ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט ביידען וועט איצט אדרעסירן די צושטאנד אין מיטל מזרח
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט אפגעשטעלט דאס נוצן צוויי לאקאלע קאונטי טורמעס פאר אומלעגאלע אימיגראנטן.

דאס קומט נאך באריכטן פון פארשידענע מיסברויכן און עביוז באגאנגען דורך די טורמע וועכטער.

זיי האבן דאך נישט גפיילט א ראונג טעקס רעיטורן פ"וו זאל מען דען זיי איביוזן.

נעקסט טיים ווען מען ארעסטירט זאגט זיי אז מען קומט פון מעקסיקא!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6475
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרעזידענט ביידען ביי א פרעסע קאנפרענץ אינאיינעם מיט דרום-קארעא פרעזידענט מאן זשע-אין.
unnamed.jpg
unnamed.jpg (133.55 KiB) געזען 1199 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6475
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרעזידענט ביידען וועט דינסטאג אפצייכענען די ערשטע יארטאג פון הק' זשארזש פלאויד וועלכע האט זיך סעקריפייסד אויפן מזבח פון סיסטעמישע ראסיזם.

די מעמד וועט פארקומען אין וויסן הויז מיט די באטייליגונג פון די בני המשפחה.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4622
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט דינסטאג אפצייכענען די ערשטע יארטאג פון הק' זשארזש פלאויד וועלכע האט זיך סעקריפייסד אויפן מזבח פון סיסטעמישע ראסיזם.

די מעמד וועט פארקומען אין וויסן הויז מיט די באטייליגונג פון די בני המשפחה.

:lol:
(--ווערטערלאז--)
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

ביידן גייט זיך טרעפן מיט פוטין אין שווייץ און די נעקסטע פאר וואכן.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:ביידן גייט זיך טרעפן מיט פוטין אין שווייץ און די נעקסטע פאר וואכן.

ווייסע הויז האט עס באשטעטיגט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6475
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סטעיט דעפארטמענט פארדאמט די פרעזידענטליכע וואלן וואס וועלן מארגן פארקומען אין סיריע און באצייכענט זיי אלס "פראודיולענט".

די סטעיטמענט איז ארויסגעגעבן געווארן אינאיינעם מיט די אויסערן מיניסטארן פון גרויס בריטאניע, איטאליע, גערמאניע, און פארנקרייך.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6475
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

יו.עס. האנדלס פארשטייער קאטערין טאי זאגט אז די אדמיניסטראציע האט אריינגעגעבן א פארלאנג ביי די ספעציעלע פאנעל זי זאל איבערקוקן אויב קאנאדישע צוימונגען אויף מילכיגע עקספארטן פון אמעריקא קיין קאנאדע זענען אין איינקלאנגמיט די יו.עס.עמ.סי.עי. האנדלס אפמאך אויסגעהאמערט אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע.

די ספעציעלע פאנעל איז אוועקגעשטעלט געווארן אונטער די אפמאך צו שליכטן ארגומענטן און קריגערייען צווישן די לענדער אנגעשלאסן דערין, און דאס איז די ערשטע פארמאלע פארלאנג פאר א שליכטונג אינערהאלב די ראמען פון די אפמאך.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40435
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט ביידען וועט נאמינירן דעם געוועזענעם וויצע פארזיצער פון מארגען סטענלי, טאמאס נידעס, אלץ איזראעלישע אמבאסאדאר
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט ביידען'ס נאמען וועט נישט ערשיינען אויף די סטימיולוס טשעקס

באקום איך יעצט א שיינעם פערזענליכער בריוו פונעם פרעזידענט וואס איז מסביר אז דאס טשעקל איז נאר זיין קרעדיט און א חלק פון א קאמפיין פראצעס, מיט נאך קאמפיין פראפאגאנדע, אלץ אין אן אפיציעלע איי ער עס צעטל..

האט טראמפ אויך געשיקט אזא בריוו? איך געדענק נישט.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

יואל שרייבער האט געשריבן:

אוודאי האט ער געשיקט א בריוו.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

סענאטאר בערני סאנדערס (I-Vt.) לאזט אפּ זײנע פלענער צו בלאקירן א וואָפן פאַרקויף פון $ 735 מיליאָן צו מדינת ישראל.

סאנדערס וועט מער נישט פרובירן צו צווינגן א אפשטימונג אויף זיין רעזאלוציע, נאכדעם וואס ער איז אינפאָרמירט געווארן לעצטע וואָך אז דער פארקויף איז באשטעטיגט געווארן.

סאנדערס האט אויך אפּגעלאזט די בלאקאדע אויף די נאמינירטע פון סטעיט דעפארטמענט וועלכע ער האט אוועגעשטעלט שפעט פאריגע וואך, נאכדעם ווי ער האט גערעדט מיט וויצע סעקרעטערי אוו סטעיט ווענדי שערמאן, וועלכער האָט דיסקוסירט סטעפּס וואָס די אדמיניסטראציע גרייט זיך צו נעמען צו אדרעסירן דעם הומאַניטאַרן קריזיס אין עזה און איבער די פאלעסטינער טעריטאריעס. "

סאנדערס, האט לויט א געהילף, געזאָגט פאר שערמאן אז "דאָס אומקערן זיך צום פרי-מלחמה שטאטס איז נישט גענוג" און אז ער און אנדערע געזעצגעבער וועלן שטופּן פאר א גרעסערער דעבאטע צו פארזיכערן אז אמעריקא געווער פארקויפונג שטיצט נישט קיין מענטשן רעכט פארלעצונגען. "

"סעקרעטאר שערמאן האָט צוגעשטימט צו א האבן דיאלאג וועגן די ענינים. אלס רעזולטאט פון דעם געשפּרעך, האָט סענאטאר סאנדערס צוריק געצויגן זײן בלאקאדע אויף די נאָמינירטע פון סטעיט דעפּאַרטמענט," האָט דער געהילף צוגעגעבן.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון yiddish24
די ביידען אדמיניסטראציע האט געעפענט א טרעיד קעיס אקעגן קאנאדא'ס מילעכיגס אינדוסטרי, די ערשטע מאל וואס אזא שריט ווערט גענומען

אמעריקא'ס האנדל פארשטייער פרוי טאַי זאגט אז די אדמיניסטראציע האט געעפענט די קעיס וויבאלד קאנאדא באגרעניצט די מעגליכקייט פון אמעריקאנער מילעכיגס עקספארטירער צו פארקויפן פראדוקטן אין קאנאדא. אינטער די נייע אפמאך אויסגעהאמערט דורך די טראמפ אדמיניסטראציע, דארף קאנאדא עפענען ברייטער אירע טויערן פאר אמעריקאנער מילעכיגס, נאך יארן וואס די אינדוסטרי באקלאגט זיך איבער שוועריגקייטן אין די ארטיגע מארקעט.

קובא ברויזט אויף די ביידען אדמיניסטראציע פאר'ן באשלוס צו לאזן אין קראפט א טעראר באשטעטיגונג פון די טראמפ אדמיניסטראציע

אין א נאטיץ צוגעשיקט צו קאנגרעס שרייבט סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען, אז ער באשטעטיגט אז די פאלגענדע לענדער קאאפארירן נישט פולשטענדיג מיט אמעריקא'ס אנטי-טעראריזעם פארזיכן: קובא, איראן, צפון קארעא, סיריע און ווענעזועלע. קובא'ס אויסערן מיניסטער זאגט אז האוואנא איז שאקירט פון די באשלוס, און עס שטרייכט אינטער אז די ביידען אדמיניסטראציע וויל אנהאלטן די פאליסיס פון די טראמפ אדמיניסיראציע וועלכע האט ארויף געשטעלט סאנקציעס אויף קובא.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

דערווייל פארט ער פיין אין אויסערן פאליטיק.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21047
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

גדל האט געשריבן:פון yiddish24
די ביידען אדמיניסטראציע האט געעפענט א טרעיד קעיס אקעגן קאנאדא'ס מילעכיגס אינדוסטרי, די ערשטע מאל וואס אזא שריט ווערט גענומען

אמעריקא'ס האנדל פארשטייער פרוי טאַי זאגט אז די אדמיניסטראציע האט געעפענט די קעיס וויבאלד קאנאדא באגרעניצט די מעגליכקייט פון אמעריקאנער מילעכיגס עקספארטירער צו פארקויפן פראדוקטן אין קאנאדא. אינטער די נייע אפמאך אויסגעהאמערט דורך די טראמפ אדמיניסטראציע, דארף קאנאדא עפענען ברייטער אירע טויערן פאר אמעריקאנער מילעכיגס, נאך יארן וואס די אינדוסטרי באקלאגט זיך איבער שוועריגקייטן אין די ארטיגע מארקעט.

כהאף סוועט עפעס ווערן דערפון
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21047
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פרעזידענט ביידען פלאנט פארצושטעלן א 6 טריליון דאלערדיגע בודזשעט פאר יאר 2022
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6475
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרעזידענט וועט מארגן אפרייזן קיין טולסא, אוקלעהאומא, וואו ער וועט אפצייכענען הונדערט יאר זינט די מאסן-מארד וואס ארטיגע ווייסע איינוואוינער האבן דורכגעפירט אויף די לאקאלע שווארצע באפעלקערונג.

דער פרעזידענט וועט אויפטרעטן מיט א רעדע ביי א לאקאלע געמיינדע צענטער און וועט זיך אויך טרעפן מיט איבערלעבער פון די מאסן שחיטה.

- - - - -
די אינצידענט האט איבערגעלאזט הונדערטער פארוואונדעט און נאך טויזענטער אן א דאך איבער'ן קאפ - די צאל אומגעקומענע איז נאך ביז היינט נישט פעסטגעשטעלט געווארן (לויט אפיציעלע רעקארד'ס פון 1921 זענען 36 מענטשן אומגעקומען - אריינגערעכענט 26 שווארצע און 10 ווייסע. א באריכט דורך די ארטיגע סטעיט לעגיסלאטור אין 2001 שטעלט די ציפער ביי 39 באשטעטיגטע טויטע, מיט א שאצונג אז די ציפער איז מעגליך עכט אזויפיל ווי 300).
פאר מער ע"ע טולסא ראסע מאסן שחיטה.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט וועט מארגן אפרייזן קיין טולסא, אוקלעהאומא, וואו ער וועט אפצייכענען הונדערט יאר זינט די מאסן-מארד וואס ארטיגע ווייסע איינוואוינער האבן דורכגעפירט אויף די לאקאלע שווארצע באפעלקערונג.

דער פרעזידענט וועט אויפטרעטן מיט א רעדע ביי א לאקאלע געמיינדע צענטער און וועט זיך אויך טרעפן מיט איבערלעבער פון די מאסן שחיטה.

- - - - -
די אינצידענט האט איבערגעלאזט הונדערטער פארוואונדעט און נאך טויזענטער אן א דאך איבער'ן קאפ - די צאל אומגעקומענע איז נאך ביז היינט נישט פעסטגעשטעלט געווארן (לויט אפיציעלע רעקארד'ס פון 1921 זענען 36 מענטשן אומגעקומען - אריינגערעכענט 26 שווארצע און 10 ווייסע. א באריכט דורך די ארטיגע סטעיט לעגיסלאטור אין 2001 שטעלט די ציפער ביי 39 באשטעטיגטע טויטע, מיט א שאצונג אז די ציפער איז מעגליך עכט אזויפיל ווי 300).
פאר מער ע"ע טולסא ראסע מאסן שחיטה.

וועט אפצייכענען הונדערט יאר

וועט זיך אויך טרעפן מיט איבערלעבער ? איבערלעבער לעבן נאך ?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6475
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

האסט נאך קיינמאל געהערט פון א מענטש וואס איז העכער די הונדערט?
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

האסט נאך קיינמאל געהערט פון א מענטש וואס איז העכער די הונדערט?

גערעכט, אבער ס'איז נאך אלץ אינטערסאנט.
מעגלעך אז ס'איז קינדער פון איבעלעבער.
אוועטאר
קומט אריין קלאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 05, 2020 5:05 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קומט אריין קלאר »

נארמאליזעם האט געשריבן:פרעזידענט ביידען פלאנט פארצושטעלן א 6 טריליון דאלערדיגע בודזשעט פאר יאר 2022

כסף מנלן?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6475
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרעזידענט ביידען איז ערווארטערט צו ארויסשטעלן זיינע ערשטע אמבאסאדאר נאמינאציעס אין די נאנטע טעג, מעגליך נאך די וואך.

די ליסטע איז ערווארטעט צו אריינרעכענען:
    טאם נידעס אלס אמבאסאדאר קיין מדנ"י - נידעס איז געבוירן צו אידישע עלטערן, און האט געהאלטן די נומער דריי פאזיציע אינערהאלב די סטעיט דעפארטמענט אונטער פרעזידענט אבאמא - פאר א שטיק צייט האט געהייסן אז פרוי קלינטאן וועט איהם נעמען אלס ווייסע הויז שטאב הויפט אין פאל זי וואלט געווינען די 2016 וואלן. היינט-צו-טאגס דינט ער אלס וויצע פארזיצער ביי מארגאן-סטענלי. און דער וואס זאגט אז אידן פירן די וועלט איז אן אנטיסעמיט...
    קען סאלאזאר אלס אמבאסאדאר קיין מעקסיקאו - סאלאזאר האט סערווירט אלס אינערן סעקרעטאר דורכאויס די ערשטע אבאמא טערמין.
    ניקאלאס בורנס אלס אמבאסאדאר קיין טשיינע - בורנס האט פריער סערווירט אלס אמעריקאנער אמבאסאדאר קיין גריכנלאנד און נעיטאו אונטער די קלינטאן און בוש אדמיניסטראציעס - אויך האט ער סערווירט אויף פארשידענע אנדערע פאסטנס אינערהאלב די סטעיט דעפארטמענט.
    עריק גארסעטי אלס אמבאסאדאר קיין אינדיע - גארסעטי דינט היינט אלס מעיאר פון לאס אנזשעלעס (נישט פארמישן די שעטטל וואו @חבקוק וואוינט נישט) זינט יארע 2013. אזוי קוקענדיג אויף זיין וויקיפידיע פעיזש זעה איך אז ער איז גאר אויך א אידישע אפשטאמיגע, ווארשיינליך א געהעריגע איד.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6475
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בהעלותך

ווי שוין באריכטעט דא מיט א צייט טוט טרעזשורי סעקטארשע דזשענט יעלען שטופן פאר א מינימום שטייער ראטע צווישן די 20 מערסט אנטוויקלטע לענדער צו פארזיכערן אז קיינע פון זיי שלעפן נישט אראפ די ראטע גענוג נידריג אנצורייצן ביזנעסער זיך אריבערצוציען אהין
די פארזוך קומט צו אדרעסירן די פלענער פון די אדמיניסטראציע צו העכערן שטייערן און וויל מקדים זיין רפואה למכה אז עס זאל נישט טרייבן ביזנעסער זיך אריבערצוציען זייערע הויפטקווארטירן ערגעץ אנדערש
די פלענער האט אסאך לעכער אבער אצינד האט פרוי יעלען געמאלדן אז די מינימום ראטע וועלכע זי וועט זוכן וועט זיין 15% און איז געווען היבש איבערראשנד צוליב וואס מען האט ערווארטעט עפעס העכער פון דעם און עס האט אויפגעברענגט פראגן צו 15% וועט זיין גענוג הויך צו אנטמוטיגן ביזנעסער פון זיך זוכן בעסערע גליקן אין אנדערע לענדער
אלנפאלס הערט מען שוין פון דייטשלאנד און פראנקרייך אז זיי שטיצן די 15% ראטע.

ווערט יעצט באריכטעט אז די זשי.-7 לענדער גרייטן זיך ארויסצוקומען מיט אן אפיציעלע סטעיטמענט אין שטיצע פון די פלאן.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”