רבותי, ממוז מאכן א ויצעקו וועגן סעקיוריטי!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אבשלום
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 1:50 pm

רבותי, ממוז מאכן א ויצעקו וועגן סעקיוריטי!

תגובהדורך אבשלום » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 3:15 am

משטייט יעצט אין די שעות נאך די שרעקליכע טראגעדיע פון דזשערסי סיטי, די פאקטן זענען קלאר, אנטיסימיטישע רוצחים זענען געקומען הארגענען אידן, חסדי השם אז סאיז זיי נישט געלונגען צו רצחנען מער קרבנות אבער א נפש אחת איז שוין גענוג, סלאזט זיך נישט טראכטן וואס דא וואלט ווען פאסירט אויב סגעלונגט זיי ווען אריינצוגין אינעם דערנעבדיגן ביהמ״ד פול מיט תינוקות של בית רבן

אין די לעצטע יארן זענען פארגעקומען צענדליגער מאסן שיסעריי איבער גאנץ אמעריקא, א גרויס חלק אין סקולס וכו׳ ווי מהאט געטארגעט קינדער אדער אין פלעצער ווי סאיז געווען א שטיקל עולם און די מציאות ווייזט אז סקומט היינט אן גרינג פאר א משוגענעם רוצח זיך איינצוהאנדלן military grade weapons

2019 אליין האלט שוין ביי +35 mass shooting incidents (פיר טויטע אדער מער) און 200 קרבנות

רבותי, ממוז זיך נעמען ערנסט רעדן וועגן סעקיוריטי!

אונזערע שולן, בתי מדרשים, חדרים און סקולס זענען געפערליך נישט פראטעקטעד, ווילאנג מהאט דאס נישט געפילט אויף די אייגענע הויט האט מען געקענט אוועקוקן און איגנארן דעם אמת אבער יעצט טאר מען מער נישט, נאך אזא אטאקע איז ליידער א שאלה פון צייט ביז די נעקסטער קאפיקעט רשע וועט אפירקומען ח״ו און אוודאי הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל אבער ממוז נעמען די זאך ערנסט צו פריווענטן אומזיסטיגע קרבנות

ועשית מעקה לגגך!

סאיז נישט גענוג צו האבן א סעקיוריטי גארד א יוקל וואס האט קוים געווער און אוודאי נישט געווער וואס קען זיך קעגנשטעלן high powered firearms וכדומה, יעדע קלאס צימער מוז האבן בולעט פרוף טירן און א lockdown mechanism פאר כל צרה שלא תבוא, יעדע סקול מוז פלאנירן בעסיק escape routes און פאליסיס וויאזוי צו דיעלן מיט אן אטאקע אינצידענט און שטעלן מענטשן וואס פארשטייען און זענען אין טשארדזש

רוב בתי מדרשים און שולן האבן נישט קיין געהעריגע עמערדזשענסי עקזיטס, אפילו אין א פאל פון פייער ח״ו איז געפערליך מסוכן און סאיז נישטא ווי צו לויפן געהעריג, ווער רעדט נאך אויב סהאנדלט זיך פון מאסן מערדער וואס קענען אריינקומען פונעם מעין ענטרעס און האלטן האסטעדזש דעם גאנצן בנין השם ישמרנו

לא עת לחשות!

סקולס און קאלעדזשעס איבער גאנץ אמעריקא שטאפירן זיך אויס מיט סעיפטי טעכנאלאגיע צו מינימיזירן קרבנות, ממוז שוין יעצט אננעמען אז סקען ליידער געשען ביי אונז און ממוז זיך גרייטן ווי סדארף צו זיין צו פארמיידן אומגליקן און נישט ח״ו זיין צועקים לשעבר

עם הארץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

תגובהדורך עם הארץ » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 5:06 am

100% true.
בטחון קומט נאך השתדלות. מען דארף טוהן למעשה.

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 6:42 am

"נאך אזא אטאקע איז ליידער א שאלה פון צייט"....

חס ושלום צו שרייבן אזאלכע ווערטער. אל תפתח פה.

ביסט 100 און 1 פראצענט גערעכט מיט דיין פארשלאג, אבער ביטע אונז קענען אזאנא ווערטער נישט פארנעמן.

שומר ישראל שמור שארית ישראל.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 8:08 am

עירמאנט'ער האט געשריבן:"נאך אזא אטאקע איז ליידער א שאלה פון צייט"....

חס ושלום צו שרייבן אזאלכע ווערטער. אל תפתח פה.

ביסט 100 און 1 פראצענט גערעכט מיט דיין פארשלאג, אבער ביטע אונז קענען אזאנא ווערטער נישט פארנעמן.

שומר ישראל שמור שארית ישראל.


מע מיז נישט קענען פארנעמען מעדעצין, אבער מע מיז עס טרינקען!

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 8:41 am

מיטהאלדינדיג די דראמא איז מיין איך קלאר אז סעקיוריטי מיט הייס געווער זענען גארנישט ווערט קעגן א מערדער מיט א גאן, 50 העווי געפאנצערטע פאליציי מיט מאשין געווער, געטרעינט פאר א שלאכט זאנע, ציטערן פון צוויי טויטע טעראריסטן, וכש"כ לעבעדיגע.

א סעקיוריטי גארד ביי די טיהר איז גארנישט ווערט וכ"ש ווען ער איז אין א בודקע ביי די קארנער, פאר א מערדער וואס קימט על עסקי נפשות נעמט עס בערך א סקונדע צו ארלעדיגן דעם סעקיוריטי גארד, און אפילו ווען נישט, ווען מען שיסט מיט הייס געווער איז דער ערשטער צו אנטלויפן די גארד.

אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 8:49 am

עס איז זיכער אמת וואס דממה שרייבט, ווען א טערעריסט ובפרט אז זיי קומען מער ווי איינער , איז שווער האבן עפעס צו אפהאלטן.

אבער פונדעסטוועגן קאן א סקיורעטי גארד אדער אנדערע סעקיוריטי מיטלען שווערער מאכן פאר א אריינברעכער,
און יעדער סקונדע קאן מאכן א חילוק פון חיים ומות רח"ל

ספציעל אין א סקול דארף זיין סקיוריטי מיטלען , און וואס צו טאן ביי לאק דאון אז עס זאל געטאן ווערן אהן פחדים.

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 8:51 am

מ'דארך טאקע מאכן א ויצעקו,

הלמאי מ'ברענגט אן דא אזוי פיל סעקיוריטי, אזש מ'קען נאך מיינען אז ס'איז בידינו זיך צו היטן,

די דור הפלגה האט שוין געטענה'ט דאס
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 9:02 am

יש בו האט געשריבן:מ'דארך טאקע מאכן א ויצעקו,

הלמאי מ'ברענגט אן דא אזוי פיל סעקיוריטי, אזש מ'קען נאך מיינען אז ס'איז בידינו זיך צו היטן,

די דור הפלגה האט שוין געטענה'ט דאס

oh my
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
Borough Park
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 9:18 am

סעקיוריטי מיינט מען נישט א בשר ודם מען דארף מאכן א דיפענס מיט תורה וגמילת חסדים
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 9:22 am

Borough Park האט געשריבן:סעקיוריטי מיינט מען נישט א בשר ודם מען דארף מאכן א דיפענס מיט תורה וגמילת חסדים

לאז אפן דיין הויז ביינאכט...

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3979
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 9:24 am

Borough Park האט געשריבן:סעקיוריטי מיינט מען נישט א בשר ודם מען דארף מאכן א דיפענס מיט תורה וגמילת חסדים

אז די הערסט אינמיטן נאכט ווי פארברעכער מיט געווער דרייען זיך ביי דיר אינדערהיים, וועסטי ריפן פאליס אדער וועסטי זיך זעצן לערנען?

אוועטאר
Borough Park
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 9:26 am

לב בשר האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:סעקיוריטי מיינט מען נישט א בשר ודם מען דארף מאכן א דיפענס מיט תורה וגמילת חסדים

לאז אפן דיין הויז ביינאכט...

זאג די מיך א שלאס העלפ ווען א גנב וויל אריין קומען אין דיין הויז?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

עם הארץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

תגובהדורך עם הארץ » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 9:29 am

Borough Park האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:סעקיוריטי מיינט מען נישט א בשר ודם מען דארף מאכן א דיפענס מיט תורה וגמילת חסדים

לאז אפן דיין הויז ביינאכט...

זאג די מיך א שלאס העלפ ווען א גנב וויל אריין קומען אין דיין הויז?


זאג די מיר א גנב גייט ענדערש צי א אויפגעשפארטע קאר אדער א ציגעשפארטע?

אוועטאר
Borough Park
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 9:31 am

עם הארץ האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:סעקיוריטי מיינט מען נישט א בשר ודם מען דארף מאכן א דיפענס מיט תורה וגמילת חסדים

לאז אפן דיין הויז ביינאכט...

זאג די מיך א שלאס העלפ ווען א גנב וויל אריין קומען אין דיין הויז?


זאג די מיר א גנב גייט ענדערש צי א אויפגעשפארטע קאר אדער א ציגעשפארטע?

ס׳ווענדט זיך וואס ס׳ליגט אינעווייניג
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

Programming
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 9:35 am

אמת אז א גארד קעגן שווער באוואפנטע "היי פאוער" גאן'ס (צו באקומען איבעראל א דאנק מיטש מעקאנעל) האט נישט די בעסטע שאנסן, אבער דער פאקט אז עס איז דא סעקיוריטי דארט איז געווענליך גענוג דער מערדער זאל ענדערש זוכן אנדערע לאקאציעס מיט ווייניגער סעקיוריטי.

האפנטליך וועט יעצט מארגארעטן קענען דורכפירן א געזעץ אראפ צו נעמען די מיליטערישע סטיל וואפן פון די גאסן (כמעט אלע מאסן שיסערייען נוצן די סארט) און פארלאנגען בעקגראונד טשעקס - 97 פראצענט אמעריקע וויל עס חוץ מיטש מעקאנעל און זיינע חברים.

עס פעלט נישט אויס אריינצוגיין אין פאליטישע דיסקוסיעס און פארטייאישע דעבאטעס, גאן קאנטראל א.א.וו.דא רעדט מען פון בלויז צוויי קאמאן סענס געזעצן וואס ממש גאנץ אמעריקע איז מסכים דערצו. אפשר אזוי ווי ס'איז געלונגען צו ברעכן דעם פאליטישן גרידלאק אויף פריזאן רעפארם קען דאס אויך געלונגען

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3979
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 9:35 am

דממה דקה האט געשריבן:מיטהאלדינדיג די דראמא איז מיין איך קלאר אז סעקיוריטי מיט הייס געווער זענען גארנישט ווערט קעגן א מערדער מיט א גאן, 50 העווי געפאנצערטע פאליציי מיט מאשין געווער, געטרעינט פאר א שלאכט זאנע, ציטערן פון צוויי טויטע טעראריסטן, וכש"כ לעבעדיגע.

א סעקיוריטי גארד ביי די טיהר איז גארנישט ווערט וכ"ש ווען ער איז אין א בודקע ביי די קארנער, פאר א מערדער וואס קימט על עסקי נפשות נעמט עס בערך א סקונדע צו ארלעדיגן דעם סעקיוריטי גארד, און אפילו ווען נישט, ווען מען שיסט מיט הייס געווער איז דער ערשטער צו אנטלויפן די גארד.

אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.


קודם, א סעקיוריטי גארד קוקט זיך אים און איז גרייט צו רופן פאליס יעדע רגע. סא, אפילו טאמער האט ער נישט קיין שום געווער קען די פאליס זיין דארט א מינוט צוויי פריער און דאס קען ראטעווען א געוואלד.

צווייטנס, ווען א פארברעכער זעהט אז ס'איז דא סעקיוריטי און ער ווייסט נישט וויפול נאך גארדס געפינען זיך אינעווייניג, טראכט ער צוויי מאל און וועט מעגליך זיכן א צווייט פלאץ.

דריטענס, נישט אלע מערדער קומען מיט מאשין גאנס. ווען א פארברעכער קומט מיט א פשוטע ביקס אדער א מעסער (ווי למשל הר נוף) וועט א וועכטער אים קענען ארלעדיגן.

גארנישט איז נישט פארזיכערט אבער מ'קען נישט אוועקמאכן די וויכטיקייט פון האבן א גארד.

עם הארץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

תגובהדורך עם הארץ » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 9:35 am

א) ווען א רוצח ווייסט אז עס איז דא געווער אויף די אנדערע זייט טראכט ער צווי מאל פאר ער נעמט עס פאר זיין ציל.
2) סעקיארעטי מיינט נישט נאר גארדס, עס פעלט אויס אלע טירן צום בנין זאלן זיין פארשאפרט איבערן טאג, נאר עפענען מיט א באזזער נאכען זען די קאמערע. א סיסטעם צו אפשפארן די טירן פון די זיכערע שטאקן און קלאסן. א פלאן וויאזוי זיך ציבאגיין על כל צרה שלא תבא

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 9:46 am

אבשלום האט געשריבן:משטייט יעצט אין די שעות נאך די שרעקליכע טראגעדיע פון דזשערסי סיטי, די פאקטן זענען קלאר, אנטיסימיטישע רוצחים זענען געקומען הארגענען אידן, חסדי השם אז סאיז זיי נישט געלונגען צו רצחנען מער קרבנות אבער א נפש אחת איז שוין גענוג, סלאזט זיך נישט טראכטן וואס דא וואלט ווען פאסירט אויב סגעלונגט זיי ווען אריינצוגין אינעם דערנעבדיגן ביהמ״ד פול מיט תינוקות של בית רבן

אין די לעצטע יארן זענען פארגעקומען צענדליגער מאסן שיסעריי איבער גאנץ אמעריקא, א גרויס חלק אין סקולס וכו׳ ווי מהאט געטארגעט קינדער אדער אין פלעצער ווי סאיז געווען א שטיקל עולם און די מציאות ווייזט אז סקומט היינט אן גרינג פאר א משוגענעם רוצח זיך איינצוהאנדלן military grade weapons

2019 אליין האלט שוין ביי +35 mass shooting incidents (פיר טויטע אדער מער) און 200 קרבנות

רבותי, ממוז זיך נעמען ערנסט רעדן וועגן סעקיוריטי!

אונזערע שולן, בתי מדרשים, חדרים און סקולס זענען געפערליך נישט פראטעקטעד, ווילאנג מהאט דאס נישט געפילט אויף די אייגענע הויט האט מען געקענט אוועקוקן און איגנארן דעם אמת אבער יעצט טאר מען מער נישט, נאך אזא אטאקע איז ליידער א שאלה פון צייט ביז די נעקסטער קאפיקעט רשע וועט אפירקומען ח״ו און אוודאי הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל אבער ממוז נעמען די זאך ערנסט צו פריווענטן אומזיסטיגע קרבנות

ועשית מעקה לגגך!

סאיז נישט גענוג צו האבן א סעקיוריטי גארד א יוקל וואס האט קוים געווער און אוודאי נישט געווער וואס קען זיך קעגנשטעלן high powered firearms וכדומה, יעדע קלאס צימער מוז האבן בולעט פרוף טירן און א lockdown mechanism פאר כל צרה שלא תבוא, יעדע סקול מוז פלאנירן בעסיק escape routes און פאליסיס וויאזוי צו דיעלן מיט אן אטאקע אינצידענט און שטעלן מענטשן וואס פארשטייען און זענען אין טשארדזש

רוב בתי מדרשים און שולן האבן נישט קיין געהעריגע עמערדזשענסי עקזיטס, אפילו אין א פאל פון פייער ח״ו איז געפערליך מסוכן און סאיז נישטא ווי צו לויפן געהעריג, ווער רעדט נאך אויב סהאנדלט זיך פון מאסן מערדער וואס קענען אריינקומען פונעם מעין ענטרעס און האלטן האסטעדזש דעם גאנצן בנין השם ישמרנו

לא עת לחשות!

סקולס און קאלעדזשעס איבער גאנץ אמעריקא שטאפירן זיך אויס מיט סעיפטי טעכנאלאגיע צו מינימיזירן קרבנות, ממוז שוין יעצט אננעמען אז סקען ליידער געשען ביי אונז און ממוז זיך גרייטן ווי סדארף צו זיין צו פארמיידן אומגליקן און נישט ח״ו זיין צועקים לשעבר

100% גערעכט!!!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 10:03 am

כמעט נישט דא וואס צו טיען בנוגע סעקיורעטי, מען קען נישט סעקיורען יעדע גראסערי, בוטשער, דעלי, רעסטעראונט, ביהמ"ד, חדר און סקול.

די גוי'שע פובליק סקול'ס האבן געהאט שיסערייען פאר אנדערע סיבות און יענטץ מאכט זיך נישט ביי אונז, אבער צו סעקיורען קעגן א טעראר אטאקע איז ניטאמאל שייך ביי די גוים.

בטח בשם ועשה טוב.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3979
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 10:14 am

קאנסילמאן האט געשריבן:כמעט נישט דא וואס צו טיען בנוגע סעקיורעטי, מען קען נישט סעקיורען יעדע גראסערי, בוטשער, דעלי, רעסטעראונט, ביהמ"ד, חדר און סקול.

די גוי'שע פובליק סקול'ס האבן געהאט שיסערייען פאר אנדערע סיבות און יענטץ מאכט זיך נישט ביי אונז, אבער צו סעקיורען קעגן א טעראר אטאקע איז ניטאמאל שייך ביי די גוים.

בטח בשם ועשה טוב.

יעדער פארשטייט אז עפעס סעקיוריטי דארף זיין. קיינער גייט נישט איבערלאזן דריי יעריגע קינדער אליין אין א בנין. די שאלה איז נאר ווי ווייט מ'דארף גיין.

בנוגע סעקיורן יעדע שול/גראסערי וכדומה איז טאקע נישט שייך אבער טאמער וועלן זיין סעקיוריטי גארדס יעדע צוויי גאסן קען א שנעלע רעספאנס אפהאלטן א טראגעדיע

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 10:33 am

עם הארץ האט געשריבן:100% true.
בטחון קומט נאך השתדלות. מען דארף טוהן למעשה.

איך האב געהערט אמאל פון הרב מיילעך בידערמאן אז א איד דארף האבן השתדלות לויט ווי פול בטחון ער האט, למשל א מענטש האט 30% בטחון דארף ער האבן 70% השתדלות, די זעלבע איז פארקערט, אבער דאס איז זיכער אז די תכלית איז צו האבן 100% בטחון אן השתדלות.
הלב שלי נקרע לשניים, חציו אשם וחציו לשם שמים,
ורק אתה יכול להפוך מספדי למחול, לזכך את החול, לרכך בי הכל,
ורק אתה מבין איך לגשת ללב שלי, משכך כל כאב שבי, מרפא את הלב...
- ישי ריבו אלול תשע"ט

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 10:38 am

אין אנטווערפן האט יעדע ביהמ"ד חדר אין שולע בנין א נאמבער שלאס מקען נישט אריינגיין נאר מיט א נאמבער,

אין אנטווערפן שטייען סאלדטען מיט געווען פארענט פון יעדע אידישע בנין,

כזאג נישט מדארף דא ברענגן סאלדטען אבער סאיז צייט צו האבן פאליציי אין שליסען יעדע ת"ת בנין אין ביהמ"ד מיט א שלאס,
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 10:53 am

Borough Park האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:סעקיוריטי מיינט מען נישט א בשר ודם מען דארף מאכן א דיפענס מיט תורה וגמילת חסדים

לאז אפן דיין הויז ביינאכט...

זאג די מיך א שלאס העלפ ווען א גנב וויל אריין קומען אין דיין הויז?

טאקע פארדעם, זאג איך דו זאלסט לאזן אפן די שלאס.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:05 am

דממה דקה האט געשריבן:מיטהאלדינדיג די דראמא איז מיין איך קלאר אז סעקיוריטי מיט הייס געווער זענען גארנישט ווערט קעגן א מערדער מיט א גאן, 50 העווי געפאנצערטע פאליציי מיט מאשין געווער, געטרעינט פאר א שלאכט זאנע, ציטערן פון צוויי טויטע טעראריסטן, וכש"כ לעבעדיגע.

א סעקיוריטי גארד ביי די טיהר איז גארנישט ווערט וכ"ש ווען ער איז אין א בודקע ביי די קארנער, פאר א מערדער וואס קימט על עסקי נפשות נעמט עס בערך א סקונדע צו ארלעדיגן דעם סעקיוריטי גארד, און אפילו ווען נישט, ווען מען שיסט מיט הייס געווער איז דער ערשטער צו אנטלויפן די גארד.

אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.

די נקודה פון די סעקריורטי איז צו האלטן די טיר פון מוסדות שטענדיג פארשפארט. נאר דער גארד קען עס עפענען.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 11:19 am

עושר וכבוד האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:מיטהאלדינדיג די דראמא איז מיין איך קלאר אז סעקיוריטי מיט הייס געווער זענען גארנישט ווערט קעגן א מערדער מיט א גאן, 50 העווי געפאנצערטע פאליציי מיט מאשין געווער, געטרעינט פאר א שלאכט זאנע, ציטערן פון צוויי טויטע טעראריסטן, וכש"כ לעבעדיגע.

א סעקיוריטי גארד ביי די טיהר איז גארנישט ווערט וכ"ש ווען ער איז אין א בודקע ביי די קארנער, פאר א מערדער וואס קימט על עסקי נפשות נעמט עס בערך א סקונדע צו ארלעדיגן דעם סעקיוריטי גארד, און אפילו ווען נישט, ווען מען שיסט מיט הייס געווער איז דער ערשטער צו אנטלויפן די גארד.

אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.

די נקודה פון די סעקריורטי איז צו האלטן די טיר פון מוסדות שטענדיג פארשפארט. נאר דער גארד קען עס עפענען.

סא די בודקעלעך ביי די קארנער האט נישט מיט סעקיוריטי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private און 25 געסט