שמואל בארג האט געשריבן:ווי אנדערע ווייזן אן, סמוטריטש איז געווען דער קלענסטער בלאפער פון אלע, אבער כ'ווייס נישט צו ס'איז אזא געווינס, נתני' דער גרעסטער שקרן אין היסטאריע האט די גרעסטע פארטיי.
קאן זיין אז ביבי איז א גרויסע ליגנער, צו זיינע וויילער זאגט ער נישט קיין ליגענט. ער לויפט אלץ רעכטער, און ער פירט די מדינה רעכט.
בנט האט פארליורען די ציטרוי פון זיינע רעכטע וויילער, ס׳איז מיר שווער צו זען אז רעכטע זאלן נאך וועלען פאר ימינה בראשות בנט. טאמער שקד וועט איבערנעמען און ווערן יו״ר המפלגה, דאן איז אן אנדערע חשבון.
סמוטריץ האט געווינען די ציטרוי פון זיינע וויילער, ער האט געטוהן פונקטליך וואס זיי וואלט געטוהן. שווער צו זען איינער וואס האט לעצטע מאל געשטימט פאר סמוטריץ, נישט שטימען פאר עם יעצט נאכאמאל.