וועלוועל קליינער האט געשריבן:רימנובער אייניקעל האט געשריבן:דער פילינטראפ ר' מאיר זאיאנץ פון סאו פאולו בראזיל א לובאוויטשער חסיד אין עלטער פון 89 יאר אלט כולם שוים לטובה
געהאט א גרויסע חלק און אויפבויען אידישקייט אין בראזיל געווען א תומך ומוקיר תורה ואיהי גופא צורבא מרבנן ראש וראשון לכל דבר שבקדושה געשטיצט צענדליגער מוסדות התורה איבער די וועלט ביד נדיבה
געווען א איידים ביים באקאנטן סאטמערע חסיד ר' שלמה בראווער ע"ה יד ימינו פון בעל ויואל משה מסאטמאר זצוק"ל
יהי זכרו ברוך
ער איז געווען א ליבאוויטשער חסיד, אבער ער האט געהאט גרויס דרך ארץ פאר זיין שווער ר' שלמה ז"ל.
ווען זיין שווער איז געקומען קיין בראזיל, אדער ער איז געקומען צו זיין שווער, האט ער אים אפגעגעבן גרויס כבוד.
ער האט זיך בעצם זייער שטארק גערעכנט מיט זיין שווער. - אויב איך האב נישט קיין טעות, האט ער געהאט א שותפות מיט איינע פון די געשעפטן מיט זיין שווער.
ער איז בכלל געווען א 'לב טוב'. א גאלדן הארץ, געהאלפן אסאך אידן בשעת דחקם.
יהא זכרו ברוך.
מיר האבן פונאנדערגעשיידט גאר אסאך פארברענגט מיט ר׳ מאיר. ער איז געווען א ליבאוויטש/סאטמארער חסיד.
ווען ער איז געקומען אןיף נ.י. איז ער גאגאנגען צו ביידע רבי׳ס. בחייהם ולאחר פטירתם.
ער האט געהאט א קירבה יתירה ביים בעל דברי יואל. ער האט גאר אסאך געלט געגעבן פארן רבי׳ן.
ער האט מיר אמאל געזאגט אז די ת״ת בנין אויף ג.ב. האט ער געבויעט בשופות מיט זיין שווער ר׳ שלמה, דהיינו האלב האט ער געגעבן און האלב האט ער געבארגט. ביי דעם איז עס געבליבן.........
דאס באקאנטע ווארט פונעם רבי׳ן אז עס איז ענדערש זיך צו ביקען הונדערט מאל צום ציילעם ווי איידער צו לערנען איין ווארט עיברית, האט דער רבי פאר אים געזאגט.
ער האט זיך געדרייט און וומסב״ג און די יוד יארן, דאן האט ער אסאך משמש געווען דעם רבי׳ן און די רעביצען. די רעביצן איז געווען זיין שדכן.