די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

אין א היסטארישע מאמענט פאר די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן איז דארט געווארן אפגעראכטן א חתונה פון אן ארטאדאקסישע פארפאלק ארום 150 מענטשען האבן אנטייל גענומען ביי די חתונה וואס איז פארגעקומען אין די 'פארק האיאט דובאי האטעל', האלב פון זיי געסט פון אויסלאנד וועלכע זענען אהין געפלויגן מיטצוהאלטן די חתונהַ און דאס קומט נאכן שלום דעקלעראציע מיט מדינת ישראל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מצליח האט געשריבן:סודאן סטראשעט אז זי וועט אנולירן איר שלום אפמאך מיט מדינת ישראל צוליב טעראר אישו‎, אמעריקע האט געהאט פארשפראכן פאר סודאן אז אויב שרייבן זיי אונטער די שלום אפמאך, וועט מען אראפנעמען דאס לאנד פון די טעראר ליסטע. דערווייל האט קאנגרעס נאכנישט אראפגענומען סודאן פון די טעראר ליסטע, און יעצט האט סודאן געשיקט א סטראשע צו סעקרעטערי אוו סטעיט פאמפעיא אז זיי גייען צוריקציען פונעם דיעל אויב די טעראר ליסטע אישו ווערט נישט געלעזט ביז ענדע 2020.

די חברה זענען אזוינע בהמות. זיי געבען ביז ענע 2020 ווייל זיי פארשטיין אז אזא זאך געשעהט נישט פון איין מינוט אויפן צווייטן, נו וואס מאכן זיי אזעלכע קולות אויב אזוי?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

2020-12-03.jpg
2020-12-03.jpg (145.77 KiB) געזען 1608 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פארוואס דייקא וויזניץ?

ס'גייט ווערן וויזניץ-דובאי? אזויווי וויזניץ טוניס?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

מצליח האט געשריבן:סודאן סטראשעט אז זי וועט אנולירן איר שלום אפמאך מיט מדינת ישראל צוליב טעראר אישו‎, אמעריקע האט געהאט פארשפראכן פאר סודאן אז אויב שרייבן זיי אונטער די שלום אפמאך, וועט מען אראפנעמען דאס לאנד פון די טעראר ליסטע. דערווייל האט קאנגרעס נאכנישט אראפגענומען סודאן פון די טעראר ליסטע, און יעצט האט סודאן געשיקט א סטראשע צו סעקרעטערי אוו סטעיט פאמפעיא אז זיי גייען צוריקציען פונעם דיעל אויב די טעראר ליסטע אישו ווערט נישט געלעזט ביז ענדע 2020.

זעט מען דאך אז שלום מיינט נישט שלום
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מען זעט אז אויב איינע פון די תנאים איז עפעס וואס איז נישט געוואנדן אין דיר, דאן פארקויף נישט אז דו האסט א דיעל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

בהמשך צום וויזניצער ספר תורה אין דובאי..
rsz_-חלות-ויזניץ-בדובאי.jpg
rsz_-חלות-ויזניץ-בדובאי.jpg (50.23 KiB) געזען 1443 מאל
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

זארג נישט האט געשריבן:
מצליח האט געשריבן:סודאן סטראשעט אז זי וועט אנולירן איר שלום אפמאך מיט מדינת ישראל צוליב טעראר אישו‎, אמעריקע האט געהאט פארשפראכן פאר סודאן אז אויב שרייבן זיי אונטער די שלום אפמאך, וועט מען אראפנעמען דאס לאנד פון די טעראר ליסטע. דערווייל האט קאנגרעס נאכנישט אראפגענומען סודאן פון די טעראר ליסטע, און יעצט האט סודאן געשיקט א סטראשע צו סעקרעטערי אוו סטעיט פאמפעיא אז זיי גייען צוריקציען פונעם דיעל אויב די טעראר ליסטע אישו ווערט נישט געלעזט ביז ענדע 2020.

זעט מען דאך אז שלום מיינט נישט שלום

As I said/asked here
viewtopic.php?f=6&t=43999&start=350#p2493116
פוצה פה ומצפצף
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

מדינת ישראל איז געכאפט געווארן אין איבערראשונג פון א שארפע רעדע דורך א סאודישער פרינץ ביי א סאמיט אין באכראין צוערשט האבן באאמטע פון באכראין און די עמיראטן געגעבן גאר ווארימע אויפנאמעס פאר מדינת ישראל באאמטע, אבער ווען דער סאודישער פרינץ טורקי על פאיזאל איז ארויף געקומען אויפ'ן פאדיום האט ער געגעבן אן עקסטרעם שארפע רעדע אקעגן מדינת ישראל. ער האט באשולדיגט אז מדינת ישראל לייגט אריין פאלעסטינער אין קאנצענטראציע לאגערן, אלעס אינטער'ן שלייער פון זיכערהייט, און לאזט פאלעסטינער פרויען און קינדער אפשימלן אינטער גראטעס.
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: טראמפ: היסטארישער דורכברוך - באציאונגען צווישן מדינת ישראל און מאראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

געקאפיעט פון א היברעיאשן סייט - ואתכם הסליחה

טראמפ: מרוקו הסכימה לכונן יחסים דיפלומטיים מלאים עם ישראל

נשיא ארה"ב הודיע כי מרוקו תהפוך למדינה הערבית הרביעית שמקדמת נורמליזציה בארבעת החודשים האחרונים. בין ישראל למרוקו התנהלו בעבר יחסים, שנותקו לאחר פרוץ האינתיפאדה השנייה. המהלך הושלם לאחר הודעה אמריקנית היום על הכרה בסהרה המערבית הכבושה כחלק ממרוקו


ברק רביד
יום חמישי, 10 בדצמבר 2020, 18:10

מרוקו הסכימה לכונן יחסים דיפלומטיים מלאים עם ישראל - כך הודיע היום (חמישי) נשיא ארצות הברית דונלד טראמפ. המרוקנים ביצעו את המהלך בעקבות הודעתו של טראמפ כי ארצות הברית תכיר בסהרה המערבית הכבושה כחלק ממרוקו. מדובר במדינה הערבית הרביעית שמקדמת צעדי נורמליזציה מול ישראל בארבעת החודשים האחרונים.

ישראל עודדה את ממשל טראמפ בשנים האחרונות לקדם עסקה של הכרה בסהרה המערבית בתמורה לנורמליזציה בין שתי המדינות. המגעים בנושא נוהלו בשנה האחרונה ישירות בין הבית הלבן לבין ממשלת מרוקו. בשבועות האחרונים עדכן הבית הלבן את לשכת ראש הממשלה בירושלים על פריצת דרך אפשרית.

בין ישראל למרוקו היו יחסים חשאיים במשך יותר מ-50 שנה. המרוקנים תיווכו בין ישראל למצרים בסוף שנות ה-70 בדרך להסכם השלום ההיסטורי בין המדינות. בשנות ה-90, לאחר הסכמי אוסלו, כוננו ישראל ומרוקו יחסים דיפלומטיים. ראש הממשלה דאז יצחק רבין ושר החוץ באותה תקופה שמעון פרס, אף ביקרו במרוקו ב-1994 כאורחיו של המלך חסן וחנכו את הנציגות הדיפלומטית הישראלית במדינה.

בשנת 2000 לאחר פרוץ האינתיפאדה השנייה נותקו היחסים הדיפלומטיים בין ישראל למרוקו. שתי המדינות סגרו את נציגויותיהן הדיפלומטיים בתל אביב וברבאט. ב-20 השנים שעברו מאז התקיימו כמה מפגשים חשאיים בין שרי חוץ ישראלים לשרי חוץ מרוקנים. כך, בספטמבר 2018 התקיימה פגישה חשאית כזו בין ראש הממשלה בנימין נתניהו ושר החוץ של מרוקו נאסר בוריטה, בשולי עצרת האו"ם בניו יורק

ההכרה של ממשל טראמפ בסהרה המערבית כחלק משטחה הריבוני של מרוקו היא שינוי מדיניות אמריקני דרמטי והישג מדיני היסטורי עבור המרוקנים. עד 1975 היתה הסהרה המערבית בשליטה ספרדית. כשהספרדים עזבו, מרוקו כבשה את השטח, גירשה חלק מהתושבים המקומיים שעברו למחנות פליטים והקימה התנחלויות שבהן יישבה יותר מ-100 אלף אזרחים מרוקנים. ב-1979 מרוקו סיפחה את הסהרה המערבית.

ב-45 שנות הסכסוך התרחשו בסהרה המערבית סבבי אלימות לצד סבבי משא ומתן, ללא התקדמות משמעותית. מרוקו מסרבת לתת עצמאות לסהרה המערבית ומסכימה רק לאוטונומיה. אף מדינה בעולם לא מכירה בכיבוש המרוקני, והאיחוד האירופי אף מגנה באופן קבוע את מרוקו בנושא

באחרונה פרצו בסהרה המערבית קרבות בין כוחות צבא מרוקו למורדים מארגון הפוליסריו. במקביל, כמה מדינות ערביות ובהן איחוד האמירויות וירדן הודיעו על פתיחת קונסוליות בסהרה המערבית - לאות הכרה בכך שמדובר בחלק ממרוקו.
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ מעלדט, אז די קינגדאם אוו מאראקא, און מדינת ישראל זענען ביידע גרייט צו איינשטעלן גוטע דיפלאמאטישע באציאונגען.
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

פרעזידענט טראמפ איבער די נייע באציאונגען צווישן מדינת ישראל און מאראקא אויף טוויטער
IMG_20201210_113555_682.jpg
IMG_20201210_113555_682.jpg (165.5 KiB) געזען 1155 מאל
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:געקאפיעט פון א היברעיאשן סייט - ואתכם הסליחה

אין אידישן איבערזעצונג:

טראמפ: מאראקא האט מסכים געווען אנצוהייבן פולע דיפלאמאטישע באַציאונגען מיט מדינת ישראל.

מאראקא האט מסכים געווען אוועקצושטעלן פולע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט ישראל, האָט דער אמעריקאנער פרעזידענט דאָנאַלד טראמפ געמאלדן היינט (דאנערשטאג).

די מאראקאנער האבן געמאכט דעם שריט נאך טראמפ'ס אנאונסמענט אז די פאראייניגטע שטאטן וואָלט אנערקענט די איינגענומענע מערב סאהארא אלץ א טייל פון מאראקא.

דאָס איז שוין די פערטע אראבישער לאנד וועלעכע העכערט נארמאלע מיטלען באציאונגען מיט מדינת ישראל אין די לעצטע פיר חדשים.

מדינת ישראל האָט אין די לעצטע יארן געשטופט די טראמפ אַדמיניסטראציע פאראויס צו שטופן א אפמאך צו אנערקענען מערב סאַהאַראַ אין אויסטויש פארן אנשטעלן נארמאלע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער. די אופן ווי אזוי אויסצושטעלן די זאך קאכט זיך שוין אין די לעצטע יאָר-צייט צווישן די ווייסע הויז און די מאראקאנער רעגירונג. אין די לעצטערע וואכן האט דאס ווייסע הויז באריכטעט דעם ראש הממשלה אין ירושלים איבער א מעגליכן דורכברוך.

מדינת ישראל און מאראקא האָבן שוין אין געהיים באַציאונגען שוין פאר איבער 50 יאָר. די מאראקאנער האבן פארמיטלט צווישן מדינת ישראל און מצרים ביים ענדע פון די 1970 יארן אויסצוהאמערן די היסטארישער שלום אפמאך צווישן די צוויי לענדער. אין די 1990 יארן, נאָך די אָסלאָ אַפמאך, האבן מדינת ישראל און מאראקא געגרינדעט דיפלאמאטישע באַציאונגען. דער דעמאלטסט'יגער פרעמיער מיניסטער "יצחק ראבין" און דער דעמאלטס'דיגער אויסערן מיניסטער "שמעון פּערעס" האבן אפילו באזוכט מאראקא אין 1994 אלס איינגעלאדענטע פון קעניג "כאסאן" און האבן באנייט די מדינת ישראל אמבעסאדע אין לאנד.

אין 2000, נאָכן אויסברוך פון דער צווייטער אינטיפאדע, זענען די דיפלאמאַטישע באציאונגען צווישן מדינת ישראל און מאראקא אפגעריסן געווארן. די צוויי לענדער האָבן פארמאכט זייערע אמבעסאדעס אין תל אביב און אין ראבאט. אין די 20 יאָר זינט דעמאָלטס - זענען שוין פארגעקומען עטליכע געהיימע מיטונגען צווישן די אויסערן מיניסטארן פון מדינת ישראל און מאראקא. אזוי אז אין סעפטעמבער 2018 איז שוין פארגעקומען איין אזא געהיימע זיצונג צווישן פרעמיער מיניסטער "בנימין נתניהו" און דער מאראקאנער אויסערן מיניסטער "נאסער בוריטא", ביי די זייט פון די יו.ען. גענעראל אסעמבלי אין ניו יארק.

די יעצטיגער אנערקענונג פון דער טראמפ אדמיניסטראציע פון ​​מערב סאהארא אלס טייל פון מאראקא'ס הערשאפט טעריטאריע - איז א דראמאטישער אמעריקאנער פאליסי טויש און א היסטארישער פאליטישער דערגרייכונג פאר די מאראקאנער.

ביז 1975 איז מערב סאהארא געווען אונטער שפאנישע קאָטראל. ווען די ספּאַנישע האבן אויפגעגעבן דערויף האט עס מאראקא פאַרנומען, זיי האבן פארטריבן א טייל פון ​​די ביז דעמאלטס'דיגע איינוואוינער פון לאנד - און זיי אריבערגעפירט צו פליטים לאגערן, און דערנאך געגרינדעט ספעציעלע שטחים אין וועלעכע זיי האבן באזעצט מער ווי 100.000 מאָראקאנער בירגער. אין 1979 האט מאראקא אפעציעל אַנעקסירט מערב סאהארא.

אין די 45 יאָר פונעם קאנפליקט [מיט מערב סאהארא] זענען דארט פארגעקומען נאכאנאדע געוואלדטאטן, ווי אויך נאכאנאדע פארהאנדלונגען צווישן די צוויי צדדדים - אבער אָן קיין שום באַדייטענדע פארשריט. מאראקא האט זיך אנטזאגט פון צו געבן זעלבסטשטענדיגקייט פאר מערב סאהארא אבער שטימען בלויז איין זיי צו שענקען א געוויסע אוטאנאמיע [זעלבסט-פאַרוואַלטונג].

קיין איין לאַנד אין די וועלט האט נאך דערוויל נישט אנערקענט די מאראקאנער אנעקסירונג אויף מערב סאהארא, די אי. יו. האלט אין איין ארויסגעבן פארדאמונגען אויף מאראקא אויף דיזן נושא.

לעצטנס האבן אין מערב סאהארא אויסגעבראכן אמפערייען צווישן די מאראקאנער אַרמיי און די אויפשטענדלער פון די פאליסאריע גרופע. און צו דער זעלבער צייט האבן עטליכע אראבעישע לענדער - אריינגערעכנט די "פאראייניגטע אַראַבישע עמיראטן" און "ירדן" אַנאונסט די עפענונג פון קאנסולאטן אין מערב סאהארא - אלץ א צייכן פון אנערקענונג די מערב סאהארא אלץ א פולשטענדיגער טייל פון מאראקא.
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

ייישר כח
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

א געוואלדיגע אויפטוה. דער הערט נישט אויף רוקן סחורה בשעת ביידן גרייט זיך צו רוקן מאסקעס..

דעס אז ער האט אנערקענט אז מערב סאהארא געהערט פאר מאראקא איז אויך היסטאריש.
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

מדינת ישראל עירליינס זאגן אז זיי זענען שוין גרייט נעקסטע וואך אנצוהייבן דירעקטע פלי רייזעס קיין מאראקא‎ דאָס קומט אינעם זעלבן טאָג וואָס מדינת ישראל און מאָראָקאָ האָבן געמאָלדן אַז זיי האָבן דערגרייכט א דיעל דורך אַמעריקע צו באַנייען דיפּלאָמאַטישע באַציאונגען. אל-על האָט זיך שוין אָנגעהויבן צוגרייטן פאַר דירעקטע רייזעס קיין מאָראָקאָ, און איזרא-עיר זאָגט אַז פון זייער זייט קענען זיי שוין אָנהייבן נעקסטע וואָך די רייזעס.
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

א ווארטזאגער פאר'ן מדינת ישראל אויסערן מיניסטער גבי אשכנזי האט געזאגט אז ביבי נתניהו האט נישט איינגעמאלדן פון פאראויס איבער די אפמאך נישט פאר אים און נישט פאר דיפענס מיניסטער בעני גאנץ
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

מצליח האט געשריבן:מדינת ישראל עירליינס זאגן אז זיי זענען שוין גרייט נעקסטע וואך אנצוהייבן דירעקטע פלי רייזעס קיין מאראקא‎ דאָס קומט אינעם זעלבן טאָג וואָס מדינת ישראל און מאָראָקאָ האָבן געמאָלדן אַז זיי האָבן דערגרייכט א דיעל דורך אַמעריקע צו באַנייען דיפּלאָמאַטישע באַציאונגען. אל-על האָט זיך שוין אָנגעהויבן צוגרייטן פאַר דירעקטע רייזעס קיין מאָראָקאָ, און איזרא-עיר זאָגט אַז פון זייער זייט קענען זיי שוין אָנהייבן נעקסטע וואָך די רייזעס.

נא אוודאי! פארוואס דען נישט? כמעט אלע פליגערס שטייען דאך ליידיג אן א שטאך ארבעט, זיי פרייען זיך צו א געלעגנהייט צו קענען פליען ערגעץ...
---
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

סטיטשינער האט געשריבן:א געוואלדיגע אויפטוה. דער הערט נישט אויף רוקן סחורה בשעת ביידן גרייט זיך צו רוקן מאסקעס..

דעס אז ער האט אנערקענט אז מערב סאהארא געהערט פאר מאראקא איז אויך היסטאריש.

דער חברה'מאן יר"ה וויל באקומען א נאבל שלום פרייז. לדעתי - פארדינט ער עס בגדול!
איך זעה נישט קיין אנדערע סיבה פארוואס ער זאל זיך אזוי אנשטרענגען איצט.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א 'לעגעסי' איז פונקט גענוג א שטארקע סיבה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מצליח האט געשריבן:א ווארטזאגער פאר'ן מדינת ישראל אויסערן מיניסטער גבי אשכנזי האט געזאגט אז ביבי נתניהו האט נישט איינגעמאלדן פון פאראויס איבער די אפמאך נישט פאר אים און נישט פאר דיפענס מיניסטער בעני גאנץ

איך פארשטיי נישט, איז ווער האט געשלאסן דעם אפמאך? טראמפ און מאראקא אן איזראעל?

מאכט נישט קיין סענס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פעיק ניוז האט געשריבן:
מצליח האט געשריבן:א ווארטזאגער פאר'ן מדינת ישראל אויסערן מיניסטער גבי אשכנזי האט געזאגט אז ביבי נתניהו האט נישט איינגעמאלדן פון פאראויס איבער די אפמאך נישט פאר אים און נישט פאר דיפענס מיניסטער בעני גאנץ

איך פארשטיי נישט, איז ווער האט געשלאסן דעם אפמאך? טראמפ און מאראקא אן איזראעל?

מאכט נישט קיין סענס.

??
ברטם
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 12:34 pm

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברטם »

גורם ישראלי בכיר: "בימים הקרובים צפויה הכרזה על נורמליזציה עם מדינה נוספת"

בימים הקרובים צפויה להיות מוכרזת מדינה נוספת שתכונן קשרים עם ישראל, כך לדרבי גורם ישראלי בכיר שצוטט ב'כאן חדשות'. ב'חדשות 12' דווח כי מתקיימות שיחות נוספות מתחת לרדאר עם מדינות מוסלמיות נוספות באפריקה ובאסיה.


על פי הדיווח, בישראל מעריכים כי מדינה אחת נוספת – או אפילו שתיים – יכריזו בקרוב על נרמול היחסים עם ישראל. ייתכן שמדובר בעומאן שבמפרץ הפרסי, שבה אף ביקר נתניהו בעבר.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מדינת ישראל באאמטע האבן היינט געמאלדן איבער א פרישע אפמאך געשלאסן מיט די אזיאנע לענדל בהוטאן.

אויף דערווייל ווערט עס נישט באריכטעט אלס טייל פון די טראמפ אדמיניסטראציע אינישעטיוו צו שליסן פרידן/נארמאליזירונג אפמאכן צווישן מדינת ישראל און אראבישע/מוסלעמענע לענדער, איז עס פארט א גאר שטארקע דורכברוך - נעמענדיג אין באטראכט אז בהוטאן האט ביז היינטפארמאגט אפיציעלע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט בלויז 52 לענדער ארום די וועלט.

די אפמאך איז אונטעגעשריבן געווארן אין אינדיע דורך די ארטיגע אמבאסאדארן פון די צוויי לענדער.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: די עיברעהעם אקארדס - שלום צווישן מדנ"י און אראבישע לענדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מצליח האט געשריבן:ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ מעלדט, אז די קינגדאם אוו מאראקא, און מדינת ישראל זענען ביידע גרייט צו איינשטעלן גוטע דיפלאמאטישע באציאונגען.

לויט א סטעיטמענט דורך די קעניגליכע פאלאץ, האט קעניג מוהאממעד דער זעקסטע אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט די פאלעסטינער פרעזידענט אבבאס, און ער האט איהם פארשפראכן אז מאראקא שטייט שטאנדהאפטיג מיט איר שטיצע פאר א "צוויי-שטאטן-לעזונג" צווישן מדינת ידראל און די פאלעסטינער.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”