ליפשיטץ האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:א שרעקליכע טראגעדיע
הב' החתן שלמה ראטענבערג מירושלים [חסיד ביאלא], בן 22
געהארגעט געווארען אין א שווערע קאר עקסידענט א וואך פאר די חתונה
יאמר לצרותינו די!
אוי אוי!!
מי שאמר לעולמו די, יאמר לצרותינו די
כביש 90, עוג'ה - א שרעקליכע אומבאשרייבליכע טראגעדיע האט פאסירט נעכטן נאכמיטאג אין ארץ ישראל, ווען עס האט פאסירט א שוידערליכע עקסידענט אויף כביש 90 צווישן א קאר מיט א קעגן קומענדיגע טראק. גלייך ביים אנקומען צום עקסידענט סצענע האבן די הצלה און פוירסט ריספאנדערס געזען פאר זיך א שרעקליכע מראה פון א גענצליך צושמעטערטע קאר, און האבן ליידער געמוזט באשטעטיגן די ערגסטע פון אלעם, אז די דרייווער פונעם אויטא, הב' החתן שלמה ראטענבערג ע"ה פון ירושלים, איז ל"ע אומגעקומען אויפן ארט. ווי נאר די ידיעה איז ארויס אויפן גאס איז אבל גדול ליהודים, איבערהויפט די ידיעה מחרידה אז די חתונה פון שלומי ע"ה וואלט געדארפט פארקומען קומענדיגע וואך מיטוואך אין בני ברק. ווער קען דען פארשטיין די צער פון די משפחה, פון די אומגליקליכע כלה?
שלומי ע"ה, 22 יאר, איז געווען א גאר חשובע און איידעלע בחור, א קינד פון הרה"ח רבי מרדכי ראטענבערג שליט"א מחסידי ביאלא אין ירושלים און לאנגיאריגע משגיח אין ישיבת לב התורה, און האט געזאלט אריינגיין די וואך לבית משפחת עקשטיין אין בני ברק. שלומי ע"ה האט צווישן אנדערע געלערנט אין ישיבת סקווירא אין ירושלים און שפעטער אין ישיבת שערי תורה. זיינע באקאנטע דערציילן איבער א בחור מיט א גאלדן הארץ, און א מתמיד אין תורה ויר"ש. ליידער וועלן די עלטערן דארפן פירן זייער קינד צום בית החיים אנשטאט צום חופה. די הארץ רייזענדע לויה איז ערווארטעט ארויסצוגיין היינט אינדערפרי אין ירושלים, מיט די באטייליגונג פון פילע ידידים פון די משפחה און פון שלומי ע"ה.
מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די!