טשעירמאן פון די רעפובליקאנער סענעטאריעל קאמפיין קאמיטע, פלארידע סענעטאר ריק סקאט (ר): קאנגרעטאלאציעס פאר "עריק" אויף זיין געווינס.קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:טראמפ האט יעצט אויך אנגערופן קאנגרעטאלירן זיין אינדארסירטע סענאט קאנדידאט "עריק" שמידט (ר).קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:מיזורי סענאט קאנדידאט קאנגרעספרוי וויקי הארצלער (ר) האט אנגערופן די רעפובליקאנער סענאט נאמעני אין מיזורי עריק שמידט)ר) קאנגרעטאלירן אויף זיין געווינס.
די אנדערע סענאט קאנדידאט קאנגרעסמאן בילי לאנג (ר) האט אויך פריער אפציעל אויפגעגעבן די פארמעסט.
2022 למספרם מידטוירם וואלן **בלויז נייעס**
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
מיזורי סענעטאר דזשאש העילי (ר) וואס האט געהאט אינדארסירט הארצלער איז ארויסגעקומען שטארק אינדארסירן שמידט אין די סענאט פארמעסט.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
וואסערמאן דערקלערט די טראמפ אינדארסירטע גיבס (ר) אלץ די געווינער פון די רעפובליקאנער קאנגרעסניאלע פריימערי אין מישיגען'ס 3'טע דיסטריקט, באזיגענדיג די אינפיטשמענט קאנגרעסמאן פיטער מייער (ר) אין די ביידען 8+ סווינג דיסטריקט.
אין רעזולטאט פון זיין געווינס רוקט קוק פאליטיקל די קאנגרעס פארמעסט פון טאס אפ צו לין דעמאקראט, לטובת דעמאקראטן.
אין רעזולטאט פון זיין געווינס רוקט קוק פאליטיקל די קאנגרעס פארמעסט פון טאס אפ צו לין דעמאקראט, לטובת דעמאקראטן.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 717
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:19 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
יש ברירה! געמיינט דעם עריק!קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:מיזורי סענאט קאנדידאט קאנגרעספרוי וויקי הארצלער (ר) האט אנגערופן די רעפובליקאנער סענאט נאמעני אין מיזורי עריק שמידט)ר) קאנגרעטאלירן אויף זיין געווינס.
די אנדערע סענאט קאנדידאט קאנגרעסמאן בילי לאנג (ר) האט אויך פריער אפציעל אויפגעגעבן די פארמעסט.
- USED CARS 4 SALE
- שר חמש מאות
- תגובות: 998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2022 2:21 pm
- לאקאציע: [email protected]
- פארבינד זיך:
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
Trump-endorsed former firefighter and police officer – Mark Finchem wins Republican nomination for Secretary of State in Arizona primary election
- אטעטשמענטס
-
- 20220803_005651.jpg (86.27 KiB) געזען 1234 מאל
ווילסט פארדינען אפאר טאלער??
https://www.cardbenefit.com/?ref=cgynqicq&sid=ivelts
אומזינסטע פערזענליכע גיידענס וועלכע קרעדיט קארדס צו עפענען און וויאזוי צו ווערן עפראווד.
קרעדיט ריפעיר. אינקווערי רימאוועלס.
אימעילט [email protected]
https://www.cardbenefit.com/?ref=cgynqicq&sid=ivelts
אומזינסטע פערזענליכע גיידענס וועלכע קרעדיט קארדס צו עפענען און וויאזוי צו ווערן עפראווד.
קרעדיט ריפעיר. אינקווערי רימאוועלס.
אימעילט [email protected]
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
היינט אינדערפרי איז באקאנט געווארן אז מעקאנעל'ס סופער-פעק האט אריינגעגאסן אין די לעצטע חדשים א מאסיווע 6.5 מיליאן דאלער אין די רעפובליקאנער סענאט פריימערי אין מיזורי, מיט אטאקעס קעגן די געוועזענע גאווערנאר עריק גרעיטענס (ר).
למעשה האט זיך עס פיין אויסגעצאלט, און אטוירני דזשענעראל עריק שמידט (ר) האט שטארק געוואונען, מיט גרייטענס אין די דריטע פלאץ.
א ווארטזאגער פאר די סופער-פעק זאגט אז אויב גרייטענס וואלט געוואונען די פריימערי וואלטן די רעפובליקאנער געדארפט אריינגיסן 40 מיליאן דאלער אין די נאוועמבער סענאט פארמעסט. אבער יעצט מיט זיין פארלוסט וועט מען קענען ניצן די געלטער פאר אנדערע וויכטיגע סענאט פארמעסטן.
למעשה האט זיך עס פיין אויסגעצאלט, און אטוירני דזשענעראל עריק שמידט (ר) האט שטארק געוואונען, מיט גרייטענס אין די דריטע פלאץ.
א ווארטזאגער פאר די סופער-פעק זאגט אז אויב גרייטענס וואלט געוואונען די פריימערי וואלטן די רעפובליקאנער געדארפט אריינגיסן 40 מיליאן דאלער אין די נאוועמבער סענאט פארמעסט. אבער יעצט מיט זיין פארלוסט וועט מען קענען ניצן די געלטער פאר אנדערע וויכטיגע סענאט פארמעסטן.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
מישיגען גאווערנאר קאנדידאט רייען קעלי (ר) זאגט יעצט אינדערפרי אז ער געבט נישט אויף די פארמעסט.
קעלי איז אריינגעקומען א שוואכע פערדער אין די פריימערי, און באשילדיגט די וואל אויסגאנג אין וואל פעלטשערייען.
קעלי איז אריינגעקומען א שוואכע פערדער אין די פריימערי, און באשילדיגט די וואל אויסגאנג אין וואל פעלטשערייען.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
דזשענעריק בעלאט אנקעטעס:
Morning Consult:
דעמאקראטן - 45%
רעפובליקאנער - 43%
YouGov:
דעמאקראטן - 44%
רעפובליקאנער - 39%
דעמאקראטישע פאולסטער Data For Progress:
רעפובליקאנער - 48%

אינערליכע מעסטערס אנקעטע גענומען געווארן דורך די רעפובליקאנער פאולסטער פאבריזאו פון די אריזאנע סענאט פארמעסט:
סענעטאר מארק קעלי (ד) - 49%
בלעיק מעסטערס (ר) - 44%
די אנקעטע איז גענומען געווארן נאך בעפאר די נעכטיגע רעזולטאטן.
סענעטאר מארק קעלי (ד) - 49%
בלעיק מעסטערס (ר) - 44%
די אנקעטע איז גענומען געווארן נאך בעפאר די נעכטיגע רעזולטאטן.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
מאנמעט:קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:דזשענעריק בעלאט אנקעטעס:
Morning Consult:
דעמאקראטן - 45%
רעפובליקאנער - 43%
YouGov:
דעמאקראטן - 44%
רעפובליקאנער - 39%
דעמאקראטישע פאולסטער Data For Progress:
רעפובליקאנער - 48%
דעמאקראטן - 44%
דעמאקראטן - 50%
רעפובליקאנער - 43%
רעגעסטרירטע וויילער:
דעמאקראטן - 49%
רעפובליקאנער - 46%
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
רעפאבליקאנער ליעד ביי ריעל קלעיר פאליטיקס אראפ צו 0.3%. (זיי רעכענען די 3% ד ליעד ווערסיע פון מאנמאוט.)
ביי 538 איז עס אראפ צו 0.1%.
ביי 538 איז עס אראפ צו 0.1%.
- אטעטשמענטס
-
- 20220803_121412.jpg (91.5 KiB) געזען 932 מאל
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
נאך א אנקעטע פון די רעפובליקאנער פאולסטער On Message Inc, אויך גענומען בעפאר די נעכטיגע רעזולטאטן:קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:אינערליכע מעסטערס אנקעטע גענומען געווארן דורך די רעפובליקאנער פאולסטער פאבריזאו פון די אריזאנע סענאט פארמעסט:
סענעטאר מארק קעלי (ד) - 49%
בלעיק מעסטערס (ר) - 44%
די אנקעטע איז גענומען געווארן נאך בעפאר די נעכטיגע רעזולטאטן.
סענעטאר מארק קעלי (ד) - 49%
בלעיק מעסטערס (ר) - 44%
- - -
דזשענעריק בעלאט אין אריזאנע:
רעפובליקאנער - 45%
דעמאקראטן - 43%
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
סאוט קעראליינע סענעטאר טים סקאט (ר) האט אינדארסירט אלאסקע סענעטאר ליסע מערקאוסקי (ר).
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
דזשארדזשיא סענאט רעפובליקאנע נאמיני הערשל ואלקער איינגעגאנגען צו דעבאטירן סענאטאר ווארנאק אום אקטאבער 14 למספרם
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11453
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע: אונטערן זעקל
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
סך הכל פון די נעכטיגע פריימערי'ס
קרעדיט @אידישליך
קרעדיט @אידישליך
אידישליך האט געשריבן:נעכטן זענען אפגעהאלטן געווארן נאך א רייע פריימערי וואלן אין עטליכע שטאטן איבער'ן לאנד; אין מישיגען, מיזורי, אריזאנע און וואשינגטאן.
מישיגען
אמטירנדע דעמאקראטישע גאווערנער וויטמער איז געלאפן אין די פריימעריס אן קיין קעגנער, און פארמאגט די פארטיי'ס נאמינאציע צו לויפן פאר נאך א טערמין אלס גאווערנער.
אויף די רעפובליקאנער זייט האבן זיך ארגינעל פארמאסטן 10 קאנדידאטן, אבער נאר 5 האבן באוויזן צו צוזאמנעמען גענוג אונטערשריפטן צו ערשיינען אויפ'ן שטים צעטל.
טודאר דיקסאן, א באקאנטע ביזנעס פרוי אין די סטעיט און געוועזענע רעפארטער אויף א קאנסערוואטיווע טשענעל, איז דערקלערט געווארן געווינערין אין די פארמעסט. זי האט אין די לעצטע טעג פון די קאמפיין ערהאלטן טראמפ'ס אינדארסירונג וואס האט איר ארויפגעשטופט אין די אנקעטעס, זי האט ארויסגעצויגן א מאסיווע זיג אין די פארמעסט.
די איבריגע קאנדידאטן זענען: קעווין רינק אויך א ביזנעסמאן, וועלכער איז געלאפן אויף א פראָ ביזנעס פלאטפארמע, און איז אריינגעקומען ווארשיינליך אין 2'טן פלאץ; גערעט סאלדאנא, א ארטיגער קייראפראקטער און שרייבער, וועלכער איז מיינסטנס צייט געשטאנען פאראויס סיי מיט פאנדרעיזינג און סיי אין די אנקעטעס האט אבער גאר שוואך אנגעצויגן און איז אריינגעקומען דריטער, און רייען קעלי, אן ארטיגער ריעל עסטעיט בראוקער און ביזנעסמאן האט אויך שוואך אנגעצויגן אריינקומענדיג פערטער.
- קאנגרעסיאנאלע פריימערי פארמעסטן - די סטעיט פארמאגט 14 זיצן אין קאנגרעס וועלכע איז איצט צוטיילט 7-7 צווישן ביידע פארטייען, אבער האט פארלוירן א זיץ נאך די לעצטע צענזוס ציילונג.
אין די 11'טע דיסטריקט וואו עס האבן זיך פארמאסטן 2 אמטירנדע דעמאקראטישע קאנגרעס מיטגלידער, האט די מעסיגע קאנדידאט אמטירנדע קאנגרעספרוי העילי סטיווענס, געוואונען די פארמעסט באזיגנדיג דעם פראגרעסיווער קאנגרעסמאן ענדי לעווין, וועלכער פארטרעט איצט די (געוועזענע) 9'טע דיסטריקט. די פארמעסט האט געצויגן גאר אסאך אויפמערקזאמקייט צוליב וואס דארט האט זיך אויסגעשפילט די אינערליכע קאמף אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי צווישן די מעסיגע און די ראדיקאלע פליגלען, און אויך צוליב וואס די פראגע איבער די שטאנד פון די דעמאקראטישע פארטיי איבער אמעריקע'ס מיליטערישע שטיצע צו מדינת ישראל האט שטארק דאמינירט די פארמעסט, מיט עטליכע מדינת ישראל'ישע לאביאירונג ארגאניזאציעס קעמפנדיג צווישן זיך, ווען 'עיפעק' (AIPAC) שטיצט גאר שטארק סטיווענס, און די רעלאטיוו נייע לינקע ארגאניזאציע 'דזשעי סטריט' (J Street) שטיצט לעווין.
אין די 3'טע דיסטריקט אויף די רעפובליקאנער זייט, האט דער טראמפ געשטיצטער קאנדידאט דזשאן גיבס, א געוועזענער סאפטוועיר אינדזשעניר און פאליטישער קאמענטאטאר, און געוועזענער טראמפ אדמיניסטראציע באאמטער, געוואונען און שמאל באזיגט דעם אמטירנדער קאנגרעסמאן פיטער מאיער. טראמפ האט געפירט א שווערע קאמף ארויס צו דערזעהן מאיער צוליב וואס ער האט געשטימט צו אימפיטשען טראמפ אין די 2'טע אימפיטשמענט.
- -
אין מיזורי זענען פארגעקומען סענאט און קאנגרעס פריימערי פארמעסטן אין ביידע פארטייען, אבער די רעפובליקאנער סענאט פריימערי פארמעסט איז די הויפט צוליב וואס דער רעפובליקאנער נאמינאציע איז ווארשיינליך דער געווינער אין די אלגעמיינע וואלן.
נאך וואס לאנגיעריגער רעפובליקאנער סענעטאר ראי בלאנט האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג האבן זיך געיאוועט קאנדידאטן צו איבערנעמען די זיץ, אזויפיל ווי 21 קאנדידאטן זענען ארויף אויפ'ן שטים צעטל.
דער דערקלערטער געווינער איז עריק שמידט, דער אמטירנדער אטוירני דזשענעראל אין די סטעיט, ער האט ארויסגעצויגן א באקוועמע זיג. אין צווייטן און דריטן פלאץ זענען אריינגעקומען מיזורי קאנגרעספרוי וויקי הערצלער און דער געוועזענער גאווערנער עריק גרייטענס, וועלכער איז געצווינגען געווארן צו רעזיגנירן אין 2018 צוליב סקאנדאלן איבער שמוציגע אויפפירונג. ווי באריכטעט האט טראמפ אינדארסירט 'עריק' אן אנגעבן וועמען ער מיינט, אנגעבנדיג אז ער פארלאזט זיך אויף די מיזורי בירגער צו פאסן די ריכטיגע באשלוס.
אין די 1'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט, האט אמטירנדע ראדיקאלע קאנגרעספרוי קארי בוש ארויסגעצויגן א מאכטפולע זיג באזיגנדיג איר קעגנער, אן ארטיגער סטעיט סענעטאר, סטיוו ראבערטס, וועלכער איז געווען דער יונגסטער שווארצער מאן צו דינען אין די מיזורי סטעיט סענאט.
- -
אין קענזעס, וועלכע איז געווען די ערשטע סטעיט צו אפהאלטן א 'בירגער אנפראגע' איבער די טעמע פון אבאורשן, אין ליכט פון די היסטארישע סופרים קאורט אורטייל צו אנולירן ראו ווס. וועיד. האט די 'נישט טוישן די קאנסטיטוציע' געוואונען מיט איבער 60% בירגער.
די פראגע צו די בירגער איז געווען צי מען זאל צולייגן צו די קאנסטיטוציע אן אמענדמענט וואס זאל לויטן אז די די פראצעדור איז נישט קיין קאנסטיטוציאנאלע רעכט, וואס דאן מיינט עס אז די סטעיט לעגיסלאטור קען אדורכפירן געזעצן צו גענצליך פארבאטן די פראצעדור, אדער זאל מען לאזן די קאנסטיטוציע אזוי ווי עס איז יעצט, וואס דאן אפילו אויב די לעגיסלאטור, וועלכע איז איצט קאנטראלירט דורך רעפובליקאנער, פירט אריבער געזעצן צו איינצוימען די פראצעדור וועלן זיי דאס נישט קענען גענצליך פארבאטן.
- -
אין אריזאנע זענען פארגעקומען פארמעסטן אין ביידע פארטייען אויפ'ן גאווערנער זיץ, צו ערזעצן דעם ארויסגייענדיגער רעפובליקאנער גאווערנאר דאג דוסי וועלכער קען נישט לויפן פאר ווידערוויילונג נאכן אויסדינען די מאקסימום טערמינען. אזוי אויך איז פארגעקומען סענאט און קאנגרעס פריימערי פארמעסטן.
- גאווערנער פארמעסטן
אויף די דעמאקראטישע זייט האט קעיטי האָבס, אמטירנדע סעקרעטערי אוו סטעיט, ברייט געוואונען די פארטיי'ס נאמינאציע פאר גאווערנער.
אויף די רעפובליקאנער זייט האט זיך אפגעשפילט איינס פון די מערסט פראמינענטע פאליטישע פארמעסטן צווישן געוועזענער פרעזידענט טראמפ און זיין וויצע־פרעזידענט פענס, ווען טראמפ האט הייס אינדארסירט און פערזענליך אראפגעקומען קאמפיינען פאר זיין קאנדידאט, קערי לעיק, א געוועזענע זשורנאליסט, און פענס האט אינדארסירט קערין טעילאר-ראובסאן, א לויער און איינגעשטעלטע אין די ארטיגע באורד אוו רידזשענטס, זי האט אויך געהאט די פולע שטיצע פונעם אמטירנדער רעפובליקאנער גאווערנער דוסי. די קאמפיין איז געווען גאר א היציגע, און אן קיין קלארע 'פראנט ראננער', ווען די אנקעטעס גייען ארויף און אראפ גיבנדיג אביסל מער שטארקייט פאר לעיק.
ביזדערווייל, איז די פארמעסט נאכנישט גערופן געווארן זייענדיג צי נאענט צו דערקלערן א זיכערע געווינערין, אבער יעצט שטייט לעיק מיט א 1.8% אויבערהאנט, ווען לעיק האט 46.2% און ראובסאן 44.4%.
- סענאט פארמעסטן
אויף די דעמאקראטישע זייט איז אמטירנדער סענאטאר מארק קעלי געלאפן אן קיין פריימערי קעגנער.
אויף די רעפובליקאנער זייט האבן זיך פארמאסטן 5 הויפט קאנדידאטן. דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט בלעיק מעסטערס, א ביזנעסמאן און אינוועסטירער; דזשים לעימאן א מיליטערישער וועטעראן; מארק בערנאוויטש, דער אמטירנדער אטוירני דזשענעראל. בלעיק מעסטערס איז דערקלערט געווארן געווינער, מיט 39.0% קעגן 28.8% פאר לעמאן וועלכער איז אריינגעקומען די צווייטער.
- סעקרעטערי אוו סטעיט
אויף די רעפובליקאנער זייט האבן זיך פארמאסטן 4 הויפט קאנדידאטן, דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט מארק פינטשעם, אן ארטיגער סטעיט לעגיסלאטור; באו לעין; שאָנאַ באליק, אן ארטיגע סטעיט לעגיסלאטור; מישעל יודזשענטי-ריטא, אן ארטיגע סטעיט סענאטאר. פינטשעם איז דערקלערט געווארן זיגער מיט א באדייטענדע אויבערהאנט איבער די איבריגע קאנדידאטן.
אויף די דעמאקראטישע זייט פארמעסטן זיך 2 קאנדידאטן, געוועזענער מאריקאופע קאונטי באאמטער עידריען פאנטעס און אן ארטיגער סטעיט לעגיסלאטור רעדזשינאלד באלדינג. די פארמעסט איז נאכנישט גערופן געווארן, אבער פאנטעס האלט אן אן אויבערהאנט.
-וואשינגטאן
אין וואשינגטאן איז די סיסטעם אז די צוויי העכסטע פריימערי קאנדידאטן, אפגעזעהן די פארטיי אפיליאציע, פארמעסטן זיך אין די אלגעמיינע וואלן.
- סענאט פארמעסט -
אין די סענאט פארמעסט האבן זיך פארמאסטן 18 קאנדידאטן, אריינגערעכנט אמטירנדע דעמאקראטישע סענאטאר פעטטי מאָרי וועלכע איז אריינגעקומען אין ערשטן ארט און וועט לויפן פאר א 6'סטע סענאט טערמין. אין צווייטן ארט איז אריינגעקומען א רעפובליקאנער קאנדידאט טיפאני סמיילי, א געוועזענער נורס, און זי וועט זיך פארמעסטן קעגן מארי אין די אלגעמיינע וואלן אין נאוועמבער.
- סעקרעטערי אוו סטעיט -
אין די פארמעסט פאר סעקרעטערי אוו סטעיט איז דער אמטירנדער סעקרעטאר סטיוו האָבס אריינגעקומען אין ערשטן ארט און וועט לויפן אין די אלגעמיינע וואלן, אבער ווער זיין קעגנער וועט זיין איז נאכנישט אנטשידן געווארן זייענדיג דערווייל צי שמאל.
- קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן -
פון צווישן די קאנגרעסיאנאלע פריימעריס ווערן די קומענדיגע 2 פארמעסטן גאר שטארק נאכגעקוקט, צוליב וואס די אמטירנדע רעפובליקאנער קאנגרעס מיטגלידער זענען פון די לעצט פארבליבענע אמטירנדע רעפובליקאנער צו שטימען פאר טראמפ'ס אימפיטשמענט, און דער געוועזענער פרעזידענט האט גאר שטארק געקעמפט זיי צו ערזעצן.
אין די 3'טע דיסטריקט וועלכע ווערט איצט פארטרעטן דורך רעפובליקאנער קאנגרעספרוי הערערא באוטלער וועלכע זוכט ווידערוויילונג, איז א דעמאקראטישע קאנדידאט, מאריע גלאוזענקעמפ פערעז, אריינגעקומען אין ערשטן ארט און וועט לויפן אין די אלגעמיינע וואלן קעגן באוטלער וועלכע איז נאך ביזדערווייל נישט פארזיכערט מיטן צווייטן ארט. דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט דזשאו קענט, א געוועזענער גרין בערעט אפיציר, איז ביזדערווייל אין דריטן ארט נאך באוטלער מיט מעגליכע שאנסן איר צו איבערשטייגן.
אן ענליכע בילד שפילט זיך אפ אין די 4'טע דיסטריקט וואו דער אמטירנדער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דען ניוהאוז איז אריינגעקומען אין ערשטן ארט, א דעמאקראטישער קאנדידאט דאג ווייט, אן ארטיגער ביזנעסמאן, איז אריינגעקומען צווייט, און דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט לארען קאלפ, אן ארמיי וועטעראן און לאנגיעריגער פאליציי אפיציר, אין דריטן ארט.
די פארמעסט איז ווייט פון פאראיבער נעמענדיג אין באטראכט אז מען האט נאכנישט געציילט קיין 50% פראצענט פון די שטימען, און קיין איין קאנדידאט איז נאכנישט פארזיכערט צו לויפן אין די אלגעמיינע וואלן.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
אינערליכע פריש אנקעטע גענומען דורך Keating Research פון די קאנגרעס פארמעסט אין קאלעראדא'ס 3'טע דיסטריקט, וואס איז א טראמפ 8.3%+ דיסטריקט:
קאנגרעספרוי לארען באובערט (ר) - 49%
עדעם פריש (ד) - 42%
קאנגרעספרוי לארען באובערט (ר) - 49%
עדעם פריש (ד) - 42%
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
אינערליכע גאלדמאן אנקעטע גענומען דורך אימפעקט ריסערטש פון די דעמאקראטישע קאנגרעסניאלע פריימערי אין ניו יארק'ס 10'טע דיסטריקט:קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:אינערליכע אנקעטע פון די האלצמאן קאמפיין גענומען דורך Change Research פון די דעמאקראטישע קאנגרעסניאלע פריימערי אין ניו יארק'ס 10'טע דיסטריקט:
אינפיטשמענט קאונסיל דעניעל גאלדמאן - 14%
געוועזענע קאנגרעספרוי עליזעבעט האלצמאן - 12%
סיטי קאונסיל מעמבער קערעליין ראווירע - 10%
אסעמבלי מעמבער דזשאו ענע סיימאן - 10%
קאנגרעסמאן מאנדעיר דזשאונס - 10%
אסעמבלי מעמבער יו-לינע ניא - 10%
אומבאשלאסן - 30%
- - -
קוקט אויס גאנץ א אינטערסאנטע פארמעסט..
אינפיטשמענט קאונסיל דעניעל גאלדמאן - 18%
אסעמבלי מעמבער יו-לינע ניא - 16%
סיטי קאונסיל מעמבער קערעליין ראווירע - 14%
קאנגרעסמאן מאנדעיר דזשאונס - 10%
געוועזענע קאנגרעספרוי עליזעבעט האלצמאן - 9%
אסעמבלי מעמבער דזשאו ענע סיימאן - 7%
אומבאשלאסן - 18%
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
געציילטע וואכן בעפאר די פלארידע פריימערי'ס, און St Pete איז דא מיט א פרישע אנקעטע פון די דעמאקראטישע גאווערנאר פריימערי אין פלארידע:קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:St Pete אנקעטע פון די דעמאקראטישע גאווערנאר פריימערי אין פלארידע:
קאנגרעסמאן טשארלי קריסט - 49%
ניקי פריעד - 24%
אומבאשלאסן - 26%
קאנגרעסמאן טשארלי קריסט - 56%
ניקי פריעד - 24%
אומבאשלאסן - 20%
וויילער וואס האבן שוין געשטימט מיט ערלי וואויטינג:
קריסט - 64%
פריעד - 25%
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
אפדעיטעד קריסטאל באל סענאט מאפע.
רעפובליקאנער - 49 זיצן
דעמאקראטן - 46 זיצן
טאס אפ - 4 זיצן
טאס אפ - פענסילוועניע, נעוואדע, אריזאנע און דזשארדזשיע.
רעפובליקאנער - 49 זיצן
דעמאקראטן - 46 זיצן
טאס אפ - 4 זיצן
טאס אפ - פענסילוועניע, נעוואדע, אריזאנע און דזשארדזשיע.
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
מיט 82% געציילט שטייט די טראמפ אינדראסירטע קערי לעיק ביי א אויבערהאנט פון 46.2% צו ראבסאן'ס 44.4% און די אריזאנע פריימערי פארמעסט.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
אנקעטע פון די דעמאקראטישע גרופע Center Street Pac גענומען דורך Survey Monkey פון די אהייא סענאט פארמעסט:
טים רייען (ד) - 49%
דזשעי די ווענס (ר) - 38%
(זייערע אנקעטע מיט א חודש צוריק האט געהאט רייען ביי א 9% אויבערהאנט..)
טים רייען (ד) - 49%
דזשעי די ווענס (ר) - 38%
(זייערע אנקעטע מיט א חודש צוריק האט געהאט רייען ביי א 9% אויבערהאנט..)
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
די ליז טשעיני (ר) קאמפיין האט ארויסגעלייגט אן עד פון איר טאטע געוועזענע ווייס פרעזידענט דיק טשעיני (ר) ווי ער בייסט אריין אין טראמפ מיט נידריגע לשונות וחרמות.
וואסערמאן: פון די יעצטיגע עד קוקט אויס ווי טשעיני האט שוין לאנג אויפגעגעבן צו געווינען ווידערוויילונג אין די סטעיט ווי טראמפ האט באקומען נאנט צו 70% פון די שטימען.
וואסערמאן: פון די יעצטיגע עד קוקט אויס ווי טשעיני האט שוין לאנג אויפגעגעבן צו געווינען ווידערוויילונג אין די סטעיט ווי טראמפ האט באקומען נאנט צו 70% פון די שטימען.
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
קענסט ברענגן?קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:די ליז טשעיני (ר) קאמפיין האט ארויסגעלייגט אן עד פון איר טאטע געוועזענע ווייס פרעזידענט דיק טשעיני (ר) ווי ער בייסט אריין אין טראמפ מיט נידריגע לשונות וחרמות.
וואסערמאן: פון די יעצטיגע עד קוקט אויס ווי טשעיני האט שוין לאנג אויפגעגעבן צו געווינען ווידערוויילונג אין די סטעיט ווי טראמפ האט באקומען נאנט צו 70% פון די שטימען.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
נידעריגע לשונות?קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:די ליז טשעיני (ר) קאמפיין האט ארויסגעלייגט אן עד פון איר טאטע געוועזענע ווייס פרעזידענט דיק טשעיני (ר) ווי ער בייסט אריין אין טראמפ מיט נידריגע לשונות וחרמות.
וואסערמאן: פון די יעצטיגע עד קוקט אויס ווי טשעיני האט שוין לאנג אויפגעגעבן צו געווינען ווידערוויילונג אין די סטעיט ווי טראמפ האט באקומען נאנט צו 70% פון די שטימען.
איך האב נישט געהערט קיין איין אפילו סעמי נישט איידעלע ווארט.
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
"He is a coward."צל עובר האט געשריבן:נידעריגע לשונות?קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:די ליז טשעיני (ר) קאמפיין האט ארויסגעלייגט אן עד פון איר טאטע געוועזענע ווייס פרעזידענט דיק טשעיני (ר) ווי ער בייסט אריין אין טראמפ מיט נידריגע לשונות וחרמות.