אליין וואלט זי געווען פרעזידענט.

נאר וואס'זשע דען, ער האט געווינען מער עלעקטארל'ס, און דאס האט אים געמאכט פאר פרעזידענט.


זעהט אויס אז איר האט נישט געליינט מיין תגובה.

צווישן די חלק מענטשן וואס האבן פיינט געהאט ביידע, האט טראמפ געהאט א ריזיגע רוב.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג מאי 09, 2021 11:51 am

צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:טראמפ קען נישט געוואונען מיט א מעסעדזש אז ער איז בעסער פון יענעם, פיריעד.

צו דיין איבריגע טייל אנאליז, קען איך אזויפיל זאגן, אז דו האסט נישט ארויס טראמפ און זיין שטיצע וואס ער האט.

טראמפ האט פאקטיש געווינען אין 2016 (די איינציגסטע מאל וואס ער האט געווינען אלגעמיינע וואלן כל ימיו דערווייל...) אויף דעם אז ער איז בעסער ווי קלינטאן.

ער האט געווינען דורך האבן א ריזיגע רוב פון די מענטשן וואס האבן פיינט געהאט ביידע קאנדידאטן.

דאס איז א פאקט, נישט קיין סברה.



אפשר לערנסטו מיר אויס דעם טעקניק וויאזוי מען מאכט פון א סברא, א פאקט? אויב שוין יא, מיין פאקט איז, אז טראמפ האט געוואונען א דאנק זיין מעסעדזש.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 09, 2021 2:24 pm

דער פאקט איז נובע פון דעם וואס רוב אמעריקע האט געזאגט אז זיי האבן פיינט ביידע קאנדידאטן, און רוב פון די וואס האבן געזאגט אז זיי האבן פיינט ביידע קאנדידאטן, האבן געזאגט אז געשטימט פאר טראמפ.


און אויב מען רעדט שוין פון ווי מען נעמט פאקטן, פון וואנעט נעמסטו דאס: צו דיין איבריגע טייל אנאליז, קען איך אזויפיל זאגן, אז דו האסט נישט ארויס טראמפ און זיין שטיצע וואס ער האט. ע"כ, ווער זאגט דיר ווער עס האט נישט ארויס? ובפרט אז א שיינע פאר טראמפיסטן דא שטימען צו צו יענעם אנאליז, און דער מיט וועם דו רעדסט האט בדרך כלל היפש גוטע פרעדיקשנס פון וואלן?

נישט אז מען קען נישט האבן אנדערע מיינונגען, איך בין נאר נייגעריג פון ווי די זיכערקייט קומט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: טראמפ, וואו גייט ער פון דא?

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מאי 09, 2021 3:40 pm

צל עובר האט געשריבן:וואס פארדינט ער פון ליגנערן דא?


וואס האט ער פארדינט פון דרייען א קאפ פון די ערשטע מינוט?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 16368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מאי 09, 2021 8:14 pm

צל עובר האט געשריבן:
טראמפיזם איז געבויט - איך ווייס נישט אויב טראמפ איז אזוי קלוג, אדער עס איז אים געלונגען - אז איך האב ליב טראמפ, ווייל ער פייט די וועם איך האב פיינט ווייל זיי האבן מיר פיינט. אזוי האט ער ביידע מעלות. דאס איז בעצם אין אנדערע ווערטער דאס וואס איך האב געשריבן אין אנדערן אשכול.


קורץ, שטארק, און צום פינטל!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ads..com, Jhon, Toyota, א קאנאדער, אבי.גערעדט, ממי_שאמרו, עירמאנט'ער, ר' זעקל און 75 געסט