טשעיני2024 האט געשריבן:עליכם השלום.
איר זענט טאקע אנגעקומען אויף אייוועלט פאר מיר, אבער אייער אינגע יארגאנג שרייט ארויס פון אייער שרייבן.
איך בין אפשר א דעמאקראט? מיט וואס פונקטליך בין איך נישט מער קאנסערוואטיוו ווי רוב טראמפיסטן דא? די וועלט פון קאנסערוואטיווע פאליטיק האט זיך נישט אנגעהויבן ביי טראמפ, ס'האט זיך דארט געענדיגט, פרעגט אייך נאך ביי אייערע פעטערס.
שוין, אז דו קענסט שוין מיין עלטער אויך, זעה איך שוין דיין טאלאנט פון דמיון. איך בין גראדע סאך סאך עלטער פון וואס דו טראכסט.
און פארוואס איך האב געפרעגט צו דו ביזט א דעמקראט, איז וויבאלד זיי זענען די איינציגע וואס האבן אן אמת'ע אינטערעסע אז טשעיני זאל ווייטער בונטעווען, ווייל זיי ווייסן אז אזוי וועלן זיי אפשר האבן טשאנסען צו צופליקן די רעפאבליקאנע פארטיי, גיבנדיג זיי א גרינגע רייזע צו ווייטערע געווינסען. ב"ה דערווייל האט זיך עס זיי נישט איינגעגעבן, און די "אומרעלעוואנטע" טראמפ באזע האט איר שיין פארשיקט פון איר פאזיציע.
איך ווייס נישט פארוואס דו האלטסט אז ביי טראמפ האט זיך גע'ענדיגט קאנסערוואטיזם, אדרבה צייג מיר אן וועלכע אנדערע פרעזידענט האט דעליווערט אזוי סאך ווי אים פאר די קאנסערוואטיווע באזע.
און ווי איך האב שוין געזאגט אסאך מאל אויף אנדערע פלעצער, אז די מערהייט פון די רעפאבליקאנער און קאנסערוואטיווען זענען שוין מיד פון די אלע אלט געזעסענע קאפ אין וואנט קאנסערוואטיווען, וואס וועלן ענדערש פארלירן אבי זיך נישט אוועקצורירן פון די הייליגע פרינציפן, אזוי ווי למשל 2020 וואס מען האט ח"ו נישט געוואלט דורכלאזן די 2000 דולר פער מענטש סטימיולוס, און וואס האט מען פארדינט? אז דורכדעם האט מען פארלוירן די מעדזשאריטי און באקומען די סטימילוס מיט א שמוץ אריבער. מעכטיגע אויפטוה פאר קאנסערוואטיזם. איז דאס די קאנסערוויאטיזם וואס דו פלאנסט צו ברענגען מיט מאדאם טשעיני? די מערהייט גייט דאס נישט קויפן. און די מערהייט וואס האט אוועק געקוקט פון 15 לאנג יעריגע געפאלישטע קאנסערוואטיווען און געפיקט דעם שמוציגן יונג טראמפ, גייען דאס נאכאמאל טון.
עניוועי, עס איז עכט א שאד די שפייעכץ נאכאמאל אלעס איבערצוקייען. קיעפ איט אפ. האסט פרייליך געמאכט דא אביסל, סא קומט זיך דיר א דאנק.