פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך יולי 07, 2021 7:51 am

איך ברענג דיר א נייעס, און איך וויל שוין עפעס ברענגען? דו לייקענסט דעם סטעיטמענט?

פון דיינע ווערטער איז משמע אז עס שטערט דיך נישט ווען איינער לויבט היטלער.

(אפשר נאר אויב ער האט אים אויך שטארק שטארק פארדאמט, אדער אויב ער טוט גוטס פאר אידן)
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך יולי 07, 2021 11:20 am

בעסער אזוי האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:סארקאזם פארווישט נישט אזא ביטערע סטעיטמענט.

וואס ווילסטו אויפווייזן מיט דעם סטעיטמענט? אז טראמפ האט געהאלטן פון היטלער? אז טראמפ האט פיינט אידן?

טראמפ'ס דרשות בנוגע די האלאקאוסט זענען געווען פון די שארפסטע וואס א אמעריקאנע פרעזידענט האט נאר געגעבן, דאס אז ער האט נישט פיינט אידן דארף איך דיר נישט זאגן, סוי וואס ווילסטו ארויסברענגן?

סקאנדאל: דזשעיק טורקס האט געזאגט אן רעקארד אויף קול מבשר אז קאדאפי האט געטון גוטע זאכן פאר זיין לאנד

איך וועל פרובירן דיר צו מסביר’ן.

מיר אלע ווייסן אז טראמפ איז א זעלטענע אוהב ישראל, און איך ווייס נישט צו חרדישע אידן האבן שוין אין די פארגאנגענהייט פארמאגט אזא נאנטשאפט צו א פרעזידענט, דאס איז א פאקט און מ’קען אויף דעם נישט קריגן, די גרעסטע דעמאקראטן דא ואני בתוכם האלטן אויך אזוי. און ווען עס ענדיגט זיך ווען דא וואלט גוט געווען.

למעשה, טראמפ איז געלאפן אויף א פלאטפארמע צוריק אויפצואוועקן די פארשלאפענע געפילן פון די ווייסע פויערן אין לאנד, דאס איז געווען זיין עיקר שטארקייט אין 16’, ער האט געהעצט קעגן מינאראטעטן, אימיגראנטן, און די ’’פרעמדע’’, וואס ’’כאפן’’ צו דאס לאנד פון די ווייסע, צו ער האט געמיינט אידן? ניין, צו האט דער ווייסער פויער פון מיזורי אויך פארשטאנען אזוי? ניין.

טראמפ האט אין דזשענערעל געהאקט אויף מינאראטעטן, און ער האט געבויעט א שנאה קעגן זיי, א שנאה וואס האט געפלאקערט אזוי שטארק אז ס’האט אים געמאכט געוואונען. און דאס איז אונזער פראבלעם.

מ’האט געוויזן קלאר און דייטליך אז אמעריקא האט נישט קיין פראבלעם צו ערוויילן א ראסיסטישע פרעזידענט, ב’’ה אז ס’איז געלונגען אז טראמפ איז נישט קיין אנטיסעמיט, אבער וואס וועט מען טוהן אויב מארגן שטייט אויף א פרישע טראמפ און ער וועט יא זיין א אנטיסעמיט? פאר די טראמפ עפאכע וואלט אזא איינער נישט געקענט ווערן פרעזידענט אבער יעצט שוין יא!!

ווען אזא רעספעקטירטער מענטש ווי דאנעלד טראמפ זאגט קלאר אז היטלער האט געטוהן אויך גוטע זאכן (א זאך וואס קען אפשר זיין אמת, אבער מ’זאגט עס נישט) שוואכט עס אפ די שטאנדהאפטיגקייט אנטקעגן פראו היטלעריסטן.

מ’ברויך געדענקען, ביי מיליאנען גוים איז טראמפ ממש א אפגאט, און אויב ער זעהט גוטע זאכן אין היטלער דאמאלטס פארוואס אין די צוקונפט ווען איינער רעדט גראבי אנטיסעמעטיזם זאל עס זיין א פראבלעם?.

צו איז עס די זעלבע, זאגן אז היטלער האט אויך געטוהן גוטע זאכן ווי צו זאגן אז ס’איז נישט געווען קיין האלעקאוסט? ניין, אבער ס’איז א טריט נענטער.
קרית יואל’ע דרייווערס, לערנטס ענק אויס דרייוון.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14908
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 07, 2021 11:25 am

@יש דו פארפארסט. דא רעדט מען דייקא איבער טראמפ פערזענליך. נישט איבער וואס פאר א געפילן ער האט אויפגעוועקט ביי ווייסע פויערן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14908
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 07, 2021 11:26 am

@בערישל, איז דא די קאנטעקסט פון יענעם שמועס?

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך יולי 07, 2021 11:26 am

יש לו מנה האט געשריבן:.

ישר כח

;l;p-
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך יולי 07, 2021 11:29 am

פעיק ניוז האט געשריבן:@יש דו פארפארסט. דא רעדט מען דייקא איבער טראמפ פערזענליך. נישט איבער וואס פאר א געפילן ער האט אויפגעוועקט ביי ווייסע פויערן.

דאס זאג איך, עס קען טאקע זיין אז היטלער האט געטוהן גוטע זאכן, אבער מ’זאגט עס נישט!!

ווער זאגט מ’רעדט פון טראמפ פערזענליך? @בעסער האט אזוי פארשטאנען, אבער די רעדע איז נישט דוקא דאס. און איבער טראמפ פערזענליך האב איך מיך אויך מסביר געווען.
קרית יואל’ע דרייווערס, לערנטס ענק אויס דרייוון.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך יולי 07, 2021 11:30 am

פעיק ניוז האט געשריבן:@בערישל, איז דא די קאנטעקסט פון יענעם שמועס?

נאכנישט, עס איז ציטאט פון א בוך וואס גייט ארויסקומען.

ווי איך פארשטיי איז עס געווען אין אויסלאנד ווען מען איז געפארן אויף א חאגא צו פייערן דעם ערשטן וועלט קריג זיג, און ווען דער שמועס איז פארפארן קיין דייטשלאנד, האט ער זיך דאס אויסגעדריקט, מיינענדיג צו זאגן אז דייטשלאנד איז געווען ארים און היטלער ימ"ש האט איר רייך געמאכט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14908
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 07, 2021 11:31 am

יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@יש דו פארפארסט. דא רעדט מען דייקא איבער טראמפ פערזענליך. נישט איבער וואס פאר א געפילן ער האט אויפגעוועקט ביי ווייסע פויערן.

דאס זאג איך, עס קען טאקע זיין אז היטלער האט געטוהן גוטע זאכן, אבער מ’זאגט עס נישט!!

ווער זאגט מ’רעדט פון טראמפ פערזענליך? @בעסער האט אזוי פארשטאנען, אבער די רעדע איז נישט דוקא דאס. און איבער טראמפ פערזענליך האב איך מיך אויך מסביר געווען.

דאס איז דאך א סטעטמענט פון טראמפ אליין וואס דארף פראוון אז ער איז א שרעקליכער מענטש, ניין?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14908
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 07, 2021 11:35 am

בעריש'ל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@בערישל, איז דא די קאנטעקסט פון יענעם שמועס?

נאכנישט, עס איז ציטאט פון א בוך וואס גייט ארויסקומען.

ווי איך פארשטיי איז עס געווען אין אויסלאנד ווען מען איז געפארן אויף א חאגא צו פייערן דעם ערשטן וועלט קריג זיג, און ווען דער שמועס איז פארפארן קיין דייטשלאנד, האט ער זיך דאס אויסגעדריקט, מיינענדיג צו זאגן אז דייטשלאנד איז געווען ארים און היטלער ימ"ש האט איר רייך געמאכט.

איך הער, אויסער וואס עס איז אמת, וואס איך פארשטיי אויך אז פארט זאגט מען נישט אזאנס. קען פונקט אזוי זיין אז די קאנטעקסט פון דעם שמועס קען האבן געווען אזא וואס קען איבערדרייען דעם גאנצן משמעות פון וויאזוי עס קוקט אויס יעצט. לדוגמא, אז ער האט געזאגט, "איך ווייס אז היטלער האט געטון גוטע זאכן פאר זיין לאנד, דאך נעמט דאס נישט אוועק פון די גרויליגע מעשי רציחה וואס ער איז באגאנגען".

איך ווייס נישט אויב ער האט דאס געזאגט, איך בין מסביר פארוואס די עקזעקט קאנטעקסט איז אזוי וויכטיג.

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך יולי 07, 2021 11:47 am

פעיק ניוז האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@יש דו פארפארסט. דא רעדט מען דייקא איבער טראמפ פערזענליך. נישט איבער וואס פאר א געפילן ער האט אויפגעוועקט ביי ווייסע פויערן.

דאס זאג איך, עס קען טאקע זיין אז היטלער האט געטוהן גוטע זאכן, אבער מ’זאגט עס נישט!!

ווער זאגט מ’רעדט פון טראמפ פערזענליך? @בעסער האט אזוי פארשטאנען, אבער די רעדע איז נישט דוקא דאס. און איבער טראמפ פערזענליך האב איך מיך אויך מסביר געווען.

דאס איז דאך א סטעטמענט פון טראמפ אליין וואס דארף פראוון אז ער איז א שרעקליכער מענטש, ניין?

ניין!

עס איז א סטעיטמענט פון טראמפ וואס קילט אפ די האס אפשיי און דערווייטערונג פון היטלער.
קרית יואל’ע דרייווערס, לערנטס ענק אויס דרייוון.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך יולי 07, 2021 12:25 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
מ’האט געוויזן קלאר און דייטליך אז אמעריקא האט נישט קיין פראבלעם צו ערוויילן א ראסיסטישע פרעזידענט, ב’’ה אז ס’איז געלונגען אז טראמפ איז נישט קיין אנטיסעמיט, אבער וואס וועט מען טוהן אויב מארגן שטייט אויף א פרישע טראמפ און ער וועט יא זיין א אנטיסעמיט? פאר די טראמפ עפאכע וואלט אזא איינער נישט געקענט ווערן פרעזידענט אבער יעצט שוין יא!!


סוי דו זאגסט אז טראמפ איז א ראסיסט?

איך הער וואס דו זאגסט

לאמיר דיר פרעגן:

וויאזוי קען א ראסיסט באקומען רעלאטיוו אזויפיל שטימען פון מינאריטעטן?
וויאזוי קען א ראסיסיט האבן מינאריטעטן אין זיין קאבינעט?
וויאזוי קען א ראסיסט דורכפירן א געזעץ וואס בענעפיטירט דווקא מינאריטעטן אזוי ווי פריזאן רעפארם?
וויאזוי קען א ראסיסט האבן פאליסיס וואס העלפן ארויס שווארצע סקולס און ביזנעסער?
וויאזוי קען א ראסיסט טון ביזנעס מיט מינאריטעטן?
וויאזוי קען א ראסיסט האבן די שטיצע פון אזויפול שווארצע סעלעברעטיס?
וויאזוי קען זיין אז נאך פיר יאר פירן א ראסיסטישע גאווערמענט איז זיין שטיצע ביי מינאריטעטן געשטיגן, זיין שטיצע ביי ווייסע פרויען איז געשטיגן, און דווקא ביי ווייסע מענער איז עס געפאלן

וויאזוי קען זיין אז א מענטש וואס האט געזאגט גראבע ראסיסטישע סטעיטמענטס יארן צוריק ווערט אראפגעלייגט אלץ א א געוואלדיגער אוהב הבריות?

וויאזוי קען זיין אז א מענטש וואס איז געווען פון די הויפט שטיצער פון א ביל וואס האט אריינגעווארפן 100טער שווארצע אין תפיסה ווערט אראפגעלייגט אלץ א פרא מינאריטעט מענטש?

וויאזוי קען זיין אז איינער וואס איז געווען קעגן אסאך פאליסיס וואס בענעפיטירן מינארטיטען וערט אראפגעלייגט אלץ א פרא מינאריטעט מענטש?

די נערעטיוו אז טראמפ האט געווינען 'נאר' ווייל ער האט אויפגעוועקט די ראסיסטישע געפילן פון די ווייסע פויערן איז זינלאז און נאריש
אז דו וועסט זיין וואויל העסטו אריין גיין אין א גורל און קיינמאל נישט ארויסקומען

קרעדיט: וועלוול פעלדמאן

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך יולי 07, 2021 12:25 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:. רח"ל, אידן געדענקן נישט אזעלכע שווערע יארן ווי אינטער די טראמפ אדמינסטרעשן


מער אידן זענען אטאקירט געווארן אין אמעריקע פארן זיין אידן אונטער פרעזידענט טראמפ ווי אונטער סיי וועלכע אנדערע פרעזידענט.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך יולי 07, 2021 12:27 pm

ירוחם האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:. רח"ל, אידן געדענקן נישט אזעלכע שווערע יארן ווי אינטער די טראמפ אדמינסטרעשן


מער אידן זענען אטאקירט געווארן אין אמעריקע פארן זיין אידן אונטער פרעזידענט טראמפ ווי אונטער סיי וועלכע אנדערע פרעזידענט.

צדיק, מען האלט שוין 6 חדשים אריין אין די ביידען אדמיניסטרעשן און די מצב ווערט נאר ערגער, פון ביידען'ס זייט הערט נישט קיין פיפס דערוועגן
אז דו וועסט זיין וואויל העסטו אריין גיין אין א גורל און קיינמאל נישט ארויסקומען

קרעדיט: וועלוול פעלדמאן

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך יולי 07, 2021 12:30 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:. רח"ל, אידן געדענקן נישט אזעלכע שווערע יארן ווי אינטער די טראמפ אדמינסטרעשן


מער אידן זענען אטאקירט געווארן אין אמעריקע פארן זיין אידן אונטער פרעזידענט טראמפ ווי אונטער סיי וועלכע אנדערע פרעזידענט.

צדיק, מען האלט שוין 6 חדשים אריין אין די ביידען אדמיניסטרעשן און די מצב ווערט נאר ערגער, פון ביידען'ס זייט הערט נישט קיין פיפס דערוועגן

בשעתו האט מען נישט געהערט קיין פיפס פון טראמפ אויך נישט. ס'פונקט אזוי יא אדער נישט ביידען'ס שולד ווי עס איז געווען טראמפ'ס שולד, און די פיפס מאכט פונקט אזוי יא אדער נישט אזוי יעצט ווי דעמאלטס. טול קורה.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך יולי 07, 2021 12:31 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
מ’האט געוויזן קלאר און דייטליך אז אמעריקא האט נישט קיין פראבלעם צו ערוויילן א ראסיסטישע פרעזידענט, ב’’ה אז ס’איז געלונגען אז טראמפ איז נישט קיין אנטיסעמיט, אבער וואס וועט מען טוהן אויב מארגן שטייט אויף א פרישע טראמפ און ער וועט יא זיין א אנטיסעמיט? פאר די טראמפ עפאכע וואלט אזא איינער נישט געקענט ווערן פרעזידענט אבער יעצט שוין יא!!


סוי דו זאגסט אז טראמפ איז א ראסיסט?

איך הער וואס דו זאגסט

לאמיר דיר פרעגן:

וויאזוי קען א ראסיסט באקומען רעלאטיוו אזויפיל שטימען פון מינאריטעטן?
וויאזוי קען א ראסיסיט האבן מינאריטעטן אין זיין קאבינעט?
וויאזוי קען א ראסיסט דורכפירן א געזעץ וואס בענעפיטירט דווקא מינאריטעטן אזוי ווי פריזאן רעפארם?
וויאזוי קען א ראסיסט האבן פאליסיס וואס העלפן ארויס שווארצע סקולס און ביזנעסער?
וויאזוי קען א ראסיסט טון ביזנעס מיט מינאריטעטן?
וויאזוי קען א ראסיסט האבן די שטיצע פון אזויפול שווארצע סעלעברעטיס?
וויאזוי קען זיין אז נאך פיר יאר פירן א ראסיסטישע גאווערמענט איז זיין שטיצע ביי מינאריטעטן געשטיגן, זיין שטיצע ביי ווייסע פרויען איז געשטיגן, און דווקא ביי ווייסע מענער איז עס געפאלן

וויאזוי קען זיין אז א מענטש וואס האט געזאגט גראבע ראסיסטישע סטעיטמענטס יארן צוריק ווערט אראפגעלייגט אלץ א א געוואלדיגער אוהב הבריות?

וויאזוי קען זיין אז א מענטש וואס איז געווען פון די הויפט שטיצער פון א ביל וואס האט אריינגעווארפן 100טער שווארצע אין תפיסה ווערט אראפגעלייגט אלץ א פרא מינאריטעט מענטש?

וויאזוי קען זיין אז איינער וואס איז געווען קעגן אסאך פאליסיס וואס בענעפיטירן מינארטיטען וערט אראפגעלייגט אלץ א פרא מינאריטעט מענטש?

די נערעטיוו אז טראמפ האט געווינען 'נאר' ווייל ער האט אויפגעוועקט די ראסיסטישע געפילן פון די ווייסע פויערן איז זינלאז און נאריש

האסט דיך ארויפגעכאפט אויף איינס פון מיינע ווערטער, נישט דאס איז געווען מיין פוינט בכלל.

נניח אז טראמפ איז נישט קיין ראסיסט, דער אלגעמיינער אמעריקאנער האלט אבער יא אזוי, און די ראסיסטן זעהן אין אים איינער וואס האלט ווי זיי. וואס ער איז באמת? א אנטיסעמיט זיכער נישט, א ראסיסט קען מען דן זיין, איך האב מיך אבער פון מיין גאנץ ערשטע תגובה נישט באצויגן אויף אים פערזענליך נאר אויף די בילד וואס ער שטעלט פאר.
קרית יואל’ע דרייווערס, לערנטס ענק אויס דרייוון.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך יולי 07, 2021 12:32 pm

ירוחם האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:. רח"ל, אידן געדענקן נישט אזעלכע שווערע יארן ווי אינטער די טראמפ אדמינסטרעשן


מער אידן זענען אטאקירט געווארן אין אמעריקע פארן זיין אידן אונטער פרעזידענט טראמפ ווי אונטער סיי וועלכע אנדערע פרעזידענט.

צדיק, מען האלט שוין 6 חדשים אריין אין די ביידען אדמיניסטרעשן און די מצב ווערט נאר ערגער, פון ביידען'ס זייט הערט נישט קיין פיפס דערוועגן

בשעתו האט מען נישט געהערט קיין פיפס פון טראמפ אויך נישט. ס'פונקט אזוי יא אדער נישט ביידען'ס שולד ווי עס איז געווען טראמפ'ס שולד, און די פיפס מאכט פונקט אזוי יא אדער נישט אזוי יעצט ווי דעמאלטס. טול קורה.

דאס איז עקזעטלי וואס @בעסער טרייט צו זאגן אז טראמפ איז די זעלבע ראסיסט אנטיסעמיט ווי ביידען.
היימישע וואטסעפ גרופ

פאר מער אינפערמאציע קומט אין אישי!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14908
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 07, 2021 1:12 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@יש דו פארפארסט. דא רעדט מען דייקא איבער טראמפ פערזענליך. נישט איבער וואס פאר א געפילן ער האט אויפגעוועקט ביי ווייסע פויערן.

דאס זאג איך, עס קען טאקע זיין אז היטלער האט געטוהן גוטע זאכן, אבער מ’זאגט עס נישט!!

ווער זאגט מ’רעדט פון טראמפ פערזענליך? @בעסער האט אזוי פארשטאנען, אבער די רעדע איז נישט דוקא דאס. און איבער טראמפ פערזענליך האב איך מיך אויך מסביר געווען.

דאס איז דאך א סטעטמענט פון טראמפ אליין וואס דארף פראוון אז ער איז א שרעקליכער מענטש, ניין?

ניין!

עס איז א סטעיטמענט פון טראמפ וואס קילט אפ די האס אפשיי און דערווייטערונג פון היטלער.

פיין, מסכים אז דאס איז דיין פוינט. יעצט, וואס איז די קאנטעקסט אונטער וואס דער סטעטמענט איז געזאגט געווארן?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 16877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך יולי 07, 2021 2:28 pm

איך זעה נישט די גרויסע עוולה ווען איינער לויבט אויס היטלער בינו לבין עצמו, פאר די גוטע זאכן וואס ער האט געטוהן. נא דערצו אזא האלבע ליין אריין געווארפן אינמיטן א לאנגע שמועס. די פראבלעם איז נאר ווען מען טוט עס ברבים, וואס דאן האבן די האסערס אויף וואס זיך ארויף צו כאפן.

די שוויין וואס איז עס געגאנגען איבערגעבען א פריוואטע שמועס פאר די מידיע דארף מען אראפ ווארפן אלע טרעפ. ער/זי איז דער וואס האט גורם געווען אז זיין סטעיטמענט זאל טאקע זיין א פראבלעם.

אפשר איז טראמפ יא שולדיג, ווייל ער וואלט געדארפט כאפן מיט וועלכע מינע עלעמענטן ער איז ארום גענומען.
עס קומט אהיים, עס קומט אהיים...

וואלד
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re:

תגובהדורך וואלד » מיטוואך יולי 07, 2021 9:30 pm

סטיטשינער האט געשריבן:איך זעה נישט די גרויסע עוולה ווען איינער לויבט אויס היטלער בינו לבין עצמו, פאר די גוטע זאכן וואס ער האט געטוהן. נא דערצו אזא האלבע ליין אריין געווארפן אינמיטן א לאנגע שמועס. די פראבלעם איז נאר ווען מען טוט עס ברבים, וואס דאן האבן די האסערס אויף וואס זיך ארויף צו כאפן.

די שוויין וואס איז עס געגאנגען איבערגעבען א פריוואטע שמועס פאר די מידיע דארף מען אראפ ווארפן אלע טרעפ. ער/זי איז דער וואס האט גורם געווען אז זיין סטעיטמענט זאל טאקע זיין א פראבלעם.

אפשר איז טראמפ יא שולדיג, ווייל ער וואלט געדארפט כאפן מיט וועלכע מינע עלעמענטן ער איז ארום גענומען.

;l;p-

אוועטאר
צופלאטשעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך צופלאטשעט » מיטוואך יולי 07, 2021 11:20 pm

וואס א מענטש איז באמת איז נישט מעגליך צו וויסן אין אזא פאפערישע וועלט ווי אונז שטיי מיר דא

די איינציגסטע וועג צו קענען א מענטש איז דורך זיינע פריוואטע סטעיטמענטס. אויב ווערן פריוואטע סטעיטמענטס פארוואנדעלט אין א זאך אויף וואס מען קען נישט בויען דאן קענען מיר זיך צוריקלייגן ווייל די וועסט קיין מענטש אין בעיקר א פאבליק פיגור קיינמאל נישט קענען

נאר אז די פרעגסט מיר פערזענליך האלט איך סיי אז עס מוז נישט זיין אמת משטיינס געזאגט. און והשנית כמעט יעדע אמעריקאנע גוי האלט אזוי אויף היטלער.....
א אינדעפענדענט כאטש סנישט אין סטייל...

ארבעט שווער צו ברענגן נייעס

אוועטאר
פרישע קוגל
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך פרישע קוגל » מיטוואך יולי 07, 2021 11:23 pm

איך האב געטראכט די זעלבע ווי סטיטשינער. זאגן אין א פריוואטע שמועס אז היטלער ימ''ש האט געטון גוטע זאכן פאר זיין לאנד איז בכלל נישט קיין עוולה אין מיינע אויגן.
איז ער דען נישט גערעכט? האט ער מצדיק געווען היטלער? אדער זיינע מעשים? און נישט נאר דאס, ער האט דאס געזאגט פאר איינעם פריוואט, נו שוין... מה כל הרעש?
---
צופלאטשקעט האקט, נו שוין זאגסטו דאך דעם תריץ, ער האט דאך נישט גארנישט שלעכט געזאגט.
איך האב נישט קיין אנונג פארוואס איך האב געפיקט די נאמען @פרישע קוגל.
געדאנקען און אבזערוואציעס.

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג יולי 11, 2021 9:48 am

טראמפ איז ערווארטעט היינט צו רעדן ביים סיפעק צוזאמקום אין טעקסעס.

א פרישע שטרוי אנקעטע איז אויך ערווארטעט צו ווערן ארויסגעגעבן.

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג יולי 11, 2021 12:24 pm

טראמפ אויפן שאלה אויף זיינע 24' פלענער:

"I can't reveal it yet, but I absolutely know my answer. And we're gonna do very well and people are gonna be very happy."

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג יולי 11, 2021 12:26 pm

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:טראמפ איז ערווארטעט היינט צו רעדן ביים סיפעק צוזאמקום אין טעקסעס.

א פרישע שטרוי אנקעטע איז אויך ערווארטעט צו ווערן ארויסגעגעבן.

טראמפ'ס רעדע וועט פארקומען 3:30

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » זונטאג יולי 11, 2021 2:00 pm

IMG_20210711_135959.jpg
IMG_20210711_135959.jpg (197.75 KiB) געזעהן 881 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chuchem Atik, monsey is the best, rogers, Toyota, גליטשעדיג, היימישע וויין, פארדעם, פוילישער קארגער, קלאנג און 102 געסט