פרעזידענט טראמפ ביי אידישע באנקעט (מלפנים: פרעזידענט טראמפ קומט קיין מאנסי)

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

תגובה דורך Potus »

אז כקען העלפן פארוואס נישט...
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובה דורך יודל קליין »

ס'איז פריער דא געוועהן באריכטעט אז מ'וועט נישט קענען אריין ברענגען קיין סעלפאונס אבער אויפן קליפ זעהט מען יא איינעם האלטן א סעלפאון
זה הקטן גדול יהי'
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובה דורך אוהב ספרים »

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובה דורך מטעמים »

פרעזידענט טראמפ האט זיך היינט געטראפען מיט א ביליאנער וואס אינוועסטירט מיליאנען דאלארען אין אקריינע, #אומפיטש
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

תגובה דורך לפנות בוקר »

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- :mrgreen:
מטעמים האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט זיך היינט געטראפען מיט א ביליאנער וואס אינוועסטירט מיליאנען דאלארען אין אקריינע, #אומפיטש
לפנות בוקר
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

תגובה דורך אחד מהחבורה »

ער האט עפעס גערעדט דארט אויסער וועגן די עמבעסי און אנדערע איזרעלי טובות? וואס איז אונז גאנץ ווייניג נוגע
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובה דורך טעם וריח »

אפשר רופט מען איהם רעדן ביי איינער פון די שבע ברכות'ן בחצרות צדיקים? דער וואלט געקענט פיין משמח זיין חתן כלה.!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

תגובה דורך אחד מהחבורה »

טעם וריח האט געשריבן:אפשר רופט מען איהם רעדן ביי איינער פון די שבע ברכות'ן בחצרות צדיקים? דער וואלט געקענט פיין משמח זיין חתן כלה.!

ער נעמט נאר אן בדחנות דזשאבס פאר פינף מיליאן דאלער אין ארויף
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1615
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובה דורך מי כעמך »

איינער האט א קלארע און פונקטליכע באריכט פון וואס עס איז דארט פארגעקומען לפי הסדר?
שכח למפרע
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

תגובה דורך בלא בלא בלא »

לויט ר' יואלי לעבאוויטש (ר' יצחק שלמה רופט אים "דער בדחן, קאנקורענץ מיט טראמפ"...) אויף "קאלמע":
ס'האט אויסגעזען ווי שומר שבת מיט פילע מנינים מנחה.
(הרב יואל חיים) קושנער איז אינמיטן אריינגעקומען פאר עטליכע מינוט, און מען האט אים שטארק אפעלאדירט.
טראמפ האט דערמאנט זיינע אידישע אייניקלעך (יואלי זאגט אז יעדע אידישע נשמה איז גאר גרויס, און זיי קענען נאך אויסוואקסן מנהיגי ישראל... ווער ווייסט?)
טראמפ איז נאר אריינגעקומען צום ברייטן ציבור פאר די דרשה און ברכה, אבער אגאנצן צייט איז ער געווען מיט אן ענגער צאל מקורבים.
ער זאגט אז איינער זאגט אים אז די מסיבה איז געווען די מערסט געצילטער פלאץ אין די וועלט: אמעריקע האט שונאים, טראמפ האט שונאים, אידן האבן שונאים, חסיד'שע אידן האבן שונאים, סאטמארע אידן האבן שונאים...
אין ס"ה טענה'ט ער, איז עס געווען א גאר א גרויסע קידוש ה', און די אלע באטייליגטע זענען גרויסע בעלי צדקה און גרויסע צדיקים (מ'קען מאכן פון זיי א עקסטערע "כל העולם כולו" זאגט ער) און די אידן האבן געהאט די זכי' צו מאכן אזא קידוש ה'.
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובה דורך אור »

בלא בלא בלא האט געשריבן:די מסיבה איז געווען די מערסט געצילטער פלאץ אין די וועלט: אמעריקע האט שונאים, טראמפ האט שונאים, אידן האבן שונאים, חסיד'שע אידן האבן שונאים, סאטמארע אידן האבן שונאים...
;l;p-
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובה דורך שטאלצער יוד »

איז די נאמען "רובאשקין" דארט דערמאנט געווארן?
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובה דורך טעם וריח »

סאיז כדאי צו איהם אויסהערן דעם לעבאוויטש'ן... צוקער זיס!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובה דורך טעם וריח »

שטאלצער יוד האט געשריבן:איז די נאמען "רובאשקין" דארט דערמאנט געווארן?

יא. דעם פרעזידענט. די משפחה פון רובאשקין איז דארט געווען. (ע"פ לעבאוויטש).
על "טעם וריח" אין להתווכח
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובה דורך קרייסלער »

א גולם האט געשריבן:
אור האט געשריבן:זה משה ?

דעיס איז משה מיט זיין זון יושע הערש

נישט זיין זוהן יושע הערש
נאר מיט יודי גאלדבערגער און זיינע צוויי קינדער
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובה דורך ויתן לך »

דער ג'עיקבסאן טייטש איבער די ברכה 'נוסח טראמפ'
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובה דורך קרייסלער »

משב״ק לבית סאטמר איז געקומען אויף די איילאדענוג פון אבי בערקאוויטש די טשיף אוו סטעף פון חדב״ן ר׳ יואל חיים און א סיניאר עדווייזער צום פרעזידענט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

תגובה דורך בלא בלא בלא »

אור האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:די מסיבה איז געווען די מערסט געצילטער פלאץ אין די וועלט: אמעריקע האט שונאים, טראמפ האט שונאים, אידן האבן שונאים, חסיד'שע אידן האבן שונאים, סאטמארע אידן האבן שונאים...
;l;p-

שיק א גרינס פאר יואלי לעבאוויטש'ן...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יודל קליין האט געשריבן:ס'איז פריער דא געוועהן באריכטעט אז מ'וועט נישט קענען אריין ברענגען קיין סעלפאונס אבער אויפן קליפ זעהט מען יא איינעם האלטן א סעלפאון

מ'האט אריינגעגעבן די משומר פליפ פאונס. זיי ווייסן נישט אז אידן האבן צוויי...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובה דורך קרייסלער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:עס קומט אריין די נייעס אז דער הויעך געשעצטער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ יר״ה וועט אפשטאטן א באזיך אינעם עיר ואם בישראל מאנסי ביז צוויי חדשים ארום.

ווי עס ווערט באריכטעט דורך די ״בעלאז לעפל״ וועט דער פרעזידענט קומען קיין מאנסי ערגעץ אינמיטן די למספ׳ חודש סעפטעמבער זיך באטייליגן אין א פאנדרעיזינג ארגענעזירט דורך דער אידישער פילענטראפ אליעזר שיינער [Louis Scheiner], ווי עס וועלן זיין אנוועזענד פילע אידישע מילאנער׳ן און און גרויסע ביזנעס אייגענטומער.

די ציל פון די פאנדרעיזינג איז צו שאפן א קשר צווישן דער פרעזידענט און פרומע אידישע פילענטראפן פון אמעריקא, עפעס צו וואס דער פרעזידענט האט אלץ געהאט א געשמאק, און אפילו געמאכט געשעפטן דורכאויס די יארן.

אין די נאנטע טעג וועט געמאלדן ווערן גענוי וויפיל זיץ פלעצער עס וועט ווערן ארויסגעגעבן, און ווי ס׳ווערט באריכטעט וועט א זיץ קאסטן מינימום 25 אלפים.

דאס וועט דאכצוך זיין די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס א אמעריקאנע פרעזידענט קומט דירעקט באזיכן א אלטראדאקס אידישע קאמיוניטי, און וועט זיין א גוטע געלעגענהייט פאר אידן אין די געגענט אפצוגעבן דעם ריכטיגן כבוד המלכות פארן יו״ר פונעם מדינה של חסד אין וואס מיר געפונען זיך, און אייגענטליך האבן די געלעגענהייט צו מאכן דעם ״ברוך שחלק מכבודו״ מיטן שם המלכות.

אין די נאנטע טעג וועט געגרינדעט ווערן א ספעציעלע פאנד דורך אייוועלט באזוכער צו שאפן די נויטיגע סכומים צו דעקן א זיץ פאר אונזער חשובער וואשינגטאן קראנספאדאנט און אלטוועלטליכע נייעס ריפארטער דער וואן ענד אנלי @הכל הבל, פאונדער און קארענט דירעקטאר פונעם טעגליכער פרישע קאווע מיט הייסע קאקאש נייעס ריפארטינג. און אזוי ווי עס וועט דאך זיכער זיין מעטשינג פאנד, וועט אינאיינוועג׳ס שוין זיין די נויטיגע געלטער צו בוק׳ן א זיץ פאר מיר אויך.

#טראמפי וטרוימפי יושבת עיר מאנסי
#קולמעוואסער פורים אפטיילונג קושנער/קידוש/קישקע
#נישט פאר שוואכע הערצער

א בילד פון אליעזר שיינער, דער מכניס אורח


טשאדעלע׳ זשורנאליסטישע ווערק האט זיך ארויסגעשטעלט אקוראט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

קרייסלער האט געשריבן:משב״ק לבית סאטמר איז געקומען אויף די איילאדענוג פון אבי בערקאוויטש די טשיף אוו סטעף פון חדב״ן ר׳ יואל חיים און א סיניאר עדווייזער צום פרעזידענט

זיין זיידע איז דאך געווען א ידיד נאמן להברך משה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

תגובה דורך קיקיון »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וויי וויי דזשעיקאבסאן ביים מאכן, און דערנאך איבער זעצן אויף ענגליש די טייטש פונעם ברכה ״שחלק מכבודו לבשר ודם״.


וויי וויי דזשעיקאבסאן האט אימיצען געפרעגט צו ער זאל זאגען די ברכה מיט שם ומלכות?
הרהגה"צ דעברעצינער רב ז"יע האלט אז נישט
אויך להבחל"ח ראב"ד ירושלים עוד יניב בשיבה האלט אז נישט
----------------------------------------------------------------------------------------------------------------
זעט אויס אז דער באר משה האט נישט געוויסט אז דער אמעריקענער פרעזידענט קען פארדאנען PARDON און עס איז יא בידו להחיות
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1615
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובה דורך מי כעמך »

טעם וריח האט געשריבן:סאיז כדאי צו איהם אויסהערן דעם לעבאוויטש'ן... צוקער זיס!

כ'מיין ער איז ראוי לאותו איצטלא פונעם פרעזידענט...
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אפטרופס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

תגובה דורך אפטרופס »

יודל קליין האט געשריבן:ס'איז פריער דא געוועהן באריכטעט אז מ'וועט נישט קענען אריין ברענגען קיין סעלפאונס אבער אויפן קליפ זעהט מען יא איינעם האלטן א סעלפאון

זעהט אויס ס'איז געווען לצורך פרנסה
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1615
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובה דורך מי כעמך »

וואס זאגט די מידיא צו די מעמד?
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”