ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך Rak Tov » דינסטאג אפריל 27, 2021 5:47 pm

Goodmorning האט געשריבן:נאכאמאזעל כבין נישט פרעזידענט. אביסל שווער צו האלטן קאפ..

יעפ, זייער שווער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אפריל 27, 2021 6:41 pm

פרעזידענט ביידען נאמינירט עד גאנזאלעס אלס דירעקטאר פון די אייס אגענטור.

גאנזאלעס האט ביז יעצט געדינט אלס שעריף אין העריס קאונטי, טעקסאס.

דורכאויס זיין צייט אלס שעריף, האט ער אנולירט פארשידענע אפמאכן און צוזאמענארבעט צווישן זיין אפיס און די פעדעראלע אימיגראציע ביורא.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אפריל 27, 2021 7:11 pm

פרעזידענט ביידען געמאלדן די אויפנאמע פון פרוי דרעיק אלס דירעקטאר פון די "מעיד אין אמעריקא" אפיס אינערהאלב די "אפיס אוו בוזשעט ענד מענעזשמענט".

איר זשאב אלס דירעקטאר פון די "מעיד אין אמעריקא" אפיס וועט זיין צו אויספירן דעם פרעזידענט'ס צוזאג צו העכערן דאס איינקויפן אמעריקאנע פראדוצירטע פראדוקטן דורך די פעדעראלע רעגירונג.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אפריל 27, 2021 7:37 pm

פרעזידענט ביידען וועט דאנערשטאג אפשטאטן א באזוך אין די א.ג. זשים קראו ראסיסטישע שטאַט זשארזשיע, וואו ער וועט זוכן צו אויפטרייבן שטיצע פאר זיין "אמעריקאנע פאמיליע פלאן".

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אפריל 27, 2021 7:39 pm

געוועזענע דעמאקראטישע סטעיט געזעצגעבער ווערנאן זשאונס רעאגירט:
Screenshot 2021-04-28 003807.jpg
Screenshot 2021-04-28 003807.jpg (50.16 KiB) געזעהן 1339 מאל

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

פּרעזידענט דזשאו ביידען וועט היינט געבן ערשטע רעדע פאר קאנגרעס

תגובהדורך תנא-קמא » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:09 am

וואשינגטאן — היינט מיטוואך פארנאכטס וועט פּרעזידענט דזשאו ביידען געבן זיין ערשטע רעדע אין אמט פארנט פון א געמיינזאמע סעסיע פון קאנגרעס און סענאט אינאיינעם, וואו ער וועט ארויסברענגען פארשידענע פּונקטן פון זיינע ערשטע 100 טעג, און זיינע פּלענער אויף ווייטער.

אנדערש ווי געווענליך, וועט ביידען'ס רעדע נישט קומען מיט די פּאמפּע און טאראראם פון געלאדנטע געסט און אלע רעגירונג איינגעשטעלטע און סופּרים קאורט ריכטער, צוליב וואס מען האט עס געצוימט צו בלויז 200 באטייליגטע אין פארבינדונג מיט קאראנא פארשריפטן.

א צאל רעפּובליקאנער האבן זיך באקלאגט איבער דעם וואס מען האט געצוימט די צאל באטייליגטע, און ווידעראום אנדערע האבן געזאגט אז זיי זענען נישט אינטערעסירט אנטיילצונעמען. די רעפּובליקאנער האבן שוין געסקעדזשולט סענאטאר טים סקאט צו געבן די אנטווארט-רעדע.

צוליב וואס עס וועלן נאר זיין 200 מענטשן אנוועזנד ביי דער רעדע, האט דאס ווייסע הויז באשלאסן אז ס'פעלט נישט אויס צו שטעלן א "דעזיגנירטן איבערלעבער" ווי געווענליך אין פאל דער קעפּיטאל ווערט אטאקירט, ווייל רוב קאבינעט מיטגלידער וועלן סייווי נישט זיין דארט.
DYD
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:15 am

הכל הבל האט געשריבן:אויב איך פארשטיי גוט האט די ווייסע הויז זיך געבראכן טיילווייז צו די דרוק פון דעמאקראטישע סענאטארן וועלכע האבן פארלאנגט אז די אויסגעברייטערטע קינדער שטייער קרעדיט זאל ווערן פערמענאנט
לויט ווי עס קוקט מיר אויס וועט די פארגרעסערטע סומע לויפן בלויז ביז 2025 למספרם אבער די טייל אז די סומע וועלכע פלעגט זיין בעפאר די סטימיולוס ביל איז אריבער פלעגט נישט זיין פולשטענדיג ריפאנדעבל און האט כמעט אוועקגענומען די מעגליכייקט פאר די ארימסטע שיכט פון פאלק צו געניסן דערפון וועט יא בלייבן געטוישט אויף פערמענאנט און פון היינט און וייטער וועלן אפילו די שוואכע פארדינער קענען באקומען די גאנצע סומע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 28, 2021 5:25 pm

פרעזידענט ביידען וועט זיך אראפזעצן פאר א געשפרעך מיט ספיקער פעלאסי, קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי, סענאט מיאריטעט פירער שומער און מינאריטעט פירער מעקאנעל אום מאי 1 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 28, 2021 6:08 pm

פרעזידענט ביידען גרייט זיך צו נאמינירן א רייע אמבאסאדארן אריינגערעכנט דוד כהן קיין קאנאדא, דעניסע בויער קיין פראנקרייך, און מייקל אדלער קיין בעלגיע

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך אפריל 28, 2021 6:29 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט זיך אראפזעצן פאר א געשפרעך מיט ספיקער פעלאסי, קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי, סענאט מיאריטעט פירער שומער און מינאריטעט פירער מעקאנעל אום מאי 1 למספרם

די ערשטע מאל וואס מעקאנעל און מעקארטי ווערן געריפען צו די אימפארטייאישע יונעטי פרעזידענט.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אפריל 28, 2021 10:01 pm

ווייסע הויז געמאלדן אז די ערשטע ליפערונגען פון הילף פאר אינדיע וועט אנקומען שוין מארגן, דאנערשטאג.

די הילף איז געצילט צו העלפן די לאנד זיך ספראווענען מיט א גאר ראדיקאל שטארקע אויפשטייג אין וויירוס קראנקע, און איז ערווארטערט צו זיין אין די ווערד פון העכער הונדערט מיליאן דאללער.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 12:57 pm

ווייסע הויז שטעלט קלאר אז פארגעשלאגענע שטייער העכערונגען וועלן אפעקטירן בלויז אזעלכע וואס פארידנען העכער 450,00 דללער, און ביי פארפעלקער וועט די ציפער זיין פון העכער 509,00 דאללער.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש מאי 01, 2021 7:08 pm

פארטיידיגונג דעפארטמענט געמאלדן פרייטאג אז אלע קאנטראקטן פאר די גרעניץ וואנט ווערן אנולירט.

#פראמיסעס מעיד פראמיסעס קעפט.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש מאי 01, 2021 7:20 pm

טי.עס.עי. געמאלדן אז דער פעדעראלע מאסק מאנדאט ביים רייזן אויף באסעס, באנען, און פליגער ווערט פארלענגערט אויף ביז סעפטעמבער 13.

ארגינעל איז די מאנדאט געלאפן נאר ביז מאי 11.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מאי 02, 2021 2:52 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:טי.עס.עי. געמאלדן אז דער פעדעראלע מאסק מאנדאט ביים רייזן אויף באסעס, באנען, און פליגער ווערט פארלענגערט אויף ביז סעפטעמבער 13.

ארגינעל איז די מאנדאט געלאפן נאר ביז מאי 11.


#פראמיסעס מעיד פראמיסעס קעפט.

מהיות טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך מהיות טוב » זונטאג מאי 02, 2021 8:20 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:טי.עס.עי. געמאלדן אז דער פעדעראלע מאסק מאנדאט ביים רייזן אויף באסעס, באנען, און פליגער ווערט פארלענגערט אויף ביז סעפטעמבער 13.

ארגינעל איז די מאנדאט געלאפן נאר ביז מאי 11.


#פראמיסעס מעיד פראמיסעס קעפט.

לץ
► הצג ספוילר

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מאי 02, 2021 8:58 pm

מהיות טוב האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:טי.עס.עי. געמאלדן אז דער פעדעראלע מאסק מאנדאט ביים רייזן אויף באסעס, באנען, און פליגער ווערט פארלענגערט אויף ביז סעפטעמבער 13.

ארגינעל איז די מאנדאט געלאפן נאר ביז מאי 11.


#פראמיסעס מעיד פראמיסעס קעפט.

לץ


ווער?

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג מאי 02, 2021 10:03 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט זיך אראפזעצן פאר א געשפרעך מיט ספיקער פעלאסי, קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי, סענאט מיאריטעט פירער שומער און מינאריטעט פירער מעקאנעל אום מאי 1 למספרם


איז די זיצונג פארגעקומען? וואס האט מען דארט גערעדט?
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גדל » מאנטאג מאי 03, 2021 11:23 pm

פרעזידענט ביידן: ווער עס מאכט אונטער $400,000 א יאר, וועט נישט דארפן צאלן קיין פעני שטייער :lol: :lol:

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3726
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג מאי 03, 2021 11:26 pm

גדל האט געשריבן:פרעזידענט ביידן: ווער עס מאכט אונטער $400,000 א יאר, וועט נישט דארפן צאלן קיין פעני שטייער :lol: :lol:

דאס מיינט אז מען גייט נישט באקומען טעקס ריטערנס?
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

בסד
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך בסד » דינסטאג מאי 04, 2021 4:11 pm

ויתן לך האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:פרעזידענט ביידן: ווער עס מאכט אונטער $400,000 א יאר, וועט נישט דארפן צאלן קיין פעני שטייער :lol: :lol:

דאס מיינט אז מען גייט נישט באקומען טעקס ריטערנס?

דאס מיינט אז יעדער וועט באקומען 400,000 א יאר סטומעלעס. און צאלן טעסק דריי טויזנט פיר און 8 מיליאן.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג מאי 04, 2021 6:23 pm

בסד האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:פרעזידענט ביידן: ווער עס מאכט אונטער $400,000 א יאר, וועט נישט דארפן צאלן קיין פעני שטייער :lol: :lol:

דאס מיינט אז מען גייט נישט באקומען טעקס ריטערנס?

דאס מיינט אז יעדער וועט באקומען 400,000 א יאר סטומעלעס. און צאלן טעסק דריי טויזנט פיר און 8 מיליאן.


:lol: :lol: :lol: :lol:

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 06, 2021 11:26 am

די נעכטיגע באשלוס פון ווייסן הויז צו שטיצן אפצושאפן פעטענט באגרעניצונגען פון אמעריקאנע ערפונדענע ווירוס וואקסינען איז געקומען נאך א זיצונג דינסטאג אין וועלכע עס האבן אנטייל גענומען דער פרעזידענט, האנדלס סעקרעטארשע קאטרינא טאי, נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשעיק סאליוואן און נאך און אלע האבן געשטיצט די געדאנק
קאמערץ סעקרעטארשע דזשינא רעימאנדא איז גראדע נישט געפאלן די פלאן אבער זי איז נישט געווען אנוועזנד

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 06, 2021 11:26 am

קלערסטו אז עס קען קומען נאך א רונדע סטימיולוס טשעקס פאר די אמעריקאנע בירגער?
סאקי: מען וועט זעהן וואס קאנגרעס מיטגלידער שלאגן פאר אבער די זאכן זענען נישט אומזיסט

גדל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גדל » דאנארשטאג מאי 06, 2021 6:29 pm

הכל הבל האט געשריבן:קלערסטו אז עס קען קומען נאך א רונדע סטימיולוס טשעקס פאר די אמעריקאנע בירגער?
סאקי: מען וועט זעהן וואס קאנגרעס מיטגלידער שלאגן פאר אבער די זאכן זענען נישט אומזיסט

וואס איז די כונה די זאכן זענען נישט אומזיסט?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”