2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » פרייטאג אפריל 09, 2021 1:10 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:ב’’ה אזעלכע קלארע געשמאקע אנאליזן.

ייש’’כ @צל @גיי פארשטיי.

גא"מ, סאך געשמאקער ווי ווען מ'טענה'ט זיך אויף נארישקייטן

ייש"כ פאר ענק.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » פרייטאג אפריל 09, 2021 1:54 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:@צל איך ווייס נישט ווי אזוי מען ציטירט פון א צווייטע אשכול אבער אפשר ציטיר דו דיין טשארט פון 2020 סענאט מעפ?
ועכשיו החילותי.

1.דזשארדזשיע טרענד לינקס אמת, אבער דו וועסט דאס קלאר מודה זיין אז דאס איז די סטעיט ווי די דעמס האבן געמאכט די גרעסטע פראגרעס, מיט דעם אלעם האט עס ביידן אויסגעקוועטשט מיט א האר, און ווארנאק וואס האט געוואונען די ראנ-אף איז עס בעיקר וועגן די גאנצע חזר'יי מיט טראמפ וואס איז געווען א גוטע מתנה פאר דעמס און די ריכטיגע צייט און זיי געגעבן די סטעיט (אגב די געדענקסט אז פערדו האט געוואונען אין נאוועמבער), סא א ביסל מער דעמס אינדערהיים, און נארדערן דזשארדזשיע אינדרויסן איז גענוג פאר די רעפס.

אז ביידען האט עס נאר געווינען מיט א האר איז נישט קיין רייע, דארפסט קוקען אויף די טרענד, דזשארדזשיע איז געגאנגען פון רעפ 8+ און 2012 צו רעפ 5+ און 2016 צו בערך איווען און 2020, אויב גייט עס ווייטער מיט די טרענד איז עס בכלל נישט אזוי גרינג פאר די רעפאבליקאנער און 2022, עס בלייבט נאך אלס די גרינגסטע ציל פאר די רעפאבליקאנער, אבער בכלל נישט איזי, נאכדערצו מיט א שווארצע אינקאמבענד ווי ווארנאק.
Capture.PNG
Capture.PNG (10.78 KiB) געזעהן 703 מאל



גיי פארשטיי האט געשריבן:2.אריזאנע מארק קעלי איז א אייזן שטארקע קאנדידאט, איך ווייס נישט צו לאכן אדער וויינען, זעהט זיך אויס אז די געדענקסט נאר די פאולס נישט די ריזאלטס, וועל איך דיר דערמאנען ער האט געוואונען קעגן די שוואכע מעקסעלי מיט 2.4% (אויך אין א סטעיט ווי די דעמאקראטן האבן געמאכט פראגרעס), און די זעלבע חשבון מיט א שטערקערע רורעל טורנאויט א ביסל א שוואכערע אורבן און דעמס אין סובורבן טורנאויט, און ער איז אווער.

מארק קעלי איז א שטארקע קאנדידאט נישט דא וואס צו רעדן, יא מען האט אים איבערגעשאצט אז ער גייט געווינען שטערקער, אבער געווינען מיט 2.4 אין די רויטע אריזאנע איז א שטארקקייט.


גיי פארשטיי האט געשריבן:3.נעוואדע ווייטער די זעלבע איידיע טראמפ האט געמאכט היבש פראגרעס צווישן היספעניקס דארטן, מיט א ביסל מער רעפובליקאנער אינדרויסן און זיי קענען זייער מעגליך געוואונען.

טראמפ האט נישט געמאכט קיין ערענסטע פראגרעס און נאוועדא צווישען 2016 און 2020 ער האט ביידע מאל פארלוירען מיט בערך צוויי אין א האלב פראצענט.

גיי פארשטיי האט געשריבן:4. ניו העמשיר בין איך מער ווייניגער מיט דיר אויב סונונו לויפט האבן די רעפובליקענס גוטע טשאנסן, אויב נישט דארפן די רעפובליקענס א וועיוו צו געוואונען.

אויב סונונו לויפט קען זיין די רעפס האבן עפעס א שאנס, אויב נישט האבן זיי נענטער צו זירא פראצענט, ניו העמפשער טרענד שרעקליך צו די בלויע זייט.

און נאכדעם קומט אויף די דעמאקראטישע זייט,
פענסילוועניע וואס עס איז די גרינגסטע פון אלע 2022 סטעיטס צו פליפען,
וויסקאנסען, אויב דזשאנסען לויפט איז עס אביסעל מער רואיג פאר די רעפאבליקאנער, אויב נישט איז עס 50/50.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » פרייטאג אפריל 09, 2021 2:02 pm

1. טרענד לויפט נישט אלעמאל ווייטער אין דירעקשן (קוק אויף נ. ק.) און מען רעדט דא פון א מידטורם.

2. איך פארשטיי נישט עס איז די רויטע אריזאנע אדער די דעמס פעיווארעט אפי' אין א ביידן מידטורם.

3. צווישן היספעניקס יא (קלארק קאונטי) חוץ מזה אויב די קוקסט אויף טרענד הייב אן צו קוקן פון 08 דריטנס ווירסעס פאפולער וואוט האט ער געמאכט 2.4% פראגרעס.

4. ניו העמשיר טרענד ווייס איך נישט וואס דו רעדסט אובאמא האט געמאכט בעסער אין ניו העמפשיר און סונונו האט אנגעצויגן איבער 60%.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6543
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג אפריל 09, 2021 2:08 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:3.נעוואדע ווייטער די זעלבע איידיע טראמפ האט געמאכט היבש פראגרעס צווישן היספעניקס דארטן, מיט א ביסל מער רעפובליקאנער אינדרויסן און זיי קענען זייער מעגליך געוואונען.

טראמפ האט פארלוירן אין 2016 נעוועדע מיט 2.4%, און אין 2020 מיט די זעלבע 2.4%.
פארקערט גאר, ביידען האט באקומען איבער 50% דארט, עפעס וואס קלינטאן האט נישט.

אלעס אנדערש ביסטו גערעכט.
זשארזשיע און אריזאנע זענען געהעריג טאסס-אפ, און נוי העמפשיר אויך אויב דער רעפובליקאנער גאווערנער לויפט.

פון די אנדערע זייט, לגבי דעמעקראטישע פיקאפס, האסטו אויך צוויי וואס זענען לכה"פ טאסס-אפ, פענסילוועניע און וויסקאונסין, און דארט האבן די דעמס די עדווענטיזש סיי אז ביידען האט דארט געוואונען און סיי אז די אינקאמבענטס לויפן נישט, די רעפס האבן קיין איינע פון זיי אין זשארזשיע און אריזאנע.
סאו אז די דעמס זאלן געינען א סיעט (און האבן מער פלאץ פאר לעגיסלאציע און רולס טוישענגען), איז מער שאנסן אז ניין ווי אז יא (דארפן געווינען\אנהאלטן 3 פון 4 טאסס-אפס אין א מידטערם), אבער זיי גייען לכאו' אויך נישט פארלירן.
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום פרייטאג אפריל 09, 2021 2:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » פרייטאג אפריל 09, 2021 2:10 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:3.נעוואדע ווייטער די זעלבע איידיע טראמפ האט געמאכט היבש פראגרעס צווישן היספעניקס דארטן, מיט א ביסל מער רעפובליקאנער אינדרויסן און זיי קענען זייער מעגליך געוואונען.

טראמפ האט פארלוירן אין 2016 נעוועדע מיט 2.4%, און אין 2020 מיט די זעלבע 2.4%.
פארקערט גאר, ביידען האט באקומען איבער 50% דארט, עפעס וואס קלינטאן האט נישט.

אלעס אנדערש ביסטו גערעכט.
זשארזשיע און אריזאנע זענען געהעריג טאסס-אפ, און נוי העמפשיר אויך אויב דער רעפובליקאנער גאווערנער לויפט.

פון די אנדערע זייט, לגבי דעמעקראטישע פיקאפס, האסטו אויך צוויי וואס זענען לכה"פ טאסס-אפ, פענסילוועניע און וויסקאונסין, און דארט האבן די דעמס די עדווענטיזש סיי אז ביידען האט דארט געוואונען און סיי אז די אינקאמבענטס לויפן נישט, די רעפס האבן קיין איינע פון זיי אין זשארזשיע און אריזאנע.
סאו אז די דעמס זאלן געינען א סיעט (און האבן מער פלאץ לעגיסלאציע און רולס טוישענגען), איז מער שאנסן אז ניין ווי אז יא (דארפן געווינען\אנהאלטן 3 פון 4 טאסס-אפס אין א מידטערם), אבער זיי גייען לכאו' אויך נישט פארלירן.

וויסקאנסין ווייסט מען נאך נישט צו דזשאנסן לויפט, און טאמער יא איז עס לכאורה לינינג רעפ.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » פרייטאג אפריל 09, 2021 2:15 pm

טראמפ אידארסירט רוביא.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » פרייטאג אפריל 09, 2021 2:22 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:1. טרענד לויפט נישט אלעמאל ווייטער אין דירעקשן (קוק אויף נ. ק.) און מען רעדט דא פון א מידטורם.

2. איך פארשטיי נישט עס איז די רויטע אריזאנע אדער די דעמס פעיווארעט אפי' אין א ביידן מידטורם.

3. צווישן היספעניקס יא (קלארק קאונטי) חוץ מזה אויב די קוקסט אויף טרענד הייב אן צו קוקן פון 08 דריטנס ווירסעס פאפולער וואוט האט ער געמאכט 2.4% פראגרעס.

4. ניו העמשיר טרענד ווייס איך נישט וואס דו רעדסט אובאמא האט געמאכט בעסער אין ניו העמפשיר און סונונו האט אנגעצויגן איבער 60%.

1. נארט ק. האט קיינמאל נישט געטרענד מיט אזאלכע נומבערס ווי דזשארדזשיע.
נארט ק.
nk.PNG
nk.PNG (11.25 KiB) געזעהן 668 מאל

דזשארדזשיע
GE.PNG
GE.PNG (12.47 KiB) געזעהן 662 מאל

2. אריזאנע איז געווען א רויטע סטעיט אין עס טרענד צו די בלויע זייט, אין אז קעלי האט געקענט געווינען מיט 2 אין א האלב פראצענט אין א רויטע סטעיט וואס ווערט א סווינג סטעיט
איז ער א שטארקע קאנדידאט.

3. נעוואדע עיין תגובה @וואס טוט זיך.

4. ניו העמפשיר א סטעיט וואס ביידן האט געווינען מיט 7 פראצענט, גלייב איך נישט אז אן סונונו האבן די רעפס ערענסטע שאנסען.

אבער עגעין די רעפאבליקאנער האבן שאנסען צוריקצונעמען די סענאט אין 2022, אבער די דעמאקראטען האבן היבש א שטערקערע שאנס עס אנצוהאלטען.
לעצט פאראכטן דורך ר' זעקל אום פרייטאג אפריל 09, 2021 2:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6543
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג אפריל 09, 2021 2:32 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:3. צווישן היספעניקס יא (קלארק קאונטי)

קען זיין ער האט געמאכט פראגרעס ביי די היספעניקס, דאס מיינט אבער אז ער האט פארלוירן ביי א אנדערע גרופע, זעסטעך ער האט גארנישט געגעינט אוועראלל אין 2020.
חוץ מזה אויב די קוקסט אויף טרענד הייב אן צו קוקן פון 08

קודם דו האסט גערעדט פון טראמפ צווייטענס, ברענג נישט קיין ראיה פון אבאמא, ער האט אוטפערפארמט אין כמעט יעדע סטעיט.
נוי יארק האט אבאמא געווינען שטערקער (ביידע מאל) ווי סיי קלינטאן און סיי ביידן, מיינט דאס אז נוי יארק טרענד צו רויט?

דריטנס ווירסעס פאפולער וואוט האט ער געמאכט 2.4% פראגרעס.

דאס איז צוליב ביידן'ס שטארקייט נאציאנאל, נישט צוליב זיין שוואכקיט אין נעוועדע, סאו ס'מאכט נישט אויס לגבי א סטעיטווייד פארמעסט.

-----------------------

צו ציטירען א תגובה פון אן אנדערן אשכול, קענסטו דריקן דעם ציטיר קנעפל, קאפיען די גאנצע סקריפט, און עס פעיסטן אין די אשכול וואו דו ווילסט עס שרייבן.
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום פרייטאג אפריל 09, 2021 2:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6543
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג אפריל 09, 2021 2:39 pm

ר' זעקל האט געשריבן:אריזאנע
nk.PNG


מיינסט לכאו' נ.ק., ניין?
ווייל מיט אריזאנע שטימט דאך עס נישט.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » פרייטאג אפריל 09, 2021 2:42 pm

יא איך האב עס געפיקסט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אפריל 11, 2021 11:54 am

אריזאנא רעפובליקאנער האבן נאכנישט קיין קלארע פריימערי פעלד פון סענאט קאנדידאטן אבער גאווערנאר דוסי האט שוין געזאגט אז ער וועט נישט זוכן צו לויפן צום סענאט אין די צייט וואס קאנגרעסמאן ביגס האט שוין יא געזאגט אז ער האלט די אויגן אפן

קלוב פאר וואוקס האט געספאנסארט א היכי תימצי פארמעסט צווישן ביגס און דוסי און דער לעצטער קומט אריין ביי 45% האלז ביי האלז מיט די 46% פאר ביגס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אפריל 11, 2021 11:56 am

ר' זעקל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אנקעטע דורכגעפירט פאר די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע שטעלט דאג קאלינס פאראויס פון הערשל וואלקער און קעלי לאפלער אין א רעפובליקאנע סענאט פריימערי פאר די דזשארדזשיא סענאט זיץ וועלכע ווערט איצט דעהאלטן דורך דעמאקראט רפאל ווארנאק

Collins 35%
Walker 27%
Loeffler 22%
Greene 7%
.
2-Way-Race:
Collins 55%
Loeffler 36%

@OnMessageInc, 600 LV, 3/14-15

הערשל זאגט איצט אז ער באטראכט אריינטאנצן

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג אפריל 11, 2021 2:20 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:1. טרענד לויפט נישט אלעמאל ווייטער אין דירעקשן (קוק אויף נ. ק.) און מען רעדט דא פון א מידטורם.

2. איך פארשטיי נישט עס איז די רויטע אריזאנע אדער די דעמס פעיווארעט אפי' אין א ביידן מידטורם.

3. צווישן היספעניקס יא (קלארק קאונטי) חוץ מזה אויב די קוקסט אויף טרענד הייב אן צו קוקן פון 08 דריטנס ווירסעס פאפולער וואוט האט ער געמאכט 2.4% פראגרעס.

4. ניו העמשיר טרענד ווייס איך נישט וואס דו רעדסט אובאמא האט געמאכט בעסער אין ניו העמפשיר און סונונו האט אנגעצויגן איבער 60%.

1. נארט ק. האט קיינמאל נישט געטרענד מיט אזאלכע נומבערס ווי דזשארדזשיע.
נארט ק.
nk.PNG

דזשארדזשיע
GE.PNG

2. אריזאנע איז געווען א רויטע סטעיט אין עס טרענד צו די בלויע זייט, אין אז קעלי האט געקענט געווינען מיט 2 אין א האלב פראצענט אין א רויטע סטעיט וואס ווערט א סווינג סטעיט
איז ער א שטארקע קאנדידאט.

3. נעוואדע עיין תגובה @וואס טוט זיך.

4. ניו העמפשיר א סטעיט וואס ביידן האט געווינען מיט 7 פראצענט, גלייב איך נישט אז אן סונונו האבן די רעפס ערענסטע שאנסען.

אבער עגעין די רעפאבליקאנער האבן שאנסען צוריקצונעמען די סענאט אין 2022, אבער די דעמאקראטען האבן היבש א שטערקערע שאנס עס אנצוהאלטען.


דו הייבסט אן אין נ. ק. פון 08 הייב פליס אן פון 04.

ווייטער קעלי האט געוואונען מיט 2.4 קעגן א שוואכער קאנדידאט מאכט עס אים בכלל נישט פאר א מעכטיגע קאנדידאט אין א מידטורם, נישט אז ער איז שוואך אבער נישט מעכטיג.

נעוואדע עיין מיין תשובה.

ניו העמפשיר עיין 2010 וויסקאנסין, פענסילוועיניע, אייאווע, אילענויס ועוד (וע"ז כתבתי זיי דארפן א וועיוו).

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג אפריל 11, 2021 2:44 pm

הכל הבל האט געשריבן:טון הויבט אן מעקעצן איבער לויפן פאר ווידערערוויילונג

ער זאגט קאמפיין סעזאנען זענען גאר לאנג און אז ער איז נאכנישט גרייט אפיציעל צו מעלדן אז ער לויפט(היבשע ערווארטונג אז טראמפ וואלט סייווי אינדארסירט א פריימערי קעגנער)


לויפט, לכאורה וועט עס זיין א שטארקע טשעלענדזש פאר טראמפ צו ער קען אים ארויסווארפן.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג אפריל 11, 2021 2:51 pm

נישט געזעהן דא ריפארטעד, אבער מעקאנעל און סאליוואן אינדארסירן מערקארסקי.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג אפריל 11, 2021 4:21 pm

איך זעה אז די עולם פארשטייט נישט וואס איך מיין ווען איך רעדט פון טרענד כלפי נארט קאראליינעהאט עטס https://fivethirtyeight.com/features/de ... -carolina/

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג אפריל 11, 2021 4:43 pm

מטעמים האט געשריבן:גוד זשאב צל פאר די דיטעילד אנאליז, די פראבלעם מיט א סווינג סטעיט איז אז אויב איז דא א שטארקע שוואונג פאר א פארטיי שווענקט עס אויס גאנצעטע סטאטיסטיקס און טוישט מאפעס פאר לאנגע יארען.

2010 און 2014 זענען גוטע עקזעמפלס וואספארא אומערווארטעטע טוישינגען קענען קומען אין א יאר ווי עס איז נישט קיין פרעזידענטליכע פאליטיק, גייט עס געשעהן די יאר? אוממעגליך צו וויסען.

אבאמא איז געוועהן שרעקליך פארפיינטעד ביי די רעפובליקאנע ווייל ער איז געוועהן שרעקליך אראגאנט און שרעקליך געפייניגט די רעפובליקאנע און באקומען פאר נאו ריזען א אויסערגעווענליך גוטע מידיע קאוורידזש אים צי פארטיידיגען אפי׳ ער איז געוועהן אזא ריזערווד פרעזידענט וואס איז געוועהן זייער נישט אקטיוו אין פראבלעם סאלווינג.

די שנאה צו אבאמא האבען די רעפובליקאנע שטארק ארויסגעוויזען אין 2010 און אין 2014, די דעמאקראטישע פארטיי האט טאקע א סך דערלייגט אין די אבאמא יארען אבער אבאמא אליינס האט געהאט גאר א גוטע פערסענאלעטי אפיעל צו די דעמאקראטישע פארטיי וואס האט אים געהאלטען 8 יאר אין אפיס.

די שנאה וואס אבאמא האט געהאט קעגן זיך איז זיכער נישט דא קעגן ביידען, ביידען האט דערווייל יא באוויזען צו זיין אין די ביזנעס פון פראבלעם סאלווינג און איז א פרא אקטיווע פרעזידענט וואס קאלקיולעיט נישט אויף יעדע דעסיזשען זיבען מיליאן מאל צו ער זאל עניטינג טוהן, ער טוהט צי די זאך.

די סיבה פארוואס די רעפובליקאנע זאלען יעצט יא געווינען איז טאמער די דעמאקראטען וועלן זיין זייער באקוועם אז טראמפ איז ממילא נישט אויף די אנדערע זייט בעלאט און זיי וועלן זיצען אינדערהיים רואיגערהייט מה שאין כן א גרויס טייל פון די רעפובליקאנע זענען נאך אנגעווייטאגט אויף די פאלשע ביידען געוואונס און וועלן שטארק ארויסקומען, אדערווייז איז נישט דא דערווייל א סיבה פאר א גרויסע סווינג טויש לטובת די רעפובליקאנע פארטיי.

דאס איז אלעס כהיום יום, אלעס קען זיך טוישען טאמער ביידען וועט אנפאנגען שטופען צודרייטע נאנסענס פאליסיס אדער עס וועט זיך ארויסשטעלן אז עני פון זיינע עקשאן שטערט די עקאנאמיע פון וואקסען.


איך מיין אז מען קען רוב פון דיינע הנחות שטארק טשעלענדזשען.

1.איך ווייס נישט ווי דו זעהסט אין אובאמא מער אראגאנט ווי ביידן, אפשר אין זיין פערסינעלעטי, אבער אין פאליסי פירט זיך אויף ביידן פונקט אזוי ווי אובאמא, רעכנט זיך נישט פאר קיין איין מינוט מיט זיי אין וואשינגטאן, זיין דזשאסטיס דעפארטמענט רודפ'ט מיט די גרעסטע מאס רשעות יעדע וואס האט זיך געוואגט צו טרעספעסן אין די קעפיטאל וכו'.

2.ביידן באקומט פאר די זעלבע נאו ריזען א בעסערע קאווער אפ אין די מידיע.

3.ווייטער אין די ביזנעס פון פראבלעם סאלווינג ווייס איך נישט ווי דו זעהסט ביידן מער ווי אובאמא, כלפי סטימולוס האט אובאמא אונטערגעשריבן זיין סטימולוס נאך אין פעבריערי 2009 פריער ווי ביידן, דארכגעפירט אובאמא קעיר, קעפ אין טרעיד וכו', ביידן בסך הכל רעדט וועגן אינפענסטרוקטור עס איז בכלל נישט מודרח אז עפעס וועט ווערן פון דעם.

אבער די עיקר נ"מ פון יעצט צו 2010 איז It's the economy stupid וואס דעס איז א גרויסער טובה פאר ביידן אבער זיינע חסרונות זענען בעיקר אז ער קען נישט אויפהייטערן די עולם צו קומען שטומען, משא"כ אובאמא וואס האט געהאט זיינע גרויסע חסידים, צווייטנס די רעפובליקאנער שטייעון אסאך נענטער צו די מאיאריטעט ווי דעמאלטס, וואס מאכט זיי אסאך גרינגער צו איבערנעמען.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:27 am

דזשארדזשיא קאנגרעספרוי גרין האט אויפגעטריבן מער ווי 3.2 מיליאן דאלער אינעם ערשטן למספרם קווארטאל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:28 am

סענאטאר דזשאש האולי האט אינעם אויפגעטריבן אינעם ערשטן למספרם קווארטאל מער פון 3 מיליאן דאלער אין קאנטראסט צו די בלויז 43 טויזנט דאלער אינעם זעלבן קווארטאל בי די פריערידיגע וואל סעזאן
די דריי מיליאן דאלער איז מער ווי סענאטארן מארקא רוביא, רענד פאול און טים סקאט וועלכע לויפן אלע פאר ווידערערוויילונג האבן אויפגעטריבן ארום א צענטל פון וואס האולי האט אויפגעטריבן אין די צייט וואס האולי דארף זיך נישט שטעלן פאר די וויילער בעפאר 2024 למספרם
האולי'ס שריט צו פארשלעפן דאס באשטעטיגן די פרעזידענט וואל רעזולטאטן האט אים אפגעקאסט שטיצע צווישן פראמינענטע מיזורי ביישטייערער ווי ביזנעס איינגטומער דוד האמפפרי, סעם פאקס וועלכע האט סערווירט אלץ אמבאסאדאר קיין בעלגיע אונטער די בוש אדמינסטראציע און געוועזענע מיזורי סענאטאר דענפארט אבער האט פון די אנדערע זייט געדעקט די חלל מיטן שאפן נייע פאנדרעיזינג קוועלער לענגאויס די סטעיט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:30 am

אהייא סענאט קאנדידאט דזשאש מאנדעל איז געווארן ארויסבאגלייט דעם וויקענד פון די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע צוזאמקום נאך וואס ער איז ערשינען אומגעלאדנט און געוזכט אויפצוטרייבן שטיצע אינערהאלב רעפובליקאנע קרייזן
דזשעין טימקען איז די רעפובליקאנע פארטיי פארזיצערין און פארמעסט זיך אויך פארן זעלבן זיץ איז יא געווארן געלאנדט צוליב איר ראלע אלץ פאנדרעיזער פאר די פארטיי

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:31 am

וויסקאנסין רעפובליקאנע קאנגרעסמאן מייק גאלאגער אויפגעטריבן 830 טויזנט דאלער אינעם ערשטן למספרם קווארטאל און זיצט מיט 1.9 מיליאן דאלער אין די באנק
ער איז א פאטענציאלע סענאט קאנדידאט אין פאל סענאטאר ראן דזשאנסאן באשליסט נישט צו זוכן ווידערערוויילונג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:31 am

דער אפריקאנער אמעריקאנער טשארלס בוקער וועלכע האט פארלוירן די דעמאקראטישע סענאט פריימערי אין קענטאקי אין 2020 למספרם צו עימי מקגרעט האט געשאפן אן עקפלארעטערי קאמיטע אין א צייכן אז ער זוכט אונטערצונעמען א פרישע סענאט קאמפיין

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג אפריל 12, 2021 11:08 am

הכל הבל האט געשריבן:דער אפריקאנער אמעריקאנער טשארלס בוקער וועלכע האט פארלוירן די דעמאקראטישע סענאט פריימערי אין קענטאקי אין 2020 למספרם צו עימי מקגרעט האט געשאפן אן עקפלארעטערי קאמיטע אין א צייכן אז ער זוכט אונטערצונעמען א פרישע סענאט קאמפיין


אה די דעמאקרעטס האבן שוין ווי צו ספענדן אזא 100מיליאנערל!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:03 pm

ראן דזשאנסאן טראכט נאך איבער אויב צו לויפן

איבער א טראמפ אינדארסירונג: עס שעדיגט נישט און אנטמוטיגט נישט פון לויפן

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:38 pm

פאליטיקא העדליין.
Dems pine to face Ron Johnson just one more time
Johnson says he hasn't decide whether to run again, but confident Democrats hope he does.

לאכן לאכט ווער עס לאכט די לעצטע!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”