2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:47 pm

Kathy Barnette אריינגעטאנצן אין פענסילוועיניע סענאט רעיס.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 14, 2021 9:27 am

וויסקאנסין סטעיט טרעזשוראר שרה גאלדוועסקי טאנצט אריין אינעם סענאט פארמעסט און קריטיקירט שארף סענאטאר ראן דזשאנסאן

גאלדוועסקי קומט אויך ארויס קריטיקירן די סענאט פיליבאסטער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 14, 2021 11:35 am

הכל הבל האט געשריבן:וויסקאנסין רעפובליקאנע קאנגרעסמאן מייק גאלאגער אויפגעטריבן 830 טויזנט דאלער אינעם ערשטן למספרם קווארטאל און זיצט מיט 1.9 מיליאן דאלער אין די באנק
ער איז א פאטענציאלע סענאט קאנדידאט אין פאל סענאטאר ראן דזשאנסאן באשליסט נישט צו זוכן ווידערערוויילונג

קאנגרעסמאן זאגט אז ער וועט נישט לויפן אויב דזשאנסאן רעטייערט אבער זאגט אז ער גלויבט אז דזשאנסאן וועט לויפן

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך אפריל 14, 2021 12:15 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:וויסקאנסין רעפובליקאנע קאנגרעסמאן מייק גאלאגער אויפגעטריבן 830 טויזנט דאלער אינעם ערשטן למספרם קווארטאל און זיצט מיט 1.9 מיליאן דאלער אין די באנק
ער איז א פאטענציאלע סענאט קאנדידאט אין פאל סענאטאר ראן דזשאנסאן באשליסט נישט צו זוכן ווידערערוויילונג

קאנגרעסמאן זאגט אז ער וועט נישט לויפן אויב דזשאנסאן רעטייערט אבער זאגט אז ער גלויבט אז דזשאנסאן וועט לויפן

ער וועט נישט לויפן אויב דזשאנסען רעטייערט, אדער פארקערט?

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אפריל 14, 2021 12:22 pm

רעפובליקאנע קאנגרעסמאן קעווין ברעידי פון טעקסאס געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אפריל 14, 2021 12:25 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:וויסקאנסין רעפובליקאנע קאנגרעסמאן מייק גאלאגער אויפגעטריבן 830 טויזנט דאלער אינעם ערשטן למספרם קווארטאל און זיצט מיט 1.9 מיליאן דאלער אין די באנק
ער איז א פאטענציאלע סענאט קאנדידאט אין פאל סענאטאר ראן דזשאנסאן באשליסט נישט צו זוכן ווידערערוויילונג

קאנגרעסמאן זאגט אז ער וועט נישט לויפן אויב דזשאנסאן רעטייערט אבער זאגט אז ער גלויבט אז דזשאנסאן וועט לויפן

ער וועט נישט לויפן אויב דזשאנסען רעטייערט, אדער פארקערט?

אפילו אויב דזשאנסאן רעטייערט וועט ער אויך נישט לויפן

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אפריל 14, 2021 9:12 pm

לינקע און א.ג. "פראגרעסיווע" אקטיוויסט פרוי אבדעלהאמיד געמאלדן א פריימערי פארמעסט קעגן אמטירענדע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי מעלאוני פון ניו יארק'ס 12'טע דיסטריקט.

די "זשוסטי דעמאקראטס" גרופע -וואס האט צווישן אנדערע געשטיצט קאנגרעסמאן באומאן און קאנגרעספרוי קארטעז- האבן שוין געמאלדן אז זיי וועלן שטיצן אבדעלהאמיד אין די פארמעסט.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 14, 2021 10:13 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דער אפריקאנער אמעריקאנער טשארלס בוקער וועלכע האט פארלוירן די דעמאקראטישע סענאט פריימערי אין קענטאקי אין 2020 למספרם צו עימי מקגרעט האט געשאפן אן עקפלארעטערי קאמיטע אין א צייכן אז ער זוכט אונטערצונעמען א פרישע סענאט קאמפיין


אה די דעמאקרעטס האבן שוין ווי צו ספענדן אזא 100מיליאנערל!

אדער צוויי, אדער דריי..
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » מיטוואך אפריל 14, 2021 10:23 pm

פאר צוויי דארפן זיי קודם א קאנדידאט אין ס. ק.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 12:25 pm

פאר עמיצער טאנצט אריין אינעם פארמעסט אקעגן סענאטאר דזשאן טון איז גוט צו נעמען אין אכט אז ער האט געמאלדן אז ער זיצט מיט 13.9 מיליאן דאלער אין די באנק

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 12:25 pm

סענאטאר טים סקאט האט 8.9 מיליאן דאלער אין די באנק

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 1:26 pm

הכל הבל האט געשריבן:געוועזענע צפון קאראליינע גאווערנאר פעט מקרארי ערווארטעט אריינצושפרונגען די וואך אינעם ארטיגן סענאט פארמעסט און לויט אן אנקעטע געניסט ער פון שטארקע נאמען אנערקענונג און צופרידנהייט ראטעס און איז דערווייל די פראנט ראנער אינעם פארמעסט

איך ווייס נישט פארוואס די זאגסט פראנט ראנער, איך מיין אז די איינציגסטע פאול וואס איז ארויסגעקומען פון צפון קאראליינע, און געוויזען מקרארי אלס דער פראנט ראנער,
איז געווען א פאול וואס האט נישט געמענשענט לארא טראמפ.
(חוץ אויב די רעדסט פון קאנדידאטען וואס האבן שוין געמאלדען)

2022 North Carolina Senate - Republican Primary:

McCrory 48%
Walker 13%
Budd 9%

@POStrategies/@PatMcCroryNC Internal Poll, 500 LV, 4/6-8
לעצט פאראכטן דורך ר' זעקל אום דאנארשטאג אפריל 15, 2021 1:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 1:32 pm

North Carolina Senate - Republican Primary:

Lara Trump 32%
Robinson 20%
McCrory 14%
Forest 13%
Walker 3%
@cygnal

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 1:45 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:געוועזענע צפון קאראליינע גאווערנאר פעט מקרארי ערווארטעט אריינצושפרונגען די וואך אינעם ארטיגן סענאט פארמעסט און לויט אן אנקעטע געניסט ער פון שטארקע נאמען אנערקענונג און צופרידנהייט ראטעס און איז דערווייל די פראנט ראנער אינעם פארמעסט

איך ווייס נישט פארוואס די זאגסט פראנט ראנער, איך מיין אז די איינציגסטע פאול וואס איז ארויסגעקומען פון צפון קאראליינע, און געוויזען מקרארי אלס דער פראנט ראנער,
איז געווען א פאול וואס האט נישט געמענשענט לארא טראמפ.
(חוץ אויב די רעדסט פון קאנדידאטען וואס האבן שוין געמאלדען)

2022 North Carolina Senate - Republican Primary:

McCrory 48%
Walker 13%
Budd 9%

@POStrategies/@PatMcCroryNC Internal Poll, 500 LV, 4/6-8

דיין ענטפער איז ריכטיג


מען רעדט פון געמאלדענע קאנדידאטן און זיך בעיקר באצויגן איבער א מקרארי וואלקער פארמעסט

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 2:03 pm

הכל הבל האט געשריבן:פאר עמיצער טאנצט אריין אינעם פארמעסט אקעגן סענאטאר דזשאן טון איז גוט צו נעמען אין אכט אז ער האט געמאלדן אז ער זיצט מיט 13.9 מיליאן דאלער אין די באנק


ייש"כ הבל פארן אויפמערקזאם מאכן, האמיר שוין מודיע געווען טראמפ'ן אז ער קען נישט רעכענען אויף אונז!

אגב ווערט ארויסצוברענגען אז 13.8 מיליאן מיינט בערך 50 דאלער פאר יעדער רעדזשיסטערט רעפובליקען אין סאוט דעקאטע wow!

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 2:05 pm

ר' זעקל האט געשריבן:North Carolina Senate - Republican Primary:

Lara Trump 32%
Robinson 20%
McCrory 14%
Forest 13%
Walker 3%
@cygnal

די אנקעטע האט אבער א פראבלעם, אז עס איז נישט באקאנט ווער עס האט דאס גענומען און פאר וועם ער האט דאס גענומען.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 2:09 pm

צל עובר האט געשריבן:די אנקעטע האט אבער א פראבלעם, אז עס איז נישט באקאנט ווער עס האט דאס גענומען און פאר וועם ער האט דאס גענומען.

קען זיין, די פאול וואס האט מקרארי האט אויך א פראבלעם אז עס איז א אינטערנעל פאול פון די מקרארי טיעם.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 3:26 pm

דארט ווייס איך אבער כאטש ווער און פאר וועם.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 06, 2021 8:13 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך רוסישע פרינץ » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 9:16 pm

ר' זעקל האט געשריבן:North Carolina Senate - Republican Primary:

Lara Trump 32%
Robinson 20%
McCrory 14%
Forest 13%
Walker 3%
@cygnal

ראבינסאן זאגט היינט אז ער קוקט ערנסט אריין אין די מעגליכקייט פון אריינטאנצן אין די פארמעסט.
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (30.32 KiB) געזעהן 450 מאל

צווישן אנדערע האט ער אנגעוויזן אויף די אנקעטע וואס שטעלט אלס דער שטערקסטע קאנדידאט אונטער טראמפ'ס טאכטער.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך עפעס אנדערש » פרייטאג אפריל 16, 2021 1:19 am

טראמפ שרייבט: "גרויסע נייעס פאר די רעפאבליקען פארטיי! סענעטאר ליסא מורקאווסקי זאגט אז זי טראכט נאך אויב זי זאל לויפן פאר נאך א טערמין אלס סענעטאר אין אלאסקא. אין אנדערע ווערטער: עס איז דא א טשאנס אז זי גייט נישט לויפן. וואלט דאס נישט געווען גאר גוט?".

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך עפעס אנדערש » פרייטאג אפריל 16, 2021 1:23 am

נאך שרייבט טראמפ: "אזוי סאך מענטשן קוקן אריין צו לויפן קעגן די קרעזי ליז טשעיני, אבער אונז ווילן נאר איינעם. זי איז אזוי ווייט אראפ אין די וויאמינג פאולס, אז די איינציגע וועג אז זי זאל געווינען איז נאר אויב עס לויפן מערערע קאנדידאטן קעגן איר און צוטיילן די וואויט. האפענטליך גייט דאס נישט געשען. איך גיי מאכן אן אינדארסמענט אין די נאנטע צוקונפט".

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » פרייטאג אפריל 16, 2021 11:47 am

עפעס אנדערש האט געשריבן:טראמפ שרייבט: "גרויסע נייעס פאר די רעפאבליקען פארטיי! סענעטאר ליסא מורקאווסקי זאגט אז זי טראכט נאך אויב זי זאל לויפן פאר נאך א טערמין אלס סענעטאר אין אלאסקא. אין אנדערע ווערטער: עס איז דא א טשאנס אז זי גייט נישט לויפן. וואלט דאס נישט געווען גאר גוט?".


ער האט עפעס א בעיס אויף דעם?
גיי פארשטיי האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:מערקארסקי (וואס האט שוין געזאגט אין פארגאנגענהייט אז זי לויפט) זאגט אז זי וויל נישט ענטפערן אויב זי לויפט!
https://www.dailykos.com/stories/2021/3 ... -next-year


למעשה לויפט זי יא.

https://mustreadalaska.com/shes-running ... ion-cycle/

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » פרייטאג אפריל 16, 2021 1:06 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:געוועזענע טראמפ געהילף מעקס מילער וועט לויפן אין א פריימערי אקעגן רעפובליקאנער קאנגרעסמאן ענטאני גאנזאלעז פון אהייא'ס 16'טע קאנגרעסיאנאלע. דיסטריקט
גאנזאלעז האט געשטימט צו אימפיטשן דעם פרעזידענט

געוועזענע פרעזידענט טראמפ אפיציעל אינדארסיט מילער אין די פארמעסט.
Screenshot 2021-02-27 213458.jpg

קלוב פאר וואוקס אינדארסירט מילער

טראמפ וועט היינט נאכט אפהאלטן א פאנדרעיזער פאר מילער
א רייע סענאט קאנדידאטן ווי מאנדעל, טימקען, און בערני מארענא וועלן אנטייל נעמען

ביזנעסמאן מארענע אפיציעל אריינגעשפרונגען אינעם פארמעסט מיט די אינדאריסרונג פון עטליכע געוועזכענע אמבאסאדארן אריינגערעכנט ריק גרענעל

קאליען קאנוועי געוועזענע טראמפ קאמפיין מענעזשער, איז אויפגענומען געווארען דורעך די מארענע קאמפיין אלס סיניער אדווייזער.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אפריל 17, 2021 7:17 pm

געוועזענע דעמאקראטישע זשארזשיע געזעצגעבער ווערנאן זשאונס -וואס האט פאריאר געטוישט פארטיי רעגיסטראציע אין שטיצע פון טראמפ- געמאלדן אז ער נעמט אונטער א פארמעסט פאר די רעפובליקאנע נאמינאציע קעגן גאווערנאר ברייען קעמפ.
- - - -
ווייסעך נישט צו די נייעס געהערט אין דעם אשכול, נאר היות כאניש געפונען א גאווערנאר פארמעסט אשכול האבעך עס אהער געשטעלט - אויב איינער ווייסט פון אזא אשכול זאל מען ביטע מעלדן.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג אפריל 18, 2021 12:19 pm

רוסישע פרינץ האט געשריבן:צווישן אנדערע האט ער אנגעוויזן אויף די אנקעטע וואס שטעלט אלס דער שטערקסטע קאנדידאט אונטער טראמפ'ס טאכטער.

טראמפס שניר
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dyf, אהבת ישראל, אלי' מקוה יוד, אנפין נהירין, הרבטייטעלבוים, מה שמו, צהלתו בפניו און 54 געסט