וואל טאג האט געשריבן:והיתם נקיים האט געשריבן:לויט מיין חשבון האט די היימישע וויליאמסבורג ארויסגעברענגט צווישן 3,500 און 3,600 וויילער (אויסער עבסענטיס), וואס פון דעם האבן 74% געוועלט פאר יענג, 24% פאר עדעמס, און צוויי פראצענט פאר אנדערע קאנדידאטן.
צוריק אין נאוועמבער ביי די אלגעמיינע וואלן האט די היימישע וויליאמסבורג ארויסגעברענגט ארום אכט טויזענט שטימען.
אפשר ערקלערסטו אויף וואס דיין חשבון איז בעיסד?
קען זיין אז 3,500 - 3,600 איז אביסל אונטערגעשאצט און ס'איז נענטער צו 3,700, און אט איז די חשבון:
אין די אלגעמיינע וואלן אין 2020 זענען אפגעגעבן געווארן אין די העיווארד לאקאציע 4,384 שטימען.
פון דעם זענען 508 געגאנגען פאר ביידען, און זעקס שטימען פאר די גרין פארטיי קאנדידאט, און ווען מ'נעמט אין חשבון די שטיצע פון ביידען און די גרין פארטיי קאנדידאט אין ריין חסיד'ישע געגנטער
(א שטייגער ווי אין קרית יואל), ווי אויך טראמפ'ס שטיצע אין ריין גוי'אישע גענטער ארום וויליאמסבורג, קומט אויס אז ארום 500 גוי'אישע שטימען זענען דארט אפגעגעבן געווארן
(דאס שטימט אויך מיט די ארטיגע דעמאגראפיע), וואס מיינט אז 3,800 - 3,900 אידישע שטימען זענען דארט אפגעגעבן געווארן.
ווען מ'מאכט ענליכע חשבונות אין וויליאמסבורגע פריסינקטס וואס שטימען אין אנדערע לאקאציעס, קומט אויס אז וויליאמסבורג האט ארויסגעברענגט ארום 8,000 שטימען, וואס מיינט אז העיווארד מאכט אויס ארום 48% פראצענט פון די וויליאמסבורגע שטימען.
אין די יעצטיגע מעיאר פארמעסט זענען (פאר די עבסענטיס) דא אין העיווארד 1,869 שטימען, אבער 103 שטימען זענען פאר קאנדידאטן אויסער יענג און עדעמס, און עדעמס/יענג האבן דאך אנגעצויגן 42%-43% צווישן די גוים, וואס לויט דעם קומט אויס אז ס'זענען געווען אביסל מער ווי הונדערט גוי'אישע שטימען אין העיווארד.
לויט דעם זענען אפגעגעבן געווארן ארום 1,760 שטימען דורך אידן אין העיווארד, און צווישן 3,500 און 3,600 שטימען דורכאויס גאנץ וויליאמסבורג
(עבסענטיס קען עס מעגליך ארויפברענגען צו פיר טויזענט שטימען).