2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Garden
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:23 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך Garden » מאנטאג יולי 19, 2021 8:11 pm

וואס איז די וויסקאנסען לויטענעט גאווערנער א שוואכערע קאנדידאט פון די פון פענסעלוועניע, אויב וועגן לינק זענען ביידע מער פון די לינקע פליגעל פון די פארטיי,
איז עס בלויז די פעזענליכקייט?
כמיין אז ביידע האבן די שוואכקייט אין די דזשנעראל אז זיי זענען מער צו די בערני זייט
חוץ אויב פעטערמאן האט א שטארקע פערסענאל אפיעל, איז דעס די קעיס?

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מאנטאג יולי 19, 2021 8:20 pm

צל עובר האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:װעלכע סענאט רעיסעס האבן די רעפובליקאנער אן ערנסטן שאנס? (אזױ װעל איך קענען מיטהאלטן פון יעצט און װײטער...)

1) ניו העמפשיר אויב די דארטיגע רעפאבליקען גאווערנער סונונו לויפט (אויב לויפט ער נישט האבן די רעפאבליקאנער לכאורה נישט קיין שאנסן דארט)
2)דזשארדזשיע
3) אריזאנע
4) נעוואדע
סתם א קרישקעלע.

עס איז מער ווייניגער זיכער אז די דעמאקראטן וועלן פארלירן סענאט זיצן אין 2024, צוליב די דעמאלטסדיגע מאפע, ממילא אויב געינען זײ נישט קיין סענאט זיצן אין 2022, ווען די מאפע איז בעסער פאר די דעמאקראטן, איז דאס אליינס א גרויסע זיג פאר די רעפאבליקאנער.

וואס איך מיין צו זאגן איז, אז די רעפאבליקאנער מוזן נישט עכט געווינען קיין איינס פון די פיר זיצן - וואס אלע פון זיי איז אן אפהיל בעטעל פאר זײ חוץ ניו העמשיר אויב סונונו לויפט - צו זיין סוקסעספול, נאר אויב זיי פארטיידיגן אלע זייערע זיצן, אדער אפילו נאר כמעט אלע פון זייערע זיצן, איז עס אויך א געווינס פאר זיי, ווייל דאס מיינט אז זיי גייען איבערנעמען אין 2024, אזא בחינה ווי 2018 פאר די דעמאקראטן, אבער אויף סטעראודס.

די רעפאבליקאנער זיצן אויף וואס עס איז דא עכטע פארמעסטן זענען:

1) פענסילוועניע, א אפענע זיץ אין די ביידן 1.2% סטעיט, וואס די דעמאקראטן האבן גאנץ א שטארקן קאנדידאט, דער לוטענענט גאווערנאר, וועלכער דארף אבער נאך דורכשוויצן א פריימערי.

2) וויסקאנסין, ווי מען ווייסט נאכנישט אויב דער אינקאמבענט רעפאבליקאנער ראן דזשאנסאן לויפט אין די ביידן 0.6% סטעיט, עס הייסט אז דער שווארצער דעמאקראטישער לוטענענט גאווערנאר וועט מארגן מעלדן אז ער לויפט, ער איז לויט ווי איך פארשטיי נישט אזא גוטער קאנדידאט פאר די דזשענערעל ווי אין פענסילוועניע, פלאס וואס וויסקאנסין איז דאך עטוואס צורעכטס פון פענסילוועניע, ובפרט אין לאקאלע און מידטערם פאליטיק.

3) נארט קארעליינע, ווי עס קומט נאך פאר א העפטיגע פריימערי ביי די רעפאבליקאנער, אין דעם אפענעם פארמעסט אין דעם טראמפ 1.2% סטעיט, און די דעמאקראטן שטעלן לכאורה ארויס די שווארצע געוועזענע סטעיט סופרים קארט טשיעף ריכטער, וועלכע האט פארלוירן אין 2020 מיט עטליכע הונדערט שטימען סטעיטווייד.

לויט אסאך אנעלעזירער איז פעטערמאן בכלל נישט פארזיכערט מיט די נעמענאציע.

מען דארף האלטן א שטארקע אויג אויף וואל ארקאש, און אויף קארל לעמב אויב ער מאכט אפ צו לויפן.

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יולי 20, 2021 9:52 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:וויסקאנסאן לוטענענט גאווערנער מאנדעלע בארענס (ד) וועט מארגן נאכמיטאג איבערגעבען א גאר וויכטיגע מודעה.

לויט אלע שפעקעלאציעס איז ער ערווארטעט אריינצושפרינגן אין די ליידיגע וויסקאנסאן סענאט פארמעסט.

ער איז ערווארטעט גלייך צו ווערן די פראנטראנער.

האט יעצט אפציעל געמאלדן אז ער לויפט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15738
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 20, 2021 10:15 am

דעמאקראט קריס פאפאס לויפט פאר ווידערערוויילונג אין ניו העמפשיר'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אבער רעפובליקאנער האפן צו פארבן די זיץ רויט נאך וואס פאפאס האט עס געוואונען אין 2020 למספרם מיט אונטער 52 פראצענט

עטליכע רעפובליקאנער פארמעסטן זיך אין די פריימערי פארמעסט און איצן אינדערפרי איז קעראליין ליעוויט אריינגעשפרונגען אין די פארמעסט

זי איז א געוועזענע געהילף צו קאנגרעספרוי עליסא סטעפאניק און איז אלט בלויז 23 יאר אבער וועט זיין 25 (ווי פארלאנגט לויטן געזעץ) אום יונואר 2023 למספרם ווען זי האפט צו ווערן איינגעוואוירן אלץ קאנגרעספרוי

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יולי 20, 2021 10:23 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:וויסקאנסאן לוטענענט גאווערנער מאנדעלע בארענס (ד) וועט מארגן נאכמיטאג איבערגעבען א גאר וויכטיגע מודעה.

לויט אלע שפעקעלאציעס איז ער ערווארטעט אריינצושפרינגן אין די ליידיגע וויסקאנסאן סענאט פארמעסט.

ער איז ערווארטעט גלייך צו ווערן די פראנטראנער.

האט יעצט אפציעל געמאלדן אז ער לויפט.

דעמיקראטישע גאווערנער פון וויסקאנסאן טאני עווערס איז ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט

IMG_20210720_102153.jpg
IMG_20210720_102153.jpg (109.19 KiB) געזעהן 507 מאל

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יולי 20, 2021 10:47 am

לויט א נייע "פעם מענעדזשמענט" פון די 2022 קאנגרעסניאלע וואלן, שטייען ריפאבליקאנער און דעמאקראטן האלז צו האלז ביי 42%.

נאוט: רעפובליקאנער פאולסטער.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג יולי 20, 2021 10:50 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:לויט א נייע "פעם מענעדזשמענט" פון די 2022 קאנגרעסניאלע וואלן, שטייען ריפאבליקאנער און דעמאקראטן האלז צו האלז ביי 42%.

נאוט: רעפובליקאנער פאולסטער.

וואס אויב די פאול איז אמת מיינט דאס אז די רעפ'ס גייען אויפפיקען א שיינע פאר זיצן.
היימישע וואטסעפ גרופ

פאר מער אינפערמאציע קומט אין אישי!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15738
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 20, 2021 11:26 am

איזבל ווען דוויין (ר) איז אן ערשט טערמיניגע קאנגרעספרוי וועלכע פארטרעט טעקסאס 24 און האט געוואנען מיט אונטער 49%

מישעל בעקלעי איז איינע פון די טעקסאס אנטלאפענע דעמאקראטן וועלכע האט איבערגעלזאגט די סטעיט צו בלאקירן די וואל רעפארם ביל און האט אצינד געמאלדן אז זי וועט לויפן אין די פריימערי צו קענען ארויסשטויסן ווען דוויין

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יולי 20, 2021 4:26 pm

לויט UNHsurveycenter@ איז ביידען'ס אפראוועל רעיטינג אין ניו העמפשער ביי די נידריגסטע שטאפלען אין זייער חודש'לעכע אנקעטע:

IMG_20210720_162243.jpg
IMG_20210720_162243.jpg (112.11 KiB) געזעהן 387 מאל

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יולי 20, 2021 4:29 pm

IMG_20210720_162830.jpg
IMG_20210720_162830.jpg (259.25 KiB) געזעהן 386 מאל

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יולי 20, 2021 4:32 pm

דעמאקראטישע טעקסעס אטערני דזשענעראל קאנדידאט לי מעריט האט אויפגעטריבן א מאסיווע 209 טויזענט דאלער אינעם ערשטע וואך פון זיין קאמפיין.

IMG_20210720_163029.jpg
IMG_20210720_163029.jpg (117.78 KiB) געזעהן 382 מאל

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יולי 20, 2021 4:38 pm

די פארזעצער פון די רעפובליקאנער סענעטאריעל קאמיטע, פלארידע סענעטאר ריק סקאט, זאגט אז אריזאנא גאווערנער דאג דאסי (ר) קען נאך מעגלעך אריינצושפרינגן אינעם אריזאנא סענאט פארמעסט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15738
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 20, 2021 5:24 pm

פרעזידענט וועט זיך טרעפן מיט ליז טשעיני'ס פריימערי אפאנענטן קונענדיגע וואך אין ניו דזשערסי און נאכפאלגן מיט אן אינדארסירונג פאר וועם ער זעהט אלץ מעסטע פאסיג

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יולי 20, 2021 5:47 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט וועט זיך טרעפן מיט ליז טשעיני'ס פריימערי אפאנענטן קונענדיגע וואך אין ניו דזשערסי און נאכפאלגן מיט אן אינדארסירונג פאר וועם ער זעהט אלץ מעסטע פאסיג

IMG_20210720_174633.jpg
IMG_20210720_174633.jpg (172.88 KiB) געזעהן 328 מאל

Garden
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:23 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך Garden » דינסטאג יולי 20, 2021 10:48 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:װעלכע סענאט רעיסעס האבן די רעפובליקאנער אן ערנסטן שאנס? (אזױ װעל איך קענען מיטהאלטן פון יעצט און װײטער...)

1) ניו העמפשיר אויב די דארטיגע רעפאבליקען גאווערנער סונונו לויפט (אויב לויפט ער נישט האבן די רעפאבליקאנער לכאורה נישט קיין שאנסן דארט)
2)דזשארדזשיע
3) אריזאנע
4) נעוואדע



ליינענדיג דא וויאזוי מוועגט אפּ די טשענסעס פון די ריפאבליקאנס אין ניו העמפשיר אפילו מיט די פאפולערע גאווערנאר, קומט מיר ווידער ארויף וואס איך האב מיך אלס געוואונדערט וויאזוי די ריפאבליקענס האבן אויפגעפיקט מאסאטשוסעטס און אילינאי און 2010 וואס איז פיל מער בלוי ווי נוי העמפשיר (און מיט פלעינע קאנדידאטן נישט גאווערנארס וכדו) און היינט איז אנגענומען מיט א פשטות אז אן דעם גאווערנאר איז אפילו נישטא וואס צורעדן,
די זעלבע איר מיר שווער געווען 2018 ווען די דעמאקראטס האבן נישט געקענט אנהאלטען די רויטע סטעיטס אפילו מיט אינקאמבענטס, און א אפענע רעיס
מיט א שטארק פאפולערן געוועזענע גאווערנאר,
וואס איז דעמאלטס אנדערש געווען אז זיי האבן דאס באוויזן און זייט דעמאלטס איז קיינמאל נישט געלונגען פאר קיין איין פארטיי צו פליפן א סענאט סיעט פון א סטעיט וואס גייט שטארק פארן אנדערע פארטיי (אחוץ אויב די קאנדידאט איז אריינגעפאלן אין בלאטע ווי אינדיאנא 2012 אלאבאמא 2017)
וויאזוי האבן זיי דאס דעמאלטס יא באוויזן?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 17061
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 21, 2021 12:22 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:וויסקאנסאן לוטענענט גאווערנער מאנדעלע בארענס (ד) וועט מארגן נאכמיטאג איבערגעבען א גאר וויכטיגע מודעה.

לויט אלע שפעקעלאציעס איז ער ערווארטעט אריינצושפרינגן אין די ליידיגע וויסקאנסאן סענאט פארמעסט.

ער איז ערווארטעט גלייך צו ווערן די פראנטראנער.

האט יעצט אפציעל געמאלדן אז ער לויפט.

דעמיקראטישע גאווערנער פון וויסקאנסאן טאני עווערס איז ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט

IMG_20210720_102153.jpg

איבערגעזעצט בלשון בני אדם = דערווייל האלט איך אים נישט ביים אינדארסן.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 17061
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 21, 2021 12:28 am

ר' זעקל האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:לויט א נייע "פעם מענעדזשמענט" פון די 2022 קאנגרעסניאלע וואלן, שטייען ריפאבליקאנער און דעמאקראטן האלז צו האלז ביי 42%.

נאוט: רעפובליקאנער פאולסטער.

וואס אויב די פאול איז אמת מיינט דאס אז די רעפ'ס גייען אויפפיקען א שיינע פאר זיצן.

לויט די אנקעטע, ליעדט ביידן מיט בלויז 3% קעגן טראמפ.

דאס מיינט אז די דעמאקראטן זענען לעת עתה - לויט די אנקעטע - בלויז 3% שוואכער אין דעם דזשענעריק בעלאט, ווי ביידן קעגן טראמפ.

דאס אז דאס איז א בייעסד רעפאבליקאנער אינטערנעל, איז דאך אפיציעל...


פון די אנדערע זייט איז דאס פון דזשאן באלטאן, און עס דארף אפיציעל סאמהאו צו צייגן אז טראמפ ווערט אפגעשוואכט.

------

אבער עס איז דא נאך עפעס, רוב פון די פאר זיצן וואס די רעפאבליקאנער וואלטן אויפגעפיקט אויב דאס איז אמת, און די זעלבע פארקערט, רוב פון די זיצן וואס די דעמאקראטן וואלטן געווינען, אויב מיין סברא איז אמת, וועלן אויף די נייע מאפעס ווערן מער ווייניגער אראפגעבינדן פאר איין פארטיי אדער די צווייטע, ממילא קיין סאך זיצן וועלן נישט פליען אין קיין שום דירעקשן. חוץ אויב עס איז ממש א צונאמי ווי איין פארטיי צופאלט.

------

סתם לידיעה בעלמא, אין 2020 איז די דעמאקראטישע נאציאנאלע מארדזשין געווען 3.1%.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 17061
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 21, 2021 12:41 am

Garden האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:װעלכע סענאט רעיסעס האבן די רעפובליקאנער אן ערנסטן שאנס? (אזױ װעל איך קענען מיטהאלטן פון יעצט און װײטער...)

1) ניו העמפשיר אויב די דארטיגע רעפאבליקען גאווערנער סונונו לויפט (אויב לויפט ער נישט האבן די רעפאבליקאנער לכאורה נישט קיין שאנסן דארט)
2)דזשארדזשיע
3) אריזאנע
4) נעוואדע



ליינענדיג דא וויאזוי מוועגט אפּ די טשענסעס פון די ריפאבליקאנס אין ניו העמפשיר אפילו מיט די פאפולערע גאווערנאר, קומט מיר ווידער ארויף וואס איך האב מיך אלס געוואונדערט וויאזוי די ריפאבליקענס האבן אויפגעפיקט מאסאטשוסעטס און אילינאי און 2010 וואס איז פיל מער בלוי ווי נוי העמפשיר (און מיט פלעינע קאנדידאטן נישט גאווערנארס וכדו) און היינט איז אנגענומען מיט א פשטות אז אן דעם גאווערנאר איז אפילו נישטא וואס צורעדן,
די זעלבע איר מיר שווער געווען 2018 ווען די דעמאקראטס האבן נישט געקענט אנהאלטען די רויטע סטעיטס אפילו מיט אינקאמבענטס, און א אפענע רעיס
מיט א שטארק פאפולערן געוועזענע גאווערנאר,
וואס איז דעמאלטס אנדערש געווען אז זיי האבן דאס באוויזן און זייט דעמאלטס איז קיינמאל נישט געלונגען פאר קיין איין פארטיי צו פליפן א סענאט סיעט פון א סטעיט וואס גייט שטארק פארן אנדערע פארטיי (אחוץ אויב די קאנדידאט איז אריינגעפאלן אין בלאטע ווי אינדיאנא 2012 אלאבאמא 2017)
וויאזוי האבן זיי דאס דעמאלטס יא באוויזן?

1) פאליטיק איז געווארן אסאך מער נאציאנאליזירט

2) פארטייען זענען געווארן אסאך מער שבטים'דיג (טרייבעליזם.)

3) עס איז מער נישט דא אזא זאך ווי א אנדיספיוטעבל פאקט


1) ביתר ביאור, מענטשן קוקן היינט מער פאר די ביג פיקטשער ביים שטימען, ווי פאר דעם קאנדידאט, דאס מיינט אז עס אינטרעסירט מיר מער ווער וועט האבן קאנטראל פון דעם טשעמבער, ווי ווער וועט מיר פארטרעטן יהי' מי שיהי'. (לדוגמא, אפילו א דעמאקראט וואס האט זיך געעקלט פון דזשאו קאנינגהעם וואס איז געלאפן פאר סענאט אין נארט קארעליינע, און שעלט אים צאם אז וועגן זיין בהמה'שע הנאה פון איין מינוט, האבן די דעמאקראטן קוים דעם סענאט, האט גערוט פאר אים כאילו לא הי', און איינער וואס האט געשטיצט אנדערע קאנדידאטן אין די פריימערי, און האט זיך אפילו איינגערעדט אז ביידן קאלעכט - אזוי ווי א היפש טייל יונגע ליבעראלן האבן געהאלטן פאר די וואלן - האבן עס בכלל נישט גענומען אין קאנסידירעישן ביים אפמאכן פאר וועם צו שטימען.)


2) ביתר ביאור, אין א "אז ווערסוס דעם" ענווייראמענט, שטימט מען נישט פאר איינעם פון דעם אנדערן שבט, אפילו אין פאל וואס דער קאנדידאט האט יא געקליקט מיט מיר, און עס איז נישט שייך סיבה 1), א דוגמא יענער יונגערמאן אין סטעטן איילענד וואס האט אליינס מעיד געווען אז מעקס ראוז האט אים געהאלפן, און פארט האט ער געזאגט קען ער נישט שטימען פאר אים, ווייל ער האט געשטימט צו אימפיטשן דאנעלד טראמפ. (און דאס איז לכאורה דער עיקר סיבה פארוואס די דעמאקראטן זענען געווען רעלאטיוו אזוי שוואך אין 2020, א טראמפ שטיצער האט בדרך כלל פשוט נישט געהאלטן ביים שטימען דעמאקראט, נישט קיין חילוק וואס און ווער, קען ער זיין קאנגרעסמאן פעטערסאן פון מינעסאטע אפילו. פארקערט איז אויך אזוי געווען, אבער נישט גענוג דאס צו קאנטערן. פארשטייט זיך אז עס איז נאר בדרך כלל אזוי, עס איז דא מענטשן וואס קוקן יא אויף קאנדידאטן, און עס איז נאך קאנדידאטן וואס האלטן יא אן היפשע שטיצע פון אנדערן לאגער.)


3) ביתר ביאור, אבער מער אין קורצן, איך האף אז דאס איז נישט קיין סתירה, אמאל איז געווען שייך צו פראוון פאקטן פאר א וויילער, און דאס האט אים געקענט מאכן שטימען פאר דיר, היינט ווייסט א טראמפ שטיצער בדרך כלל אז היידראקסיקלאקווין איז מציל נפשות, און די וואלן זענען עטליעסט סאמטינג פישי, און דער אנטי טראמפיסט ווייסט בדרך אז פאוטשי איז א נביא אמת אויף א פארגעטערטן אופן, און דער וויירוס קומט זיכער פון בעלי חיים, ביז מען האט שוין געמעגט זאגן פארקערט...


פארוואס איז אזוי? פארשטייט זיך אז טראמפ, איז גאר א שטארקער פאקטאר, אבער נאך א שטערקערער פאקטאר לפענ"ד איז סאושל מידיע, וואס ביישטייערט גאר שטארק אז מענטשן ווערן מער און מער אריינגעלייגט אין א איינזייטיגע באבל אויף א שרעקליכן פארנעם.

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך יולי 21, 2021 8:08 am

געוועזענע דיטראוט פאליציי שעף דזשעמס קרעיג (ר) האט יעצט אפציעל געמאלדן אז ער האט געפארמט א עקספלארעטארי קאמיטע פאר א מעגליכע גאווערנער פארמעסט קעגן מישיגען גאווערנער גרעטשען וויטמיר (ד).

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך יולי 21, 2021 8:13 am

די ריפאבליקאנער פרויען גרופע "מעגי'ס ליסט" האט אינדארסירט קאנגרעספרוי וויקי הערצלער אין די מיזורי סענאט פארמעסט.

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך יולי 21, 2021 8:15 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:געוועזענע דיטראוט פאליציי שעף דזשעמס קרעיג (ר) האט יעצט אפציעל געמאלדן אז ער האט געפארמט א עקספלארעטארי קאמיטע פאר א מעגליכע גאווערנער פארמעסט קעגן מישיגען גאווערנער גרעטשען וויטמיר (ד).

אין אנדערע נייעס האט גאווערנער וויטמיר אויפגעטריבן א מאסיווע 8.5 מיליאן דאלער אינעם צווייטע קווארטל, מיט א זאפטיגע 10 מיליאן דאלער אין באנק.

זי איז ערווארטעט דורך צו שוויצן א שווערע עלעקשאן אין 2022.

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך יולי 21, 2021 8:44 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:די פארזעצער פון די רעפובליקאנער סענעטאריעל קאמיטע, פלארידע סענעטאר ריק סקאט, זאגט אז אריזאנא גאווערנער דאג דאסי (ר) קען נאך מעגלעך אריינצושפרינגן אינעם אריזאנא סענאט פארמעסט.

סקאט האט אויך אנגעגעבן אינטערסאנטע נייעס, אז מערילענד'ס גאווערנער לערי האגען (ר) וואס איז טערם לימיטעד און קען מער נישט לויפן פאר גאווערנער, באטראכט ערנסט די מעגלעכקייט צו לויפן פאר סענאט אין די שטארקע בלויע שטאט מערילענד.

האגען איז א שטארקע טראמפ העיטער.

קוק אויף דיך אליינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך יולי 21, 2021 8:46 am

די גאווערנער פון אלענויס דזשעי בי פריטזקער (ד) האט אפציעל געמאלדן אז ער לויפט פאר ווידערוויילונג אין 2022.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15738
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 11:06 am

ניו יארק טיימס קאלומניסט ניקאלעס קריסטאף באטראכט אריינצושפרונגען אין די ארעגאן גאווערנאר פארמעסט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 15738
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 21, 2021 11:06 am

אין טעקסאס 10'טע קאנגרעס דיסטריקט האט דעמאקראטישע מעיאר לערי וואלאס געמאלדן אז ער נעמט אונטער א קאנגרעס פארמעסט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Burach_Nussen, maybeeynot, Trying, איזהו חכם, זילבערווערק, לאקשן קוגל, ענדרויד פען, רבותי, רבותינו און 83 געסט