ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » מוצ"ש אפריל 10, 2021 11:02 pm

President Biden is requesting a $753 billion defense budget for next fiscal year, with $715 billion of that going to the Pentagon. The budget outline does not detail exactly what the money would buy, with a more comprehensive proposal expected later this spring
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

פּרעזידענט ביידען שלאגט פאר 1.5 טריליאן דאלער בודזשעט פאר 022'

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 8:38 am

וואשינגטאן – פּרעזידענט ביידען האט ארויסגעשטעלט א פארשלאג פון 1.5 טריליאן דאלער פאר'ן פעדעראלן בודזשעט פון יאר 022', וואס איז מיט 118 ביליאן דאלער העכער ווי דער בודזשעט וואס איז באשטעטיגט געווארן אין יאר 020'.

ביידען'ס בודזשעט פארשלאג נעמט אריין 769 ביליאן דאלער פאר נישט-מיליטערישע שפּענדונג, וואס איז זעכצן פּראצענט מער ווי ביז יעצט, און די העכערונג איז פאר מער הילפס פּראגראמען, טראנספּארטאציע און מער געלטער פאר שולעס איבער'ן לאנד.

פאר פארטיידיגונג, וואס נעמט אריין סיי מיליטערישע שפּענדונג פאר'ן פּענטאגאן און סיי פאר'ן האומלענד סעקיוריטי אפּטיילונג און אנדערע אגענטורן וואס זענען געשטעלט צו באשיצן דאס לאנד, שלאגט ביידען פאר 753 ביליאן דאלער, א 1.7 פּראצענט העכערונג פון ביז יעצט.

ביידען'ס פארשלאג איז נאר פאר'ן בודזשעט פון קומענדיגן יאר, און דאס איז אויסער די גרויסע 2.4 טריליאן דאלער אינפראסטרוקטור שפּענדונג פּעקעדזש וואס ער פּרובירט דורכצושטופּן אין קאנגרעס און אינעם סענאט, מיט דער האפענונג עס צו האבן ערלעדיגט אינמיטן זומער.
DYD
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אפריל 11, 2021 11:53 am

.
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג אפריל 11, 2021 1:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אפריל 11, 2021 11:59 am

מארגן קומט פאר די אינפראסטרוקטור זיצונג מיט רעפובליקאנער אין ווייסן הויז

וויקער איז פון די געלאדנטע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:24 am

פרעזידענט ביידען וועט היינט אפהאלטן א זיצונג אין אוועל אפיס אינאיינעם מיט וויצע פרעזידענט העריס מיט א רייע געזעצגעבער איבער אינפראסטרוקטור
אנוועזנד וועלן זיין סענאט טראנספארטאציע קאמיטע פארזיצער דעמאקראט קענטוועל און העכסט ראנגיקער רעפובליקאנער וויקער
אויך סענאטארן פישער און פאדילא און עטליכע קאנגרעסלייט וועלן אנטייל נעמען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:24 am

מען הערט קלארער אז פרעזידענט ביידען גרייט צו זיך צו נאמינירן סידני מקעין פאר אן אמבאסאדאר פאזיציע און מען רעדט מעגליך פון די אמבאסאדארשיפ צו די יו ען וועלט עסן פראגראם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:25 am

פרעזידענט ביידען פלאנט צו נאמינירן קריס אינגליס אלץ די ערשטע נאציאנאלע סייבער דירעקטאר און דזשען איסטערלי צו פירן די סייבער סעקיוריטי און אינפראסטרוקטור סעקיוריטי אגענטור

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:25 am

די ווייסע הויז באקומט דרוק איבער ווי אזוי צו ספענדן פרישע 450 ביליאן דאלער פון פרעסקריפשאן דראג רעפארם
ספיקער פעלאסי לאביאירט צו מאכן אבאמאקעיר סובסודיעס פערמענאנט און סענאטאר סאנדערס רופט אראפצורוקן די יארגאנג ווען מען קוואלאפיצירט פאר מעדיקעיר פון 60 צו 55 און עס אויסברייטערן צו דעקן דענטאל און אויגן באהאנדלונג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 12, 2021 12:55 pm

לויט באריכטן באטראכט נאך די ווייסע הויזא פלאן צו פארלענגערן די אויסגעברייטערטע טשיילד שטייער קרעדיט צו לויפן ביז 2025 למספרם

סאקי איצט געפערעגט געווארן אויב ביידען וויל עס פארלענגערן און זאגט אז דער פרעזידענט גלויבט אין די בענעפיט פון די אויסגעברייטערטע קרעדיט אבער וויל נישט קאמענטירן אויב א קומענדיגע "אמעריקאנע פאמיליעס פלאן" וועט עס זוכן צו מאכן פערמענאנט

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אפריל 12, 2021 3:16 pm

פרעזידענט ביידען פלאנט צו שטעלן טוסאן פאליציי שעף קריס מעגנוס אלס דירעקטאר פון די פעדעראלע גרעניץ פאטראל אגענטור.

מאגנוס איז געווען א שארפע קריטיקירער פון פרעזידענט טראמפ'ס אימיגראציע פאליסיס.

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

מאסקווע אמבאסאדאר פארבלייבט אין אמט

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:02 am

רוסלאנד – די אמעריקאנער רעגירונג האט באשלאסן צו לאזן פארלייפיג דעם טראמפּ-נאמינירטן אמבאסאדאר אין רוסלאנד אויפ'ן דזשאב. טראמפּ האט געשטעלט דעם אמבאסאדאר דזשאן סאליוואן מיט בערך איינס און אהאלב יאר צוריק, און אינערהאלב דער ביידען אדמיניסטראציע ווערט ער באטראכט אלס א סטאבילער פיגור וועלכער וועט העלפן ארויפרוקן די פּרעשור אויף רוסלאנד פאר זייערע שריט צו אונטערמינעווען אמעריקע'ס אינטערעסן איבער דער וועלט.
DYD
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

ביידען פולט אן וויכטיגע רעגירונג אמטן

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:23 am

וואשינגטאן – פּרעזידענט ביידען האט נעכטן געמאלדן א סעריע וויכטיגע נאמינאציעס פאר רעגירונג אמטן. צווישן אנדערן האט ביידען גענומען דעם פּאליציי טשיף פון טוסאן, אריזאנע, קריס מאגנוס, צו דינען אלס פירער פון דער "קאסטומס און גרעניץ פּראטעקשאן" אגענטור, און אויך האט ער גענומען אור דזשאדאו אנצופירן מיט דער "פעדעראלער בירגערשאפט און אימיגראציע סערוויסעס" אגענטור. דזשאן טיען איז נאמינירט געווארן אלס דעפּיוטי היימלאנד זיכערהייט דעפּארטמענט דירעקטאר, און דזשען איסטערלי אנצופירן מיט דער "סייבער-סעקיוריטי און אינפראסטרוקטור סעקיוריטי אגענטור".
DYD
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

מעקאנעל און ביידען מיאנמאר קאאפּעראציע

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:24 am

פּרעזידענט ביידען און דער רעפּובליקאנער סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל זענען נישט אויפ'ן זעלבן קנעפּל ביי כמעט יעדע אישו, אבער ווען עס קומט צו מיאנמאר, וואו דאס מיליטער האט דורכגעפירט א פּוטש און צוריקגעכאפּט די מאכט פון דער דעמאקראטישער רעגירונג, זענען זיי יא איינשטימיג. מעקאנעל קעמפט שוין דרייסיג יאר פאר דעמאקראטיע אין מיאנמאר, און ער האט לעצטנס אויסגעלויבט ביידען פאר'ן גוט באהאנדלען די סיטואציע, און ביידען'ס נעשאנעל סעקיוריטי ראטגעבער דזשעיק סאליוואן האט לעצטנס אויך געזאגט אז מעקאנעל שפּילט א וויכטיגע ראלע איבער דעמאקראטיע אין מיאנמאר.
DYD
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:28 am

היינט דינסטאג וועלן פארקומען דירעקטע געשפּרעכן צווישן אמעריקע און מדינת ישראל, 2 טעג נאך אן איזראעלישע סאבאטאזש אטאקע אויף דער איראנער נאטאנז איינריכטונג.
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:28 am

דאס ווייסע הויז האט דערגרייכט א דיעל מיט גואטאמאלא, מעקסיקא און האנדוראס, אז זיי וועלן פארשטערקערן מיליטערישע פּאטראלן ביי זייערע גרעניצן.
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אפריל 13, 2021 1:03 pm

פרעזידענט ביידען וועט מארגן מעלדן אז אמעריקא וועט האבן ארויסגעצויגן אלע אירע טרופן פון אפגאניסטאן אויף קומענדיגן סעפטעמבער 11 למספרם

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אפריל 13, 2021 1:29 pm

Wow

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אפריל 13, 2021 9:33 pm

ספיקער פעלאוסי איינגעלאדענט דעם פרעזידענט צו געבן א רעדע פאר ביידע קאנגרעסיאנאלע הייזער אום אפריל 28.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג אפריל 13, 2021 9:53 pm

.
צוגעלייגטע
E3BFC23F-C4B3-42B6-82C0-B3E708FB7ABE.jpeg
E3BFC23F-C4B3-42B6-82C0-B3E708FB7ABE.jpeg (82.01 KiB) געזעהן 352 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
-----
וואס איז די הייפ ארום באנאנו קאון, די ערשטע קאון וואס מען קען טרעידן בחינם... דא: שלום עליכם, מאכט אייך היימיש!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14808
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אפריל 13, 2021 9:56 pm

דע בריוו מיטן זיגל ברענגט מיר ארויף קאשמארן פון די טראמפ יארן. יא אינווייטעט, נישט אינווייטעט, רעסענדעד דעם אינווייטמענט, שאטדאון, פליגער קענסעלעישאן...

יוש געווען צייטן

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך Rak Tov » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:06 pm

כאפצעם האט געשריבן:דע בריוו מיטן זיגל ברענגט מיר ארויף קאשמארן פון די טראמפ יארן. יא אינווייטעט, נישט אינווייטעט, רעסענדעד דעם אינווייטמענט, שאטדאון, פליגער קענסעלעישאן...

די ביסט פון דעי וואס האבן געדארפט גיין פאר העלפ בשעת טראמפ איז געווען פרעזידענט?
לעצט פאראכטן דורך Rak Tov אום דינסטאג אפריל 13, 2021 10:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:09 pm

Rak Tov האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:דע בריוו מיטן זיגל ברענגט מיר ארויף קאשמארן קאשמארן פון די טראמפ יארן. יא אינווייטעט, נישט אינווייטעט, רעסענדעד דעם אינווייטמענט, שאטדאון, פליגער קענסעלעישאן...

די ביסט פון דעי וואס האבן געדארפט גיין פאר העלפ בשעת טראמפ איז געווען פרעזידענט?


איך מיין אויב עפעס ווען ביידן איז פרעזידענט!

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:13 pm

כאפצעם האט געשריבן:דע בריוו מיטן זיגל ברענגט מיר ארויף קאשמארן פון די טראמפ יארן. יא אינווייטעט, נישט אינווייטעט, רעסענדעד דעם אינווייטמענט, שאטדאון, פליגער קענסעלעישאן...

יוש געווען צייטן


מיר דערמאנט עס פון עפעס א באבע וואס האט געמאכט א פלעי ווי זי צורייסט א צעטל פועם דרשה פונעם אמעריקאנער פרעזידענט.

יוש געווען צייטן!!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14808
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:57 pm

יעדעם דערמאנט עס עפעס אנדערש, ווייל ס'דא אבאנטש פון וואס..

באטטאם ליין דארף מען זיך אפשטעלן א מינוט אפרישיעטן די קאמפליעט וואיד פון יענער גאנצער כאאס, און א פלעינע גראדע פארנדע גאווערמענט.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פליגל » דינסטאג אפריל 13, 2021 11:57 pm

פאלי טראטעבוירג, די די.אוי.טי קאמישינער פון ניו יארק סיטי, איז אויפגענומען געווארן דורך די ביידן אדמיניסטראציע צו דינען אלס דעפיוטי סעקרעטארי פון די טראנספארטעישאן.

ס'קומט בייק לעינס איבער די לענג און ברייט פון אמעריקא?
נאט אייך א גרינע...



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”