וואשינגטאן פאוסט פעקט טשעקערס
-וואס אגב, זינט אפריל 28 טוט די נייעס אגענטור שוין נישט פעקט טשעקען דעם פרעזידענט- האבן באצייכענט אלס "פאלש" דאס וואס דער פרעזידענט זאגט אז פארמאגן קאנאנען איז נישט ערלויבט אונטער די צווייטע אמענדמענט.
פרעזידענט ביידען האט פאריגע וואך -דורכאויס א רעדע איבער גאן פארברעכנס- געזאגט: "און איך וויל צולייגן, די צווייטע אמענדמענט -פון די טאג וואס זי איז געשריבן געווארן- האט געצוימט די סארט מענטשן וואס האבן געטארט פארמאגן געווער, ווי אויך האט עס געצוימט די סארט געווער וואס דו האסט געמעגט פארמאגן. דו האסט נישט געקענט איינקויפן א קאנאן".
די וואשינגטאן פאוסט ווייזט אן אז דער פרעזידענט האט שוין אין די פארגאגענהייט -דורכאויס די פרעזידענטליכע קאמפיין- געלאזט פאלן ענליכע ווערטער, אז פריוואטע בירגער האבן, דורכאויס די זעלבסטשטענדיגקייט קריג, נישט געטארט פארמאגן געוויסע סארט געווער. שוין דאן איז דאס געווארן
באצייכענט דורך די פאליטיפעקט פעקט-טשעקערס אלס "פאלש".
פאליטיפעקט, צו יענע צייט, ברענגט נאך פון היסטאריע און געזעץ פראפעסאר קערמיט רוזעוועלט אז "צו קענען זאגן אזא זאך -אז פריוואטע בירגער זענען געווען פארבאטן פון פארמאגן געוויסע סארטן געווער- מוזטו קענען אנווייזן אויף עפעס, סיי וואס -א געזעץ, טראדיציע, א געריכט אורטייל- וואס טוט דאס אונטערשטיצן". אבער אזא סארט פרעצעדענט עקזיסטירט נישט.
א צווייטע היסטראריקער שטימט צו אז עס איז "העכסט אומווארשיינליך אז עס זאל האבן געווען צוימונגען אויף וועלכע סארט געווער מענטשן האבן געמעגט פארמאגן" דורכאויס די גרינדונג עפאכע פון די פאראייניגטע שטאטן.
די
וואשינגטאן פאוסט, היינט, טוט אנצייגן אז די ערשטע גאן-קאנטראל געזעצן אין אמעריקא, נאך איר זעלבסטשטענדיגקייט, זענען ערשט אפירגעקומען אין די אנהויב 1800'ער יארן, דעריבער איז לעכערליך צו זאגן אז קאנאנען זענען געווען פארבאטן זינט די צייט וואס מ'האט געריבן די צווייטע אמענדמענט, אמער, עס האבן דנאך דאןנישט עקזיסטירט סיי וועלכע צוימונגען.
אין ליכט פון דעם טוט די וואשינגטאן פאוסט געבן פאר'ן פרעזידענט די מערקווירדיגע "פיר פינאכיאוס" אויסצייכענונג אנבאלאנגט די סטעיטמענט:
- Screenshot 2021-06-28 215925.jpg (15.16 KiB) געזען 683 מאל