ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16030
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 10:12 pm

מצליח האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:@מיינונג זאגער, די 43% טראמפ שטימען איז פון איבער גאנץ ניו יארק.

דא האסטו ניו יארק סיטי נאמבערס, אסאך ווייניגער ווי 43% אבער אסאך שטערקער ווי 4 יאר צוריק: (די ארומגערינגעלטע איז 2016 פיינעלס)

אוועראלל:
ביידען - 72.6% (79.46%)
טראמפ - 25.94% (18.15%)

ברוקלין:
ביידען - 73.61% (79.5%)
טראמפ - 25.02% (17.5%)

קווינס:
ביידען - 68.51% (75.4%)
טראמפ - 30.11% (21.8%)

מענהעטען:
ביידען - 83.89% (86.6%)
טראמפ - 14.44% (9.7%)

בראנקס:
ביידען - 81.93% (88.5%)
טראמפ - 16.83% (9.5%)

סטעטען איילענד:
ביידען - 37.39% (41%)
טראמפ - 61.24% (56.1%)

ווייסעך נישט אויס עס קומט דא אריין, אבער עס איז א גרויסע חידוש אז און די בלויע סטעיטס האט ער אנגעצויגן אזוי שטארק און נאר און די סווינג סטעיטס האט ער נישט געקענט איבערשטייגן די 2016 וואלן ניין ?

ביידן איז אריינגעקומען שטערקער ווי קלינטאן אין אלע אמעריקאנער שטאטן, חוץ (איך גיי פון מזרח צו מערב, סווינג סטעיטס זענען באלד, סטעיטס וואס מען וועט נאך ציילן גענוג שטימען אז עס זאל פאטענשעלי זיין מער בלוי ווי 2016 זענען שיעף.) ניו יארק פלארידע אילינוי ארקענסאו יוטא קאליפארניע האווייאי.

ארקענסאו און יוטא זענען רויטע שטאטן, האווייאי איז בלוי. זײנע שוואכסטע געינס אין די סטעיטס וואס ער האט געגעינט, זענען די סווינג סטעיטס אהייא און נעוואדע ווי ביידן האט כמעט גארנישט געגעינט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:33 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך מצליח » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2020 5:13 pm

סאניטאציע קאמישענער פרוי גארסיע האט געמאלדן איר קאנדידאטור פאר ניו יארק סיטי מעיאר, גארסיע האט סערווירט אלץ סאניטאציע קאמישענער די לעצטע 6 יאר צייט, און צו די זעלבע צייט געהאט נאך פארשידענע פאזיציעס, אריין גערעכנט א יאר צייט אלץ צייטווייליגע נייטשע פארזיצער. זי שליסט אן אין גאר ברייטע פעלד פון קאנדידאטן, וואס נעמט אריין אזעלכע באקאנטע נעמען ווי קאמפטראלער סקאט סטרינגער און ברוקלין בארא פרעזידענט עריק עדעמס.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2020 9:37 pm

באריכטן פארציילן אז קאנגרעסמאן מעקס ראז (סטעטען איילענד) וועט מעגליך אריינשפרינגען אין די מעיאר פארמעסט

KMW
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך KMW » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2020 9:54 pm

מצליח האט געשריבן:סאניטאציע קאמישענער פרוי גארסיע האט געמאלדן איר קאנדידאטור פאר ניו יארק סיטי מעיאר, גארסיע האט סערווירט אלץ סאניטאציע קאמישענער די לעצטע 6 יאר צייט, און צו די זעלבע צייט געהאט נאך פארשידענע פאזיציעס, אריין גערעכנט א יאר צייט אלץ צייטווייליגע נייטשע פארזיצער. זי שליסט אן אין גאר ברייטע פעלד פון קאנדידאטן, וואס נעמט אריין אזעלכע באקאנטע נעמען ווי קאמפטראלער סקאט סטרינגער און ברוקלין בארא פרעזידענט עריק עדעמס.

זייער פאסיג און עקספיריענס בעיסד אויף איר היסטאריע אלס סאניטאציע איינגעשטעלטע.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך אהער און אהין » פרייטאג דעצמבער 11, 2020 12:09 pm

נקדימון האט געשריבן:באריכטן פארציילן אז קאנגרעסמאן מעקס ראז (סטעטען איילענד) וועט מעגליך אריינשפרינגען אין די מעיאר פארמעסט

מעקס איז א ארבעטער. אין א סיטי ווי די פירערשאפט באגייט זיך מיט שיסער מיט ליבשאפט, וועט איינער וואס מאכט ארדענונג באקומען די שטימען פון עמך וואס זענען נישט פאראינטערסירט געוויינליך ווער ס'זיצט אין סיטי האל, אבער ווען שיסער באקומען ליבשאפט קומען זיי און געבן א שנעלקע.

אוועטאר
האלצשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2270
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך האלצשטיין » פרייטאג דעצמבער 11, 2020 1:23 pm

נקדימון האט געשריבן:באריכטן פארציילן אז קאנגרעסמאן מעקס ראז (סטעטען איילענד) וועט מעגליך אריינשפרינגען אין די מעיאר פארמעסט

ער האט נעכטן אריינגעגעבן נויטיגע פאפירן צו די סיטי וואס איז א שריט וואס ווערט גענומען אויב מ'וויל לויפן

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג דעצמבער 11, 2020 2:07 pm

מעקס ראוז? ער איז דאך צו א מעסיגער צו געווינען א מאיאריטעט שטימען.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג דעצמבער 22, 2020 9:11 am

ענדרו יענג קומט אריין נומער איינס אין א PPP אנקעטע

יענג 17
עדעמס 16
אלע אנדערע אינטער 10

קרעדיט: קולמע
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 3:48 pm

נבס: ענדרו יענג האט אריינגעגעבן די נויטיגע פאפירן צו לויפן פאר מעיאר.

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך והיתם נקיים » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 8:20 pm

ס'קומט א לעבעדיגע קאמפיין אין די היימישע גאס.

פון איין זייט איז דער לאנג ערווארטעטער פראנט ראנער עריק עדעמס טאקע ווייט פאראויס פון צווישן אלע אנדערע עסטעבלישמענט קאנדידאטן, און זייענדיג שוין אזויפיל לאנגע יארן גאר נאנט פארבונדן צו די גאר היימישע עסקנים איז דאך אלעמאל פשוט געווען אז זיי גייען אים שטארק שטיצן, איבערהויפט אויב ער מארשירט פאראויס צו א זיג.

און פון די אנדערע זייט וואקסט ענדרו יענג ארויס אלס שטארקער אלטערנאטיוו, און דא אויפ'ן וועלטל האט ער דאך א שטארקע נאכפאלגערשאפט כידוע, און ביים גרויסן רוב איז עס בעיקר צוליב זיין "אינדרויסן פון די באקס" וועג פון טראכטן.

אלזא ווי ס'קוקט יעצט אויס, וועט זיין נאך א פרא/אנטי עסטעבלישמענט סומאטוכע אין די היימישע גאס אין די קומענדיגע חדשים.

טראוועי
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך טראוועי » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2020 4:49 pm

אייך האלט נישט אז א ביזנעסמאן וואס איז קיינמאל נישט געווען אין פאליטיק איז גוט פאר יודען, דוק ותשכח בלומבורג.

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך חיימאוויטש » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2020 4:52 pm

טראוועי האט געשריבן:אייך האלט נישט אז א ביזנעסמאן וואס איז קיינמאל נישט געווען אין פאליטיק איז גוט פאר יודען, דוק ותשכח בלומבורג.


נישט קיין דמיון, בלומבערג איז געווען א בעל גאה פון א רייכער פערזאן אלע יארן. יענג איז גאר אנדערש פון אים, יענגס שטארקייט איז זיין ביזנעס-קאפ, נישט זיין רייכטום, און ער איז א שטארקע צוגעלאזענע מענטש. (כמעט ווי זיין ניק דא אויפן וועלטל :wink: )
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6543
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2020 9:33 pm

איך בין אביסל דיסעפוינטעט פון יענגס לויפן פאר מעיאר.
איך זעה נישט קיין שאנס אז ער זאל געווינען...
זיינע פאליסיס זענען נישט עכט שייך פאר נוי יארק סיטי.
איך וואלט ענדערש געוואלט ער זאל בלייבן אויפן נאציאנלע לעוועל.
אבער אז ער לויפט שוין יא, זאל ער האבן אסאך הצלחה..

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2020 10:20 pm

רוב וויליאמסבורגער עסקנים האבן גאנץ קנאפ א שייכות מיט עדעמס, ער האלט זיך בעיקר זייער נאנט מיט ר׳ אי״פ, ער האט אבער גאנץ קנאפ שייכות מיט ר׳ נמ״א אדער ר׳ מד״נ,

אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך הערינג מיט ברוינפען » פרייטאג דעצמבער 25, 2020 2:10 am

והיתם נקיים האט געשריבן:ס'קומט א לעבעדיגע קאמפיין אין די היימישע גאס.

פון איין זייט איז דער לאנג ערווארטעטער פראנט ראנער עריק עדעמס טאקע ווייט פאראויס פון צווישן אלע אנדערע עסטעבלישמענט קאנדידאטן, און זייענדיג שוין אזויפיל לאנגע יארן גאר נאנט פארבונדן צו די גאר היימישע עסקנים איז דאך אלעמאל פשוט געווען אז זיי גייען אים שטארק שטיצן, איבערהויפט אויב ער מארשירט פאראויס צו א זיג.

און פון די אנדערע זייט וואקסט ענדרו יענג ארויס אלס שטארקער אלטערנאטיוו, און דא אויפ'ן וועלטל האט ער דאך א שטארקע נאכפאלגערשאפט כידוע, און ביים גרויסן רוב איז עס בעיקר צוליב זיין "אינדרויסן פון די באקס" וועג פון טראכטן.

אלזא ווי ס'קוקט יעצט אויס, וועט זיין נאך א פרא/אנטי עסטעבלישמענט סומאטוכע אין די היימישע גאס אין די קומענדיגע חדשים.

ער האט שטיצע ביי די היימישע רעפאבס/טראמפיסטען אויך, אדער נאר ביי די דעמאקראטן/ביידעניסטען?

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג דעצמבער 27, 2020 1:30 pm

טראוועי האט געשריבן:אייך האלט נישט אז א ביזנעסמאן וואס איז קיינמאל נישט געווען אין פאליטיק איז גוט פאר יודען, דוק ותשכח בלומבורג.


טראמפ?

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג דעצמבער 27, 2020 1:36 pm

דאס אז בלומבורג האט פיינט אידן האט גארנישט צוטוהן מיטן נישט האבן געווען אין פאליטיק און זיין א ביזנעסמאן
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16030
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 27, 2020 4:45 pm

@הערינג און ברוינפן, לויט די אנקעטע דא אויף אייוועלט, האט יענג היפש מער שטיצע ווי די דעמאקראטן, יעצט ביי 42%, און עס איז לכאורה אויך דא אנטי טראמפ ניקס וואס פלאנען צו שטימען פאר ראוז אדער עדעמס (וועלכער געניסט פון די אומצוויידייטיגע שטיצע פון די אפיציעלע עסקנים), דאס מיינט אז נישט אלע פון די 25-35% וואס זענען קעגן טראמפ שטיצן יענג.

זעהט מיר אויס אז יענג האט גאר אסאך שטיצע ביי היימישע פרא טראמפ אידן אויך, על כל פנים אויף אייוועלט ווי ער האט געהאט אזא גוטן אמבאסאדאר.

אפשר אין די קומענדיגע אנקעטע זאל מען עס טאקע עקסטער צוטיילן לויט פרא טראמפ און אנטי טראמפ.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

KMW
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך KMW » מיטוואך דעצמבער 30, 2020 3:42 pm

איז שוין דא אינדארסירונגען פון די עסקנים/מוסדות?
ווער אין די היסטערי איז די בעסטע פאר אחב"י און קעגן דיפאנדן די פאליס וכדומה ליבעראלע אגענדאס?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16030
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 30, 2020 6:40 pm

פשטות איז עריק עדעמס סיי דער אינדארסירטער דורך די עסקנים, סיי די בעסטע פאר אחינו בני ישראל, און סיי קעגן דיפאנד די פאליציי. אנדערע ליבעראלע אגענדעס ווייס איך נישט פונקטליך פון וועלכע דו רעדסט.

אבער צו זיין א גוטער פירער פאר די שטאט ניו יארק, איז מסתמא ענדרו יענג בעסער, לויט מיין פיצי מיינונג.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך דעצמבער 30, 2020 7:30 pm

צל עובר האט געשריבן:פשטות איז עריק עדעמס סיי דער אינדארסירטער דורך די עסקנים, סיי די בעסטע פאר אחינו בני ישראל, און סיי קעגן דיפאנד די פאליציי. אנדערע ליבעראלע אגענדעס ווייס איך נישט פונקטליך פון וועלכע דו רעדסט.

אבער צו זיין א גוטער פירער פאר די שטאט ניו יארק, איז מסתמא ענדרו יענג בעסער.

וואס זענען די עסקנים שילדיג פאר עריק עדעמס אחוץ אז ער לאזט זיך פיקטעשערן מיט אידן כסדר,
מעקס ראוז איז לכאורה בעסער ווי אים.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16030
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 30, 2020 9:33 pm

ראוז האט עכטע טשענסעס?
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך נארמאליזעם » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 12:09 am

טראוועי האט געשריבן:אייך האלט נישט אז א ביזנעסמאן וואס איז קיינמאל נישט געווען אין פאליטיק איז גוט פאר יודען, דוק ותשכח בלומבורג.




וכי תימא טראמפ

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך שמערלער » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 9:53 am

צל עובר האט געשריבן:ראוז האט עכטע טשענסעס?

וואס זענען געווען די בלאזיאו'ס טשענסעס 8 יאר צוריק געדענקסטו ?
ער האט געהאט בלויז מזל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26401
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:54 am

הר גריזים האט געשריבן:רוב וויליאמסבורגער עסקנים האבן גאנץ קנאפ א שייכות מיט עדעמס, ער האלט זיך בעיקר זייער נאנט מיט ר׳ אי״פ, ער האט אבער גאנץ קנאפ שייכות מיט ר׳ נמ״א אדער ר׳ מד״נ,

וואס האבן זיי געקענט האבן שייכות מיט אים אויסער פיקטשערן?

א באראו פרעזידענט איז א טיטל אן א מיטל.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”