פאליטישע ביכער

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איבער יונואר 6 למספרם טענה'ט טראמפ אז עס איז נישט ריכטיג די אלע עדות'שאפט אז ער איז געווען פארקוקט אויפן טעלעוויזיע אין יענע שטונדן

ער זאגט אז האט נישט געווענליך די טעלעוויזיע אנגעצונדן סיידן עס טוט זיך עפעס נייעס נאר שפעטער האט ער עס אנגעצונדןאון געזעהן ואס עס גייט פאר
איך האב עס ערשט שפעטער געזעהן און בעפאר דעם האט איך געהאט מיטינגען און אויך פארברענגט מיט מארק מעדאוס און אנדערע און נישט מיטגעהאלטן די טעלעוויזיע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

העבערמאן האט געפרעגט אויב טראמפ'ס רקאמענטאראן אז ער האלט פארבינדונג מיט וועלט פירער שוין נאכן פארלאזן די ווייסע הויז

זי האט געוואלט ווייסן אויב דאס רעכנט אריין פוטין אדער שי און טראמפ האט געזאגט אז נישט

איבער די פירער פון צפון קארעא זאגט טראמפ: קוק אהער, איך וויל נישט רעדן בפירוש אבער..
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

העבערמאן האט פרובירט ארויסצובאקומען קריטיק איבער טראמפ ארומיגע איבער וועם עס איז בארכיכטעט אז טראמפ איז געווען אומצופרידן מיט זיי אבער טראמפ איז איר נישט אלעמאהל אקעגנגעקומען און זיכער נישט ברייטהארציג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איבער זיין קאמפיין מענעדזשער ברעד פארסקעיל האט ער זיך באקלאגט אז ער האט אויסגעגעבן געלט אויף נישט א קלוגע וועג אבער נישט געוולאט בארעדן מער פון דעם

אויף די פראגע אויב ער האט געגעבן צופיל מאכט פאר דזשעאד קושנער זאל טראמפ אז ער האט נישט

ער ליגט צו אז די קושנער פארפאלק האט א גאר גוטע שלום בית און דאס איז גאר וויכטיג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ האט געלייקנט אז געשיכטע אז דורכאויס די 2016 למספרם קאמפיין האט ער אמאהל געקלונגען זיין איידעם זיך אפרעדן איבער די סיטואציע אין פלארידא וועלכע איז נישט געווען פויגלדיג אין יענע צייט

קושנער האט נישט אויפגעהויבן די טעלעפאן צוליב וואס עס איז געווען שבת און טראמפ האט זיך אנגעבליך אויפגערעגט נוצנדיג א געמיינע אויסדרוק אויפן שבת און געפרעגט אויב קושנער היט באמת שבת אבער נוצט בלויז דעם טאג זיך ארויסצודרייען פון ארבעט

ווי געזאגט האט עס טראמפ געלייקנט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איבער מייק פענס זאגט טראמפ אז ער האט אים געזאגט אז ער קען בוחר זיין צו זיין א טאמאס דזשעפערסאן אדער א מייק פענס און אז פענס האט אויסגעוועלט די צווייטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווען העבערמאן האט געזאגט פאר טראמפ אז בעפאר די 2 (טראמפ און קריסטי) האבן זיך פארמאסטן אין די 2016 למספרם פריימערי האבן פילע פארגליכן די צוויי האט טראמפ זיך האלבוועגס באליידיגט פון די צושטעל: איך בין געווארן פארגליכן צו אים?! פארוואס? איך האב נישט געוואוסט אז איך האב געהאט אזא גרויסע איבערוואג פראבלעם
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 11:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פרישע בוך פון דזשורנאליסטן פון פאליטיקא און וואשינגטאן פאוסט וועט ערשיינען אקטאבער למספרם

די בוך פארציילט צווישן א שטרייט צווישן דזשערי נאדלער מיט עדעם שיף און ספיקער פעלאסי ביי די ערשטע טראמפ אימפיטשמענט

נאדלער האט געברויזט פארוואס מען קרויזט אויס די יורידישע קאמיטע אפצוהאלטן די פארהערן און האט פארפירט אז די שיף פאנעל און איר פראקטיצירונג איז אומקאנסיטיטוציאנאל און שאפט א פראבלעמאטישע פרעצעדענט

ער האט געוואלט אז זיין קאמיטע זאל אפהאלטן קרייץ פארהערן צווישן די עדות און טראמפ'ס אדוואקאטן און גיבן א שאנס פאר טראמפ צו מאכן זיין קעיס

נאדלער האט אבער געזאגט פאר שיף אז ער איז באזארגט אז ער לייגט אים (זיין קאמיטע) אריין אין א קעסטל ווען עס קומט צו די אויספארשונג

שיף האט אים צוריקגעשאסן אז ער גלייכט נישט די טאן וואס ער נוצט אקעגן אים

א נאדלער געהילף האט נאכאננאד פרובירט צופרידנצושטעלן פעלאסי און אירע פארלאנגען און געמאכט אסאך ריסוירטש איבער פרעצעדענט פון פריערדיגע אימפיטשמענט פראצעדורן אבער פעלאסי איז געבליבן באזארגט אז די קאמיטע איז צוזאמגעשטעלט פון צופיל עקסטרעמע ליבעראלן און קאנסערוואטיוון וועכע וועט מאכן אומממעגליך דורכצופירן אזא אויספארשונג געניט און פראפעסיאנאל

עווענטועל האבן שיף און פעלאסי באשלאסן צוצואווארפן א ביינדל פאר נאדלער מיטן ערלויבן פאר זיין קאמיטע צו באהאנדלען די רולס פאר די אויספארשונג אבער נאדלער איז געבליבן אומצופרידן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געוועזענע קעפיטאל פאליציי הויפט סטיווען סאנד וועלכע האט רעזיגנירט נאך די קעפיטאל איבערפאל גרייט זיך צו ערשיינען מיט א בוך און זאגט אז עס איז געקומען די צייט צו ברעכן זיין שווייגעניש און פארציילן אלעס וואס ער ווייסט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דענווער ריגלמאן איז א געוועזענע איין טערמיניגער אנטי טראמפ רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פון ווירדזשיניע און האט פאר א שטיק צייט געארבעט אלץ טייל פון די שטאב פאר די קעפיטאל איבערפאל סעלעקט קאמיטע

ער האט נעכטן פובליצירט א בוך מיט אן אריינבליק פון הונטער די קוליסן און אין די לעצטע פאר טאג זענען מיטגלידער פון די קאמיטע געכאפט געווארן אין שאק איבער די מעלדונג אז ער ארבעט שוין עטליכע מאנאטן אויף אזא בוך וועלכע ערשיינט איידער זיי ענדיגן די אויספארשונג

קלאנגען האבן שוין צירקולירט ווען ער האט נאך געארבעט פאר די קאמיטע און שטאב מיטגלידער האבן אי קאנפראנטירט דערוועגן און ער האט עס געלייקנט און געזאגט אז זיין בוך איז אומפארבונדן מיט זיין ארבעט פאר די קאמיטע

מער ביים ענדע פון זיין ארבעט פאר די קאמיטע האט מען אים ווידעראמאהל געטאדלט און דאן האט ער זיך פארטיידיגט אז ער וועט עס נישט ארויסלייגן בעפאר די ענדע יאר למספרם

די שטאב פון די קאמיטע און אזוי אויך די קאנגרעס מיטגלידער האבן שוין אויסגעדרוקט אנטוישונג מיט ריגלמאן נאך ארבעטנדיג פאר זיי ווען ער האט צופיל גערעדט און געווארפן רמזים איבער זאכן וועלכע די קאמיטע דעקט אויף נאכאנאנאד און אפילו ליז טשעיני וועלכע האט אים רעקרוטירט איז געווארן זייער אויפגעברויזט מיט זיין לויזע צונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:

ריגעלמאן שרייבט א די ווייסע הויז סוויטשבאורד האט אום יונואר 6 למספרם אריבערגעפירט א טעלעפאן רוף פון עימיצער פון די קעפיטאל איבערפאלער

ער באשולדיגט אויך אז ער האט געדרוקט אויף די קאמיטע צו טוהן מער זיכער צו מאכן אז זיי לייגן א האנט אויף געוויסע ווייסע הויז טעלעפאן נומערן און דאטא און געזוכט צו באקומען 3.2 מיליאן דאלער דורצופירן אן אנאליז איבער די רעקארדס פון טעלעפאן רופן אבער ער האט בלויז באקומען 600 טויזנט דאלער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין 2016 למספרם האט טראמפ געזאגט פאר קריסטי און אנדערע געהילפן אז ער ועוט זיך אפשאקלען פון דעיוויד דיוק אבער עס מוז נישט פאסירן גאר שנעל

אסאך פון די חברה שטימען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פרישע בוך פארציילט אז טראמפ האט דיסקוסירט די געדאנק צו באמבארדירן דראג לאבאראטאריעס אין מעקסיקא
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די העבערמאן בוך ציטירט פון געוועזענע ארבעטער פאר טראמפ אז זייער אויבערהאר האט געהאט אן אבסעסיע צו דיסקוסירן און זיך נאכפרעגן איבער די לעבנסשטייגער פון איינגעשטעלטע און פלעגט ארונטערייסן און אפשפעטן פון אזלעכע וועלכע האבן געפירט אדער אפילו ער האט בלויז שפעקולירט אז זיי פירן א געמיינע לעבנסשטייגער

געוועזענע טראמפ ארגאנאזאציע עקזעקוטיוו אלען מארקוס זאגט אז טראמפ פלעגט זיי אוועקמאכן און א צווייטע עקזעקוטיוו זאגט אז טראמפ פלעגט זאגן אויף בלויז ווייל טראמפ האט האט פארדעכטיגט אז ער פירט אזא לעבנסשטייגער פלעגט זיך טראמפ אויפטוהן אז ער ער צאהלט אים ווייניגער ווי אנדערע און אנרופן מיט א צונאמען
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 2:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ביי א זיצונג מיט מייק פענס און דזשעיסאן מילער האט ער זיך אנגערופן אז לויט ווי ער קען מילער האט ער נישט קיין איין פראצענט פון נייגונג צו א געמיינע לעבנסשטייגער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די בוך ציטירט אויך ווי טראמפ האט גערעדט גאר פראסט און וואולגאר ווען ריינס פריבוס האט געשפילט די ראלע פון א ברי' משונה סטודענט וועלכע האט געשטעלט א פראגע צו טראמפ דורכאויס די צוגרייטונגען צו זיין דעבאטע מיט הילערי קלינטאן

לויט די בוך זענען די אנוועזנדע געווען ערשטוינט פון טראמפ'ס גראבע און גאר נידריגע רייד און אויסדרוקן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די העבערמאן בוך פארציילט אויך איבער אן עפיזאד ווען א גרופע אפריקאנע אמעריקאנע קעפיטאל היל שטאב מיטגלידער זענען געווען אין ווייסן הויז ביי א צערעמאניע און טראמפ האט געמינט (אדער געשפילט אז ער מיינט) אז זיי זענען בלויזע סארווער אוו ער האט זיי געפרעגט פארוואס זיי ברענגן נישט אריין דאס עסן

שטאב הויפט ריינס פריבוס האט אים דאן אויפמערקזאם געמאכט אז ער רעדט מיט הויכראנגיקע קאנגרעסיאנאלע שטאב מיטגלידער און ער איז געגאנגען אויפזוכן די ווייסע הויז סערווירער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ביי יענע מאלצייט האט טראמפ געזאגט פאר ספיקער פעלאסי אז די איינציגסטע אורזאך פארוואס ער האט פארלוירן די פאפולערע שטימען צו פרוי קלינטאן איז געווען צוליב וואס די אומלעגאלע אימיגראנטן האבן געשטימט

פעלאסי האט רעאגירט: איך גלויב דאס נישט מר. פרעזידענט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די העבערמאן בוך פארציילט אז טראמפ האט דיסקוסירט ארויסצואווארפן דזשעראד קושנער און זיין פרוי פון ווייסן הויז

ביי איין פאל האט דער פרעזידענט -דורכאויס א זיצונג מייט שטאב הויפט דזשאן קעלי און לעגאלע קאונסיל דאן מקגהען געזאגט אז ער טראכט ארויסצושיקן א מעסעדזש אז די צוויי לאזן איבער די ווייסע הויז אן זיי איינמעלדן פון פאראויס

קעלי האט אבער איבערגערעדט דעם פרעזידענט זאגנדיג אז ער וויל צו ערשט רעדן מיט זיי און אזוי באוויזן צו לייגן די פלאן אין א זייט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די בוך שרייבט אויך אז נאך וואס קושנער האט אדרעסירט די פובליק נאכפאלגנדיג זיין עדות אויפטריט אין קאנגרעס האט טראמפ געזאגט אז ער מאכן א קינדישע איינדרוק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דורכאויס די ערשטע באזוך פון ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי האט איר טראמפ געפרעגט פארוואס באריס דזשאנסאן -וועלכע איז דאן געווען אויסערן סעקרעטאר- איז נישט פרעמיער מיניסטאר? וויל ער דען נישט האבן די פאזיציע?!

די העבערמאן בוך פארציילט אבער נישט ווי אזוי מעי האט רעאגירט צו די פראגע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דורכאויס די זיצונג מיט מעי האט טראמפ אנגעהויבן א דיסקוסיע איבער די שארפע צוטיילונג אין לאנד איבער רציחה אישוס און מעי וועלכע האט געזוכט א וועג ארויס האט געווארפן די טאבע צו וויצע פרעזידענט פענס זאגנדיג אז ער איז באקאנט צו האבן א שטארקע מיינונג אויף די טעמע

טראמפ האט זיך אבער נישט געלאזט און איר געפרעגט וואס איר שטעלונג איז אבער די בוך ווייסט נישט צו פארציילן איר ענטפער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ האט געזאגט פאר מעי אז עס קוקט אים אויס ווי זי האט זיך ארומגענומען מיט א טיעם וועלכע שליסט איין אירע קעגנער און מען ארבעט אינאיינעם

ער האט ארויסגעברענגט אז ער קען זיך עס נישט ערלויבן

ער האט איר געזאגט אז דזשאן קעיסיק וועלכע האט זיך פארמסטן אקעגן אים אין די פריימערי האט געוואלט ארבעטן אין ווייסן הויז אבער ער קען זיך נישט ברענגן אים אריינצונעמען
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ האט דערמאנט אן אויפשטייג פון פארברעכנס אין דייטשלאנד און ספעציפיש פרויען וועלכע ווערן איבערגעפאלן און פאראויסגעשאצט אז מערקעל גייט פארלירן די וואלן אבער מעי האט רעאגירט זאגנדיג אז אין פאקט איז זי די בעסטע פאליטיקאנט אין אייראפע
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”