לא ימושו מפיך האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:וולעכע צייט אין טאג איז די רואיגסטע ביים ציון היינט?
עס וועט שוין לכאורה זיין אנגעשטויסן ביז ביינאכט אבער ווי פריער איר גייט אלץ רואיגער.
פון נאכמיטאג איז ממש א גרידלאק
רואיג איז פון חצות הלילית ביז די פארטאגס שעות
למעשה בין איך געווען יעצט אין די פארמיטאג שעות, ס'איז געווען א מחי' ב"ה, זאל מיר האבן געפועלט אלעס גוטס
לענ"ד פארשטיי איך נישט די אפרעדעניש פון די געיטס, און א חכם פרעגט נאך וואס איז געווען שלעכט ביז יעצט
ביז יעצט האבן צוויי מענטשן אקופירט די צוויי זייטן פון די מציבות צו זאגן דארט תהלים, און אויב האסטו געוואלט צוגיין מיט א קוויטל האסטו געקענט בארן קלאפן
אמת אין בעק פון די מציבה איז ליידיג, אבער צודעם האט מען צוגעלייגט א שיינע גרויסע שאטער ווי מ'קען רואיג זאגן תהלים, און איך מיין מ'פועלט די זעלבע דארט
דערווייל ווען איך בין געווען איז געווען קאנטראלט דורך יונגעלייט דער גאנצער סדר, אויב וועט אזוי זיין א גאנצן טאג וועט בפשטות נישט זיין קיין קאטאסטראפעס, ס'איז שיין קארדאנירט, ס'איז נישט א שמאלע וועג אראפ, ס'איז נישט קיין סטעפס, די גאנצע געיט מעשה איז צווישן 10 און 15 פיס לאנג, די ליין האט פלאץ צו שטיין די גאנצע ביה"ח אראפ, ס'איז נישטא קיין הדלקות, ס'איז זייער ראויג.
א קאטאסטראפע האט חלילה געקענט זיין ביז היינט אין די אנגעשטויסענע צייטן ווען מ'איז געפלויגן פון איין עק אוהל ביזן צווייטן ווען יעדע קליינע רבי'לע אדער ראש ישיבה'לע איז געקומען און מ'האט אים געוואלט מאכן פלאץ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.