ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארום 900 אמעריקאנע טרופן וועלן פארבלייבן אין סיריע אריינגערעכנט א צאל גרין בערעטס וועלכע וועלן אונטערשטיצן און גיבן ראט פאר די סירישע דעמאקראטישע קעמפער צו באקעמפן אייסיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אדמיניסטראציע באטראכט צו מאנדאטירן וואקסינאציעס פאר אלע פעדעראלע איינגעשטעלטע
Garden
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:23 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Garden »

צל עובר האט געשריבן:סתם לידיעה בעלמא, די חילוק צווישן שאפן פינעף אדער צען רעפאבליקאנער סענעטארן, איז אסאך גרעסער ווי מען מיינט.

נישט מסתבר אז מעקאנעל וועט לאזן א ביל מיט די מינימאלע רעפאבליקאנער שטיצע דורכצוגיין.

הרב מארגארעטן זאל בעסער טרעפן א וועג צו ארבעטן אויף בעיקר אויף מעקאנעל, מער ווי אויף אינדיווידואלע סענעטארן, אויב וויל ער אז עפעס זאל דורכגיין דעם סענאט.

נאך די סוקסעס אויף די אימפארטיישע אינפערסטרוקטור ביל איז דא בעסערע טשענסעס פאר מארגערעטןס ביל?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

הלוואי אבער כגלייב שווער. אינפערסטרוקטור איז א רעפובליקאנער געגליכענער אייטעם, פריזאן רעפארעם פונקט פארקערט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פארטיידיגונג סעקרעטאר לויד אוסטין היינט אנגעקומען צו די פיליפינען פאר געשפרעכן מיט ארטיגע באאמטע.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארטיידיגונג סעקרעטאר לויד אוסטין היינט אנגעקומען צו די פיליפינען פאר געשפרעכן מיט ארטיגע באאמטע.

מיט א מאסק באדעקט ביזן אױגן אין אױף דעם א פונים פאַנצער America Is Back!!!
אטעטשמענטס
lo.png
lo.png (300.15 KiB) געזען 1273 מאל
לעצט פארראכטן דורך abeg אום דאנערשטאג יולי 29, 2021 1:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

בעסער אזוי האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:אט האסטו א ציטאט פונעם תשעה באב שמועס צווישן שמעון ראלניצקי און משה מארגערעטן:

שמעון ראלניצקי: וויפיל דעמאקראטן זענען שוין דא פאר די (משה מארגערעטן) ביל?

משה מארגערעטן: אין די סענאט? האט מען אלע (פופציג) דעמאקראטן. אלע דעמאקראטן, און מ'דארף דאך האבן זעכציג אז מ'זאל נישט קענען מאכן א פיליבאסטער, און אונז האמיר שוין פינף רעפובליקאנער... און מ'האף מיר צו באקומען נאך פינף...

נ. ב. דא רעדט מען פון א ביל גענצליך דורך משה מארגערעטן, אן קיין שום זאך אריינגעלייגט דורך לינקע גרופעס אויסער צדק.

@והיתם, האסט דאס אויסגעלאזט פאר דווקא?
עובדיה האט געשריבן:אין זיין אינטערוויו ברענגט ר' משה מארגערעטן ארויס אז די פראבלעם איז אז די דעמאקראטען ווילן צולייגען צו זיין ביל נאך א ביל גערופן די "איקאל עקט" וואס ווערט געשטיצט דורך ליבעראלע גרופעס, וואס האט גארנישט מיט זיין ביל, און וועגן דעם האט ער מורא אז די רפובליקאנער וועלן עס נישט שטיצן.

וואו איז עס אריינגעקומען אין מיין תגובה אז כ'האב עס "אויסגעלאזט"?

נאכאמאל. משה מארגערעטן רעדט פון זיין ביל אן סיי וואספארא ליבעראלע זאכן אריינגעלייגט, און ער זאגט אז מ'האפט צו האבן צען רעפובליקאנער וואס זאלן עס שטיצן, דערווייל האט מען בלויז פינף (פון פופציג), און אין די זעלבע צייט זענען אלע (פופציג) דעמאקראטן דערפאר.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

האלצשטיין האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:@והיתם, האסט דאס אויסגעלאזט פאר דווקא?
עובדיה האט געשריבן:אין זיין אינטערוויו ברענגט ר' משה מארגערעטן ארויס אז די פראבלעם איז אז צו יעדן ביל טשעפענען זעך צו עקסטרעמע וואס ווילן מיטפארן דערמיט, און דא איז מען חושש אז א גרופע וועט ווילן צולייגען צו זיין ביל נאך א ביל גערופן די "איקאל עקט" וואס ווערט געשטיצט דורך ליבעראלע גרופעס, וואס האט גארנישט מיט זיין ביל, און וועגן דעם האט ער מורא אז די רפובליקאנער וועלן עס נישט שטיצן.

פארראכטן

איך האב אויך נישט געדענקט אז מארגעגרעטן זאל האבן געזאגט אז די ליבעראלן האבן שוין פאקטיש צוגעשטעפעט. נאר אז איינער ברענגט אזוי אלץ א פאקט מהאב איך געטראכט מסתמא איזער גערעכט, כ'גיי נישט איבערהערן די גאנצע אינטערוויו צו נאכטשעקן.

אלנפאלס, האלט מיר דא ביי אזא ביל וואס פאררעכטן דעם אומגעהויערן אומרעכט אז ריכטער קענען לעגאל איינזעצן א מענטש אויף צענדליגער יארן פאר פילע קלאגעס אויף וואס ער איז ניטאמאל געפונען געווארן שולדיג בלויז צוליב דעם וואס ער מעג לעגאל ארויפשמירן די צאל יאר אויף די איין קלאגע אויף וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג און אלע דעמאקראטו שטיצן און בלויז 5 רעפובליקאנער דערווייל צולבי דעם וואס ס'איז א דעמאקראטישע פרעזידענט.

איך וואלט נישט געזאגט אז בעצם וואלטן זיי עס געשטיצט נאר ווייל ס'איז דא דעמאקראטישע פרעזידענט שטיצן זיי עס נישט, נאר פונקט פארקערט:

בעצם וואלטן זיי עס קיינמאל נישט געשטיצט, נאר ווען א פרעזידענט וואס איז פאפולער אין די אייגענע פארטיי פארלאנגט עס מוזן זיי זיך צושטעלן.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

טראסקעט מער און מער.

Capture35.PNG
Capture35.PNG (68.31 KiB) געזען 1213 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

Capture69.PNG
Capture69.PNG (25.45 KiB) געזען 1177 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:טראסקעט מער און מער.

Capture35.PNG

ווי אזוי איז 48 א טראסקע פון 48?

(לויט כמעט אלע אנדערע אנקעטעס איז ער העכער ווי דעם, בד"וו.)
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

צל עובר האט געשריבן:

זיין דיסאפראוועל איז ארויף.

ווען איינער איז געווען אנפאנג יאר ביי 54% אפראוועל רעיטינג און יעצט איז ער ביי 48% ווערט עס אנגעריפן במלא מיבן המילה "טראסקעט".

"פון א +24% אפראוועל רעיטינג האט ביידען געטראסקעט צו א +4% אפראוועל רעיטינג"
לעצט פארראכטן דורך קוק אויף דיך אליינס אום דאנערשטאג יולי 29, 2021 5:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:טראסקעט מער און מער.

Capture35.PNG

ווי אזוי איז 48 א טראסקע פון 48?

(לויט כמעט אלע אנדערע אנקעטעס איז ער העכער ווי דעם, בד"וו.)

.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:טראסקעט מער און מער.

Capture35.PNG

ווי אזוי איז 48 א טראסקע פון 48?

(לויט כמעט אלע אנדערע אנקעטעס איז ער העכער ווי דעם, בד"וו.)

זיין דיסאפראוועל איז ארויף.

ווען איינער איז געווען אנפאנג יאר ביי 54% אפראוועל רעיטינג און יעצט איז ער ביי 48% ווערט עס אנגעריפן במלא מיבן המילה "טראסקעט".

"פון א +24% אפראוועל רעיטינג האט ביידען געטראסקעט צו א +4% אפראוועל רעיטינג"

"טראסקעט מער און מער"? נא, זיין דיסעפראוועל איז ארויף...

מיט "1%"..

מאנמאוט איז מאיזה סיבה ביידן'ס שוואכסטע עפראוועל.

און ניין, זעקס פראצענט אין זעקס חדשים איז אפשר געפאלן, ניטאמאל געטראסקעט, אודאי נישט מער און מער..

ביידן'ס עפראוועל איז ווייטער די סאמע סטאבילסטע אין די היסטאריע.

איך פארשטיי אמת'דיג נישט וואס איר ווילט.

מאנמענט וואס איז א שטארקע פרא דעמאקראטישע אנקעטע נעמער האט געהאט ביידען'ס אפראוועל רעיטינג ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס ביי +24%, און יעצט האט עס "געטראסקעט" צו א שוואכע +4%.

אפילו די בעסטע אנקעטע פירמע IBD/TIP האט געהאט ביידען'ס אפראוועל רעיטינג ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס ביי א מאסיווע +34% און יעצט 6 חדשים שפעטער האלט עס ביי +13%, וואס איז נאך אלץ א גאר שיין נומער אבער מיט א "ריזיגע טראסק".
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:אדמיניסטראציע באטראכט צו מאנדאטירן וואקסינאציעס פאר אלע פעדעראלע איינגעשטעלטע

פענטאגאן שטעלט קלאר אז די וואקסין-אדער-טעסט מאנדאט איז גילטיג אויך פאר מיליטערלייט.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:טראסקעט מער און מער.

Capture35.PNG

ווי אזוי איז 48 א טראסקע פון 48?

(לויט כמעט אלע אנדערע אנקעטעס איז ער העכער ווי דעם, בד"וו.)

זיין דיסאפראוועל איז ארויף.

ווען איינער איז געווען אנפאנג יאר ביי 54% אפראוועל רעיטינג און יעצט איז ער ביי 48% ווערט עס אנגעריפן במלא מיבן המילה "טראסקעט".

"פון א +24% אפראוועל רעיטינג האט ביידען געטראסקעט צו א +4% אפראוועל רעיטינג"

"טראסקעט מער און מער"? נא, זיין דיסעפראוועל איז ארויף...

מיט "1%"..

מאנמאוט איז מאיזה סיבה ביידן'ס שוואכסטע עפראוועל.

און ניין, זעקס פראצענט אין זעקס חדשים איז אפשר געפאלן, ניטאמאל געטראסקעט, אודאי נישט מער און מער..

ביידן'ס עפראוועל איז ווייטער די סאמע סטאבילסטע אין די היסטאריע.

איך פארשטיי אמת'דיג נישט וואס איר ווילט.

מאנמענט וואס איז א שטארקע פרא דעמאקראטישע אנקעטע נעמער האט געהאט ביידען'ס אפראוועל רעיטינג ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס ביי +24%, און יעצט האט עס "געטראסקעט" צו א שוואכע +4%.

אפילו די בעסטע אנקעטע פירמע IBD/TIP האט געהאט ביידען'ס אפראוועל רעיטינג ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס ביי א מאסיווע +34% און יעצט 6 חדשים שפעטער האלט עס ביי +13%, וואס איז נאך אלץ א גאר שיין נומער אבער מיט א "ריזיגע טראסק".

פונקט ווי דו פארשטייסט אז ווען א דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט געווינט ניו יארק מיט 25 פונקטן איז עס נישט א "ספלעשינג מאסיווע געוואונס" טראצדעם וואס באמת איז עס, פשוט ווייל ס'איז געווען ערווארטעט, ס'איז א חלק פונעם לעבן.

אזוי אויך ווען אן אפראוועל רעיטינג פון א פרעזידענט איז א האלבע יאר נאכדעם וואס ער איז אריינגעקומען באדייטענד נידריגער ווי ארגינעל, רופט זיך עס נישט א "מאסיווע טראסק". דארט ווי ס'איז געווען ביים איינשווערונג האט גארנישט געהאט מיט די מציאות פון וואס מענטשן זענען געווען צופרידן פון זיין ארבעט, ווייל זיין ארבעט האט זיך דאך אפילו נישט געהאט אנגעהויבן, נאר ס'איז מער א פאזעטיווע געפיל וואס מענטשן האבן און מ'רעדט זיך איין אז ער גייט אויפטוהן ווער ווייסט וואס, און ס'וועפט געווענליך שנעל אויס.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

טראמפ האט זעלטן געהאט אן אפראוועל רעיטינג נאענט צו 50 פראצענט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:טראסקעט מער און מער.

Capture35.PNG

ווי אזוי איז 48 א טראסקע פון 48?

(לויט כמעט אלע אנדערע אנקעטעס איז ער העכער ווי דעם, בד"וו.)

זיין דיסאפראוועל איז ארויף.

ווען איינער איז געווען אנפאנג יאר ביי 54% אפראוועל רעיטינג און יעצט איז ער ביי 48% ווערט עס אנגעריפן במלא מיבן המילה "טראסקעט".

"פון א +24% אפראוועל רעיטינג האט ביידען געטראסקעט צו א +4% אפראוועל רעיטינג"

"טראסקעט מער און מער"? נא, זיין דיסעפראוועל איז ארויף...

מיט "1%"..

מאנמאוט איז מאיזה סיבה ביידן'ס שוואכסטע עפראוועל.

און ניין, זעקס פראצענט אין זעקס חדשים איז אפשר געפאלן, ניטאמאל געטראסקעט, אודאי נישט מער און מער..

ביידן'ס עפראוועל איז ווייטער די סאמע סטאבילסטע אין די היסטאריע.

איך פארשטיי אמת'דיג נישט וואס איר ווילט.

מאנמענט וואס איז א שטארקע פרא דעמאקראטישע אנקעטע נעמער האט געהאט ביידען'ס אפראוועל רעיטינג ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס ביי +24%, און יעצט האט עס "געטראסקעט" צו א שוואכע +4%.

אפילו די בעסטע אנקעטע פירמע IBD/TIP האט געהאט ביידען'ס אפראוועל רעיטינג ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס ביי א מאסיווע +34% און יעצט 6 חדשים שפעטער האלט עס ביי +13%, וואס איז נאך אלץ א גאר שיין נומער אבער מיט א "ריזיגע טראסק".

וואס איך וויל?

אז ווען דער פרעזידענט איז סטאביל אין א אנקעטע - זאג מיר נישט יעצט ביטע נאכאמאל אז א 1% הייב אין אומצופרידענע מאכט עס אויס סטאביל ביטע - זאל אזא ניק ווי אייך נישט שרייבן "טראסקעט מער און מער", דאס אלעס.

איך האב זיך גאנץ קלאר באצויגן צו וואס איר האט געשריבן אין די תגובה וואס איך קוואויט.

זעה איך אז מען קען נישט אלעס האבן אויף דער וועלט, שוין.

בלייב מיר ווייטער גוטע פריינד, פון מיין זייט, איך האף אז פון אייער זייט אויך.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאר אן עוורידזש פון אלע אנקעטעס, ברענג איך דא א היינטיגן טוויט פון רייען מאצומאטא:

Biden's Net Approval Rating (@FiveThirtyEight average):

Today (7/29): +8.1
One month ago (6/29): +10.8
Two months ago (5/29): +12.8
Three months ago (4/29): +12.3
Four months ago (3/29): +14.7
Five months ago (2/28): +16.1

סך הכל?

אראפ אין "נעט" 8% אין פינעף מאנאטן!

און די נעט איז אױך גאר סטאביל היסטאריש:
While Biden's net approval rating has been very stable compared to past presidents, there has been a bit of a decline, especially when looking at net approval.

Much of this is because of disapproval increasing, though approval has declined a bit as well.

https://t.co/WqVBtUVQtF

און רוב פון די 8% וואס זיין נעט עפראוועל איז יא געשרינקן, איז פון די געהעכערטע דיסעפראוועל, נישט פון קיין געפאלענע עפראוועל.

סך הכל, אין עוורידזש איז ער געפאלן עטוואס, עטוואס מער ארויף די דיסעפראוועל, די סטאבילסטע אין די היסטאריע. (אדער פון די סטאבילסטע, קען זיין אז מען קען טרעפן איינעם א ברעקל סטאבילער.)

דאס איז לגבי דעם עוורידזש, דער מאנמאוט אנקעטע קעגן זייער פאריגע, איז ממש דאס וואס מען רופט אומגעטוישט, בכל לשן לחישותא.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

וויצע פרעזידענט פרוי העריס וועט אין די קומענדיגע וואכן אונטערנעמען א רייזע קיין דרום-מזרח אזיע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דורכאויס די רייזע וועט פרוי העריס באזוכן אין וויעטנאם, ווערענדיג די ערשטע אמטירענדע וויצע פרעזידענט צו באזוכן אין לאנד.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג אוגוסט 02, 2021 4:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אויך וועט זי באזוכן אין סינגאפאור.

די ציל פון די רייזע ווערט אנגעגעבן צו פארשטעקערן אינטערנאציאנלע, און ראיאנאלע, שטיצע פאר אמעריקא'ס פראוון צו באקעמפן טשיינע'ס גלאבאלע איינפלוס.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זונטאג ראה

אדמיניסטראציע האט פרייטאג געמאלדן פרישע סאנקציעס אויף קובאנע באאמטע פארמישט אין אונטערדריקן די ארטיגע פראטעסטן.
דאסמאל זענען די סאנקציעס געצילט קעגן די 'נאציאנאלע רעוואלוציאנארע פאליציי' און איר הויפט אפיציר אסקאר קאלעיזשאס און זיין דעפיוטי.

דורכאויס א זיצונג מיט קובאנע-אמעריקאנע געמיידע נפירער האט דער פרעזידענט פארשפראכן אז עס וועלן גענומען ווערן מער שריט קעגן די ארטיגע רעזשים.

'עס וועלן זיין נאך, סיידן עס פאסירט א דראסטישע טויש אין קובא, וואס איך ערווארט נישט עס זאל פאסירן.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מיטוואך אוגוסט 04, 2021 12:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מעקאנעל מיט ווארימע ווערטער פאר מייק ענזי וועלכע איז געווארן אריינגעפירט פרייטאג אין שפיטאל נאכן אומפאלן פון א ביציקל

די געוועזענע רעפובליקאנער סענעטאר פון וויאמינג מייק ענזי איז די נאכט געשטרארבן אין עלטער פון 77 יאר, נאכן דורך גיין א ביציקעל עקסעדענט.

פרעזידענט קלערט פון מעגליך אפרייזן ענדע וואך קיין ווייאמינג פאר די באגרעבעניש פון דער געוועזענע רעפובליקאנע סענאטאר מייק ענזי.

ענזי איז געווען א קאלעגע פאר'ן פרעזידענט אינעם סענאט דורכאויס די יארן פון 1997 ביז 2009.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”