2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מאי 02, 2021 2:57 pm

הכל הבל האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:וואס טוהט זיך מיט רייען?



קאנגרעסמאן טים רייען אפיציעל געמאלדן אז ער שפרונגט אריין אין די אהייא סענאט פארמעסט


מיינט דאס אז די רעפ'ס קענען אוועקנעמען זיין דיסטריקט ביי רידיסטריקטינג, אדער ער לויפט אן דעם אויך?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 02, 2021 4:44 pm

זיין דיסטריקט ווערט זיכער אויס ביי רידיסטריקטינג, און דאס וואלט געשען אפילו אויב ער וואלט יא געלאפן פאר ריעלעקשן.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מאי 02, 2021 4:45 pm

צל עובר האט געשריבן:זיין דיסטריקט ווערט זיכער אויס ביי רידיסטריקטינג, און דאס וואלט געשען אפילו אויב ער וואלט יא געלאפן פאר ריעלעקשן.


ייש"כ, דאס איז געווען מיין שאילה אויב די רעפ'ס קענען צונעמען די דיסטריקט?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 02, 2021 4:48 pm

אהייא פארלירט א זיץ.

און עס האט געהייסן פאר זיכער אז דאס גייט זיין יענע זיץ.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום זונטאג מאי 02, 2021 4:54 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מאי 02, 2021 4:50 pm

צל עובר האט געשריבן:אהייא פארלירט א זיץ.

און עס האט געהייסן פאר זיכער אז דאס גייט זיין יענע זיץ.


פ"וו, פלעין דזשערימענגערינג?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 02, 2021 4:55 pm

אהייא פלעגט האבן די שטערקסטע דזשערימענדערינג אין לאנד, 4-12 רעפאבליקאנער אפילו ווען אבאמע האט עס געווינען אין 2012.

אבער זינט דעמאלטס איז שוין די סטעיט געווארן אסאך רויטער, און טאקע גאר שטארק אין טים רייענס געגענט, עד כדי כך אז ביידן האט נאר געווינען זיין דיסטריקט מיט 4%, ממילא איז ממש א קלייניגקייט אוועקצונעמען יענע דיסטריקט אלס די וואס אהייא פארלירט.

פון די אנדערע דריי דעמאקראטישע דיסטריקטן הייסט אז די רעפאבליקאנער וועלן קענען צונעמען איינס, אבער זיי וועלן צוליב א נייעם געזעץ מוזן געבן א נייע זיץ פאר די דעמאקראטן אין סינסינעטי. (וואס איז יעצט צוטיילט אין צוויי טיילן.) ממילא וועט עס זיין 3-12, אבער עס איז אויך דא א שאנס פאר -13-2, און אויך א שטיקל שאנס פאר 4-11, אויב די דעמאקראטישע מאיאריטעט אהייא סופרים קארט וועט לערנען לחומרא אין דעם נייעם געזעץ. (ווען דער געזעץ וואלט געווען אין קראפט צען יאר צוריק, וואלט עס לכאורה געווען אלע יארן 5-11 אדער גאר 6-10, אבער יעצט אז עס איז שוין א רויטע סטעיט, איז גרינגער צו מאכן מער רויטע זיצן מיט ווייניגער קרומע מאפעס.)

א נישט פארטייאישע מאפע אין אהייא, דאס מיינט א שטייגער ווי אייאווע אדער קאלעראדא, וואלט לכאורה געווען 5-10 פאר די רעפאבליקאנער.


אבער דאס אלעס ווערט כלל נישט אפעקטירט פון דעם וואס רייען לויפט נישט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מאי 02, 2021 4:58 pm

ייש"כ פאר דיין שיינע באריכט.

מיין שאילה איז געווען צו פון דעם אז רייען לויפט נישט קען מען לערנען פשט אז ער ווייסט אז זיין דיסטריקט איז אווער, האסטו אזוי שיין מסביר געווען אז יא עס איז אווער!

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 02, 2021 5:02 pm

ער לויפט נישט פאר ריעלעקשן, ווייל די דיסטריקט וועט נישט עקזיסטירן, אזוי ווי דו זאגסט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מאי 02, 2021 5:06 pm

אגב, קומט אויס אז פון 2 רויטע סטעיטס פארלוירן זיצן וועלן די רעפ'ס נאר פארלירן 1.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 02, 2021 5:13 pm

און פון אלע בלויע סטעיטס וואס פארלירן, ניו יארק, אילענוי, און קאליפארניע, וועלן די דעמאקראטן מעגליך נישט פארלירן קיין איינס, ווענדט זיך ווי אזוי די קאמיטע וועט אויסשטעלן קאליפארניע.

וואס אויב די דעמאקראטן וואלטן געקאנט טאן אין קאליפארניע וואס די רעפאבליקאנער קענען אין אהייא און אין די אנדערע, וואלט געבליבן דארט אונטער פינעף רעפאבליקאנער זיכער, יתכן אז גארנישט...

(די אנדערע סטעיטס צו פארלירן זענען די רעפאבליקאנער אהייא און וועסט ווירדזשיניע, און די ספליט קאנטראל פענסילוועניע און מישיגען.)
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג מאי 02, 2021 5:15 pm

צל עובר האט געשריבן:און פון אלע בלויע סטעיטס וואס פארלירן, ניו יארק, אילענוי, און קאליפארניע, וועלן די דעמאקראטן מעגליך נישט פארלירן קיין איינס, ווענדט זיך ווי אזוי די קאמיטע וועט אויסשטעלן קאליפארניע.

וואס אויב די דעמאקראטן וואלטן געקאנט טאן אין קאליפארניע וואס די רעפאבליקאנער קענען אין אהייא און אין די אנדערע, וואלט געבליבן דארט אונטער פינעף רעפאבליקאנער זיכער, יתכן אז גארנישט...

(די אנדערע סטעיטס צו פארלירן זענען די רעפאבליקאנער אהייא און וועסט ווירדזשיניע, און די ספליט קאנטראל פענסילוועניע און מישיגען.)


אה"נ, איך האב אבער געמיינט אז זיי גייען פארלירן 3 (אהייא וועסט ווירדזשיניע און אלעבאמא).

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14446
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 03, 2021 10:03 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די נייעס מיט קריסט האט טאקע אצינד געמאכט די העדליינס אין די מידיא
אויף אייוועלט איז שוין די באריכט געווען געלופטערט פעברואר 8 למספרם

הכל הבל האט געשריבן:פלארידא דעמאקראטן שוויצן שטארק אין די לעצטערע מאנאטן צו צו סטראטעגירן ווי אזוי פאראויסצוגיין צו די 2022 למספרם וואלן

די סטעיט פארטיי ווערט געפלאגט פון א רייע ערנסטע פראבלעמען און דורכפעלער אנגעהויבן ביי די לעצטע רונדע פארלוסטן אויף א סטעיט שטאפל ווען רעפובליקאנער האבן געזיגט אין כמעט יעדע סטעיטווייד פארמעסט ביז אן אפגעשוואכטע דעמאקראטישע פארטיי אינפראסטרוקטור און אמפערייען איבערן ריכטונג וואו אהין די פארטיי זאל פאראויסגיין

די פארטיי פאלגט זיך פינאנציעל און האט געלאזט אויסלויפן העלט אינשורענס פלענס פון איר שטאב

סענאטאר מארקא רוביא גרייט זיך צו לויפן פאר א דריטן טערמין זייט ביי זייט מיט די ערשטע ווידערערוויילונג פארמעסט פון גאווערנאר ראן דסאנטיס

דעמאקראטן וואלטן געוואלט נעמען ביידע אבער אנערקענען אז די רוביא זיץ וואלט געווען שווערער און האסן אויך דסאנטיס פיל מער און זענען ביי די מיינונג אז די גאווערנאר שטוהל דארף זיין די העכסטע פריאריטעט

ניקי פריעד איז די איינציגסטע דעמאקראטישע סטעיטווייד ערוועלטע באאמטע אין די איצטיגע רעגירונג ווערנדיג שמאל ערוועלט אין 2018 למספרם אלץ אגריקולטור קאמישאנער

פריעד איז א איד וועמענס נאמען ווערט שוין לאנג געלופטערט אלץ מעגליכע גאווערנאר קאנדידאט און זי זעלבסט שטופט אויך די שמועות אויף סאשעל מידיא
סטעיט רעפרעזענטאט אנא עסקאמאני איז א ליבעראלע פאליטיקאנט פון ארלענדא וועמענס עלטערן האבן עמיגרירט פון איראן און ווערט אויך דערמאנט אלץ מעגליכע קאנדידאט פאר די פאזיציע

קאנגרעספרוי וואל דעמינגס וועלכע האט זיך באקאנט געמאכט אין לויף פון די טראמפ אימפיטשמענטס אלץ איינע פון די קאנגרעס מענעדזשערס וועלכע האבן אויפגעטרעטן ביים סענאט פראצעס

אנדערע נעמען וועלכע צירקולירן זענען סטעיט סענאטארשע אנעט טאדיאו און געוועזענער גאווערנאר טשארלי קריסט וועלכע קריסט איז איצט אין קאנגרעס און זאגט קלאר אז ער באטראכט צו זוכן צוריקצונעמען די זיץ וועלכע ער האט אמאל געהאלטן


עסקאמאני און טאדיאו רייסן אפט ארונטער די פארטיי פירערשאפט און עסקאמאני וועלכע ווערט באטראכט אלץ ליבלונג פון די ליבעראלע באזע רייסט אויך שטאר אראפ פריעד פארן אקצעפטירן קארפארעיט ביישטייערונגען אבער איילט זיך נישט צו באשליסן אויב אריינצוטאנצן בעפאר זי קען בעסער אפשאצן אירע שאנסן

געוויסע אין די פארטיי גלויבן אז קאנגרעסמאן על לאוסאן וואלט געווען א גוטע קאנדידאט צוליב זיין מעסיגע שטאנד אבער דער לעצטער האט געזאגט אז עס איז נישט אויף זיין ראדאר

אויך ענדרו גילאם וועלכע אפגעהאלטן א סורפרייז געוואונס אין די 2018 למספרם פריימערי שפעטער צו פארלירן צו דסאנטיס האט אויסגעשלאסן א פארמעסט
דסאנטיס האט בעפאר די ווירוס אויסברוך גענאסן פון א צופרידנהייט ראטע אין די זיבעציגער נאכן שטופן א רייע אומפארטייאישע פאליסי פריאריטעטן ווי פאנדינג פאר ענווייראמענט און העכערן געהאלט פאר טיטשערס

אבער נאכן נעמען א מער פאסיווע צוגאנג צום ווירוס און זיך נישט געאיילט איינצושטעלן צופיל רעגולאציעס פירנדיג צו אויפברויז אין די מידיא זענען זיינע ציפערן שטארק געפאלן

לויט א לעצטערע אנקעטע דורך א רעפובליקאנע עקספערט וועלכע האט ריכטיג צוגעטראפן אלע לעצטערע פארמעסטן אין די סטעיט איז די צופרידנהייט ראטע מיטן גאווערנאר ביי 52% ענליך צו אן אנקעטע דורך די טשעימבער אף קאמערץ וועלכע שטעלט עס ביי 54%

דעמינגס זאגט אז זי באטראכט ערנסט צו לויפן פאר די גאווערנאר אמט אדער אקעגן סענאטאר רוביא



הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בהר בחוקותי

מען הערט קלארער אז טשארלי קריסט גרייט זיך צו לויפן פאר גאווערנאר אין פלארידא


הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14446
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 03, 2021 10:04 am

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בהר בחוקותי

שאן פארנעל וועלכע האט שוין פרובירט צו לויפן פאר א קאנגרעס זיץ אין פענסילוועניע האט זיך געטראפן מיט א רייע סענאטארן און פארזיצער פון די רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע זיך גרייטנדיג מעגליך אריינצושפרונגען אין די סענאט פריימערי פארמעסט


*

פענסילוועניע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן קאנאר לעמב קלערט אריינצושפרונגען אין די דעמאקראטישע סענאט פריימערי פארמעסט



צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 03, 2021 10:27 am

די באסטאס לעמב און קריסט נייעסער, זענען ערנסטע זעצעס פאר די דעמאקראטישע פלענער אנצוהאלטן דעם הויז.

ווייל די אלע דריי וואלטן געהאט א קאמפעטעטיוו אויף דעם פרעזידענט לעוועל זיץ, וואס זיי וואלטן גאנץ לייכט געקענט אנהאלטן. משא"כ מיט אנדערע קאנדידאטן, צופאטשקעט עס די קארטן פון די דעמאקראטן אין אילענוי, פון ענע פשרה/געריכט מאפע אין פענסילוועניע, און העלפט ארויס די רעפאבליקאנער אין פלארידע.

באסטאס איז דאס וואס טשערי באסטאס פון אילענוי לויפט נישט, לעמב הייסט אז קאנאר לעמב פון פענסילוועניע פלאנט צו לויפן צום סענאט, און דאס וואס @הכל ברענגט פון קריסט.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג מאי 03, 2021 10:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג מאי 03, 2021 10:29 am

צל עובר האט געשריבן:די באסטאס לעמב און קריסט נייעסער, זענען ערנסטע זעצעס פאר די דעמאקראטישע פלענער אנצוהאלטן דעם הויז.

ווייל די אלע דריי וואלטן געהאט א קאמפעטעטיוו אויף דעם פרעזידענט לעוועל זיץ, וואס זיי וואלטן גאנץ לייכט געקענט אנהאלטן. משא"כ מיט אנדערע קאנדידאטן, צופאטשקעט עס די קארטן פון די דעמאקראטן אין אילענוי, פון ענע פשרה/געריכט מאפע אין פענסילוועניע, און העלפט ארויס די רעפאבליקאנער אין פלארידע.


פ"וו איז בכלל אינטערעסאנט צו רעדן דערפון פאר מען קען די נייע מאפע?
(איך מיין ל"ד דיר נאר אלע וואס רעדן אזוי)

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 03, 2021 10:32 am

ווייל מען ווייסט בערך ווי אזוי די נייע מאפע וואלט אויסגעזען מיט זײ.

אלע דריי וואלטן געבליבן מיט זיצן וואס זיי קענען געווינען. (יעצט אז זי לויפט נישט, וועט באסטאס' זיץ לכאורה ווערן צושניטן אין אפאר שטיקער, די אנדערע צוויי זיצן איז יתכן אז עס וועט בלייבן בערך די זעלבע, נאר די רעפאבליקאנער קענען איבערנעמען ביידע.)
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

גיי פארשטיי
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » מאנטאג מאי 03, 2021 10:34 am

צל עובר האט געשריבן:ווייל מען ווייסט בערך ווי אזוי די נייע מאפע וואלט אויסגעזען מיט זײ.

אלע דריי וואלטן געבליבן מיט זיצן וואס זיי קענען געווינען. (יעצט אז זי לויפט נישט, וועט באסטאס' זיץ לכאורה ווערן צושניטן אין אפאר שטיקער, די אנדערע צוויי זיצן איז יתכן אז עס וועט בלייבן בערך די זעלבע, נאר די רעפאבליקאנער קענען איבערנעמען ביידע.)


מהיכא תיתי (אויב איז עס פשוט פארדי יודעי דבר זאג אזוי).

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14446
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 03, 2021 10:41 am

צל עובר האט געשריבן:די באסטאס לעמב און קריסט נייעסער, זענען ערנסטע זעצעס פאר די דעמאקראטישע פלענער אנצוהאלטן דעם הויז.

ווייל די אלע דריי וואלטן געהאט א קאמפעטעטיוו אויף דעם פרעזידענט לעוועל זיץ, וואס זיי וואלטן גאנץ לייכט געקענט אנהאלטן. משא"כ מיט אנדערע קאנדידאטן, צופאטשקעט עס די קארטן פון די דעמאקראטן אין אילענוי, פון ענע פשרה/געריכט מאפע אין פענסילוועניע, און העלפט ארויס די רעפאבליקאנער אין פלארידע.

באסטאס איז דאס וואס טשערי באסטאס פון אילענוי לויפט נישט, לעמב הייסט אז קאנאר לעמב פון פענסילוועניע פלאנט צו לויפן צום סענאט, און דאס וואס @הכל ברענגט פון קריסט.

גראדע אויך געברענגט פון לעמב און איבער באסטאס האט איך געשירבן פאריגע וואך נאך איידער איר די נייעס אז זי גייט נישט לויפן און וועל עס דא ציטירן
ואגב
באסטאס איז געווארן באשולדיגט דורך טייל אין די שוואכע קאנגרעס רעזולטאטן פאר דעמאקראטן אין 2020 למספרם און באזונדער פלעגט מען הערן נאכאנאנד אז זי גלייכט נישט איר פאזיציע אין קאנגרעס

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אמור


*

טשערי באסטאס איז איז אויפגעוואקסן אין א פאמיליע מיט גוטע פאליטישע קאנטאקטן אין אילינאי און באסטאס איז אלץ מיידל געווען א בעביסיטער ביי די פאמיליע פון סענאטאר דיק דורבין
איר נאנטע פריינדשאפט מיטן מאכטפולן סענאטאר האט זיך איר אויסגעצאהלט אין 2012 למספרם ווען זי האט באשלאסן צו לויפן צום קאנגרעס און דורבין האט באאיינפלוסט עטליכע אנדערע דעמאקראטן זיך ארויסצוציען פון די פארמעסט און ערמעגליכט אז באסטאס זאל זיגן אין די פריימערי
מיט רעדיסטריקטינג און דורבין'ס זיכער מאכן אז די נויטיגע קאמיטעען דעזיגנירן די פארמעסט אלץ פריאריטעט אין געביט פון פאנדינג איז דאן געלונגען פאר באסטאס ארויסצושטויסן דעם אמירנדער רעפובליקאנער באבי שילינג מיט 47%-53%
שילינג האט עס נישט אראפגעלונגען אזוי לייכט און זיך ווידער פארמאסטן פארן זיץ צוויי יאר שפעטער בלויז צו פארזיכערן אז עס איז נישט געווען קיין איינמאליגע גרייז מצד די וויילער און טאקע געווארן צוריקגעוויזן נאך שטארקער ווי פריער ווען באסטאס האט געוואונען מיט 45%-55%
אין 2016 למספרם האבן שוין רעפובליקאנער באווייזן צו רעקרוטירן בלויז א שוואך באקאנטער קאנדידאט און באסטאס האט דאן געזיגט מיט 39%-60% זייענדיג די איינציגסטע דיסטריקט אין לאנד וועלכע טראמפ זאל געוואנען און א דעמאקראט זאל אנציען דארט מיט איבער 20% שטארקער פונעם רעפובליקאנער
אין 2018 למספרם האבן רעפובליקאנער נאמינירט נאך א קאנדידאט נאך פון שוואכערן סארט און עימיצער וועכלע גלויבט אז די רעגירונג איז געשטאנען אונטער די סעפטעמבער 11 למספרם און באסטאס האט געוואונען מיט אביסל מער ווי צוויי יאר בעפאר
אבער דאן איז געקומען 2020 למספרם און די רעפובליקאנע נאמיני איז געווען אסתר דזשאי קינג און דאן האט איר בסטאס באזיגט מיט בלויז 47.97%-52.02% וועלכע האט אריינגעשיינט פרישע האפענונג ביי די רעפובליקאנע פארטיי פירער אז מען זאל זיך נאך נישט מייאש זיין אויף דעם זיץ און מען העט איצט אז קינג קלערט פון לויפן נאכאמאל אקעגן באסטאס


*


צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 03, 2021 10:52 am

גיי פארשטיי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ווייל מען ווייסט בערך ווי אזוי די נייע מאפע וואלט אויסגעזען מיט זײ.

אלע דריי וואלטן געבליבן מיט זיצן וואס זיי קענען געווינען. (יעצט אז זי לויפט נישט, וועט באסטאס' זיץ לכאורה ווערן צושניטן אין אפאר שטיקער, די אנדערע צוויי זיצן איז יתכן אז עס וועט בלייבן בערך די זעלבע, נאר די רעפאבליקאנער קענען איבערנעמען ביידע.)


מהיכא תיתי (אויב איז עס פשוט פארדי יודעי דבר זאג אזוי).

אויב עס איז פשוט, ווייס איך נישט, אבער יא, דאס איז וואס די יודעי דבר זאגן. (בנוגע די מאפעס, דאס אז עס איז מעכטיגע זעצעס, דאס זאג איך אליינס.)

----------

@הכל הבל, עטוואס בלויער, אז עס זאל ווערן א שמאלע ביידן זיץ אנשטאט א שמאלע טראמפ זיץ, וואלט מען עס געקענט מאכן, און מען וואלט. און באסטאס וואלט לכאורה געווינען.

און ווי געזאגט, דער רעפאבליקאנער וואס האט שוין געמאלדן אז ער לויפט, זאל בעסער האבן בעק אפ פלענער, ווייל יענע דיסטריקט וועט לכאורה ווערן אויס אלס די זיץ וואס אילינוי פארלירט, און עס וועט מסתמא ניטאמאל זיין דארט גענוג רויטע זיצן פאר די אינקאמבענט רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט. (ארגינעל איז געווען דער פלאן מבטל צו זיין די דיסטריקט פון עדעם קינזיגער.)
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

גליק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גליק » מיטוואך מאי 05, 2021 9:22 am

Ted Cruz (@tedcruz) · Twitter
Had a great dinner tonight with President Trump at Mar-a-Lago. He’s in great spirits! We spent the evening talking about working together to re-take the House & Senate in 2022.

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך מאי 05, 2021 10:47 am

צל עובר האט געשריבן:אהייא פלעגט האבן די שטערקסטע דזשערימענדערינג אין לאנד, 4-12 רעפאבליקאנער אפילו ווען אבאמע האט עס געווינען אין 2012.

איך גלייב אז דו וויסט אז מערילענד האט 7 דעמאקראטישע זיצן אוןן בלויז 1 רעפאבליקען..
זעה דא די געשטיקלטע מאפעס
https://en.wikipedia.org/wiki/United_St ... m_Maryland

Power is corruption.. Absolute power is absolute corruption...

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך מאי 05, 2021 10:50 am

קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אהייא פלעגט האבן די שטערקסטע דזשערימענדערינג אין לאנד, 4-12 רעפאבליקאנער אפילו ווען אבאמע האט עס געווינען אין 2012.

איך גלייב אז דו וויסט אז מערילענד האט 7 דעמאקראטישע זיצן אוןן בלויז 1 רעפאבליקען..
זעה דא די געשטיקלטע מאפעס
https://en.wikipedia.org/wiki/United_St ... m_Maryland

Power is corruption.. Absolute power is absolute corruption...

טראמפ האט דארט באקומען צווישן 30-35 פראצענט אין 2016/2020
1 פון 8 זיצן איז 12.5%

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 14446
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 05, 2021 11:30 am

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך בהר בחוקותי








רעטייערטע ארמיי קאלאנעל און געוועזענע קאקא קאלע עקזעקוטיוו דזשאן פיליפס שפרונגט אריין אין די פארמעסט פאר קאנגרעס אין די זעקסטע דיסטריקט אין דזשארדזשיא
די אמטירנדע קאנגרעספרוי איז דעמאקראט לוסי מעקבעט וועלכע האט ארויסגעשטויסן קערען הענדל אין 2018 למספרם און איר נאכאמאל באזיגט אין 2020 למספרם

*

די קאמפיין פון סענאט מאיאיריטעט פירער טשאק שומער נעמט נישט קיינע שאנסן און גרייט זיך פאר די מעגליכקייט פון א דעמאקראטישע פריימערי קעגנער און לופטערט שוין איצט רעקלאמעס אין ניו יארק ווא זיי באצייכענען דעם סענאטאר אלץ אמעריקא'ס נייעסטע פראגרעסיווע סענאט מאיאריטעט פירער

*

די עלעקשאן דאטום אנצופילן די זיץ פונעם פארשטארבענעם פלארידא קאנגרעספרוי עלסי העסטינג איז געווארן באשטימט
נאוועמבער 2 למספרם וועט פארקומען די פריימערי און די אלגעמיינע ספשעל עלעקשאן וועט ערשט פארקומען יונואר 11 2022 למספרם



צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מאי 05, 2021 11:36 am

קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אהייא פלעגט האבן די שטערקסטע דזשערימענדערינג אין לאנד, 4-12 רעפאבליקאנער אפילו ווען אבאמע האט עס געווינען אין 2012.

איך גלייב אז דו וויסט אז מערילענד האט 7 דעמאקראטישע זיצן אוןן בלויז 1 רעפאבליקען..
זעה דא די געשטיקלטע מאפעס
https://en.wikipedia.org/wiki/United_St ... m_Maryland

Power is corruption.. Absolute power is absolute corruption...

אמת, מערילענד האט אויך א דזשערימענדער.

אבער!

מערילענד איז א סאליד בלויע סטעיט וואס איז 6-2 אן א דזשערימענדער.

מערילענד מיט אן עכטע דזשערימענדער ווער בקרוב זיין 8-0.

אפילו די 8-0 מאפע קען ווען אויסקוקן בעסער ווי די יעצטיגע מאפע,די עיקר סיבה פארוואס עס זעהט אויס אזוי שלעכט איז צוליב וואס מען האט געגעבן פאר יעדן אינקאמבענט זיין פרעפערד פריימערי עלעקטאראט. (חוץ פון די מיאוס'ע מאפע, האט דאס אויך אפגעקאסט די אכטע בענקל.)

אהייא איז געווען א עכטע סווינג סטעיט דעמאלטס, וואס אבאמע האט געווינען סטעיטווייד מיט 3%, דורך בלויז 4! פון 16 דיסטריקטן, משא"כ מערילענד וואס ביידן האט געווינען מיט 30%, און די דעמאקראטן געווינען דארט אלע פעדעראלע וואלן מיט מער ווי 20%.

אהייא איז א גרעסערע סטעיט, ממילא איז אויסגעהאלטן צו זאגן מער סוקסעספולע דזשערימענדער אויף א סטעיט ווי דאס האט געגעבן פאר די רעפאבליקאנער פיר פינעף זיצן. (אויב רעכן איך אז אויף א נארמאלע מעפ וואלט אבאמע ווארשיינליך געווינען 8-9 פון די 16 זיצן. משא"כ מערילענד ווי דער גאנצער דזשערימענדער איז בלויז איין זיץ..)

ממילא איז אהייא מיט מערילענד קילאָמעטערס ווייט פון א פארגלייך, א פארגלייך צו מערילענד איז וואס די רעפאבליקאנער וועלן יעצט לכאורה טון אין קענטאקי.

-------

בנוגע דיין 30% קעגן 12.5% פארגלייך צווישן די טראמפ וויילער, דאס איז כלל א טעות, ווייל מען דארף נישט האבן א דריטל פון די זיצן נאטורליך ווען מען האט א דריטל פון די וויילער,אויב ביידנס וויילער זענען אויסגעשפרייט איבער די גאנצע סטעיט. משל למה הדבר דומה, אין מאסאטשוסעטס האט טראמפ אויך באקומען בערך אזא פראצענט, און פארט איז "אוממעגליך" צו מאכן אפילו א רעפאבליקאנער דזשערימענדער ווי אפילו איינס פון די ניין זיצן זאל האבן געשטימט פאר טראמפ. נאך א משל איז אקלעהאמע ווי טראמפ האט געווינען אלע פינעף זיצן, טראץ וואס ביידן האט באקומען איבער א דריטל פון די וויילער, און עס איז בכלל נישט געווען דזשערימענדערט. (אויב עפעס איז די אקלעהאמע מאפע גוט אויסגעשטעלט פאר די היינטיגע דעמאקראטישע קאאליציע, ווי זיי האבן טאקע געווינען א זיץ אין 2018, אבער עס פארלוירן אין 2020.)
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך מאי 05, 2021 12:23 pm

צל עובר האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אהייא פלעגט האבן די שטערקסטע דזשערימענדערינג אין לאנד, 4-12 רעפאבליקאנער אפילו ווען אבאמע האט עס געווינען אין 2012.

איך גלייב אז דו וויסט אז מערילענד האט 7 דעמאקראטישע זיצן אוןן בלויז 1 רעפאבליקען..
זעה דא די געשטיקלטע מאפעס
https://en.wikipedia.org/wiki/United_St ... m_Maryland

Power is corruption.. Absolute power is absolute corruption...

אמת, מערילענד האט אויך א דזשערימענדער.

אבער!

מערילענד איז א סאליד בלויע סטעיט וואס איז 6-2 אן א דזשערימענדער.

מערילענד מיט אן עכטע דזשערימענדער ווער בקרוב זיין 8-0.

אפילו די 8-0 מאפע קען ווען אויסקוקן בעסער ווי די יעצטיגע מאפע,די עיקר סיבה פארוואס עס זעהט אויס אזוי שלעכט איז צוליב וואס מען האט געגעבן פאר יעדן אינקאמבענט זיין פרעפערד פריימערי עלעקטאראט. (חוץ פון די מיאוס'ע מאפע, האט דאס אויך אפגעקאסט די אכטע בענקל.)

אהייא איז געווען א עכטע סווינג סטעיט דעמאלטס, וואס אבאמע האט געווינען סטעיטווייד מיט 3%, דורך בלויז 4! פון 16 דיסטריקטן, משא"כ מערילענד וואס ביידן האט געווינען מיט 30%, און די דעמאקראטן געווינען דארט אלע פעדעראלע וואלן מיט מער ווי 20%.

אהייא איז א גרעסערע סטעיט, ממילא איז אויסגעהאלטן צו זאגן מער סוקסעספולע דזשערימענדער אויף א סטעיט ווי דאס האט געגעבן פאר די רעפאבליקאנער פיר פינעף זיצן. (אויב רעכן איך אז אויף א נארמאלע מעפ וואלט אבאמע ווארשיינליך געווינען 8-9 פון די 16 זיצן. משא"כ מערילענד ווי דער גאנצער דזשערימענדער איז בלויז איין זיץ..)

ממילא איז אהייא מיט מערילענד קילאָמעטערס ווייט פון א פארגלייך, א פארגלייך צו מערילענד איז וואס די רעפאבליקאנער וועלן יעצט לכאורה טון אין קענטאקי.

-------

בנוגע דיין 30% קעגן 12.5% פארגלייך צווישן די טראמפ וויילער, דאס איז כלל א טעות, ווייל מען דארף נישט האבן א דריטל פון די זיצן נאטורליך ווען מען האט א דריטל פון די וויילער,אויב ביידנס וויילער זענען אויסגעשפרייט איבער די גאנצע סטעיט. משל למה הדבר דומה, אין מאסאטשוסעטס האט טראמפ אויך באקומען בערך אזא פראצענט, און פארט איז "אוממעגליך" צו מאכן אפילו א רעפאבליקאנער דזשערימענדער ווי אפילו איינס פון די ניין זיצן זאל האבן געשטימט פאר טראמפ. נאך א משל איז אקלעהאמע ווי טראמפ האט געווינען אלע פינעף זיצן, טראץ וואס ביידן האט באקומען איבער א דריטל פון די וויילער, און עס איז בכלל נישט געווען דזשערימענדערט. (אויב עפעס איז די אקלעהאמע מאפע גוט אויסגעשטעלט פאר די היינטיגע דעמאקראטישע קאאליציע, ווי זיי האבן טאקע געווינען א זיץ אין 2018, אבער עס פארלוירן אין 2020.)

יישר כח פאר די הסברים און אנאליזן איך אפרישיעיט עס שטארק.

איך פארשטיי אז רעפובליקאנער האבן בכלליות א גרינגער פעלד אין שניידן דיסטריקטס צוליב וואס זיי קאנטראלן מער שטח מילא איז דא מער מיט וואס צו שפילן
סאבטאטעל איז פשט אז דעמאקראטן ווי זיי ווילן און קענען טוען זיי אויך וואס זיי ווילן סאו אויב זיי פעלט עפעס איז עס העכסט ווארשיינליך ווייל זיי האבן נישט געקענט סאו אזא איינעם פיר איך זיך נישט צו שוינען

בדו איך געדענק נאך די געשרייען אויף די אלאבאמא מעפ וואו דעמס האבן בלויז 1 פון 7 (אלאבאמא איז נאך איז אזוי רויט ווי מערילענד בלוי)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: chicken, Like news, Toyota, אזוי וויל איך, באגלייבט, גאפל, גדל, ווייס פרעזידענט, מסתמא, משהלע, קוק אויף דיך אליינס, שואלכענין און 73 געסט