ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 14, 2021 12:20 am

אדער האו עבאוט ס'קומט גראבע סלאש פאנדס קיין ניו יארק

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 14, 2021 9:22 am

טשעכיי טראגט אן צו דינען אלץ גאסטגעבער פאר א מעגליכע ביידען/פוטין סאמיט אין פראג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 14, 2021 9:23 am

אומפארטייאישע גרופע פון קאנגרעס געלאדנט פאר געשפרעכן אין ווייסן הויז מיט שטאב הויפט ראן קלעין און ריטשעטי איבער אינפראסטרוקטור

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 14, 2021 9:24 am

פרעזידענט ביידען וועט היינט באגלייטן זיין פרוי צו א מעדיצינישע באזוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 14, 2021 11:33 am

ביידען אדמיניסטראציע וועט שטיצן דאס פארלענגערן א טראמפ ערא פאליסי איבער פענטאנעל טראץ קריטיק פון די אמעריקען סיוויל ליבערטיס יוניאן וועלכע זעען עס אלץ א טריט צוריק פון ביידען אין צו זיין אמאליגע שטרענגע דראג שטעלונגען

סענאטאר מענשין איז יא אין שטיצע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 14, 2021 11:38 am

פרעזידענט ביידען וועט מעלדן דאס אהיימברענגן די טרופן פון אפגאניסטאן פון די ווייסע הויז טריטי צימער פון וואו פרעזידענט בוש האט געמאלדן די אנהויב פון מיליטערישע אפעראציעס אין אפגאנסיטאן מיט צוואנציג יאר צוריק

דער פרעזידענט וועט זאגן אז אמעריקא איז שוין אנוועזנד אין אפגאניסטאן אונטער פיר אדמיניסטראציעס, צוויי דעמאקראטישע און צוויי רעפובליקאנע און ער זוכט עס נישט ווייטער איבערצוגעבן פאר א פיפטע

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך אפריל 14, 2021 11:49 am

כאפצעם האט געשריבן:דע בריוו מיטן זיגל ברענגט מיר ארויף קאשמארן פון די טראמפ יארן. יא אינווייטעט, נישט אינווייטעט, רעסענדעד דעם אינווייטמענט, שאטדאון, פליגער קענסעלעישאן...

יוש געווען צייטן

ביזסטו נישט געווען דער וואס האט געשריבן אז אינטער טראמפ איז געווען א מחיה צו זיין אין די רעזיסטענס..?

עסקונג פאר עי פרענד..
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 14, 2021 12:23 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:דע בריוו מיטן זיגל ברענגט מיר ארויף קאשמארן פון די טראמפ יארן. יא אינווייטעט, נישט אינווייטעט, רעסענדעד דעם אינווייטמענט, שאטדאון, פליגער קענסעלעישאן...

יוש געווען צייטן

ביזסטו נישט געווען דער וואס האט געשריבן אז אינטער טראמפ איז געווען א מחיה צו זיין אין די רעזיסטענס..?

עסקונג פאר עי פרענד..

א מחי? ס'געווען א האראר מאווי.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך אפריל 14, 2021 12:44 pm

קרעמלין זאגט אז פרעזידענט ביידען האט געבעטן פון וולאדימיר פוטין צו באנייען פריינטליכע באציאונגען‎

ד' תזו"מ פ״א

די ביידען אַדמיניסטראַציע האָט געזאָגט אַז ביידען האָט גערעדט זייער שאַרף צו פּוטין, און אים געזאָגט אַז אַמעריקע וועט זיך אָננעמען פאַר אוקריינע אין פאַל פון א מלחמה. דער קרעמלין זאָגט אָבער אַז דער געשפּרעך איז געווען היפּש פריינטליך, און ביידען האָט געבעטן פון פּוטין אַז ער וויל באַנייען באַציאונגען, און ער וויל קאָאָפּערירן איבער וואָפנס קאָנטראָל, איבער אַפגאַניסטאַן, איבער איראַן'ס נוקלעאַרע פּראָגראַם און נאָך וויכטיגע אישוס.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/37433


יעצט דארף מען זען וועם מען קען ענדרישער גלייבן, די שקר'נישע ביידען אדמיניסטראציע, אדער די מערדערישע פוטין אדמיניסטראציע
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3735
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך אפריל 14, 2021 12:52 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:קרעמלין זאגט אז פרעזידענט ביידען האט געבעטן פון וולאדימיר פוטין צו באנייען פריינטליכע באציאונגען‎

ד' תזו"מ פ״א

די ביידען אַדמיניסטראַציע האָט געזאָגט אַז ביידען האָט גערעדט זייער שאַרף צו פּוטין, און אים געזאָגט אַז אַמעריקע וועט זיך אָננעמען פאַר אוקריינע אין פאַל פון א מלחמה. דער קרעמלין זאָגט אָבער אַז דער געשפּרעך איז געווען היפּש פריינטליך, און ביידען האָט געבעטן פון פּוטין אַז ער וויל באַנייען באַציאונגען, און ער וויל קאָאָפּערירן איבער וואָפנס קאָנטראָל, איבער אַפגאַניסטאַן, איבער איראַן'ס נוקלעאַרע פּראָגראַם און נאָך וויכטיגע אישוס.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/37433


יעצט דארף מען זען וועם מען קען ענדרישער גלייבן, די שקר'נישע ביידען אדמיניסטראציע, אדער די מערדערישע פוטין אדמיניסטראציע

נישט קיין סתירה, וואס ביי ביידן מיינט שארף, מיינט ביי פוטין היפש פריינטליך, א וועג פון קוקן אויף זאכן
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:05 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט מעלדן דאס אהיימברענגן די טרופן פון אפגאניסטאן פון די ווייסע הויז טריטי צימער פון וואו פרעזידענט בוש האט געמאלדן די אנהויב פון מיליטערישע אפעראציעס אין אפגאנסיטאן מיט צוואנציג יאר צוריק

דער פרעזידענט וועט זאגן אז אמעריקא איז שוין אנוועזנד אין אפגאניסטאן אונטער פיר אדמיניסטראציעס, צוויי דעמאקראטישע און צוויי רעפובליקאנע און ער זוכט עס נישט ווייטער איבערצוגעבן פאר א פיפטע

איז עס געווען א שווערע באשלוס צו מאכן?
פרעזידענט ביידען: ניין, עס איז נישט, עס איז געווען זייער קלאר צו מיר

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:20 pm

כאפצעם האט געשריבן:אדער האו עבאוט ס'קומט גראבע סלאש פאנדס קיין ניו יארק



גוטע נייעס פאר אלע אומלעגאלע אין ניו יארק.

און ווער ווייסט אפשר וועט מען אויך קענען אויפפיקן מיין גארבידזש!

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:22 pm

ויתן לך האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:קרעמלין זאגט אז פרעזידענט ביידען האט געבעטן פון וולאדימיר פוטין צו באנייען פריינטליכע באציאונגען‎

ד' תזו"מ פ״א

די ביידען אַדמיניסטראַציע האָט געזאָגט אַז ביידען האָט גערעדט זייער שאַרף צו פּוטין, און אים געזאָגט אַז אַמעריקע וועט זיך אָננעמען פאַר אוקריינע אין פאַל פון א מלחמה. דער קרעמלין זאָגט אָבער אַז דער געשפּרעך איז געווען היפּש פריינטליך, און ביידען האָט געבעטן פון פּוטין אַז ער וויל באַנייען באַציאונגען, און ער וויל קאָאָפּערירן איבער וואָפנס קאָנטראָל, איבער אַפגאַניסטאַן, איבער איראַן'ס נוקלעאַרע פּראָגראַם און נאָך וויכטיגע אישוס.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/37433


יעצט דארף מען זען וועם מען קען ענדרישער גלייבן, די שקר'נישע ביידען אדמיניסטראציע, אדער די מערדערישע פוטין אדמיניסטראציע

נישט קיין סתירה, וואס ביי ביידן מיינט שארף, מיינט ביי פוטין היפש פריינטליך, א וועג פון קוקן אויף זאכן


איך וואלט עס גערופן פארקערט וואס ביי א פירער מיינט פרייינטליך מיינט ביי אובאמא'ס וויצע א רויטע ליניע!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:50 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אדער האו עבאוט ס'קומט גראבע סלאש פאנדס קיין ניו יארק

גוטע נייעס פאר אלע אומלעגאלע אין ניו יארק.

מסתמה. כ'גלייב נישט מ'וועט אויפשטעלן טשעקפוינטס נישט ארויפצולאזן אימיגראנטן אויף די נייע ברידזשעס, הייוועיס און טונעלן.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:52 pm

איך גלייב דיינע ווערטער זענען א טעות, סא לאמיר דיר פארעכטן.

מסתמא, איך גלייב מען גייט נישט אוועקשטעלן טשעק פוינטס נישט ארויפצולאזן לעגאלע בירגער אויף די אלטע בריקן הייוועיס און טונעלן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 10:14 am

רייזע פון נעיווי שיף צום שווארצן ים אפגערופן

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אידישע מוח » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 10:43 am

הכל הבל האט געשריבן:רייזע פון נעיווי שיף צום שווארצן ים אפגערופן

די נעווי האט געזאגט א סיבה דערפאר ?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 11:35 am

לויט א באריכט האט די שפיאנאזש געמיינדע אפגעווייכט פון זייער זיכערקייט אין די באשולדיגונג אז רוסלאנד האט אונטערגעשטעלט מערדער אומצוברענגן אמעריקאנע טרופן אין אפגאנסיטאן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14480
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 12:17 pm

הכל הבל האט געשריבן:לויט א באריכט האט די שפיאנאזש געמיינדע אפגעווייכט פון זייער זיכערקייט אין די באשולדיגונג אז רוסלאנד האט אונטערגעשטעלט מערדער אומצוברענגן אמעריקאנע טרופן אין אפגאנסיטאן

זיי האבן איצט בלויז שוואכע ביז מעסיע זיכערהייט אין די באשולדיגונג צוליב וואס די שפיאנאזש אויף וועלכע זיי האבן זיך פארלאזט איז גענומען געווארן אין א קאמפליצירטע אפעראציע ענווייראמענט און וועלן אויף דערווייל נישט באשטראפן מאסקווע דערפאר

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 12:34 pm

א דאנק הכל

די פרישע נייעס איבער די רוסישע באונטי איבער אמעריקאנע מיליטער לייט איז נעכטיגע נייעס, האבען עס די נייעס קוואלען שוין דאן געוואוסט אבער עס נישט ארויסגעלייגט?

ווער ווייסט?!
שרייב שוין עפעס

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אפריל 16, 2021 1:06 pm

די ביידען אדמיניסטראציע האט נעכטן געמאלדן אז עס וועלן ארויפגעשטעלט ווערן עקאנאמישע סאנקציעס אויף צענדליגער רוסישע רעגירונג באאמטע און רוסישע קערפּערשאפטן, און אויסער דעם וועלן א צאל רוסישע דיפּלאמאטן ארויסגעווארפן ווערן פון אמעריקע.

די רעגירונג זאגט אז די סאנקציעס און די אנדערע שטראפן קומען אלס דירעקטע רעזולטאט פון דעם וואס שפּיאנאזש באווייזן צייגן קלאר אז די רוסישע רעגירונג איז געשטאנען אונטער די מאסיווע "סאלאר-ווינדס" העקעריי וואס האט אפעקטירט ביזנעסער און רעגירונג אגענטורן.

די ביידען אדמיניסטראציע זאגט אז אלס טייל פון די סאנקציעס וועלן צען רוסישע דיפּלאמאטן אהיימגעשיקט ווערן קיין מאסקווע, און אמעריקאנער בענק וועלן נישט טארן קויפן רוסישע רעגירונג אינוועסטמענט בּאנדס – א שריט וואס וועט עקאנאמיש בייסן דעם רוסישן רעזשים.


דעילי איד
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » פרייטאג אפריל 16, 2021 1:08 pm

יעצט ווארטן די אמעריקאנער אויס פאר די סאנקציעס אויף איראן פארן זיך אריינמישן אין די 2020 וואלן.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג אפריל 16, 2021 2:59 pm

דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער איז היינט פארמיטאג אנגעקומען צום ווייסן הויז, דער סאמע ערשטע וועלט פירער וואס שטאט אפ א באזוך אין אמעריקא אינטער ביידענס פרעזידענסי.

ער איז מקבל פנים געווארן דורך וויצע פרעזידענטקע העריס, ווי עס שיינט איז ביידען געגאנען כאפן א דרימל לכבוד שבת.

זייער א מאדנע מעשה דאס.
סטעי טונד!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג אפריל 16, 2021 3:53 pm

פרעזידענט ביידען האט באשלאסן אנצוהאלטן די טראמפ איינגעשטעלטע ראסיסטישע פאלאסי בנוגע די רעפיודזשי קאפעציטעט, וואס טראמפ האט היבש איינגעצוימט.

#פראמיס מעיד פראמיס כאדעך אין בוידעם
צוגעלייגטע
E26DF4F1-BEC3-4D76-9513-80149A546400.jpeg
E26DF4F1-BEC3-4D76-9513-80149A546400.jpeg (108.77 KiB) געזעהן 321 מאל
סטעי טונד!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אפריל 16, 2021 5:25 pm

פרעזידענט ביידען נעמט אויף זיין ערשטע פרעזידענטליכע באזוך, דעם פריים מיניסטער פון יאפאן.
צוגעלייגטע
Screenshot_20210416-172517_YouTube.jpg
Screenshot_20210416-172517_YouTube.jpg (200.44 KiB) געזעהן 277 מאל
Screenshot_20210416-172144_YouTube.jpg
Screenshot_20210416-172144_YouTube.jpg (335.34 KiB) געזעהן 277 מאל
Screenshot_20210416-172657_YouTube.jpg
Screenshot_20210416-172657_YouTube.jpg (329.49 KiB) געזעהן 277 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”