אמעריקע'ס גרעסטע מאלל - אמעריקען דריעם

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אפן אדער נאר צוגעמאכט?
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

דערווייל איז די אינדאר עמיוזמענט פארק מיט די אייס סקעיטינג וואס איז אפיציעל די סייז ווי א סטעדיום אפען. אויכעט די סקיניג איז שוין אפען. די וואסער פארק האט שוין לאנג געדארפט זיך עפענען אבער איז געווארן אפגעשטופט און קען זיין אז עס נאכאלטס פארשפארט.
עס איז כמעט נאכנישט דא קיין סטארס און רעסטוראנטען אויפען. עס ווערט געפלאנט זיך צו עפענען אין ספרינג.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

כהאב גערעדט צו די מענעזשער און ער האט מיר געזאגט אז די סטארס עפענען זיך אין מארטש און סגייט זיין א שיינע פאר כשרע רעסטאראנטען
ווי אויך פלאנט ער צו מאכן ספעציעלע מענער שעות פאר די אינדאר פול
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

אגב קען מען זען אז קאמפיטאשען ברענגט ביזנעס , און אז עס עפענט זיך אויף א באקאנטע כשר'ע בורגער רעסטאראנט פון פייוו טאונס אין פאליסיידס מאלל, די ערשטע מאל א כשר'ע סטאר מיט א היימישע השגחה
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פאלקס קיך האט געשריבן:אגב קען מען זען אז קאמפיטאשען ברענגט ביזנעס , און אז עס עפענט זיך אויף א באקאנטע כשר'ע בורגער רעסטאראנט פון פייוו טאונס אין פאליסיידס מאלל, די ערשטע מאל א כשר'ע סטאר מיט א היימישע השגחה


דעס איז גאר גוטע נייעס. שמעקט מיר אלעמאל ווען איך וואק אריבער דא טריפנה רעסטראנטן, העמיר האבן ווי אריין צו גיין יעצט אין מאכן א ברכה.

וואסערע הכשר גייט עס האבן?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

כ'האב געהערט נאכזאגן אז די בעלי בתים פון די מאל זענען איראנע אידן וואס רב טוב האט ארויסגעראטעוועט פון אירן יארן צוריק.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

פאלקס קיך האט געשריבן:אגב קען מען זען אז קאמפיטאשען ברענגט ביזנעס , און אז עס עפענט זיך אויף א באקאנטע כשר'ע בורגער רעסטאראנט פון פייוו טאונס אין פאליסיידס מאלל, די ערשטע מאל א כשר'ע סטאר מיט א היימישע השגחה
אטעטשמענטס
4d5c1b93-d1cf-4efb-af39-bc9d04fe945a.jpg
4d5c1b93-d1cf-4efb-af39-bc9d04fe945a.jpg (206.23 KiB) געזען 4126 מאל
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

איך האף אז זיי גרייטן אן א ספעציעלע פלאטפארמע פאר די היימישע פראטעסטירער
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

יעצט באקומען פון א חבר.
IMG_20200219_200233~2.jpg
IMG_20200219_200233~2.jpg (281.79 KiB) געזען 3738 מאל
לפנות בוקר
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איך האף אז זיי גרייטן אן א ספעציעלע פלאטפארמע פאר די היימישע פראטעסטירער

אויף ווי גייט ארויף די מעסעזש ?
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

באזיכער דערציילט וועגן די נייע מאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

האב מיר געהאט א געלעגנהייט צו באזיכען די מאלל אין די לעצטע וואך צייט. און אזוי ווי עס איז דא א גרויסע פארלאנג ביים עולם וועלן מיר פראבירן צו שילדערן וואס בערך דארט גייט פאר, און ווי עס האלט יעצט סוף חודש שבט תש"פ.

אנקומענדיג
פון ווייט אהן פון די הייוועי דארף מאן נישט זיין קיינע נביא צו באמערקען אז די מאלל איז נישט עפעס געווענליך. די גרויסע ריזיג בילדינג, וואס קוקט ענדערש אויס ווי א פלוגהאפען, מאכט א סטעיטמענט פאר אלע וואס קומען נאר אין די צורקע מייל ארום איר. די מאסיווע שטיינערנע ווענט מיט די גלעזערנע דאך וואס באדעקט איר מאכן א רושם. יא דאס איז טאקע נישט סתם, דאס איז די גרעסטע מאלל אין אמעריקע.
'ווילקאם צו אמעריקאנע דריעם מארק'

טרעפיק
די מאלל איז נאך ווייט פון פארענדיגט, אבער אפילו אזוי קען מען זעהן אז עס איז אריינגעלייגט געווארן שווערע מוח און געלט און בלויז נאר די שאסייען וואס פירען אהין און אין די אלע ארומיגע ראודס וואס לופן רינגס ארום די מאלל אריין צו די הויעכשטאקיגע פארקינג גאראדזשעס. די ברייטע גאסן מיט פילע ליניעס קוקען נאך יעצט אויס ווי א געלט פארשוועדעניש, אבער און די נישט ווייטע פיוטשער וועט עס זיכערזיין איבערגעפילט מיט צענדליגער טויזענטער אויטאס.

פארקינג
דיַ דעוועלאפערס האבן נישט גענומען קיין שאנסען אין אהערגעשטעלט דריי און דרייסיג טויזענט (!) פארקינג ספאטס, זאל זיין גענוג און נאך פאר די שווערע טויזענטער באזיכער וואס וועלן קומען דא טעגליך. דערוויילע איז נאך די פארקינג פריי פון אפצאל, ווארשיינליך ווייל זיי פרייען זיך צו יעדער באזיכער, אבער איינמאל עס וועט זיין פארטיג, איז שוין גרייט די מאשינען צו בעטן די עולם געלט. זיי וועלן זיכער לייזן א פעטע מטבע דאן פון די טויזענטער ספאטס וואס זיי האבן..

מיין באזוך
ווען איך בין געקומען אויף א מוצאי שבת שפעט, איז כמעט נישט געווען קיין קארס אויף די ברייטע ראודס אריין, און די פארקינג איז געווען פרי, וועט נישט אנהאלטען צו לאנג לכאורה. מען קען דארט פארלוירען ווערן בכלל צו וועלעכע פארקינג גאראדזש צו גיין. צו מזל האבן זיי אנגעצייכענט מיט גרויסע סיינס איוף יעדע זויל די פונקטליכע אינפארמאציע ווי מען איז. א לאט נאמבער, א לעוועל נאמבער, און א סעקשאן נאמבער א.ד.ג איך וואלט געצה'ט עני וואן וואס וויל אהין גיין צו כאפן א בילד פון די סיין נעבן זיין קאר, אז נישט וועט ער דארפן רופן חברים צו טרעפן זיין קאר.

נישט קיין חילוק ווי מען פארקט איז מען נאנט צו אלעס. די מאלל איז אויסגעשטעלט און א סירקעל סוי מען איז קיינמאל נישט צו ווייט. בדרך אגב איז גוט צו וויסען אז עס איז דא דארט א גרויסע טראנספאטאציע האב מיט באסעס און באנען צו אלע געגנטער.

די בנין
אריינקומעדיג פון די עסקעליטער פון די גאראדזש האט מען באלד געקענט זעהן אז דעיס איז נישט די נארם. די מאלל איז גאר קלאסיש אהער געשטעלט אויף די לעצטע סטייל, מיט הערליכע מארמויער שטיין, און הערליכע קריסטאלנע שניצונגען אויף די גאר הויכע דאך. רייניגער און סקיורעטי פארסאנעל דרייען זיל ארום און די מאסען מאכענדיג זיכער אז אלעס קלאפט.

עקסעסעבילעטי
א העלפ דעסק איז איינע פון די אויפטוען דא, אויב ווילט איר אינפא איבער וואס ווען ווי קען מען פרעגן דארט וואס מען וויל. אויב זענט איר נישט נאענט צום הויפט לאבי מיט די דעסק, איז דא אויסגעלייגט איבער די גאנצע שטח פארגעשריטנע טאטש סקרינס אייך צו ענטפערן. ווי אויך זענען די עלעקטאראנישע שילדען ביי אלע שיידוועגן מיט אנעווייזונגון ווי אלע מעין זאכען זענען, ווי נאר א נייע פראיעקט עפנט זיך דארף מען נישט ברענגען א היי לאו און טוישען די סיין. מיט א דרוק פון א קנעפל ווערט אלעס מסודר.

ביים טאטען אין וויינגארטן
גלייך ביים אריינקומען האב איך שוין באמערקט אפאר אידעלעך זיך ארוםַ דרייען, קוקט אויס איך בין נישט געווען דאס איינציגסטער וואס זוכט וואס צו טוען אויף א לאנגע מוצאי שבת. ווי עס דארף צו הייסען זענען די דעוועלאפערס אויכעט אידן גאר (וואס דען) פון א סירישע אפשטאם. און די שמועות אויפען גאס זענען אז עס גייט דארט זיין אכט כשר`ע רעסטוראנטען. וואס איז יא זיכער באשטעטיגט, אז די בארימטע פירמע טיוס פאר יו וועט האבן דארט א ריזיגע טוי סטאר אונטער א אנדערע ברענד. וואס איז א מאל זיכער , אז זייענדיג נאנעט צו אלע אידישע געגנטער גייט זיך חון המעוד טוען דארטן אויף טישען און בענק, מילד געזאגט.

וואס צו ערווארטען
איבעראל ווי מען גייט זענען אסאך ווענט פארמאכט מיט הערליכע גרעפיקס וואס דארט גייט זיין. צווישען אנדערע האב מיר באמערקט א מיני גאלף קלאב, בילד א בער, און נאך. עס איז אויכעט ערווארטעט א ריזיגע אקוועריום א לעגאו לענד. מען גייט דארפן צרוק קומען אבאנטש מאל אלעס צו קאווערן. דערווייל זענען אלע א חוץ די ערשטע שטאק פארמאכט, סוי קען מען נישט עכט אלעס זעהן וואס עס גייט נאך אלץ זיין דארט. אבער דאס ביסעל וואס מען קען, זעהט מען אז אלע סטארס זענען פון די גרעסטע ברענד נעים געשעפטן און געבויעט אויף די העכסטע קאליבאר.

אטראקציעס
זייענדיג פלאצירט אין ניו דזשורסי איז די מאלל אויסגעשטעלט צו גאר שטרענגע בלוי געזעצןַ רעגולאציעס, וועלעכע ערלויבענישט פאר קיין געשעפטן צו זיין אפען זונטאג. ממילא האבן די דעוועלאפארס געלייגט גרויס געוויכט אויף די אטראקציעס וואס איז טאקע פינעף און זעכציג פראצענט פון די מאלל.

עמיוזמענט פארק
די ערשטע אטראקציע וואס איך האב מיר באגעגנט איז געווען די וועלטס גרעסטע אמיוזמענט פארק. גערופן ניקעלדאון, די פארק צו זעהן איז א מחזה הוד.(טראץ דעם וואס עס איז שווער צו זעהן אביסל פון אינדערויסען, מען קען נאר אריין מיט א באצאלטע פאס, מען קען נישט קויפען א טיקעט פאר סתם איין רייד.) די פארק האט די אויבערהאנט ווי באלד עס איז אינדאר צו זיין 'דארק טיעמעד', סופאאקי בליצקענדיגע על אי די לעמפלעך איז די איינציגסטע ליכטיגקייט וואס מען זעהט דארטן צווישען די קולות פון מואיום'דיגע סאוינדס און שרעקדיגע גרוישען פון די ראללער קויסטער מאטארן. עס איז דא דארטן פארוויילונגען פאר אלע יארגענג. א פאר ראללער קויסטערס, שטאטע הקפות ריידס און א באן וואס פארט העכער אלע ריידס, איז בלוי א קליינע טייל.

חלום לאנד
גייענדיג ווייטער באמערק מיר א גרויסע קענדי סטאר (דערמאנט אביסל פון די וואס עף עי או שווארטץ פלעגט צו האבען און מאנהעטאן אין די גוטע צייטן) די אריינגאנג טויער איז א חופה פון עכטע דזעלי ביענס. די גאנצע געשעפט קוקט אויס ממש ווי א קינדערישע פאנטאזיע, מיט סקולפטורן און אויסשטעלונגען פון זיעסווארג, האפענטליך וועט זיי נישט אהנכאפןַ א בולמוס ביים זעהן אזוי סאך נאשעריין. ווי פארשטייט זיך פארקויפען זיי אויכעט אלע מיני מאדנע און סופער סייזעד נאש. אפילו די סטאר איז טריפה, אדער אוי יו און בעסטן פאל, האלט דאס נישט צרוק אונזערע נייגעריגע אידאלאך פון קומען עס בלויז קוקן. אבער אויב ווייסט איר וואס איז גוט פאר אייך לאזט נישט אייער קליינווארג אריין אין די חלום לאנד, איר ווילט נישט זיי זאלן זעהן די קאלעי פאונטען מיט איבער צוואנציג פלעיווארס מיט א ווידיאו וואס מוטיגט זיי צו פיצען די ציין מיט קאלעי, און שמירען דערמיט זייער פרישטאג ברויטעל.

כשר??
וואקענדיג אזוי פון איין אטראקציע צו די צווייטע זעה איך ווי א היימישער דרייט זיך ארום מיט דאס אידענע מיט א גרויסע פינקע קאטען קענדי קאון און עסן זיך אפעטיטליךַ דערפון. איך האב מיר אנגעפאנגען ווינדערן וואס גייט דא פאר, האבן זיי געקויפט קאטען קענדי אין די טרייפענע סטאר, און מאלל מעג מען עסן קאטען קענדי בהשגחות דזשאני?

וואקענדעג ווייטער איז מיר אלעס קלאר געווארן. צווישען אלע נאכנישט אפענע עסן קיוסקען שיינט ארויס איין חוח בין השושנים (נדנ) א אפענע קיוסק, שטייט דארטן א ליטווישע אידל מיט די ווייסע העמד נאך פון שבת מיט א בלויע קעפ, מיט זיין קליין אינגעלע וואס איז געקומען העלפן דאס טאטע מיט פרנסה, שטייט ער איבערגעבויגען איבער א גרויסע שיסעל וואס מאכט א גרודער און ער דרייט קאטען קענדי, ש'מער נש'ווייניגער. א גרויסע צעטיל מיט א כשר למהדרין זיגעל, און דרעוילעם האקט שטיקער. ער וואונטשט א שיינע גוט וואך פאר מיר. האט מיר אנגעכאפט תאווה צו מאכען א תועמיה פרעג איך זיין קליינעם ווי סאך קאסט? כאפט אייך אהן שטארק! צ-ע-ה-ן דאללער א שטיקעל! און מען קויפט אין די מאסען אידן און גוים צו גלייך, ווער וויסט אפשר די פוד סטעמפס געניסער קענען זיך דאס ערלויבען...
על כלַ פנים דער איד איז פיינע נייעס, ער ווייסט אז דער עולם איז דארט מוצאי, און אז אנדערע טריפ'ענע זאכען איז נאכנישט דא דארטן, איז ער געקומען כאפן ביזת הים...

המשךַ יבאו בעזהי"ת.
ביטע לאזט מיר וויסען אויב איר האט הנאה פונעם געשרייבאכטץ, און אויב איז גלייכט די דאזיגע סטיל, אדער ענדערש עפעס מער היינטיג. שכויעח.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אויב איר האט הנאה פונעם געשרייבאכטץ, ✅
און אויב איז גלייכט די דאזיגע סטיל, ✅
אדער ענדערש עפעס מער היינטיג. - פארוואס איז דאס אלט?

שכויעח. גיימער שוין פלאנען א טריפ אהין
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

שכויעך
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

שכח בענקעל פאר די הערליכע באריכט, כהאב געהאט בערך די זעלבע עקספיריענס אויף א מוצאי שבת.
כוועל ממשיך זיין וואס דו האסט אויסגעלאזט פון דיין באריכט

גרעסטע אינדאר וואסער פארק

הארט פאר די אריינגאנג צום גרעסטע אינדאר אימיוזמינט פארק איז דא א די גרעסטע אינדאר וואסער פארק אויפן ערד קוגל, דאס מיינט אז מקען גיין שווימען אפילו ווען ספאלט א מעכטיגע שניי בליזארד (תשפ״א), די פארק איז אויסגעשטאט מיט א גיגאנטישע wave pool
אזוי אויך מיט עטליכע מייל פון געדרייטע, הויכע און שרעקעדיגע גליטשערס וועלכע לויפן דורך די גאנצע וואסער פארק
סקוקט אויס מער ווי א מאסיווער נעץ פון אינטער סטעיטס וואס קומען זיך צוזאם

הכלל ווי קען א איד הנאה האבן פון אזוי עולם הזה? האב איך גערעדט מיטן מענעזשער פונעם מאל (א פרומע איד) און האט מיר פארשפראכן אז אין די חוה״מ טעג און אפשר אויך אין די זומער טעג וועט זיין ספעציעלע מענער שעות על טהרת הקודש
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

איבערגעדרייטע בענקל - א לייק און א ייש"כ, זייער הנאה געהאט פון די אינפארמאציע און די וועג וויאזוי ס'איז אראפגעלייגט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

פיצי קעפעלע האט געשריבן:
פאלקס קיך האט געשריבן:אגב קען מען זען אז קאמפיטאשען ברענגט ביזנעס, און אז עס עפענט זיך אויף א באקאנטע כשר'ע בורגער רעסטאראנט פון פייוו טאונס אין פאליסיידס מאלל, די ערשטע מאל א כשר'ע סטאר מיט א היימישע השגחה

וואס הייסט א היימישע השגחה?
ווער איז דער בעל מכשיר?
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

eller האט געשריבן:כ'האב געהערט נאכזאגן אז די בעלי בתים פון די מאל זענען איראנע אידן וואס רב טוב האט ארויסגעראטעוועט פון אירן יארן צוריק.

יעקב גערמיזיען מיט זיינע פיר זין (וואס זענען היינט די בעלי בתים פון די מאלל און נאך), זענען ארויסגעקומען פון איראן קיין קאנאדע אין 1964.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

הערליך שיין טענקס
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:דערווייל איז די אינדאר עמיוזמענט פארק מיט די אייס סקעיטינג וואס איז אפיציעל די סייז ווי א סטעדיום אפען. אויכעט די סקיניג איז שוין אפען. די וואסער פארק האט שוין לאנג געדארפט זיך עפענען אבער איז געווארן אפגעשטופט און קען זיין אז עס נאכאלטס פארשפארט.


קרייסלער האט געשריבן:כהאב גערעדט צו די מענעזשער און ער האט מיר געזאגט אז סגייט זיין א שיינע פאר כשרע רעסטאראנטען
ווי אויך פלאנט ער צו מאכן ספעציעלע מענער שעות פאר די אינדאר פול


בינעך די איינציגסטער וואס זעהט א פאראלעל צו דעם?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

זייער שייןבאשריבן.
מיר גלייכן זייער אייער שפראך
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

היימישער הייקער האט געשריבן:בינעך די איינציגסטער וואס זעהט א פאראלעל צו דעם?

די חילוק איז אז אידן גייען שוין צו מאלס פאר יארן, ווי אויך איז דאס געבויעט געווארן דורך פרומע אידן וואס ווילן צושטעלן פאר זייערע אידישע ברידער.

והשלישית אייוועלט איז נישט קיין ארט פאר מחאות, און זיכער נישט פאר דמיונות...
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

היימישער הייקער האט געשריבן:
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:דערווייל איז די אינדאר עמיוזמענט פארק מיט די אייס סקעיטינג וואס איז אפיציעל די סייז ווי א סטעדיום אפען. אויכעט די סקיניג איז שוין אפען. די וואסער פארק האט שוין לאנג געדארפט זיך עפענען אבער איז געווארן אפגעשטופט און קען זיין אז עס נאכאלטס פארשפארט.


קרייסלער האט געשריבן:כהאב גערעדט צו די מענעזשער און ער האט מיר געזאגט אז סגייט זיין א שיינע פאר כשרע רעסטאראנטען
ווי אויך פלאנט ער צו מאכן ספעציעלע מענער שעות פאר די אינדאר פול


בינעך די איינציגסטער וואס זעהט א פאראלעל צו דעם?

געטראכט די זעלבע
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איסר האטלקי האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:בינעך די איינציגסטער וואס זעהט א פאראלעל צו דעם?

די חילוק איז אז אידן גייען שוין צו מאלס פאר יארן, ווי אויך איז דאס געבויעט געווארן דורך פרומע אידן וואס ווילן צושטעלן פאר זייערע אידישע ברידער.

והשלישית אייוועלט איז נישט קיין ארט פאר מחאות, און זיכער נישט פאר דמיונות...

אידן זענען אייביג געגאנגען אדער קעמפס,חדרים,סקולס אין גרויסן צו מאללס , רעסטאראנטען, אויספלוגען, חול המועד האלטען, וואקאציע , סי אקוועריומס א.א.וו. יעצט איז נאר אלעס אויף איין פלאץ
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

א גרויסן שכויעח פאר פאקטן, משהלע, קרייסלער, programming, בלעכענער און Eller פאר די פיד בעק.

וועלן מיר פראביר צו פארענדיגן.

אייז רינק
איינע פון די אטראקציעס וואס זענען שוין יא אפען איז דער גיגאנטישער אייז רינג, ווי מען קאן קומען מיט אזאנע ראללער סקעיטס זיך אביסל אויסגעבן אויף די אייז.

אזוי ווי אלעס אנדערש אין די מאלל, איז דאס פון די גרעסטע אייס רינקס. אפיציעל זאגט די מאלל אז עס איז אזוי גרויס ווי א ספארטס סטעדיום. די רינק איז ניינצן טויזענט סקווער פיס גרויס! גענוג פלאץ פאר יעדן. די רינק איז פלאצירט אינדערמיט פון די מאלל ווי יעדער קען מיטהאלטן די אקטיוועטעטן. און איז אינטער א הויכע דאום פון אפאר שטאק ארויף.

די עקווערים
עס איז ממש היינט ארויס געקומען אינפארמאציע אויף די עקוועריעם הבא עלינו. די פיש זאאלאגישע גארטן וועט הייסן די ניו דזשערזי ים לעבן עקוועריעם. איינע פון די חידושים וועט זיין א 'טיעמד' ניו יארק סיטי טאנק וואס מען האט אנגעפאנגען אנפילען מיטוואך מיט צוויי הונדרעט צוואנציג טויזענט גאלאנען וואסער. די טאנק וועט האבן אין זיך רעפליקעס פון בנינים אין מאנהעטאן און טיים סקווער אריינגערעכנט די עמפייער סטעיט און די וואלדארף, אזש עס וועט זיך אייך דאכטן אז מאנהעטאן האט געכאפט א צונאמי ביז העכער דעם פרידאם און ווילדע באשעפענישען האבן איר אקופירט.

עס וועלן זיין דארט 75 מיני ספישיס, מאנסטערישע זיברע שארקן, א קלוגע אקטופאס און נאך, די באשעפענישען וועלן זיין צוטיילט און 12 עקסטערע עקזיבעטס, און וועט פארמאגן א טאטאל פון איבער דריי טויזענט בעלי חיים.
די עקוועריום וועט זיין אויסגעשפרייט איבער 25 טויזענט סקווער פיס און איז ערווארטעט זיך צו עפענען אפריל דער דריי און צוואנציגסטער.

וואסער פארק
איך זעה אז קרייסלער האט שויו געשריבן וועגן די וואסער פארק, אבער איך וויל נאך צו לייגן איטליכע נקודות.

דער וואסער פארק האט שוין פונלאנג געדארפט צו זיין אפען, עס איז נישט באקאנט פארוואס, אבער עס שלעפט זיך און שלעפט זיך. זייענדיג דארטן פאריגע מוצאי שבת איז די וואסערן פון די באסיינען שוין געווען פיל, און לייף גארדס האבן זיך ארום געדרייט דארטן איבערגייענדיג די לעצטע פרטים פון די סעיפטי, אבער דערווייל איז עס נאך אלץ פארשפארט. אפילו א היימישע יונגערמאנטשיג האט זיך אריינגעכאפט דארטן אויסשפיאנירן דאס מקום, ווער ווייסט אפשר איז ער גאר א אנגעשטעלטער דא.

די פארק איז פארשטייט זיך די גרעסטע אינדאר וואסער פארק, עס האט א ריזיגע כוואליעס פול פונקט אינדערמיט, מיט הונדרעטע ערליי גליטשערס דיזיינד ווי א טראפישע דזשונגעל. הלוואי ווען מיין קעמפ וואלט ווען געקענט גיין אהין אלס יונגעל. האפענטליך וועט עס צומאל זיין פארדינגען על טהרת הקודש.

למעשה מוז אבער באטאנט ווערן אז די וואסער פארק וועט זיין א געוואלדיגע שטער פאר חריידישע אידן אהין צו גיין צום גאנצען מאלל, די וואסער פארק איז אפען מיט א גרויסע גלאז צום מאלל, און פארשטייט יעדער אליין וואס פאר א פריצות דאס ברענגט.

שלג
די סאמע גרעסטע חידוש קען מען זאגען איז די 'גרויסע שניי', כשמו כן הוא, א גרויסע אינדאר סקי רעזארט די ערשטע אין דער צפון אמעריקאנער קאנטינענט, און די גרויס פון פיר עיקערס, וואס איז איבערגעדעקט מיט שווערע טויזענטער טאנען שניי. מער וועט די גראף פאטאצקי נישט דארפן אויסגיסען צוקער אין די זומער צו קענען גליטשען.

און טווענטי טווענטי וועט איר און נישט קיין חילוק פון ווינטער, צו אין א הייסער זומער טאג, ווען איר וועט באשליסן צו נעמען אפאר שעה ברעיק פון די שווערע גלאבאל ווארמינג היצען. געדענקט נאר מיט צו נעמען דאס מאנטעל אין מיטען דער נחמו'דיגע אוגוסט אז מען זאל חלילה נישט פארקיעלט ווערן. זאל רעגענען, זאל שנייען, אויב כאפט אייך א תאווה יעצט צו גליטשען אויף שניי, דארפטַ איר נישט מער ווי פארן אפאר מינוט, און היידע!

די שניי זאנע איז אויסגעשטעלט ווי א בארג, עס איז דא א טשעיר ליפט אנצוקומען צום סאמען שפיץ. זיי האבן דריי לעוועלס איינע פון זיי פאר גרינע וואס ווילן זיך דערלערנען די פאך. פאר א פאר דאללער וועט מען איז דא אוועיליבעל א סקיניג מלמד וואס וועט אייך לערנען את הדרך אשר ילכו בה(פאנגט זיך אהן ביי זיבעציג דאללער פאר צוויי שעה אן עדאלט,פאר צוואנציג דאלער מער קען מען באקומען נאך צוויי שעה, מיט דעם קומט אריינגערעכנט שוין די עקוויפמענט רענטעל), מאכט נאר זיכער אריין ציווארפען א טיפ און דער זייט. אויב וויל מען נישט סקיען מאיזהו סיבה. קען מען פאר פופצען דאלער אריינגיין אבזערווירן און פארשטייט זיך בויען א שניי מענטש אינמיטען תמוז.

ציפערן
ווען די מאלל וועט זיין פארטיג וועט זי האבן זיבעצן טויזענט אנגעשטעלטע, מיט איבער פיר הונדרעט געשעפטן, אויסגעשפרייט איבער דריי מ-י-ל-י-א-ן סקווער פיס!! און וועט זיין אזוי גרויס ווי פופציג פוט באלל פעלדער. און וועט האבן אפגעקאסט די אסטראנאמישע סכום פון פינעף ביליאן מיט א בי"ת דאללער.

אויב כאפט איר זיך אריבער אהין טיילט מיט ווי אזוי עס איז געווען, און אויב עפעס פריש איז צוגעקומען.

אויב האט איר עפעס א גוטע געדאנק וואס נאך צו באשרייבן, איז מיין אישי קעסטל אפען.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:די עקווערים
עס איז ממש היינט ארויס געקומען אינפארמאציע אויף די עקוועריעם הבא עלינו. די פיש זאאלאגישע גארטן וועט הייסן די ניו דזשערזי ים לעבן עקוועריעם. איינע פון די חידושים וועט זיין א 'טיעמד' ניו יארק סיטי טאנק וואס מען האט אנגעפאנגען אנפילען מיטוואך מיט צוויי הונדרעט צוואנציג טויזענט גאלאנען וואסער. די טאנק וועט האבן אין זיך רעפליקעס פון בנינים אין מאנהעטאן און טיים סקווער אריינגערעכנט די עמפייער סטעיט און די וואלדארף, אזש עס וועט זיך אייך דאכטן אז מאנהעטאן האט געכאפט א צונאמי ביז העכער דעם פרידאם און ווילדע באשעפענישען האבן איר אקופירט.

עס וועלן זיין דארט 75 מיני ספישיס, מאנסטערישע זיברע שארקן, א קלוגע אקטופאס און נאך, די באשעפענישען וועלן זיין צוטיילט און 12 עקסטערע עקזיבעטס, און וועט פארמאגן א טאטאל פון איבער דריי טויזענט בעלי חיים.
די עקוועריום וועט זיין אויסגעשפרייט איבער 25 טויזענט סקווער פיס און איז ערווארטעט זיך צו עפענען אפריל דער דריי און צוואנציגסטער.

זיי עפענען עס דוקא פונקט דריי טעג נאך חול המועד?!

יישר כח פאר דיינע הערליכע באשרייבעכצער...
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”