נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך מומחה יוחס »

זאל אלע יודן האבן אויסגעפעולט אלעס גוטס
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

דער ערשטער גרויסער יארצייט מיט א צונויפקום פון צענדליגער טויזענטער אידן נאך א לאנגע תקופה. ליידער זענען די אנדערע גרויסע יומא דהילולא׳ס צושטערט געווארן היי יאר, אנגעהויבן פון כ״א אדר, קערעסטיר און מירון.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
רשעות קאלטע סעלצער
האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך האמת הצפון »

פרוביר אויך האט געשריבן:
Browsing האט געשריבן:מיין כ"ו אב תש"פ עקספיריענס.

ארויפגעגאנגען צום ציון אין די נאכמיטאג שעה'ן, געזאגט תהלים, און געהאפט צו פויעלן אלעס גוטס.

נאכן תהלים האבעך איך געזאגט מיין חבר מיינע, אז אויף אייוועלט איז געשטאנען אז אין מתיבתא בנין דערנעבן איז דא פיין צו עסן, זעמיר געגאנגען אהין.

די וואסער לעמאנאדע איז געווען פיין, אבער היות דער זייגער האט שוין געקלאפט 5, בין אין שנעל געלאפן צום עס זאל, ווי דער מענדעדזשער האט שוין אנגעהויבן פארהאקן די טיר, איך האב מיך געבעטן אריינצולאזן, האט ער מיר געזאגט נאר אויב איך כיפער.. חחח...

אריינקומענדיג בין איך שאקירט געווען אז עס איז נאר דא פרישטאג, ד.ה. עגסעלעט מיט טאנא, נישט מזונות צו איבערבייסן, זעמיר געגאנגען.

שוין זאל מען האבן געפועלט אלע גוטע השפעות לנו ולכל ישראל, אכי"ר.

פיינע קוכען געווען אין מתיבתא

זעהט אויס מען דארף וויסען ווי צו קוקען

טאקע פונקט נישט גיט אנגעקומען.... יענע האלבע אדער דרייפערטל שעה גרייט מען אן פאר נאכטמאל, איך בין דארט געווען ממש אביסל נאכדעם און עס געווען צוגעגרייט א רייכע נאכטמאל זופ פלייש פאטעטע קאמפאט און וואס נישט,
קעיעמביעיזשען
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך Kollel »

מומחה יוחס האט געשריבן:זאל אלע יודן האבן אויסגעפעולט אלעס גוטס

אמן!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

געווען א גרויסע חילוק די יאר פון אלע יארן עס איז געווען אסאך בעסער די אוהל נאכדערצו
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך יואל שרייבער »

פארוואס איז טאקע נישטא קיין שום מודעות ביים ציון אליינס אז מען קען גיין צו די ישיבה?

איך פלעג יארן לאנג אריינגיין אין שטעטל צום ביהמ''ד הגדול פארדעם און נאכדעם, ווייל איך האב פשוט געמוזט האבן א פלאץ ווי זיך אראפצוזעצן, טרונקען עפעס, און נארמאלע ביהכ''ס.

עטליכע יאר צוריק האט מיר איינער געזאגט וועגן די ישיבה, עס שפארט מיר א שעה אדער מער יעדעס יאר.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך שואלכענין »

פאר די אלע וואס טרעפן נישט אין די מתיבתא די קוקיס, איז גוט צו וויסן אז עס ליגט נישט אין עסזאל, עס ליגט אינדרויסן, נעבן די גרויסע קאנעס טרונקען, בהרחבה גדולה.
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך קאץ און מויז »

מ'זאל האבן געפועלט אלעס גוטס!!

זייער פיין געווען די נייע סדר ביים ציון - ייש"כ פאר די עסקנים
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך אלט מאנרא »

קאץ און מויז האט געשריבן:מ'זאל האבן געפועלט אלעס גוטס!!

זייער פיין געווען די נייע סדר ביים ציון - ייש"כ פאר די עסקנים
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך פימפערנוטער »

היי יאר צוליב די פארשפארטע גרעניצן זענען מיר די ערשטע מאל נישט געפארן קיין קרית יואל.

אלס אלטענאטיוו פאר די קינדער האבן מיר זיי מיט גענומען קיין קרית טאהש, צום ציון הק'.

זייער שיין מסודר די טעכנישע חלקים, די עיקר מעלה מער ווי אין קרית יואל, איז אז סאיז געווען א קליינער עולם... דעס גלייב קען קיינער נישט צושטעלן היי יאר אזוי ווי טאהש....

מזאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך היסטאריקער »

קרייסלער האט געשריבן:בבקשה צו אלע רבעלעך (כרעד אוודאי נישט פון טעגלאשע) וואס קומען פוקד זיין דעם ציון הקדוש ביומא דהילולא צו רעספעקטירן אנדערע אידן שברי לב וואס קוקן ארויס אויף דעם געהויבענע טאג זיך שופך שיח על אדמת קודש און נישט אריינשטורמען מיט מנינים בר מצוה בחור׳לך און שטיפן, שטויסן, שושקענען וכו׳
סאיז א פלאץ ווי אידן ווילן מתפלל זיין בכוונה און אייער רעבעס כבוד המדומה איז נישט דוחה

בתקווה להבנה


קרית יואל (די שטאדט און דער ציון הק') איז די "איינציגסטע" פלאץ אין די וועלט וואס באלאנגט פאר א קהלה און יעדער רבילע קען קומען זיך אויפירן כאדם העושה בשלו, מיט חסידים איבערנעמען די פלאץ, לייענען קוויטלעך, פירן טיש אין יענעמס שטאדט וכדומה

מילא די אייגענע רביים, שוין דארף מען אקאמעדירן, אבער די אנדערע, וואס קומען זיי אריין אין אהל און היידזשעקן דאס פלאץ? זאג דיין תהלים און גיי ווייטער

תו"א רבי זצ"ל פלעגט קומען צום רבי'ן זצ"ל, פלעגט ער אנטון א שווארצע בעקיטשע און לאזן דעם שטעקן אינדערהיים, ער וואלט צום ציון אויך נישט געקומען מיט א פאפארציע
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך יואל שרייבער »

היסטאריקער האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:בבקשה צו אלע רבעלעך (כרעד אוודאי נישט פון טעגלאשע) וואס קומען פוקד זיין דעם ציון הקדוש ביומא דהילולא צו רעספעקטירן אנדערע אידן שברי לב וואס קוקן ארויס אויף דעם געהויבענע טאג זיך שופך שיח על אדמת קודש און נישט אריינשטורמען מיט מנינים בר מצוה בחור׳לך און שטיפן, שטויסן, שושקענען וכו׳
סאיז א פלאץ ווי אידן ווילן מתפלל זיין בכוונה און אייער רעבעס כבוד המדומה איז נישט דוחה

בתקווה להבנה


קרית יואל (די שטאדט און דער ציון הק') איז די "איינציגסטע" פלאץ אין די וועלט וואס באלאנגט פאר א קהלה און יעדער רבילע קען קומען זיך אויפירן כאדם העושה בשלו, מיט חסידים איבערנעמען די פלאץ, לייענען קוויטלעך, פירן טיש אין יענעמס שטאדט וכדומה

מילא די אייגענע רביים, שוין דארף מען אקאמעדירן, אבער די אנדערע, וואס קומען זיי אריין אין אהל און היידזשעקן דאס פלאץ? זאג דיין תהלים און גיי ווייטער

תו"א רבי זצ"ל פלעגט קומען צום רבי'ן זצ"ל, פלעגט ער אנטון א שווארצע בעקיטשע און לאזן דעם שטעקן אינדערהיים, ער וואלט צום ציון אויך נישט געקומען מיט א פאפארציע


וועגן ציון ביזטו גערעכט, אבער דאס שטעטל? עס וואוינען דארט 5,000 אידן, אויב א רבי האט דארט חסידים, פארוואס זאל ער נישט מעגן קומען? (פארשטייט זיך חוץ אויב די רבני העיר האלטן אז עס איז דא עפעס א אידישקייט פראבלעם מיט יענעם רבי'ן).
רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך רואה חשבונות »

בס"ד

מיין בליק אויף יום כוא"ב, סאטמאר און שטאט קרית יואל.

זיך ארויסגעלאזט צום רבין'ס שטעטל אין די שפעטע נאכמיטאג שעות.

אנקומענדיג קיין קרית יואל נוצענדיג וועיז, רעלאטיוו געווען גאַנץ א שנעלער וועג. ממש האַרט פארן בית החיים איז געווען א טרעפיק ווי אלעמאל, אבער מיט די מוסטערהאפטע ארדענונג האבן זיך די קאַרס פארהאלטעסמעסיג גאנץ פיין גערוקט.

געהאט א ברירה צו גיין דורך בארדושוב גאַס, אבער איך האב דווקא נישט געוואלט, כהאב אַן עקסטערע תענוג ונחת צו זען די אינגע דור שטייט און שרייט שטיצט.... שטיצט.... ס'איז מוזיק אין מיינע אויערן, זמרות היו לי חקיך וכו'. א גוטע עצה איז צו אויפצטוישן געלט פאר מ'קומט צום ציון. היינט איז שוין דא דארט אויפן פלאץ געלט טוישערס פאר בחנם. אני הקטן איז מקפיד צו געבן פאר יעדן איינעם עפעס, אפילו פאר די קליינע אינגלעך, ווי געזאגט שעפ איך פון דעם נחת, דעם רבין'ס מיליטער.

ס'איז אנגעקומען מיין רייע אריינצופארן אין 'פארקינג לאט' האבן מיר די גויים פונקטליך צוגעוויזן וואו איך האב א 'פארקינג ספעיס'. צו מיין גוט מזל איז דער 'פארקינג ספעיס' געווען ממש נעבן דעם וועג ארויף ציון, הודו לה' כי טוב. א פיינע וועטער געווען נעכטן, אביסל פארוואלקענט אבער נישט הייס ווי רוב יארן.

הייב איך אן צו גיין אויפן וועג ארויף, די צדקת ה' עשה וואס טוט זיך דארט אָפ, צו דאס איז עניים פון יעדן קרייז, מוסדות פון אלע סארט, ארגענעזאציעס פון דעם גאנצן כדור הארץ. דער רבוש"ע האט אונז געגעבן א מנהיג וואס האט אויסגעלערנט זיינע תלמידים וחסידים וואס וואס צדקה מיינט, דער רבי איז געווען טופח על מנת להטפיח, אזא טופח אז אפילו די טפיח'ס זענען אויך להטפיח ווייטער פאר אנדערע, כוחו של אותו זקן במלוא מובן המילה.

יאר יערליך ווען איך קום אָן צום ציון כאפט מיר נאכאמאל אָן דעם פליאה עצומה, שטייט דא א דור אשר לא ידע את יוסף, רוב רובם אידן וואס זענען מתפלל דארט מיטן גאנצן ערענסקייט האבן נישטאמאל געקענט דעם רבין, א גרויס חלק פונעם עולם האבן אפילו זייערע טאטעס שוין נישט געקענט דעם רבין, וואס איז דער טרייב קראפט וואס ברענגט אזויפיל אידן צום רבין? וואס פארא יאר עס גייט אריבער ווערט דער געדרענג גרעסער און די פליאה נאר שטערקער.

וואס זאל איך אייך זאגן? ישראל אשר בך אתפאר, דער רבי האט זיך נישט וואס צו שעמען. דער רבי האט אויפגעשטעלט א דור דעה יראים ושלמים, אידן שטיין מיט די תהלים'ליך גיסן אויס דאס הארץ לפני מלך מתרצה בדמעות בזכות דעם רבין. קוקן נישט רעכטס קוקן נישט לינקס נאר איין כוונה: רבינו עמוד בתפילה בעדנו! רבי, איר האט אויפגעשטעלט א הערליך דור דא אין אמעריקא און מיר זענען אייך מכיר טובה!

מיין תהלים האט זיך ווי אלע יארן געזאגט ווי פון זיך, ווי קען מען שטיין צוויישן אזויפיל אידן וואס זענען זיך שופך שיח און נישט מיטגיין מיט שטראם די מעיינות פון טרערן איז אויף דעם ארט בכלל נישט שווער צו עפענען. מ'זאגט ווי לאנג עס גייט.

נאכער גייט מען אויפן וועג אראפ מיט א גרינגערע געמיט, מ'האט דאך אראפגעלייגט די פעקלעך ביים רבין. ע"פ רוב גיי איך איבערבייסן אביסל קעיק מיט קאלעי וואסער. וואס מ'געט בין איך צופרידן, מיר האט מען אויסגעלערנט וואס מ'געט זאגט מען א דאנק, גארנישט קומט זיך. טאמער פיל איך נאך הונגעריג גיי צו איינע פון די רעסטוראנטן און איך קויף א געשמאקע מאָלצייט פאר א מינימאלע אפצאל, ב"ה איך קען עס עפארדן. אינאיינוועגס האב איך ליב צו אריינצוגיין אין דעם שאַפינג סענטאר און זען ווי דער רבי האט אויפגעשטעלט נישט נאר יראים ושלמים נאר אויך ערליכע טיכטיגע טויגליכע בעלי בתים.

העיר קרית יואל כלילת יפי, סאטמאר ודי בכל אתר ואתר מיט אלע פאַרבן מ'קען אויף אייך זאגן, פירותיך מתוקין, צילך נאה, אמת המים עוברת תחתיך אלא יהי רצון, שכל נטיעות שנוטעין ממך יהיו כמותך.

האטס געפועלט אלעס גוטס [מיטן ניגון הידוע].
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך מי יודע »

יואל שרייבער האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:בבקשה צו אלע רבעלעך (כרעד אוודאי נישט פון טעגלאשע) וואס קומען פוקד זיין דעם ציון הקדוש ביומא דהילולא צו רעספעקטירן אנדערע אידן שברי לב וואס קוקן ארויס אויף דעם געהויבענע טאג זיך שופך שיח על אדמת קודש און נישט אריינשטורמען מיט מנינים בר מצוה בחור׳לך און שטיפן, שטויסן, שושקענען וכו׳
סאיז א פלאץ ווי אידן ווילן מתפלל זיין בכוונה און אייער רעבעס כבוד המדומה איז נישט דוחה

בתקווה להבנה


קרית יואל (די שטאדט און דער ציון הק') איז די "איינציגסטע" פלאץ אין די וועלט וואס באלאנגט פאר א קהלה און יעדער רבילע קען קומען זיך אויפירן כאדם העושה בשלו, מיט חסידים איבערנעמען די פלאץ, לייענען קוויטלעך, פירן טיש אין יענעמס שטאדט וכדומה

מילא די אייגענע רביים, שוין דארף מען אקאמעדירן, אבער די אנדערע, וואס קומען זיי אריין אין אהל און היידזשעקן דאס פלאץ? זאג דיין תהלים און גיי ווייטער

תו"א רבי זצ"ל פלעגט קומען צום רבי'ן זצ"ל, פלעגט ער אנטון א שווארצע בעקיטשע און לאזן דעם שטעקן אינדערהיים, ער וואלט צום ציון אויך נישט געקומען מיט א פאפארציע


וועגן ציון ביזטו גערעכט, אבער דאס שטעטל? עס וואוינען דארט 5,000 אידן, אויב א רבי האט דארט חסידים, פארוואס זאל ער נישט מעגן קומען? (פארשטייט זיך חוץ אויב די רבני העיר האלטן אז עס איז דא עפעס א אידישקייט פראבלעם מיט יענעם רבי'ן).

ווער רעדט פון שטעטל? ער רעדט דאך פון ציון
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך farshlufen »

ביי ציונים בכלל שטערט עס פאר א פשוט'ן איד וואס וויל א פאר מינוט רואיג זיך שופף שיח זיין ווען א רבי קומט אן אין מ'מאכט א טומל מיט דרשות קוויטלעך און לחיים, כ'האב קיין אהנונג פון וואו דער מהלך קומט, עכ"פ פון זייערע עלטערן נישט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך וואס הערט זיך »

יא בין איך געווען דארט מוצאי שבת בערך 1:30 און געזאגט רואיג תהלים אינדרויסן פון אוהל
אינמיטן הייב איך אהן כאפן זעצעס איינס נאכן צווייטן פון בחורים וואס האבן געמאכט זיכער געמאכט אז די גאנצע ארום ווייסט שוין צען מינוט פריער אז זייער רבי קומט צום ציון, עס איז נאר ערגער געווארן ווען דער רבי איז אנגעקומען ווען מען האט זיכער געמאכט אז קיינער קען נישט ווייטער זאגן תהלים (ניין בכלל נישט קיין סאטמאר רב אדער רבי אדער דיין, נאר א פרעמדע רבי)
קען איינער פארשטיין וואס די מצוה איז צו לאזן יעדעם וויסן אז דיין רבי קומט? איז שוין קיינער נישט בארעכטיגט צו זאגן צהלים אין די שעה?
קאם אן קומם און זאג תהלים און גיי פון וואו איר קומט
(אנטשולדיגט אר די אויפרייס אבער עס האט מיט זייער פארדראסן נאכן קומען צו פארן פון ווייט צום ציון און געדארפט די האלבע שעה)
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך green sunday »

רואה חשבונות האט געשריבן:בס"ד

מיין בליק אויף יום כוא"ב, סאטמאר און שטאט קרית יואל.

זיך ארויסגעלאזט צום רבין'ס שטעטל אין די שפעטע נאכמיטאג שעות.

אנקומענדיג קיין קרית יואל נוצענדיג וועיז, רעלאטיוו געווען גאַנץ א שנעלער וועג. ממש האַרט פארן בית החיים איז געווען א טרעפיק ווי אלעמאל, אבער מיט די מוסטערהאפטע ארדענונג האבן זיך די קאַרס פארהאלטעסמעסיג גאנץ פיין גערוקט.

געהאט א ברירה צו גיין דורך בארדושוב גאַס, אבער איך האב דווקא נישט געוואלט, כהאב אַן עקסטערע תענוג ונחת צו זען די אינגע דור שטייט און שרייט שטיצט.... שטיצט.... ס'איז מוזיק אין מיינע אויערן, זמרות היו לי חקיך וכו'. א גוטע עצה איז צו אויפצטוישן געלט פאר מ'קומט צום ציון. היינט איז שוין דא דארט אויפן פלאץ געלט טוישערס פאר בחנם. אני הקטן איז מקפיד צו געבן פאר יעדן איינעם עפעס, אפילו פאר די קליינע אינגלעך, ווי געזאגט שעפ איך פון דעם נחת, דעם רבין'ס מיליטער.

ס'איז אנגעקומען מיין רייע אריינצופארן אין 'פארקינג לאט' האבן מיר די גויים פונקטליך צוגעוויזן וואו איך האב א 'פארקינג ספעיס'. צו מיין גוט מזל איז דער 'פארקינג ספעיס' געווען ממש נעבן דעם וועג ארויף ציון, הודו לה' כי טוב. א פיינע וועטער געווען נעכטן, אביסל פארוואלקענט אבער נישט הייס ווי רוב יארן.

הייב איך אן צו גיין אויפן וועג ארויף, די צדקת ה' עשה וואס טוט זיך דארט אָפ, צו דאס איז עניים פון יעדן קרייז, מוסדות פון אלע סארט, ארגענעזאציעס פון דעם גאנצן כדור הארץ. דער רבוש"ע האט אונז געגעבן א מנהיג וואס האט אויסגעלערנט זיינע תלמידים וחסידים וואס וואס צדקה מיינט, דער רבי איז געווען טופח על מנת להטפיח, אזא טופח אז אפילו די טפיח'ס זענען אויך להטפיח ווייטער פאר אנדערע, כוחו של אותו זקן במלוא מובן המילה.

יאר יערליך ווען איך קום אָן צום ציון כאפט מיר נאכאמאל אָן דעם פליאה עצומה, שטייט דא א דור אשר לא ידע את יוסף, רוב רובם אידן וואס זענען מתפלל דארט מיטן גאנצן ערענסקייט האבן נישטאמאל געקענט דעם רבין, א גרויס חלק פונעם עולם האבן אפילו זייערע טאטעס שוין נישט געקענט דעם רבין, וואס איז דער טרייב קראפט וואס ברענגט אזויפיל אידן צום רבין? וואס פארא יאר עס גייט אריבער ווערט דער געדרענג גרעסער און די פליאה נאר שטערקער.

וואס זאל איך אייך זאגן? ישראל אשר בך אתפאר, דער רבי האט זיך נישט וואס צו שעמען. דער רבי האט אויפגעשטעלט א דור דעה יראים ושלמים, אידן שטיין מיט די תהלים'ליך גיסן אויס דאס הארץ לפני מלך מתרצה בדמעות בזכות דעם רבין. קוקן נישט רעכטס קוקן נישט לינקס נאר איין כוונה: רבינו עמוד בתפילה בעדנו! רבי, איר האט אויפגעשטעלט א הערליך דור דא אין אמעריקא און מיר זענען אייך מכיר טובה!

מיין תהלים האט זיך ווי אלע יארן געזאגט ווי פון זיך, ווי קען מען שטיין צוויישן אזויפיל אידן וואס זענען זיך שופך שיח און נישט מיטגיין מיט שטראם די מעיינות פון טרערן איז אויף דעם ארט בכלל נישט שווער צו עפענען. מ'זאגט ווי לאנג עס גייט.

נאכער גייט מען אויפן וועג אראפ מיט א גרינגערע געמיט, מ'האט דאך אראפגעלייגט די פעקלעך ביים רבין. ע"פ רוב גיי איך איבערבייסן אביסל קעיק מיט קאלעי וואסער. וואס מ'געט בין איך צופרידן, מיר האט מען אויסגעלערנט וואס מ'געט זאגט מען א דאנק, גארנישט קומט זיך. טאמער פיל איך נאך הונגעריג גיי צו איינע פון די רעסטוראנטן און איך קויף א געשמאקע מאָלצייט פאר א מינימאלע אפצאל, ב"ה איך קען עס עפארדן. אינאיינוועגס האב איך ליב צו אריינצוגיין אין דעם שאַפינג סענטאר און זען ווי דער רבי האט אויפגעשטעלט נישט נאר יראים ושלמים נאר אויך ערליכע טיכטיגע טויגליכע בעלי בתים.

העיר קרית יואל כלילת יפי, סאטמאר ודי בכל אתר ואתר מיט אלע פאַרבן מ'קען אויף אייך זאגן, פירותיך מתוקין, צילך נאה, אמת המים עוברת תחתיך אלא יהי רצון, שכל נטיעות שנוטעין ממך יהיו כמותך.

האטס געפועלט אלעס גוטס [מיטן ניגון הידוע].

ישר כח פארן זיך נעמען די מי און אראפשרייבן
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
יישר כוח רואה חשבונות. ממש די זעלבע געדאנקן. אשרינו וואס מ'האט פאר וועמען צו געבן די צדקה לע"נ דעם רבי'ן. דער רבי האט אויסגעלערנט עסק'ענען, ער האט אויסגעלערנט נעמען געלט, ער האט אויסגעלערנט גיסן געלט, ער האט געמאכט בלשה"ק "אייגענע עשירים"!!!! נאך סאלדאטן אינעם אייבערשטנס ארמיי בדרך הסלולה. מה יפו פעמיך בנעלים.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך צוקער וואסער »

green sunday האט געשריבן:ישר כח פארן זיך נעמען די מי און אראפשרייבן
אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך אדם הראשון »

שוין געווען נייגעריג עטליכע יאר וויפעל אזא בודקע'לע מאכט אין אזא טאג כ"ו אב.
איך רעדט פון א נארמאלע בודקע אן צופיל אויפמערקזאמקייט ווי די מתיבתא און ייטב לב וכ"ו
זאג מיר איינער היינט אינדערפרי אז זיין בודקע האט געמאכט אריבער 5 טויזענט! ס'האט אים געקאסט א בודקע 3 מאות. און אפאר טאלער פאר בחורים צו שטיין
מי כעמך ישראל
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך לא לנו »

אדם הראשון האט געשריבן:שוין געווען נייגעריג עטליכע יאר וויפעל אזא בודקע'לע מאכט אין אזא טאג כ"ו אב.
איך רעדט פון א נארמאלע בודקע אן צופיל אויפמערקזאמקייט ווי די מתיבתא און ייטב לב וכ"ו
זאג מיר איינער היינט אינדערפרי אז זיין בודקע האט געמאכט אריבער 5 טויזענט! ס'האט אים געקאסט א בודקע 3 מאות. און אפאר טאלער פאר בחורים צו שטיין
מי כעמך ישראל

ס'האט צו טון אויב ס'שטייט דארט אן אנגעזעענער מענטש מטעם המוסד, דאס מאכט מענטשן געבן שיינע נתינות,
דאס הארץ איז ווארעם צו געבן נאר צוליב דעם הו הא און איבערפלוס געלט גייער האלט מען זיך צומאל אפ, אבער אז ס'ווארט אפ אן איש מכובד גייט מען צו געבן ביד רחבה
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך יש לו מנה »

רואה חשבונות האט געשריבן:בס"ד

מיין בליק אויף יום כוא"ב, סאטמאר און שטאט קרית יואל.

זיך ארויסגעלאזט צום רבין'ס שטעטל אין די שפעטע נאכמיטאג שעות.

אנקומענדיג קיין קרית יואל נוצענדיג וועיז, רעלאטיוו געווען גאַנץ א שנעלער וועג. ממש האַרט פארן בית החיים איז געווען א טרעפיק ווי אלעמאל, אבער מיט די מוסטערהאפטע ארדענונג האבן זיך די קאַרס פארהאלטעסמעסיג גאנץ פיין גערוקט.

געהאט א ברירה צו גיין דורך בארדושוב גאַס, אבער איך האב דווקא נישט געוואלט, כהאב אַן עקסטערע תענוג ונחת צו זען די אינגע דור שטייט און שרייט שטיצט.... שטיצט.... ס'איז מוזיק אין מיינע אויערן, זמרות היו לי חקיך וכו'. א גוטע עצה איז צו אויפצטוישן געלט פאר מ'קומט צום ציון. היינט איז שוין דא דארט אויפן פלאץ געלט טוישערס פאר בחנם. אני הקטן איז מקפיד צו געבן פאר יעדן איינעם עפעס, אפילו פאר די קליינע אינגלעך, ווי געזאגט שעפ איך פון דעם נחת, דעם רבין'ס מיליטער.

ס'איז אנגעקומען מיין רייע אריינצופארן אין 'פארקינג לאט' האבן מיר די גויים פונקטליך צוגעוויזן וואו איך האב א 'פארקינג ספעיס'. צו מיין גוט מזל איז דער 'פארקינג ספעיס' געווען ממש נעבן דעם וועג ארויף ציון, הודו לה' כי טוב. א פיינע וועטער געווען נעכטן, אביסל פארוואלקענט אבער נישט הייס ווי רוב יארן.

הייב איך אן צו גיין אויפן וועג ארויף, די צדקת ה' עשה וואס טוט זיך דארט אָפ, צו דאס איז עניים פון יעדן קרייז, מוסדות פון אלע סארט, ארגענעזאציעס פון דעם גאנצן כדור הארץ. דער רבוש"ע האט אונז געגעבן א מנהיג וואס האט אויסגעלערנט זיינע תלמידים וחסידים וואס וואס צדקה מיינט, דער רבי איז געווען טופח על מנת להטפיח, אזא טופח אז אפילו די טפיח'ס זענען אויך להטפיח ווייטער פאר אנדערע, כוחו של אותו זקן במלוא מובן המילה.

יאר יערליך ווען איך קום אָן צום ציון כאפט מיר נאכאמאל אָן דעם פליאה עצומה, שטייט דא א דור אשר לא ידע את יוסף, רוב רובם אידן וואס זענען מתפלל דארט מיטן גאנצן ערענסקייט האבן נישטאמאל געקענט דעם רבין, א גרויס חלק פונעם עולם האבן אפילו זייערע טאטעס שוין נישט געקענט דעם רבין, וואס איז דער טרייב קראפט וואס ברענגט אזויפיל אידן צום רבין? וואס פארא יאר עס גייט אריבער ווערט דער געדרענג גרעסער און די פליאה נאר שטערקער.

וואס זאל איך אייך זאגן? ישראל אשר בך אתפאר, דער רבי האט זיך נישט וואס צו שעמען. דער רבי האט אויפגעשטעלט א דור דעה יראים ושלמים, אידן שטיין מיט די תהלים'ליך גיסן אויס דאס הארץ לפני מלך מתרצה בדמעות בזכות דעם רבין. קוקן נישט רעכטס קוקן נישט לינקס נאר איין כוונה: רבינו עמוד בתפילה בעדנו! רבי, איר האט אויפגעשטעלט א הערליך דור דא אין אמעריקא און מיר זענען אייך מכיר טובה!

מיין תהלים האט זיך ווי אלע יארן געזאגט ווי פון זיך, ווי קען מען שטיין צוויישן אזויפיל אידן וואס זענען זיך שופך שיח און נישט מיטגיין מיט שטראם די מעיינות פון טרערן איז אויף דעם ארט בכלל נישט שווער צו עפענען. מ'זאגט ווי לאנג עס גייט.

נאכער גייט מען אויפן וועג אראפ מיט א גרינגערע געמיט, מ'האט דאך אראפגעלייגט די פעקלעך ביים רבין. ע"פ רוב גיי איך איבערבייסן אביסל קעיק מיט קאלעי וואסער. וואס מ'געט בין איך צופרידן, מיר האט מען אויסגעלערנט וואס מ'געט זאגט מען א דאנק, גארנישט קומט זיך. טאמער פיל איך נאך הונגעריג גיי צו איינע פון די רעסטוראנטן און איך קויף א געשמאקע מאָלצייט פאר א מינימאלע אפצאל, ב"ה איך קען עס עפארדן. אינאיינוועגס האב איך ליב צו אריינצוגיין אין דעם שאַפינג סענטאר און זען ווי דער רבי האט אויפגעשטעלט נישט נאר יראים ושלמים נאר אויך ערליכע טיכטיגע טויגליכע בעלי בתים.

העיר קרית יואל כלילת יפי, סאטמאר ודי בכל אתר ואתר מיט אלע פאַרבן מ'קען אויף אייך זאגן, פירותיך מתוקין, צילך נאה, אמת המים עוברת תחתיך אלא יהי רצון, שכל נטיעות שנוטעין ממך יהיו כמותך.

האטס געפועלט אלעס גוטס [מיטן ניגון הידוע].

ש'כח פארן מיר שפארן די שורות
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך אדם הראשון »

די ערליכע טיכטיגע טויגליכע בעלי בתים וואס איר רעדט זענען אויך יראים ושלמים.
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך ggg »

קאץ און מויז האט געשריבן:מ'זאל האבן געפועלט אלעס גוטס!!

זייער פיין געווען די נייע סדר ביים ציון - ייש"כ פאר די עסקנים
אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך כ"ו אב תש"פ

תגובה דורך וועלוועל קליינער »

מען האט נאכנישט ארויסגעברענגט דאס ארדענוג פון היי יאר, וואס די חברים פון קרית יואל זענען אויפגעקומען, ווען יעדעס יאר ווען מען ענדיגט תהילים זאגן, הייבט זיך פריש הריגות צו קענען צוקומען צום מצבת קודש איבערגעבן דאס קוויטל און זיך אויסוויינען ביים מצבה.
איז היי יאר געווען א גאר שטארקע ארדענוג, ווען ביז עטליכע מינוטן האט מען געקענט אנקומען און זיך שופך שיח זיין.
דער זכות זאל ביישטיין.
מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס!
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”