2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג יוני 03, 2021 12:26 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:נעכטן איז פארגעקומען א ספעציעלע עלעקשאן פאר די ערשטע קאנגרעסיאנאלע זיץ אין ניו מעקסיקאו. די זיץ איז ליידיג געווארן נאכדעם וואס פרעזידענט ביידן האט נאמינירט געוועזענע קאנגרעספרוי 'דעב האאלענד' צו סערווירן אלס אינערן מיניסטערקע.

ווי ערווארטעט האט האט דעמקראט 'מעלינא סטענסבארי' געווינען איבער רעפובליקען 'מארק מאור'. עז אוף נאו, ווען מ'האט נאכנישט געציילט אלע שטימען, איז מארדזשען נאך גרעסער ווי ביידען'ס, א פאזיטיווער סיגנאל פאר דעמאקראטן אין וואשינגטאן.

זי האט געווינען מיט 25%, שטערקער ווי ביידען'ס 23% אין 2020, עס איז א שטארקע זיג פאר די דעמאקראטען.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 03, 2021 12:29 pm

הכל הבל האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מיזורי סענאטאר ראי בלאנט (ר) וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג

ווארט מען צו הערן מי ומי ההולכים
געוועזענע גאווערנאר עריק גרעיטנס וועלכע האט געליטן פון סקאנדאלן האט שוין בעפאר געהאט געזאגט אז ער וואלט מעגליך געלאפן אקעגן בלאנט אין א פריימערי

און צוגאב צו גרעיטנס האלט מען אן אויג אויף קאנגרעסמאן ען וואגנער, קאנגרעסמאן דזשעי סמיט, ליוטענאנט גאווערנאר מייק קעהאו, אטוירני דזשענעראל עריק שמידט
מען ווארט אויך צו הערן פון סעקרעטערי אוו סטעיט דזשעי עשקראפט, א זוהן פון געוועזענע אטוירני דזשענעראל אונטער בוש דזשאן עשקראפט וועלכע האט זעלבסט געהאלטן די אנדערע זיץ וועלכע ווערט איצט געהאלטן דורך דזשאש האולי

שמידט היינט אפיציעל געמאלדן אז ער טאנצט אריין אין די פארמעסט פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע.

דעמאקראטישע אפריקאנע אמעריקאנער מעיאר פון קענסאס סיטי, מיזורי קווינטאן לוקעס באטראכט אריינצושפרונגען אינעם פארמעסט

וועט באשליסן שפעטער אין יאר

קאנגרעספרוי וויקי הערצלער (ר) גייט מעלדן קומענדיגע וואך דאנערשטאג אז זי שפרונגט אריין אין די סענאט פארמעסט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 03, 2021 1:42 pm

אין די סעריע פון אומבאשלאסן זאגט איצט ראן דזשאנסאן אז איז ווייטער אומבאשלאסן

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יוני 06, 2021 9:39 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אמור

רעדנדיג פון די צפון קאראליינע סענאט פארמעסט וואו מען האט נאכנישט געהערט פון טראמפ'ס שנור אויב זי וועט טאקע אריינשפרונגען אינעם פארמעסט האט זיך קאנגרעסמאן טעד באד געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ און דיסקוסירט זיין פלאן אליינס אריינצוטאנצן אינעם פארמעסט
באד האט נאכנישט געפאסט א באשלוס


שפרונגט אפיציעל אריין

טראמפ נעכטן ביי אן אויפטריט פאר די סעטיט רעפובליקאנע פארטיי קאנווענשאן אינדארסירט טעד באד פאר סענאט.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » זונטאג יוני 06, 2021 1:34 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אמור

רעדנדיג פון די צפון קאראליינע סענאט פארמעסט וואו מען האט נאכנישט געהערט פון טראמפ'ס שנור אויב זי וועט טאקע אריינשפרונגען אינעם פארמעסט האט זיך קאנגרעסמאן טעד באד געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ און דיסקוסירט זיין פלאן אליינס אריינצוטאנצן אינעם פארמעסט
באד האט נאכנישט געפאסט א באשלוס


שפרונגט אפיציעל אריין

טראמפ נעכטן ביי אן אויפטריט פאר די סעטיט רעפובליקאנע פארטיי קאנווענשאן אינדארסירט טעד באד פאר סענאט.

פרוי טראמפ די שנור פון פרעזידענט טראמפ שליסט אויס א 2022 סענאט פארמעסט.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך עפעס אנדערש » זונטאג יוני 06, 2021 3:07 pm

דעם פארגאנגענעם פרייטאג נאכמיטאג, האט א רעידיאו האוסט געפרעגט פון טראמפ'ן: אפשר זאלסטו לויפן אין 2022 פאר א קאנגרעסס זיץ און געווינען א גרויסע לענדסלייד פאר די רעפאבליקענס און פליפען די הויז און די סענאט, דערנאך וועט מען דיר אויסוועלן אלס ספיקער פון די הויז. דיין ערשטע זאך וואס דו וועסט טון וועט זיין צו עפענען אן אימפיטשמענט אויף ביידן פאר די אלע אומלעגיטימע אקטיוויטעטן צו גנב'נען די וואלן אין 2020, און דערנאך עפענען קרימינאלע אויספארשונגען אויף ביידן און אפווישען פון די מאפע. דערנאך קענסטו קומען אין 2024 שמח וטוב לב צו די פרעזידענטסי.
טראמפ האט ריספאנדעט: דאס איז זייער אינטערעסאנט. מענטשן האבן געזאגט איך זאל לויפן צום סענאט, אבער דו ווייסט, דיין איידיע קען נאך זיין בעסער.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יוני 06, 2021 6:45 pm

אויב פארדעם, ברויך ער ניטאמאל לויפן פאר א פאקטישע קאנגרעס זיץ.

ער ברויך בלויז ארויסהעלפן רעפובליקאנער זאלן געווינען קאנטראל פונעם טשעימבער, און דערנאך קען ער ווערן ספיקער אפילו ווען ער איז נישט קיין קאנגרעס מיטגליד. (זעה דא).

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 08, 2021 10:59 am

אין די דזשארדזשיא סעקרעטערי אוו סטעיט פארמעסט האבן שוין דוד בעלע איסלע און קאנגרעסמאן דזשודי הייס און א לאקאלע ריכטער געמאלדן אז זיי לויפן אקעגן ראפענסבערגער און פרעזידענט טראמפ האט אינדארסירט הייס
מייק קאלינס האט אציט געמאלדן אז ער נעמט אונטער א פארמעסט אנצופילן די קאנגרעס זיץ וועלכע וועט ליידיג ווערן מיט די אפטריט פון הייס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 08, 2021 10:59 am

דעמאקראטן אין נעוואדע וועלן דארפן פארטיידיגן די גאווערנאר שטוהל און א סענאט זיץ ביי די קומענדיגע מידטוירמס אין 2018 למספרם האט דער איצטיגע גאווערנאר סטיוו סיסאלאק באזיגט דעם אטוירני דזשענעראל עדעם לעקסאלט וועלכע איז געווען דער רעפובליקאנע נאמיני פאר גאווערנאר
ווי באריכטעט קלערן קאנגרעסמאן אמאדי און דער געווזענער סענאטאר דיען העלער צו לויפן אקעגן סיסאלאק פאר גאווערנאר
די סענאט זיץ איבער וועלכע מען גייט זיך פארמעסטן איז די זיץ פון סענאטארע קארטע מעסטא וועלכע איז געווען די פארזיצערין פון די דעמאקראטישע סענאטאריעל קאמיטע און זי האט לעצטנס געווארנט איר פארטיי נישט צו נעמען פאר לייכט איר פארמעסט ווייל עס קען אראפאקומען שמעלער ווי מען קלערט
אצינד הערט מען פון די רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע פארזיצער ריק סקאט אז ער רישט זיך אז לעקסאלט וועלכע האט פארלוירן די גאווערנאר פארמעסט אין 2018 למספרם זאל אריינטאנצן אין די סענאט פארמעסט און ער וואלט געווען איבערראשט אויב זאל ער עס נישט טוהן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 08, 2021 10:59 am

אין די פארמעסט פאר אהייא'ס קאנגרעסיאנאלע זיץ לויפט האט דער סענדערס געשטיצטע קאנדידאט נינא טורנער אויפגעטרין 3 מיליאן דאלער
די פריימערי פארמעסט גייט פארקומען אום אוגוסט 3 למספרם
דער עסטאבלישמענט קאנדידאט שאנטעל בראון לופטערט היינט א רעקלאמע פארשטעלנדיג איר מוטער וועלכע האט א שטאלצע געשטימט פאר פרעזידענט ביידען
עס איז א פארזוך צו דערמאנען ווייילער אז טורנער וועלכע האט געארבעט פאר די סאנדערס קאמפיין האט קריטיקירט ביידען אפילו נאך די פריימערי פארמעסט איז געקומען צו אן ענדע

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16525
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יוני 08, 2021 11:01 am

@הכל, די רעפאבליקאנער האבן שוין אויפגעגעבן אז סענדאוואל זאל לויפן צום סענאט?
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 08, 2021 11:03 am

צל עובר האט געשריבן:@הכל, די רעפאבליקאנער האבן שוין אויפגעגעבן אז סענדאוואל זאל לויפן צום סענאט?


שוין געזאגט אז ער לויפט נישט
לעקסאלט האט יא אנגעדייטעט אינטערעסע

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16525
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יוני 08, 2021 11:07 am

נישט געוואוסט, ישר כח.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

קוק אויף דיך אליינס
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יוני 08, 2021 4:59 pm

New Mandel internal poll of the Ohio Senate Republican primary

Josh Mandel: 35%
Jane Timken: 16%
J.D. Vance: 6%
Mike Gibbons: 5%
Bernie Moreno: 2%
Mike Dolan: 2%
Undecided: 34%

קוק אויף דיך אליינס
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יוני 08, 2021 5:28 pm

91569.jpeg
91569.jpeg (85.69 KiB) געזעהן 128 מאל

קוק אויף דיך אליינס
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יוני 08, 2021 5:29 pm

91583.jpeg
91583.jpeg (43.51 KiB) געזעהן 127 מאל

קוק אויף דיך אליינס
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג יוני 08, 2021 5:31 pm

91573.jpeg
91573.jpeg (66.18 KiB) געזעהן 124 מאל


א דעמיקראטישע גענויגטע פאוילסטער, מיט ביטערע נייעס פארן טראמפ העיטער מרס מעקארסקי.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 09, 2021 10:38 am

רעטייערטע גענעראל מייקל מעקגווייער שפרונגט אריין אין די אריזאנא סענאט רעפובליקאנע פריימערי פארמעסט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 09, 2021 10:38 am

אין טעקסאס זעקסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועט פארקומען א רעפובליקאנע ראנאף פריימערי אום יולי 27 למספרם און אן אינערליכע אנקעטע פאר סוזען רייט גיבט איר אן אויבערהאנט פון 49% צו 34% פאר דזשעיק עלזי
ביי די ערשטע פריימערי האט טראמפ געשטיצט רייט אבער קיינער האט דאן נישט אנגעצויגן קיין 50% אין די אנגעלייגטע פארמעסט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 09, 2021 10:39 am

דעמאקראטישע גרופע גערופן 314 עקשאן גרייט זיך צו ספענדן אסאך געלט אין 2022 למספרם
זיי האבן אצינד אינדארסירט וואל ארקוש אין די אנגעלייגטע פענסילוועניע סענאט פריימערי פארמעסט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 09, 2021 10:39 am

די אטאקע מאשינען פון פארטייען און זייערע פעקס מוזן ווארטן אומגעדולדיג צו קענען שיסן מיט נעגאטיווע רעקלאמעס אויף זייערע ציהלן זינט די נעפל פון רעדיסטריקטינג הויערט אויפן האריזאנט לענגער ווי געווענליך און אין א רייע פעלער דארף מען ווארטן צו זעהן אין וועלכע דיסטריקט מארקעט צו לופטערן רעקלאמעס און אין אנדערע פעלער איז נאך ניטאמאל קלאר ווער אלץ עס לויפט מאכנדיג אוממעגליך אויסצורעכענען ווער עס האט די בעסטע שאנסן צו זיגן אין א פריימערי
דערווייל פרובירן פארטיי אנאליסטן אויסצורעכענען דאס וואס איז יא מער קלאר אין א גרופע אליאירט מיט די הויז רעפובליקאנע קאקוס וועט אויסגעבן א מיליאן דאלער אויף פריע רעקלאמעס צו אטאקירן ספיקער פעלאסי'ס שטייער העכערונג אגענדע אין אן אינפראסטרוקטור ביל
אין די רעקלאמע זאגט א קליינע בזינעס אייגנטומער אז נענסי פעלאסי שטויסט אונז אין א צייט וואס מיר ראנגלען זיך פאר אונזער עקזיסטענץ
די רעקלאמעע בליץ וועט ציהלן קאנגרעס מיטגלידער עקסנע פון אייאווע, ראן קיינד פון וויסקאנסין און דער מעסיגסטער דעמאקראט דזשעראד גאלדען פון מעין צוליב די שוואכע שאנסן אז זייערע דיסטריקטן זאלן אפעקטירט ווערן צוילב רעדיסטריקטינג


*

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 09, 2021 10:39 am

א מעקאנעל אליאירטע סופערפעק גרייט זיך צו אינטערווענירן אין פריימערי פארמעסטן מיט די מעגליכקייט צו גיין קאפ צו קאפ מיט טראמפ און זיינע פעקס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 09, 2021 10:40 am

א סופערפערק איז געשאפן געווארן אין צפון קאראליינע מיט איין איינציגע ציהל ארויסצוזעהן קאנגרעסמאן מעדיסאן קאוטהארן פון אפיס
דער קאנגרעסמאן איז 25 יאר אלט און שטארקע טראמפ שטיצער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 09, 2021 10:40 am

טראמפ גרייט זיך אפצוהאלטן א פאנדרעיזער פאר זיין סופערפעק קומענדיגע יולי 11 למספרםאין די צייט וואס ער וועט באזוכן טעקסאס און ערשיינען ביי די סיפעק קאנפרענץ אין דאלאס טעקסאס
באזונדער הערט מען אז פאם באנדי שליסט זיך אן אין די סופערפעק און קים גילפאיל וועט אריינקומען אלץ פינאנץ פארזיצער

קוק אויף דיך אליינס
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך יוני 09, 2021 10:46 am

בעסער אזוי האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זעה דא אז דעמינגס האט שוין באשלאסן צו לויפן פארן סענאט זיץ פון סענאטאר מארקא רוביא.

א דאנק פארן צוצייכענען

היינט אינדערפרי האט זי אפציעל געמאלדען אז זי לויפט.

מיט איר מעלדונג איז זי געווארן די זעקסטע דעמעקראט פון קאנגרעס נישט צו לויפן פאר ווידערוויילונג אין 22'.
(6 ריפאבליקאנער האבן דערווייל אויך געמאלדן אז זיי גייען נישט לויפן אין 22')


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט