האמת הצפון האט געשריבן:אלט שטאט האט געשריבן:מתוקים האט געשריבן:חסד השם האט געשריבן:האמת הצפון האט געשריבן:
פעסט טרייבסטו איבער, עס איז דא צוגעשטעלט א גאנצע טאג טשאלענט און קעיק וכו' וכו' נאר וואס דען דו האסט טענות אויף די פליגן שוין געהערט אזאנס...
,[/size]
איך האב נישט טענות אויף גארנישט, קיינער קומט מיר נישט גארנישט, מען האט גערעדט פון מענטשליכקייט און עטישקייט, טשולענט ביי א ציון איז נישט מענטשליך, קענסט געבן טשולענט אויך ,אבער שטעל עס אהער נארמאל , אבער שטעל שוין צו עפעס א נארמאלע עסן אויסער טשולענט אויך ,95 פארצענט מענטשן רירן נישט צו די טשולענט ,אני כשלעצמי עס נאר עטליכע בונדלעך לכבוד שבת ביי די סעודה , נאכאמאל , עס פעלט נישט אויס קיין טשולענט און אויך נישט קיין קעיק, אבער טאמער די קעיק האט יאר איין יאר אויס פליגן און עס איז פארהארטעוועט אין בעקעלעך ,און מען דארף שלעפן דערפון ווי א ח**ר איז נישט מענטשליך ,סארי , קום אויף מיט זעקלעך סלייסעס קעיק אדער די געפעקעלטע קליינע פעקלעך מזונות
און נאכאמאל נישט האבן קיין ספרינג וואסער צו טרינקען אויסער פון א פאס מיט א שלעכטע נאך טעם, איז ממש נישט נארמאל ,ארויס פון יעדע סארט בגדר אנושי
איך קען פארשטיין די דערהער פון נישט צושטעלן צו פרעסן מיט א פול מעניו , עס נעמט אוועק די ערענסקייט,אבער די נישט האבן א נארמאלע איבערבייס מיט א שלונג וואסער איז נישט דא קיין תירוץ שבעולם
אדרבה אויסער אין ארץ ישראל אדער ווי ישראלים שטעלן צו אין יוראפ האסטו שוין געזען טשולענט ביי א ציון? איך בין נייגעריג ווער עס איז אויפגעקומען דערמיט און פארוואס מען לאזט עס צו , דאכט זיך אז סאיז א פריוואטע אינטערנעמונג , לכאורה וועגן עס איז די ביליגסטע און גרינגסטע, און יענער מאכט שיין פראפיט פון די פאריעקט , אבער סאיז זייער נישט נארמאל
ביי ריבניץ ציון אין טאג פון יארצייט איז ממש א קידוש השם וויאזוי זיי שטעלן צו
דארט איז נישט דא קיין פרעס
נאר פשוט מענטשליך אויפצונעמען אזא ציבור
לולי דמוסתפינא, לויט די שאצונג פון מיין אויגן ,די עולם די יאר תש'פ דארט קען זיך לכאורה פארמעסטען מיט כ"ו אב אין טאג פון יארצייט, זייער אסאך מענטשן וואס זענען דארט געווען האבן מיר געזאגט אז זיי האלטען אויך אזוי
עס איז דא געפעקלטע מזונות טאמער איך דענק גוט ,
קאלט צוטרינקען
ווארימע קאווע
און זה הא
זשאסט נארמאל , מסודר, זויבער , מענטשליך,גענונג בתי כבוד
גוים רייניגען נאך כסדר