וואלן, רוסלאנד און מולער: אמת אדער פאלש?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

וואלן, רוסלאנד און מולער: אמת אדער פאלש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

יאנקל: דו ווייסט וואס איך בין געוואויר געווארן? אז נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט אמעריקע איבערגעגעבן די סודות פון אטאם באמבע פאר רוסלאנד?

משה: וואאאאאס?!?! דו ביזט אויפ'ן קאפ געפאלן?! נאך די מלחמה איז רוסלאנד געווארן אמעריקע'ס שונא נומער איינס! ווילסטו מיר איינרעדן אז אמעריקע האט איבערגעגעבן אירַ געהיימסטע סוד פאר די רוסן?!

יאנקל: יאפ! סיז א באשטעטיגטע פאקט אז אמעריקע האט איבערגעגעבן די סודות פון אטאם פאר רוסלאנד!

משה (דרייט זיך אויס צום עולם): עטס הערטס? יאנקל זאגט אז נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט אמעריקע איבערגעגעבן די סודות פון אטאם באמבע פאר רוסלאנד!

עולם (מיט אפענע מיילער): וואאאססס?!

יאנקל: אזוי ווי עטס הערטס! יוליוס און עטל ראזנבערג, א אידישער אמעריקאנער פארפאלק, האט איבערגעגעבן די אטאמישע סודות פאר רוסלאנד. די אמעריקאנער רעגירונג האט זיי גע'הרג'עט דערפאר!

משה: אההה... סאו נישט די אמעריקאנער רעגירונג האט זיי עס איבערגעגעבן. אמעריקאנער וואס האבן שפיאנירט פאר רוסלאנד האבן עס ארויסגעגעבן קעגן די ווילן פון די אמעריקאנער רעגירונג!

יאנקל: ווער רעדט פון די אמעריקאנער רעגירונג?! איך האב געזאגט אז די אמעריקאנער רעגירונג האט עס איבערגעגעבן?! כאב געזאגט אז אמעריקע האט עס איבערגעגעבן!


----------

גענוי די זעלבע האט זיך אפגעשפילט א צוויי חדשים צוריק אין א וואשינגטאנער געריכט הויז, ביי א הירינג איבער איינס פון די קעיסעס וואס ספעשל קאונסיל ראבערט מולער האט געברענגט. אבער לאמיר אנהייבן פון אנהייב.

ווי 'יעדער' ווייסט האט רוסלאנד זיך געמישט אין די אמעריקאנער פרעזידענטליכע וואלן פון יאר 2016 למספרם. אקעי, כמעט יעדער. פרעזידענט טראמפ טענה'ט אז ער ווייסט דאס נישט. אבער אויסער אים מיין איך אז דאס איז א דבר ברור.

יא?

ספעשל קאונסיל מולער האט געזאלט זיין דער וואס וועט ענדגילטיג מברר זיין דעם אמת איבער די רוסישע אריינמישן אין די וואלן, צו טיעם טראמפ האט קעלודעט מיט די רוסן, און צו דער פרעזידענט איז באגאנגען אבסטראקשען אף דזשאסטיס. א ספעשל קאונסיל איז די מאכטפולסטע פאזיציע אין אמעריקע, מיט די מאכט צו סופבינען, איבערפאלן, ארעסטירן און אנקלאגן כמעט יעדן, און מיט בלויז געצוימטע איבערזוכט. ספעציעל האט ספעשל קאונסיל מולער געהאט אומגעצוימטע מאכט נאכדעם ווי די מידיע האט באוויזן אריינצושלעפן ראד ראזנשטיין, דער איינציגסטער אין די יוסטיץ דעפארטמענט היערארכיע מיט אויטאריטעט איבער מוללער, אין די אבסטראקשען פראגע, וואס האט אים אויטאמאטיש געבינדן די הענט ער זאל זיך נישט מישן אין מוללער'ס געשעפטן ווייל יעדע זאך קען ווערן אויסגעטייטשט ווי אבסטראקשען.

פארשטייט זיך אז אויף אזא מאכטפולע פאזיציע טאר נישט זיצן נאר אן אמת'ער, אויפריכטיגער מענטש וועלכער וועט בלויז זוכן דעם אמת. איז טאקע די מידיע געווען פארנומען טאג און נאכט אז מוללער איז קודש קדשים און יעדעס ווארט זיינע איז תורה מסיני.

פאר עטליכע חדשים צוריק האט ראבערט מוללער געשלאסן זיין אויספארשונג, און האט איבערגעגעבן א באריכט מיט זיינע געפינסן פאר זיין אויבערהאר דער אטוירני דזשענעראל וויליאם בארר. אין די באריכט קומט מוללער צום אויספיר אז טראץ וואס די רוסישע רעגירונג האט געפירט א מאסיווע, סיסטעמאטישע קאמפיין צו אונטערמינעווען די אמעריקאנער וואלן, איז נישטא די מינדעסטע אנדייטונג אז סיי ווער אין די טראמפ קאמפיין האט מיטגעאבעט מיט זיי. אויף די פראגע פון אבסטראקשען האט מוללער מחליט געווען צו לאזן דעם באשלוס פאר זיינע אויבערהארן, און באר און ראזנשטיין זענען געקומען צום אויספיר אז קיין אבסטראקשע איז אויך נישט געווען.

די רוסישע אינטערווענץ איז לויט די מוללער באריכט געווען צוטיילט אין צוויי עיקר חלקים. איין חלק איז געווען דאס העקן די סערווערס פון די דעמאקראטישע פארטיי און דאן פארשפרייטן די גע'גנב'עטע אימעילס דורך וויקיליעקס, און די צווייטע טייל איז געווען דורך די IRA (אינטערנעט ריסערטש אגענטור), א רוסישע פירמע וועלכע האט געלייגט עדס אויף סאושעל מידיע כדי צו באאיינפלוסן דעם דעת הקהל.

לאמיר אצינד צונעמען די צוויי טיילן פון די רוסישע אינטערווענץ.

דנס העקינג: נאך די העקינג האט א לויער פירמע געדינגען דורך די דנס (מיט'ן נאמען פערקינס קוי - די זעלבע פירמע וועלכע האט געדינגען קריסטאפער סטיל צו שרייבן די סטיל דאסיער) אויפגענומען די פירמע קראודסטרייק זי זאל אויספארשן די העק. קראודסטרייק, וועמענ'ס קא-פאונדער דמיטרי אלפעראוויטש איז איינער פון די קארפן קעפ ביי א וואשינגטאנער THינק טאנק (קיין שייכות מיט מיר...) וואס שטופט זייער שטארק אמעריקע זאל נעמען א שטייפע שטעלונג קעגן רוסלאנד, האט געמאלדן אז די רוסישע שפיאנאזש אגענטורן שטייען אונטער די העק.

ווען די דנס האט געמאלדן די FBI איבער די העקינג, האט די FBI געעפנט אן אויספארשונג. מיינט איר אודאי אז די דנס האט איבערגעגעבן אירע סערווערס אז די DNC זאל עס קענען אויספארשן? א פייג! דיDNC האט קיינמאל געגעבן פאר די FBI צוטריט דערצו. לויט די DNC האט די FBI קיינמאל געבעטן צוטריט, אבער מער מסתבר איז ווי די FBI טענה'ט אז זיי האבן עטליכע מאל געבעטן צוטריט, און די DNC האט עס אנטזאגט.

למעשה האט די DNC נישט געלאזט די FBI אינגאנצן הענגען. זיי האבן איבערגעגעבן פאר די FBI די באריכט פון קראודסטרייק. די באריכט זאג איך? טעות. די רעגירונג האט מודה געווען פאר א ריכטער ביי די ראדזשער סטאון קעיס אז זי האט בלויז באקומען דריי רידעקטעד באריכטן פון קראודסטרייק, און אלע דריי זענען געווען געמארקד אלס דרעפט! אה, די DNC האט זיי אויך 'צוגעזאגט' אז אין די רידעקטעד חלק שטייט גארנישט וועגן ווער עס איז געשטאנען דערונטער...

און באזירט אויף די דאזיגע האלבע דרעפטס פון א DNC קאנטראקטאר האט די FBI 'באשטעטיגט' אז רוסלאנד האט טאקע געהעקט די DNC!

די דאזיגע אינפארמאציע גיט צו פארשטיין פארוואס די אינטעלידזשענס קאמיוניטי האט געשריבן אין זייער אסעסמענט וואו זיי 'באשטעטיגן' אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער די העק, אז זייער דזשאדזשמענט דייט בכלל נישט אן אז זיי האבן סיי וואסערע פרוף דערויף.

ביי א פארהער אין קאנגרעס האט דער דאן-FBI דירעקטאר דזשעימס קאומי מסביר געווען אז קראודסטרייק איז זייער א פארלעסליכע פירמע. (ער האט נישט אדרעסירט די טענה אז די פירמע איז געווארן געדינגען דורך די DNC' נישט דורך די FBI.)
צוויי טעג דערויף איז די קראנטע קראודסטרייק געווען געצווינגען צוריקצוציען אן ענליכע 'מסקנה': די דעקלעראציע אז די זעלבע רוסישע העקערס האבן געהעקט קאמפיוטערס פון די אוקראינער מיליטער. קראודסטרייק האט זאגאר געהאט גע'טענה'ט אז די רוסן האבן גענוצט גענוי די זעלבע סאפטוועיר אין די אוקראינער העקינג ווי זיי האבן גענוצט אין די DNC העקינג. אצינד האבן זיי געמוזט צוריקציען די באריכט איבער אוקראינע מיט בזיונות.

ווען ראבערט מוללער'ס ווארטזאגער איז געפרעגט געווארן צו זיי האבן יא געהאט עקסעס צו די DNC סערווער האט ער געשיקט צו א געוויסע דיסטריקט אטוירני, און יענער האט זיך אנטזאגט פון קאמענטירן...

דאס איז אלעס בנוגע די מקור פון די 'געפינס'. אויף די עצם געפינס איז אויך דא פיל קשיות, סיי טעכנישע קשיות (א שטייגער אז לויט די טיימליין פון די מוללער באריכט האט וויקיליעקס צום ערשטן מאל אויסגעטוישט א ווארט מיט די רוסישע העקערס צוויי טעג נאכדעם וואס דזשוליען אסאנדזש האט געמאלדן אין פאבליק אז ער גייט ריליעסן סחורה קעגן די דעמס) וואס איך האב נישט קיין נערוון דורכצואקערן יעצט, און סיי קשיות פארוואס די FBI האט נישט אונטערזוכט די סערווער, פארוואס האבן זיי נישט אויסגעפרעגט אסאנדזש (וועלכער האט עס אנגעבאטן) ועוד ועוד. לאמיר זיך באגענוגן מיט דאס וואס מיר האבן אויסגעשמועסט (אז די איינציגסטע מקור אז די רוסן האבן עס געטון איז רעדאקטירטע דרעפטס פון א DNC קאנטראקטאר), און לאמיר אצינד פאוקעסן אויף די צווייטע חלק, די IRA. דאס איז דאך זיכער פארגעקומען, און מוללער האט אפילו געקלאגט די וועלכע האבן עס אנגעפירט.

יא?

אויף די חלק פון די סאושעל מידיע קאמפיין האט מוללער'ס גרענד דזשורי אינדייטעד דריי רוסישע פירמעס: IRA (אינטערנעט ריסערטש אגענטור, די פירמע וועלכע האט פאקטיש דורכגעפיקט די עלעקטראנישע קאמפיין), און אירע מוטער פירמעס קאנקארד מענעדזשמענט און קאנקארד קעיטערינג. די אנגענומענע מיינונג אין די אלגעמיינע מידיע (א שטייגער ווי פאליטיקא און באזפיעד) האט מוללער עס געטון בלויז צו ציען אויפמערקזאמקייט צו די קעיס, וויסנדיג אז די רוסן האבן נישט קיין סיבה פארצושטעלן זייער זייט אין געריכט היות די אמעריקאנער רעגירונג קען זיי עניוועי גארנישט טון.

צו יעדנ'ס סורפרייז האט אבער יעווגעני פריגאזשין, דער בעה"ב פון אלע דריי פירמעס (ער לייקנט גראדע אז ער אונט אויך די IRA), און די אינטעלידזשענס קאמיוניטי באריכט זאגט בלויז אז ער איז דער 'לייקלי' אונער), געדינגען אן אמעריקאנער לאו פירם זיי צו פארטרעטן אין געריכט. די סאמע ערשטע זאך וואס די אמעריקאנער לויערס האבן געטון איז ארויספוינטן אז די פירמע קאנקארד קעיטערינג האט ניטאמאל עקזיסטירט ווען זיי האבן געזאלט דורכפירן די פארברעכנס אויף וואס מוללער האט זיי געקלאגט!

(אגב, ביי יענע הירינג האט מוללער'ס פראקוראר אויפגעדעקט אז ער האט געהאט צוטריט צו א פיילינג וואס די לאו פירם האט געפיילט מיט די רעגירונג איבער פארטרעטן די רוסישע פירמע, עפעס וואס איז געווען נויטיג וויבאלד די פירמעס זענען אונטער סאנקציעס. די פיילינג דארף צו זיין גענצליך קאנפידענשעל!)

דעם פארגאנגענעם מערץ האבן די לויערס פון די אנדערע פירמע, קאנקארד מענעדזשמענט, פארלאנגט פון די געריכט צו אריינשטעלן ספעשל קאונסיל מוללער און אטוירני דזשענעראל וויליאם באר אין קאנטעמט אף קאורט, מיט די טענה אז די צוויי האבן פארלעצט א D.C. רולל וועלכע פארבאט פראקורארן צו מאכן סיי וועלכע פאבליק סטעיטמענט וועלכע קען האבן אן אפעקט אויף די פעירנעס פון אן אנגייענדע טרייעל. די פירמע האט גע'טענה'ט אז מוללער האט פארלעצט די רול ווען ער האט אין זיין רעפארט - וועלכע ער האט געוואוסט אז זי וועט ווערן פובליצירט - געשריבן אז 'רוסלאנד' האט געארבעט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן דורך צוויי אופנים: די DNC העקינג און די IRA, און די זעלבע זאך האבן מוללער און באר געזאגט אין פרעסע קאנפערענצן. די פירמע האט גע'טענה'ט אז מוללער האט נישט געברענגט די מינדעסטע באווייז אז די IRA האט סיי וועלכע שייכות מיט די רוסישע רעגירונג, און ניטאמאל אין זייער אינדייטמענט באשולדיגן זיי אז די פירמע האט שייכות מיט די רוסישע רעגירונג.

ווילט איר וויסן וואס די מוללער טיעם האט געענטפערט?

מוללער'ס פראקוראר האט געזאגט אין געריכט אז אין ערגעץ אין די רעפארט שטייט נישט אז די IRA האט עפעס מיט די רוסישע רעגירונג!

יאנקל: ווער רעדט פון די אמעריקאנער רעגירונג?! איך האב געזאגט אז די אמעריקאנער רעגירונג האט עס איבערגעגעבן?! כאב געזאגט אז אמעריקע האט עס איבערגעגעבן!


אויך האט דער מוללער פראקוראר געזאגט אז עס פארלעצט נישט יענע רול ווייל עס איז נאך עטליכע חדשים פאר די טרייעל דעיט.

ביים ענדע פון יענע הירינג האט די געריכט פארבאטן מוללער און בארר פון פארבינדן די IRA מיט רוסלאנד אין סיי וועלכע פאבליק סטעיטמענט.

די ריכטערין האט צוויי וואכן צוריק מאנטאג ארויסגעגעבן א פסק אז די פירמע האט רעכט! מוללער אין באר האבן טאקע פארלעצט די רול צווייפאכיג - סיי מיט'ן סאדזשעסטן אז די IRA איז פארבינדן מיט די רוסישע רעגירונג, און סיי מיט'ן פארשטעלן אלס פאקט אז די IRA האט טאקע דורכגעפירט די אינטערנעט אקטיוויטעטן, בו בזמן ווען עס האלט נאך אינמיטן טרייעל און די IRA איז נאכנישט געווארן געטראפן שולדיג. פארט אבער האט זי זיך צוריקגעהאלטן פון דערקלערן מוללער און באר אין קאנטעמפט, זאגנדיג אז קאנטעמפט ווערט געווענליך גענוצט ביי נאכאנאנדע, בכונה'דיגע פארלעצונגען. זי האט אבער קלאר געשריבן אז ווייטערדיגע פארלעצונגען וועלן יא ווערן באשטראפט.



סאו וואס מיר ווייסן אין סך הכל איבער די 'רוסישע אינטערפערענס' איז אזוי. די באווייז אז רוסלאנד האט געהעקט די DNC איז א DNC געדונגענע פירמע'ס רידעקטעד דרעפטס, און די באווייז אז די רוסישע רעגירונג האט אנגעפירט א מאסיווע סאושעל מידיע קאמפיין איז להד"ם!

דאס מיינט אז נישט נאר זענען די באווייזן אז טראמפ קעלודעט מיט די רוסן געווען אדער פאבריצירט דורך די DNC אדער אונטערגעשטעלט דורך די שפיאנאזש ַַ געמיינדע, נאר די גאנצע נערעטיוו אז רוסלאנד האט זיך געמישט אין די אמעריקאנער וואלן איז באזירט אויסשליסליך אויף א DNC קאנטראקטאר, וועלכער איז געדינגען געווארן דורך די זעלבע פירמע וואס האט געדינגען קריסטאפער סטיל צו פרובירן אנצודרייען די אמעריקאנער שפיאנאזש קעגן טראמפ.



-------
וואס דאס מיינט בנוגע די ICA:

יונואר 6, 2017 האט די אפיס פון די DNI (דירעקטאר אף נעשינעל אינטעלידזשענס) ארויסגעלייגט אן 'אינטעלידזשענס קאמיוניטי אסעסמענט' וואס איז בעיסיקלי א באריכט איבער רוסלאנד'ס אינטערפערענס אין די וואלן. דאס איז די סאמע איינציגסטע אםיציעלע מקור אז רוסלאנד איז טאקע געשטאנען אונטער די העק, און טראמפ קריטיקירער האבן דאס גענוצט אלס ראי' אז די דנס איז טאקע געהעקט געווארן דורך די רוסישע רעגירונג. אצינד ווייסט מען אבער אז די באריכט איז לעכעריג, אומקראנט און א הוילע פאליטישע פראפאגאנדע שטיקל. מען ווייסט אז זייער הנחה אז רוסלאנד איז געשטאנען דערונטער איז געבויעט אויף רידעקטעד דרעפטס פון א דנס קאנטראקטער, און יעצט ווייסט מען שוין אויך אז זיי האבן נישט געהאט קיין שום זאך וואס זאל פארבינדן די IRA מיט די רוסישע רעגירונג. זיי שרייבן למשל אז דער לייקלי פינאנצירער פון די IRA איז א 'קלאוס פוטין עליי מיט טייס צו די רוסישע אינטעלידזשענס'. ווילט איר אודאי וויסן פון וואס די קלאוסנעס און טייס באשטייען? מוללער אין זיין רעפארט ברענגט צוויי גאר שטארקע ראיות: אסאך מידיע באריכטן זאגן אז ער האט פארבינדונגען מיט פוטין, און די צוויי זענען ערשינען אויף עטליכע פאבליק בילדער צוזאמען...



-------

וואס דאס מיינט בנוגע די פייסע ריקוועסטס:

די דאזיגע אויפדעקונג מיינט אז די קארופציע און אביוז אף פאוער פון די פייסע אפליקעישאן איז פיל גרעסער ווי געמיינט. נישט נאר האט די FBI אויסגעלאזט וויכטיגע אינפארמאציע פון די פייסע אפליקעישאן (וואס איז א פארברעכן), נישט נאר האט די FBI נאר געקענט בעטן א פייסע מיט דעם דאסיער, נישט נאר האבן זיי געשריבן ליגנט אז די דאסיער איז וועריפייד, נאר די גאנצע בארעכטיגונג וואס די FBI האט ארויסגעלייגט פארוואס זיי דארפן אונטערהערן פעידזש איז געווען וויבאלד די רוסן מישן זיך דאך אין די וואלן און זיי פאדעכטיגן אז פעידזש העלפט זיי (זעה פעידזש 3-10 פון די פייסע ריקוועסט). יעצט ווייסט מען אז טייל פון די הנחה איז באזירט אוטרייט אויף שפעקולאציע אן די מינדעסטע באווייז, און די אנדערע טייל איז באזירט אויף בלינדע טראסט אין די רידעקטעד דרעפטס פון א DNC קאנטראקטאר.
עס איז אפילו מעגליך אז דארט שטייט אוטרייט שקרים היות די אפליקעישאן צולייגט אויף טעלערלעך די רוסישע 'אינטערפערענס', אבער רוב דערפון איז רידעקטעד, מסתמא צוליב גוטע סיבות ( א שטייגער ווי די 'ווי וויל סטאפ הים' טעקסט)...



--------

וואס דאס מיינט בנוגע די מוללער רעפארט (און מוללער בכלליות):

ווי מען שטייט יעצט ווייסט מען שוין אז די מוללער באריכט איז גארנישט אזוי פארלעסליך ווי די מידיע פרובירט עס אראפצומאלן. מען ווייסט אז ער האט רואיג געמעגט מאכן א באשלוס אויב דער פרעזידענט איז באגאנגען אבסטראקשען, און ער האט עס נישט געטון ווייל ער האט נישט געוואלט, און אויסגעשטעלט די רעפארט אזוי אז ס'זאל אויסקוקן אז בעצם האט ער א פארטיגע קעיס נאר די DOJ רול לאזט נישט. מען ווייסט אויך אז מוללער האט אראפגעמאלן אן אמעריקאנער אינפארמאנט אלס א רוסישער אגענט סיי אין די רעפארט און סיי אין קאורט, און ער האט אויסגעלאזט אלע פרטים איבער דעם פארשוינ'ס מיטארבעט, הילף און אינפארמאציע וואס ער האט איבערגעגעבן במשך לאנגע יארן פאר די אמעריקאנע שפיאנאזש. מען ווייסט אויך אז מוללער האט ארעסטירט מענעפארט אן האבן אן אינדייטמענט, אן ארעסט וואראנט אדער אפילו א ציווילע קאמפלעינט! ער האט אים אראפגענומען פון א פליגער און ארעסטירט ווייל אזוי. ערשט מארגן האט די מוללער טיעם געפיילט אן ארעסט וואראנט. (נאכמער. די מוללער פראקוראר האט דאן געזאגט פאר די קאורט אז פאפאדאפעלוס איז נישט קיין סכנה פאר'ן פאבליק און מען זאל אים ארויסלאזן אויף בעיל. אויב אזוי פארוואס ביזטו אזוי געשפרינגען און אים ארעסטירט נאך פאר דו האסט אפילו געהאט רשות?!) מען ווייסט אויך אז די מוללער טיעם האט זיך ארויפגעזעצט אויף מייקל קאהען אלס טראמפ'ס לויער און פרובירט צו נישטערן פאר סיי וואס קעגן טראמפ, ברעכנדיג דערמיט די קלייענט-אטוירני פריוולידזש.

און יעצט ווייסט מען אז ער האט געשריבן די רעפארט אויף א וועג וואס זאל מאכן אויסקוקן כאילו די רוסישע רעגירונג האט געהאט א שייכות מיט די סאושעל מידיע קאמפיין, טראץ וואס ער האט נישט געהאט די מינדעסטע באווייז דערויף. דאס זאגט זייער אסאך סיי אויף די אויספארשונג בכלליות, און סיי אויף די באריכט.




--------

וואס דאס מיינט פאר'ן לאנד:

עס באדייט אז דעמאקראטיע אין אמעריקע איז א טיף אין דר'ערד. זיצן אפאר ביוראקראטן אין וואשינגטאן און זיי זענען מחליט ווער ס'זאל זיין פרעזידענט, זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם צו נוצן די רעגירונג צו רודפ'ן וועם אימער זיי ווילן, און זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם צו פארפירן קאורט און דאס פאלק.

אויך מיינט עס אז די פרעסע אין אמעריקע איז פארפוילט דורכאויס און איז די פראפאגאנדע ארעם פון די DNC. קיין איינציגע באריכט זייערע קען מען נישט גלייבן, איבערהויפט אויב סיז קעגן א רעפובליקאנער.





א גרינגן תענית, ויה''ר שצום הרביעי וצום החמישי יהפך לנו לששון ולשמחה בקרוב ממש.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

wow!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער שטארק און קלאר @טינק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פום צינטל!! קלאר, רייך און שפאנענד.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער רייך און ברייט געשריבן

טענקס
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

שפראכלאז. מעסיוו דזשאב!!
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

איך האב אמאל געזעהן באריכטעט, אז די עף בי איי האט געהאט געשיקט צוויי אגענטן צו די די ען סי הויפטקווארטיר צו אפנעמען די סערווערס, און די דעמאלטסדיגע פארזיצערן וואסערמאןשולץ האט פשוט ארויסגעווארפן די אגענטן פון דארט.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אויסגעפאסט! ווער ברויך נאך לעקאך נאך אזא אינפארמאטיווער און קלארע באריכט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן גלעזל »

און איך בין נאך א דעמאקראט... כליפ כליפ...
:x :oops: :x :oops:
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

בראנפן גלעזל האט געשריבן:און איך בין נאך א דעמאקראט... כליפ כליפ...
:x :oops: :x :oops:

צווישן דיינע געציילטע תגובות ליינט זיך ארויס אז דו ביזט ווייט פון א דעמאקראט..
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

עכט, וואס זאגסטו צום עצם ארטיקל?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן גלעזל »

עכט היימיש האט געשריבן:
בראנפן גלעזל האט געשריבן:און איך בין נאך א דעמאקראט... כליפ כליפ...
:x :oops: :x :oops:

צווישן דיינע געציילטע תגובות ליינט זיך ארויס אז דו ביזט ווייט פון א דעמאקראט..

איך רעד טעכניש. איך שעם מיך אז איך בין א רעגעסטרירטע דעמאקראט.
אין שיטה.. חס וחלילה!
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ענדליך ארויסגעגעבן די באהאלטענע באשרייבונג. זייער שיין און קלאר צולייגט, די וואונדער איז נאכאלטס וואס נעמט אזוי לאנג ארויסצוברענגען די אלע זאכן אויפן אויבערפלאך אזוי אז ס'זאל שטינקען ביז 2028.

איז דען נישטא קיין מהלך ארויסצוברענגען די קראפציע קליפ און קלאר שנעל און דייטליך פאר די המון עם?
אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן גלעזל »

shimon7323 האט געשריבן:ענדליך ארויסגעגעבן די באהאלטענע באשרייבונג. זייער שיין און קלאר צולייגט, די וואונדער איז נאכאלטס וואס נעמט אזוי לאנג ארויסצוברענגען די אלע זאכן אויפן אויבערפלאך אזוי אז ס'זאל שטינקען ביז 2028.

איז דען נישטא קיין מהלך ארויסצוברענגען די קראפציע קליפ און קלאר שנעל און דייטליך פאר די המון עם?

נישט קיין וואונדער, קודם כל אונז קענמיר אונזער רעפאבליקאנער וואס קענען זיך נישט צוזאמנעמען די ביסל עזות וואס פעלט זיך אויס און צעמאלן די דעמאקראטן לעולם. און צווייטנס - און בעצם איז עס די זעלבע זאך - אונז קענמיר יא די דעמאקראטן וואס ווי נאר זיי וועלן חושש זיין אז זייער כבוד איז איינגעשטעלט האבן זיי גענוג און נאך העזה צו יענעם צעמאלן לעולם.
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Think and Thank האט געשריבן:עכט, וואס זאגסטו צום עצם ארטיקל?

פגע וברח... :roll: :roll: :roll:
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

דאס איז א הערליכע קלארע ארטיקל. ישר כח.
אוועטאר
חזן שמילאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזן שמילאוויטש »

פיינע נייעס @think
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שיינע ארטיקעל !
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

האבען מיר עס געליינעט איין מאל עמער נאכמאל עס לערנען שטייט מיט יושב הדעת...

ישר כוח
Sorry for my misspellings
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

PDF?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פאר א מינוט האצעך מיר געדאכט אז די נאמען פונעם שרייבער איז נישט טינק ענד טענק, און איך טראכט צו מיר טינק האט זיכער נאך א ניק... און איך סקראלל ארויף צו זעהן, און כ'זעה אז כאמעך נישט טועה געווען...

די עצם ארטיקל איז הערליך צאמגענומען, און כ'גלייב אז מ'גייט נאך אסאך געוואור ווערן די קומענדיגע וואכן און חדשים איבער די קאראפשן...

טענקס טינק...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

הערליכע ארבעט!!

רוב פאקטן האב איך שוין פארגעסן מיט די צייט, אדער נישט געוויסט, צוליב די נאכאנאנדע רונדן טענה'רייען אין וואס די פאליטישע אשכולות צייכענען זיך אויס, וואס דאס האט מיר פארטריבן פון דארט אין מערערע פעלער.

איך לייג נאר צו נאך א סך הכל:

וואס מיינט דאס פאר אונז אידן, אז יושב בשמים ישחק, יעדער זעהט מיט וואס פארא מיטלען מ'האט פרובירט אז טראמפ זאל נישט אריין קומען אין אפיס, און נאכדעם אים ארויס צו זעהן, אבער דער פון אויבן האט אנדערש געוואלט און די גאנצע מידיע מיט אלע דעמאקראטן שפרינגען נאך ביז צום היינטיגן טאג, דאס מיינט אז מ'זעהט קלאר אז ווען ס'איז באשערט פאר איינעם גדולה קען גארנישט און קיינער אין דער וועלט עפעס טוהן דערצו.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

שכוח טינק, זייער קלאר ;l;p-
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

ווי זאגט טראמפ "וואט עי טשאב"
טינק שכוח פארן אהערשטעלן אזא שיינע ארבעט!

וואס האלט דערעוילם עס גייט נאך קומען ערענסטע זאכן בעפאר די 2020 עלעקשאון? ארעסטן?
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פאר א מינוט האצעך מיר געדאכט אז די נאמען פונעם שרייבער איז נישט טינק ענד טענק, און איך טראכט צו מיר טינק האט זיכער נאך א ניק... און איך סקראלל ארויף צו זעהן, און כ'זעה אז כאמעך נישט טועה געווען...

די עצם ארטיקל איז הערליך צאמגענומען, און כ'גלייב אז מ'גייט נאך אסאך געוואור ווערן די קומענדיגע וואכן און חדשים איבער די קאראפשן...

טענקס טינק...


RT טינק ענד טעיק פאר די הערליכע ארבייט

---
וויכי, ווי לאנג נאר אייוועלט פאקס ניוז און טרטמפ ווייסען פון די אלע סקאנדאלען מאכן די דעמס א לעבן, איך גלייב שוין נישט גארנישט אז עס גייט קומען.

די רפובס האבן די עקזעקטיוו ברענטש מיט א אגרעסיוו וויליאם באר, זאלן זיי ברענגן עפעס צום טיש אדער אויפהערן זאגען אז עס גייט קומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”