גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

ווי באוויסט איז דא א שטארקע פראבלעם אין די גאנצע אלגעמיינע וועלט אז די וואס האבן נישט די זיץ פלייש אדער געלט צו שטודירן אומנויטיגע סאבזשעקט'ס אין קאלעזש ווערן צוריק געהאלטן צוטריט צו גוט באצאלטע זשאבס. גוגל וויל אצינד דורכפירן א רעוואלוציע אין דעם הינזיכט ווען זיי פלאנען צו געבן סערטיפיקאטן אז מען טויג צו א פאך נאך א האלבע יאר טרענירונגען און פארהערן וועלכע וועלן אפקאסטן אלעס צוזאמען אזוי ביליג ווי 300 דאלער.

די עיקר חידוש פון די אונטערנעמונג איז אז גוגל נעמט זיך אליינס אונטער צו הייערן ארבעטער וועלכע וועלן האבן די סערטיפיקאטן, עס וועט טראגן די זעלבע געוויכט ווי א 4 יעריגע דעגרי. מען וועט באקומען די פאסיגע מאטריאל געאייגנט פאר דעם ספעציפישן פאך וואס מען וויל קענען און דאס וועט מען דארפן שטודירן און זיך פארהערן.

עס איז צום האפן אז עס וועט טאקע פאראורזאכן א רעוואלוציע אין דעם הינזיכט וויבאלד עס איז באמת זייער א שכל'דיגע זאך און מאכט אסאך סענס, עס איז פשוט אז מען 'פירט זיך' צו פארלאנגען א דעגרי. אבער גוגל האט גענומען א מוסר השכל פון די יחדיו ירננו און זיי זאגן אז די קאראנע אומשטענדן זענען א פאסיגע צייט פאר א פאראדיים שיפט - א טויש אין די מהלך המחשבה און בעיקר בפועל.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
לאנגווייליג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:50 am

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגווייליג »

מקור?
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

Link please
Ty
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

Today @google is rolling out a comprehensive new digital jobs program to help Americans get back to work, break down educational barriers by prioritizing skills, and support the country’s economic recovery. Details in my post and highlights below.https://t.co/c4GrH5OA6h
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אויב גייט דאס זיך אויסארבעטן גייט עס טוישן גאנץ אמעריקע

די קאלעדזשעס פארעמען אויס די קומענדיגע גענעראציעס און ליגן אין די הענט פון אידיאליסטן וואס זענען נישט אינטערעסירט אין מציאות

עס קען אויך מעגליך קראכן די צודרייטע פרייזן וואס די קאלעדזשעס רעכענען (פרעג עני בעסערע גוי)
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

דאס מיינט לכאורה אויך אז היימישע אידן וועלן קענען גיין ארבעטן פאר גוגל.

צו עס איז גוטע נייעס אדער נישט, ווייס איך נישט.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

הענדימען האט געשריבן:אויב גייט דאס זיך אויסארבעטן גייט עס טוישן גאנץ אמעריקע

די קאלעדזשעס פארעמען אויס די קומענדיגע גענעראציעס און ליגן אין די הענט פון אידיאליסטן וואס זענען נישט אינטערעסירט אין מציאות

עס קען אויך מעגליך קראכן די צודרייטע פרייזן וואס די קאלעדזשעס רעכענען (פרעג עני בעסערע גוי)


און די ניו יארק סיטי ריעל עסטעיט ווי עס לערנען איבער 500,000 סטודענטס, זייער אסאך פון אוט אף סטעיט וואס דינגען.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יואל שרייבער האט געשריבן:דאס מיינט לכאורה אויך אז היימישע אידן וועלן קענען גיין ארבעטן פאר גוגל.

צו עס איז גוטע נייעס אדער נישט, ווייס איך נישט.


קען איך אידען מיט בארד און פיאות וואס ארבעטן פאר זיי .
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

יואל שרייבער האט געשריבן:דאס מיינט לכאורה אויך אז היימישע אידן וועלן קענען גיין ארבעטן פאר גוגל.

צו עס איז גוטע נייעס אדער נישט, ווייס איך נישט.


ווי איך פארשטיי איז אינאנהייב פאר גוגל, ווען נאך פירמעס וועלן זען אז עס טויג וועלן זיי עס אויך אדאפטירן.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

shimon7323 האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:דאס מיינט לכאורה אויך אז היימישע אידן וועלן קענען גיין ארבעטן פאר גוגל.

צו עס איז גוטע נייעס אדער נישט, ווייס איך נישט.


קען איך אידען מיט בארד און פיאות וואס ארבעטן פאר זיי .

סתם נייגעריג, וואספארא פאזיציעס האבן זיי דארטן?
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

צי נעמען די קאורס קאסט דאך אויך $49 דאללער א חודש
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

הענדימען האט געשריבן:אויב גייט דאס זיך אויסארבעטן גייט עס טוישן גאנץ אמעריקע

די קאלעדזשעס פארעמען אויס די קומענדיגע גענעראציעס און ליגן אין די הענט פון אידיאליסטן וואס זענען נישט אינטערעסירט אין מציאות

עס קען אויך מעגליך קראכן די צודרייטע פרייזן וואס די קאלעדזשעס רעכענען (פרעג עני בעסערע גוי)

אזוי שמיכניש דיכניש ארויס געכאפט די ווערטער פון מויל..
----
די גאנצע ליבעראלע אידעאלאגיע שטייט אויף די קאלידזש חבורה,
וואס דאס האט בעצם אויסגעריסן און רעפלעיסט די אמאליגע סדר החיים פון בויען די קשרים מיט חברים און נאנטע דורך די ארבעטס פלאץ און די גייסטליכע צוזאמענקומפן.

היינט איז די קאלידזש (ע"פ רוב) א תוהו ובוהו וואו מלעבט אין א באבל על סיר הבשר (אדער גאר אויף סטודענט לאונס..) און מטוט נישט גארנישט חוץ ליגן אין אידעאלאגיעס וואס האט מיטן עולם המציאות גארנישט
פון זיין פראדאקטיוו, מן דכר שמיה..

די באגריף קאלידזש טוט אויפברעכן די געזונטע סאסייעטי אויף אן אבנארמאלע פארנעם

די קאנסערוואטיווע פארטיי איז א טויטע פארטיי כל זמן די יונגווארג וועט ווייטער ווערן פאר'סם'ט פון די פארקרומטע קאלידזש-מיינדסעט געפעקידזשט אין חאזעריי
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

יואל שרייבער האט געשריבן:דאס מיינט לכאורה אויך אז היימישע אידן וועלן קענען גיין ארבעטן פאר גוגל.

צו עס איז גוטע נייעס אדער נישט, ווייס איך נישט.


גוגל פארלאנגט נישט דוקא קיין דעגרי ביז היינט אויך נישט, ס׳׳איז גענוג דריי יאר עקספעריענס אויך, ד.מ. אויב האט איינער געארבייט אין א היימישע אידישע פלאץ אן קיין דעגרי פאר 3 יאר, קען ער גיין מיט דעם עקספעריענס און באקומען א דזשאב ביי גוגל.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

די געדאנק מאכט פשוט סענס, עס איז דא אזויפיל היימישע אידן וואס האבן זיך גיט אויסגעלערנט געוויסע פאכן - אן א דעגרי - גארנישט ווייניגער ווי דער גוי וואס האט שטודירט 5 יאר אין קאלעזש
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

קענדי'ס האט געשריבן:צי נעמען די קאורס קאסט דאך אויך $49 דאללער א חודש

גיין אין קאלעדזש קאסט אפאר טויזנט דאלער חודש'ליך.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

ס'גייט ביידע וועגן, אז ס'קאסט ווייניגער זיך צו לערנען באקומט מען ווייניגער באצאלט אויך.
און פארדעם טוט דאס גוגל זיך צו שפָארן געלט
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ס׳איז נישט קיין נייע געדאנק בכלל, קארסערע איז אן אלטע זאך, סערטיפיקעישענס איז אויך נישט קיין נייע זאך, גוגל געבט שוין סערטיפיקעישענס פאר געלט א לאנגע צייט, די שאלה איז יעצט, טאמער וועט גוגל מאכן א מארקעטינג קאמפיין, אז איינער וואס ענדיגט זייער קאורס איז פונקט אזוי גוט ווי די קאללעידזש עדיוקעטיד חברהמאן, און אז מען קען זיי אננעמען אין אנדערע ביזנעסעס, דאן איז דאס א מורא׳דיג׳ער זאך.

לענ״ד דארף מען אויסלערנען ביי די חתן שיעורים אז מען זאל נעמען אזא קאורס גלייך נאך די חתונה (אדער אפשר גאר אלץ חתן), וואס קאסט דאס? $50 א חודש? פאר 6 חדשים? מען קען עס רואיג טוהן ביינאכט, און עס דארף אפילו נישט נעמען די גאנצע 6 חדשים וואס זיי זאגן, א אידיש קאפ קען דאס מאכן שנעלער (איך האב געמאכט אפאר קארסערע קאורסעס), עס קאסט $300 (מען קען מאכען 8 קארסעס פאר העלפט די פרייז פון א שטריימעל), און מען האט א פאך אין דער האנט.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:דאס מיינט לכאורה אויך אז היימישע אידן וועלן קענען גיין ארבעטן פאר גוגל.

צו עס איז גוטע נייעס אדער נישט, ווייס איך נישט.


קען איך אידען מיט בארד און פיאות וואס ארבעטן פאר זיי .

סתם נייגעריג, וואספארא פאזיציעס האבן זיי דארטן?


Programer
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

אויב די גאנצע זאך גייט קראכן גייט דאס עפעס אפעקטירן אונזער היימישע ישיבות (קאלעזש בלע"ז) וואס מאכן אויף יעדן בחור א 10'נער?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

געוואלדיגע גוטע נייעס דאס. מי יתן והיה אז דאקטוירים און לויערס זאלן אויך קענען באקומען לייסענס נאכ'ן זיך לערנען בלויז וואס עס פעלט זיך אויס צו קענען פאר זייער פאך, דאס וואלט דראסטיש אראפגעברענגט די פרייזן, די קאלעדזשעס וועלן עס אבער קיינמאל נישט צולאזן.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ערגעץ איז שוין מיינעך דא א אשכול איבער די מאכטפולע קאלעדזש אינדעסטריע ווי זיי פארמשכון'ען די סטודענטן אויף ריזיגע לאון'ס זייער גאנצע לעבן, און איבן אויס פאליטישע דרוק אז סיי וועלכע פראפעסיע זאל מוזן האבן א דעגרי מיט יארן קאלעדזש פראקטיצירונג.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

בבקשה האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:דאס מיינט לכאורה אויך אז היימישע אידן וועלן קענען גיין ארבעטן פאר גוגל.

צו עס איז גוטע נייעס אדער נישט, ווייס איך נישט.


גוגל פארלאנגט נישט דוקא קיין דעגרי ביז היינט אויך נישט, ס׳׳איז גענוג דריי יאר עקספעריענס אויך, ד.מ. אויב האט איינער געארבייט אין א היימישע אידישע פלאץ אן קיין דעגרי פאר 3 יאר, קען ער גיין מיט דעם עקספעריענס און באקומען א דזשאב ביי גוגל.

גוגל האט הונדערטער אויב נישט טויזענטער ארבייטער דא אין מאנהעטען. פארוואס זאלן נישט היימישע יודן הנאה האבן דערפון און האבן פרנסה דארט. מ׳מוז נישט זיין קיין פראגרעמער, מדארף אפילו נישט פארשטיין צו פראגרעמינג צו ארבייטן פאר גוגל. (נישט אז היימישע יודן קענען נישט פראגרעמינג, נאר כ׳מיין צו זאגןאז מען דארף נישט...)
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

בבקשה האט געשריבן:ס׳איז נישט קיין נייע געדאנק בכלל, קארסערע איז אן אלטע זאך, סערטיפיקעישענס איז אויך נישט קיין נייע זאך, גוגל געבט שוין סערטיפיקעישענס פאר געלט א לאנגע צייט, די שאלה איז יעצט, טאמער וועט גוגל מאכן א מארקעטינג קאמפיין, אז איינער וואס ענדיגט זייער קאורס איז פונקט אזוי גוט ווי די קאללעידזש עדיוקעטיד חברהמאן, און אז מען קען זיי אננעמען אין אנדערע ביזנעסעס, דאן איז דאס א מורא׳דיג׳ער זאך.

לענ״ד דארף מען אויסלערנען ביי די חתן שיעורים אז מען זאל נעמען אזא קאורס גלייך נאך די חתונה (אדער אפשר גאר אלץ חתן), וואס קאסט דאס? $50 א חודש? פאר 6 חדשים? מען קען עס רואיג טוהן ביינאכט, און עס דארף אפילו נישט נעמען די גאנצע 6 חדשים וואס זיי זאגן, א אידיש קאפ קען דאס מאכן שנעלער (איך האב געמאכט אפאר קארסערע קאורסעס), עס קאסט $300 (מען קען מאכען 8 קארסעס פאר העלפט די פרייז פון א שטריימעל), און מען האט א פאך אין דער האנט.

איך האב געענדיגט אפאר קארסערע קורסעס, און אין בין ווייט נישט קיין גרויסע חסיד דערפון, לענ"ד איז Lynda אסאך אסאך בעסער פאר איינער וואס וויל ארויסקומען מיט א פאך אין די האנט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

אחד הרבנים האט געשריבן:מ׳מוז נישט זיין קיין פראגרעמער, מדארף אפילו נישט פארשטיין צו פראגרעמינג צו ארבייטן פאר גוגל.


וואס נאך ארבעט האבן זיי וואס קען זיין אינטערעסאנט פאר א היימישער איד?
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: גוגל ברעכט דורך דעם קאלעזש סיסטעם; וועט פארטיילן סערטיפיקאטן נאך א האלב יאר זשאב ספעסיפיק טרענירונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

באהאנדלען עדס אקאונטס. פאר זייערע קאסטומרס. דאס איז א ריזן חלק פון זייער שטאב דא אין נ.י.ס.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”