ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך פאסט טרעגער » מיטוואך מאי 05, 2021 10:52 am

בד''ה ר' יוסף זלמן קליינמאן ע''ה, די לעצטע פון די עדות וואס האבן עדות געזאגט ביים טרייעל פון אייכמאן ימ''ש,



לעצט פאראכטן דורך פאסט טרעגער אום מיטוואך מאי 05, 2021 11:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך פאסט טרעגער » מיטוואך מאי 05, 2021 11:13 am

עס איז דא א ווידיא ווי ער זאגט עדות, איינער קען ברענגן?

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך מאי 05, 2021 12:31 pm

פארצייטיש האט געשריבן:ק/פ jdm
באלטימאר, מערילענד - א פרומער אינגערמאן פון ארץ ישראל, ר' אפרים גארדאן ע"ה הי"ד, וועלכער איז געקומען צו פארן צו א חתונה פון א קרוב אין באלטימאר האט ליידער אויסגעהויכט זיין נשמה נעכטן מאנטאג פארטאגס אין א שפיטאל אין באלטימאר נאכן ווערן דערשאסן דורך א פארברעכער. לויט ווי די פאליציי האט געמאלדן זעהט דערווייל אויס ווי דאס איז געווען א רויבעריי פרואוו וואס האט זיך ליידער געענדיגט פאטאל.

סעקיוריטי קאמערע'ס פון די סצענע צייגן וויאזוי ר' אפרים קומט ארויס פון זיין קאר זונטאג נאכט נאך חצות און שפאצירט געמיטליך צו זיין אכסניא אין שטוב פון זיין פעטער און מומע, ווען א פרעמדער פארשוין קומט צו צו אים און האט אים אין די ענדע דערשאסן ביים טיר פון זיינע קרובים'ס הויז. נישט לאנג דערויף איז באריכטעט געווארן איבער נאך א פאטאלע שיסעריי אין די געגנט, דער קרבן דאס מאל א שווארצער איינוואוינער פון באלטימאר.

דער ארטאדאקסישער קאונסילמאן וועלכער פארטרעט די פרומע געגנט אין באלטימאר ר' איצי שלייפער האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט ארויס ברענגענדיג דעם טרויער און ווייטאג פון די משפחה און די גאנצע קהילה, וועלכע פילט זיך אומזיכער אין די געגנט נאך אזא פאסירונג ווען א קרוב וועלכער איז געקומען צו גאסט צו א חתונה ווערט ליידער דערשאסן צום טויט אינמיטן די גאס. ער האט פארשפראכן צו פארשטארקערן די סעקיוריטי אקטיוויטעטן צו מאכן די געגנט מער זיכער.

רצח אפרים גורדון בבולטימור: אחותו לרשת ב׳ - ״זה לא היה שוד שהסתבך אלא רצח על רקע אנטישמי. אחי חבש כיפה והיה עם זקן. שלושה ארבו לו בלילה כשחזר הביתה, לא לקחו כסף - רק ירו לו בבטן וברחו״.

אוועטאר
פייער אפפער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 7:04 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך פייער אפפער » מיטוואך מאי 05, 2021 12:44 pm

בד"ה רבקה אסתר פראדיל ב"ר משה צבי ע"ה
76 יאר
אשת הרב חיים ברוך גרויס ע"ה (מיאמי)
ב"ר נפתלי ז"ל אדמו"ר מקערעסטיר

לוי' איז געוועזן היינט אין מאנסי

זי האט איבערגעלאזט א הערליכע שטוב
הרב ישעיה גרויס (קהל חסידים נארט מיאמי)

אשת ר' נחמן ליכטער

ועוד
הייב נישט קיין הענט

ברוך פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2020 12:09 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך ברוך פריעדמאן » מיטוואך מאי 05, 2021 1:03 pm

פייער אפפער האט געשריבן:בד"ה רבקה אסתר פראדיל ב"ר משה צבי ע"ה
76 יאר
אשת הרב חיים ברוך גרויס ע"ה (מיאמי)
ב"ר נפתלי ז"ל אדמו"ר מקערעסטיר

לוי' איז געוועזן היינט אין מאנסי

זי האט איבערגעלאזט א הערליכע שטוב
הרב ישעיה גרויס (קהל חסידים נארט מיאמי)

אשת ר' נחמן ליכטער

ועוד


הרב חנניה אב״ד קערעסטיר וואדרידש איז א זין ?

אוועטאר
פייער אפפער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 7:04 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך פייער אפפער » מיטוואך מאי 05, 2021 1:11 pm

ברוך פריעדמאן האט געשריבן:
פייער אפפער האט געשריבן:בד"ה רבקה אסתר פראדיל ב"ר משה צבי ע"ה
76 יאר
אשת הרב חיים ברוך גרויס ע"ה (מיאמי)
ב"ר נפתלי ז"ל אדמו"ר מקערעסטיר

לוי' איז געוועזן היינט אין מאנסי

זי האט איבערגעלאזט א הערליכע שטוב
הרב ישעיה גרויס (קהל חסידים נארט מיאמי)

אשת ר' נחמן ליכטער

ועוד


הרב חנניה אב״ד קערעסטיר וואדרידש איז א זין ?


ניין, ר' ישעיה איז א בן יחיד, סדא נאך טעכטער
הייב נישט קיין הענט

א חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2636
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך א חסיד » מיטוואך מאי 05, 2021 1:20 pm

רבי חנניה פון וואדרידש אין א זוהן פון רבי רפאל ז"ל אויך א בן יחיד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך מאי 05, 2021 2:06 pm

פרישער בחור האט געשריבן:
שירו לו האט געשריבן:בד"ה הרב החסיד ר' ישראל גאלדמאן ע"ה מזקני חסידי וויזשניץ לאנדאן


ווי אלט?

רבי ומורי פאר איבער 30 יאר צוריק

אטע דא ציטירט א שטיקל פון מיין פרקי אבות דא אויפן וועלטל (פרק ה' משנה א')

יז) מקיימים את כל העולם שנברא בעשרה מאמרות,
לאמיר אריין שאפאצירן אין א קליינע כאטקע אין כינע, דארטן וואוינט א גוי וואס הייסט אינק פינק, דער גוי האט א אייזן מיט א קוועטשער, יעדע סעקונדע געט ער א קוועטש, און ס'ווערט געמאכט א פיצעלע רעדעלע, ער נעמט צוזאמען סוף טאג אלע רעדעלעך, טראגט דאס אריבער צו א פאבריק, די פאבריק מאכט זייגער'לעך, און כדי א זייגער זאל לויפן מוז מען האבן אט די פיצעלע רעדעלעך, אינעם פארבריק ארבעטן טויזנטער גוים, מיט מאשינען טאג און מאכט, ביז עס ווערט צוזאמען געשטעלט א "זייגער",
א טראק פיקט אויף די זייגער'ס, טראגט דאס צום שיף, דער שיף, ברענגט דאס אריבער קיין אמעריקע, ביים פארט איז דא טוינזטער מאשינען הייבער'ס וואס לאדענען אפ דעם שיף, איין קאנטעינער קומט אן צו א וועיר האוז, וואס דארט ליגט שוין פארפאקט אונזער "זייגער", איין טאג קומט א טראק, און פירט דעם זייגער קיין וויליאמסבורג, צו קויפמאן עלעקטראניק'ס,
פונקט יענעם טאג קומט אריין א בחור'ל און בעט א זייגער, מר. קויפמאן פארקויפט אים דעם זייגער, דער בחור טראגט דאס אהיים און ניצט דאס פאר זיין געברויך,
יעצט לאמיר מאכן א חשבון (מקען נישט אפילו ווען מ'וויל) וויפיל מענטשן האבן געארבעט פאר דעם זייגער?
ס'איז עד אין שיעור ועד אין ערך, טויזנטער טויזנטער מיליאנען מענטשן אן א סוף, למשל דעם שיף אליין, צוזאמען שטעלן אזא שיף האבן געארבעט 1000'טער מענטשן, די לעקטער'ס אויפן שיף קומען פון טיילאנד וואס צו ברענגען די לעקטער'ס האבן געארבעט 1000'טער מענטשן, דער בענקל אויף וואס דער קאפיטאן זיצט קומט פון א פערדע מדינה, און אזוי ווייטער קען מען אריין גיין טיפער און טיפער ממש אן א סוף, יעדע טראק וואס טראגט די סחורה, איז צוזאמען געשטעלט פון 1000'טער שטיקער אויף וואס 1000'טער מענטשן האבן געארבעט,
יעצט צוריק צום ענין, אויב דער בחור ניצט אויס דעם זייגער צו תורה, ער שטייט אויף פארטאג'ס אדאנק דעם זייגער, דעמאטץ אלע מילאנען מענטשן וואס האבן געארבעט פאר דעם זייגער האבן א עלי', און ווערן נתעלה צום תכלית,
אבער אויב חלילה דער בחור ניצט דעם זייגער אויף שלעכטן, דאן די אלע מיליאנען מענטשן וואס האבן געארבעט פאר דעם זייגער, באקומען א ירידה,
אט דאס איז דער פשט מקיימים את העולם שנברא בעשרה מאמרות
(מפי המלמד שלי הגר"י גאלדמאן שליט"א)

אוועטאר
אברהם אלבוים
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2018 10:45 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך אברהם אלבוים » מיטוואך מאי 05, 2021 3:13 pm

.

הנערים של מחנה אושוויץ - עדותו של הרב יוסף זלמן קליינמן ז"ל (בעברית)

https://www.kolhalashon.com/new/Media/PlayShiur.aspx?FileName=1198778&Video=True&Lang=Hebrew

יוסף זלמן קליינמאן.jpg
יוסף זלמן קליינמאן.jpg (64.93 KiB) געזעהן 816 מאל

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך מאי 05, 2021 5:11 pm

הי"ד, קרבן פונעם טעראר אטאקע ביים צומת תפוח

AA3DC3FA-9057-435F-9A0B-9F1D8FE52D95.jpeg
AA3DC3FA-9057-435F-9A0B-9F1D8FE52D95.jpeg (55.75 KiB) געזעהן 503 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: blue moon, Majestic-12 [Bot], אושפיזין, הר גריזים, והיתם נקיים, יצחק ברוך, מיכל, ס'גוט, פופציגער, צהלתו בפניו, קוק אויף דיך אליינס, שואלכענין, שרייזשע, שתקן און 58 געסט