דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

רואיג! האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:די צווייטע דעבאטע גייט זיין אדער אז ביידען איז בעיק אדער אז ביידען איז דערנאך. העמיד זעהן וואס וועט זיין.


איך האב געמיינט (און אויך געהאפט) אז נאך די ערשטע דעבאטע וועט ער שטארק פאלן, למעשה האט זיך עס נישט קיין סאך גערוקט. סא אפילו ער האט נאך א שווערע נאכט איז ער נאכנישט דערנאך לענ''ד.

איך קוק עס אן אז אויב קען נישט ביידען געווינען די קומענדיגע דעבאטע גייט ער שנעל ווערן אויס פראנט ראנער די דעמאקראטישע פארטיי גייט נישט עלעקטען א לוזער בשתי ידים.

די דעמאקראטישע פארטיי שמעקט אויס גוטע קאנדידאטען, הילערי האט פשוט נישט געהאט קיין קעגנער סאו מען קען פון דארט נישט ברענגען קיין ראי.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

עקסיאוס באריכט אז דזשאן דילעיני'ס סטעף האט זיך אראפגעזעצט מיט אים צו בעטן אז ער פארלאזן די פארמעסט ערגעץ אינמיטען דעם קומענדיגע למספרם חודש.

לויט די באריכט איז די זיצונג פארגעקומען יולי 9 און דילעיני האט אויסגעזען אפן צו דעם געדאנק אבער וויל נאך בלייבן פאר די קומענדיגע דעבאטעס.

די קאמפיין לייקנט די באריכט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

סעפטעמבער 12 גייט פארקומען די דריטע דעבאטע. לויט די יעצטיגע נומערן וועט אויפן סטעידזש זיין די זעקס קאנדידאטן:

ביידען
ווארען
סאנדערס
העריס
בוטידזשעדזש
קאסטרא
יענג

די צווייטע יולי 30 דעבאטע, איז די איינציגע זאך וואס קען ארויפברענגן נאך קאנדידאטן צום סעפטעמבער דעבאטע. אויב פאסירט עס נישט, זענען אלע שפעקולאציעס איבער אנדערע קאנדידאטן דערנאך.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס איז גוט צו זעהן פאר יעדע דעבאטע ווי מען האלט אזוי קען מען מעסטען וועם די דעבאטע האט געהאלפען אדער געשאדט, די לעצטע דעבאטע האט העריס שטארק צוקלאפט ביידען און עס דערקענט זיך טאקע אין די פאולס.

ביידען איז נאכאלס די פראנט ראנער אבער ער שטעלט זיך ארויס צו זיין גאר א לופטיגע קאנדידאט, בערני, ווארען און יאונג שטייען פאר פאליסיס וואס מאכען אז זייערע נאכפאלגער זאלען זיך קענען גרינג אידענטיפיצירען מיט זיי, העריס און בוטיזשעזש זענען פרישע ענערגעאישע קאנדידאטען אבער זיי האבען נישט געווינען ״דערווייל״ דעם דעת הקהל אז זיי קענען געווינען די מעיזשאר עלעקשאן קעגן טראמפ .

ביידענס כאריזמע איז בכלל נישט צום געפינען אדערווייל אין די עלעקשאן סייקעל ער האט אנגעפאנגען מיט די לינקע פיס מיט אלע מיליאנען איים סאריס, ער האט א ערענסטע פראבלעם, אויב גייט ער ריטעיל פאליטיקס און ער ניצט נישט זיין וויצע סטאטוס דערמאנט זיך יעדער און די ארימע ביידען וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין מזל אינדרויסען פון די ״פיצי״ שטאט דעלאווער, וויל ער גיין גרויס און ארויפברענגען זיין צייט אלס אבאמאס וויצע וועלן די פארמערס אים נישט ליעב האבען ווייל ער האלט זיך צו גרויס סאו זיין דילעמא איז גרויס.

ווער גייט געווינען אייאווע? אויב איך ליין גוט איז ווארען די מערסטע דארט און זי ארבייט אריין זייער פלייסיג אין די סטעיט, אויב קומט זי אריין דארט נאמבער איינס אדער צוויי און אין ניו העמפשור איינס אדער צוויי האט זי א ערענסטע שאט צו זיין די נאמעני.

״איך מיין״ אז אויב זי איז די פיינעל דעמאקראטישע קאנדידאט גייט טראמפ געווינען די ריעלעקשאן פארמעסט, איך שרייב עס נישט אלס א פרעדיקשען, איך שרייב עס קאנסידערינג אז קלינטאן וואס איז א צענטער לינקע דעמאקראט האט נישט געקענט געווינען אהייאו, פענסילוועניע, מישיגען און וויסקאנסען וועט ווארען וואס איז פון די דרייסיג פראצענט אלטרע ליבעראלע חדר א ודאי נישט קענען געווינען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

.
IMG_20190722_062043.jpg
IMG_20190722_062043.jpg (321.61 KiB) געזען 1855 מאל


לגבי ביידען'ס כאריזמע, ער האט גראדע יא געצייגט כאריזמע און פאלקסישקייט אין די ערשטע דעבאטע. זיין פראבלעם איז אז זיין כאריזמע ליידט אויך פון זיין עלטער און מען האט דאס געזען ביים דעבאטע. ער איז געווען שארפער און מער כאריזמאטיש פינף, צען יאר צוריק.

דיין אפשאצונג איבער ביידען ווס. וווארען ווען עס קומט צו די מידוועסט איז לגמרי אומריכטיג. ביידען איז אפשר כאריזמאטיש און פאלקסיש אבער פאליסי-ווייז איז ער אינגאנצן גלייך צו קלינטאן. ווארען'ס -פיל קורצערע- רעקארד אין סענאט איז דווקא נישט פראבלעמאטיש ווי קלינטאן'ס איז געווען און ווי ביידען'ס קען זיין. איר רעקארד אין סענאט און איר רעקארד אלס ארכיטעקט פון די קאנסומער פינאנציעלע פראטעקשן ביורא וואס זי האט אויפגעשטעלט מיט איר אייגענע הענט אין אבאמא'ס ערשטע יארן, א קאנסומער אדוואקעסי אגענטור וואס זי האט איניציאטירט אין די יארן פארן פינאנציעלן קראך, און איר צוויי-צענליג יאר ארבייט אין אקאדעמיע פארדעם שטעלט איר מיילן פאראויס פון קלינטאן, ביידען און סיי וועלכע דעמאקראטישע קאנדידאט. (סאנדערס, דער אלטער נערוועזער זיידע וואס גלייכט זיך צו בייזערן ווי אפטער, וועט דארפן פארטיידיגן נישט נאר די סאציאליזם לעיבל, נאר זיין באזוך צום סאוויעטן פארבאנד דורכאויס זיין האניג-מאנאט. Good luck with that).

ווארען, וואס דערקלערט זיך אייביג אלס קאפיטאליסט, פארשטייט קאפיטאליזם, מארקעטס און מאנאפאליס דורכדרינגלעך. זי האט דאס געטיטשט פאר יארן אין די בעסטע יוניווערסיטיס אין לאנד.

אפילו אהייאו, די רויטסטע פון די מידוועסט סווינגסטעיטס, האט באקוועם ווידערערוויילט דעמ. סענאטאר שעראד בראון פאראיאר, ווען רעפובליקאנער האבן באקוועם געווינען אנדערע סטעיטווייד זיצן. (בראון, א פאלקסישער פרא יוניאן לינקער, איז כמעט געווען #מייגאי פאר ער האט פארלאזט דעם פארמעסט פארן פרעזידענט אמט. ער האט אן ענליכן כאראקטער צום ערשטן מיי גאי, קעיסיק, מיט פילע פון די זעלבע שוואכקייטן. נאר ווארען איז צען מאל בעסער אין יעדן הינזיכט.)

קלינטאן'ס שוואכקייט איז געווען אז די אטאקעס און ליעקס און ליגנטס tied in מיט איר עכטע רעקארד און היסטאריע אין סענאט. וואס האט איר געשאדט, און וואס זי האט נישט גענוג געארבייט צו פארעכטן אין די מידוועסט, איז געווען די coherent message פון ( די ביליאנער, טעקס שווינדלער און וואלסטריט ליבלינג) טראמפ איבער איר נאנטקייט מיט ביג ביזנעס און וואלסטריט. גענוג אז עטליכע הונדערט טויזנט אין פענסילוועניע, מישיגען און וויסקאנסין זאלן נישט נעמען די מי און ארויסגיין שטימען פאר איר.

ווארען'ס פאקעהאנטאס סומאטוכע doesn't tie in מיט איר פראפייל אלס קאנסומער אדוואקאט פאר צענדליגער יאר.
איך האף אז טראמפ וועט רעדן און רעדן פון פאקעהאנטאס און ער זאל נישט אויפהערן צו רעדן דערפון ווי מער (ערנסט גערעדט קען ער דען? דער קען זיך פשוט נישט העלפן).
גוד לאק איבערצוצייגן מיליאנען לינקע און סווינג וויילער אין די ראסטבעלט אז זיי זאלן שטימען פארן ביליאנער -וואס האט אוועקגעגעבן ניינציג פראצענט פון זיין טריליאן דאלער טעקס קאטס פארן רייכסטן פראצענט פונעם פאלק, געשניטן רעגולאציעס וואס באשיצן קאנסומערס געזונט און פינאנצן, און געהעכערט דעם יערליכן דעפיציט מיט כמעט 100%, אלעס פאר אן איין פראצענט וואוקס אין דזשי.די.פי. פאר איין יאר אין 2018 און א דזשאבס מארקעט און וועידזש וואוקס וואס קען זיך אין בעסטן יאר קוים פארגלייכן צו אבאמא'ס דורכשניט- און נישט פארן רעפובליקאנער turned דעמאקראט וואס קעמפט פאר די מיטל-קלאס איר גאנצע פראפעסיאנאלע לעבן, און האט ארויס מארקעטעס, מאנאפאליס, די קרעדיט און באנק אינדוסטריע בערך הונדערט מאל אזוי גוט ווי דער געבוירענער מיליאנער -וואס האט אנגעזעצט יעדע ביזנעס וואו ער נאר האט אריינגעשטעלט א פינגער און געבליבן מיט זיין איינציגע שטארקקייט, זיין נאמען און ברענדינג וואס ער פארדינגט פאר אנדערע, מער סוקסעספולע ביליאנערן- וועגן "פאקעהאנטאס!"
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מאנטאג יולי 22, 2019 10:38 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

בלויז א באמערקונג. די betting markets, וואס נוצן wisdom of the crowds און זענען געווענטליך פונקטליכער ווי סיי וועלכער חכם פאר זיך, שאצן אז יענג איז איינס א האלב מאל אזוי dangerous פאר טראמפ ווי ווארען.
יענג'ס conditional probability צו באזיגן טראמפ איז יעצט 71.43% אויף primary.guide (רוב טעג איז עס נאך העכער), ווארען'ס איז 48.04%.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

שלמה זייער א שיינע אנאליז.
אבער דיין לעצטע שורה איז די הויפט סיבה פארוואס ער איז פאראויס צי געווינען ווידערוויילונג, אפילו קעגן ווארן.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

Yang2020 האט געשריבן:בלויז א באמערקונג. די betting markets, וואס נוצן wisdom of the crowds און זענען געווענטליך פונקטליכער ווי סיי וועלכער חכם פאר זיך, שאצן אז יענג איז איינס א האלב מאל אזוי dangerous פאר טראמפ ווי ווארען.
יענג'ס conditional probability צו באזיגן טראמפ איז יעצט 71.43% אויף primary.guide (רוב טעג איז עס נאך העכער), ווארען'ס איז 48.04%.

ווען מען שטייט ביי סופער טוסדעי און יענג און ווארען זענען 'האלז צו האלז' וועט מען האבן דעם שמועס. דערווייל איז ער אין די נידעריגע איינצעלנע ציפערן און זיין ערשטע דעבאטע פערפארמענס האט אים נישט צוגעהאלפן.
ווען מען רעדט פון ביידען, סאנדערס אדער ווארען (העריס פארלירט שוין פון איר נאך-דעבאטע שפרינג און אירע שאנסן אין די ערשטע צוויי סטעיטס, און אויטאמאטיש אירע שאנסן צו זיין די נאמיני, זענען פונדאמענטאל סאך שוואכער ווי ווארען'ס) איז זי קלאר די שטערקערע קאנדידאט.
IMG_20190722_092603.jpg
IMG_20190722_092603.jpg (285.59 KiB) געזען 1806 מאל
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שלמה, איי עגרי אז יענג איז דערווייל גאר שוואך, למעשה גייט אבער זיין נאך דיבעיטס מיט ווייניגער קאנדידאטן, און לויט ווי ס'האלט יעצט שטייט ער אויס צו זיין איינס פון זעקס ביי די דריטע דעבאטע... זיינע טשאנסן זענען בעסער ווי ס'קוקט אויס מיטן פשוטן אויג...

שלום עליכם מיסטער יענג... יהא בואך לברכה...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

נו נו. לוקינג פארווערד.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

שלמה, פארוואס ווייזן די אנקעטעס נאכאלץ אז בערני איז שטערקער קעגן טראמפ ווי ווארען? די אלע חשבונות קענען זיין פיין, אבער פארוואס זאל זיך עס נישט אנזען אין די אנקעטעס?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

עליכם השלום מר וויכטיג מאכער.

יא, איך טענה שוין לאנג אז יענג'ס שאנסן צו שטייגן זענען בעסער ווי ס'קוקט אויס מיטן פשוטן אויג, און דער חשבון גייט אזוי.

דעמאגראפיש זענען זיינע הויפט שטיצער יונגע סאפיסטיקירטע, וואס דרייען זיך די בעסטע ארויס פון פאולס.
רוב פון די 5 העכסטע האבן שמוץ און שוואכקייטן וואס זענען נאכנישט ברייט פארשפרייט געווארן, אבער דאס גייט נישט אנהאלטן אייביג.
יענג האט די מערסטע room for growth. ווייניג פון די וואס שטיצן נישט ביידן אדער סענדערס גייען זיי נאך אמאל שטיצן, אבער רוב פון די וואס גייען צום סוף שטיצן יענג ווייסן נאך מסתמא נישט פון אים.
די אונטערשטע נאכלויפער גייען זיך בקרוב אנהייבן ארויסצוציען, און זייערע שטיצער גייען גיין צו underdogs ווי יענג מער ווי צו די פראנטראנערס. למשל טולסי'ס שטיצער זענען אלע סימפאטיש צו יענג.
יענג גייט זיך נישט ארויסציען אפילו ווען ער גייט זיין א זיכערער פארלירער, ווייל ער האט נישט וואס צו פארלירן פון לויפן, און קען נאר פארדינען name recognition אויף נעקסטע מאל. און אויך ווייל ער וויל פארשפרייטן זיינע איידיעס מער ווי ער וויל געווינען. אבער אנדערע גייען זיך ארויסציען, ממילא אויטאמאטיש וועט יענג אנקומען העכער.

אזוי זענען דא נאך חשבונות, אבער וואטעווער.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ער גייט זיך אויך נישט ארויסציען, כדי נישט צו פארמאכן דעם ניק...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:שלמה, פארוואס ווייזן די אנקעטעס נאכאלץ אז בערני איז שטערקער קעגן טראמפ ווי ווארען? די אלע חשבונות קענען זיין פיין, אבער פארוואס זאל זיך עס נישט אנזען אין די אנקעטעס?

איך זאג אז עס זעט זיך נאכנישט אן אין די אנקעטעס ווייל די עלעקטאראט לייגט נאכנישט צו קיין קאפ כאטש וואס איך האלט אז זי איז פונדאמענטאל די שטערקסטע. ביידען איז נאך שטערקער, לויט אלע אנקעטעס, דאס מיינט נישט אז מענטשן וואס לייגן צו אסאך קאפ און האבן מיטגעהאלטן די ערשטע דעבאטעס מוזן איינשטימען מיט א ווייניג פאראינטערעסירטע עלעקטאראט.

פארטיידיגן די 'סאציאליסט' לעיבל וועט זיין גענוג שווער. פארטיידיגן א זעלבסט דערקלערטער 'סאציאליסט' וואס איז געפארן צו די סאוויעטן פארבאנד אויף האנימון גייט זיין ברוטאל.
זאג דו מיר אז דו ביסט נישט ערנסט באזארגט פון אזא scenario.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

שלמה, איך גיי עגריען אז ווארען האט בעסערע שאנסען ווי סאנדערס פאר א מיליאן סיבות אבער דו רעכנסט אויס איר פראפעסארישע קאריערע אלס א מעלה, איך מיין אז רוב פשוטע פאלקסישע נישט גראדואירטע טראמפ וויילער קוקען דאס לגמרי נישט אן אלס מעלה.

דאס אינקלוד פענסילוועניע און מישיגען!

דאס איז חוץ א מעשה אז טראמפ איז סך א גרעסערע נויז מעיקער ווי איר, און פאליסי ווייז איז זי וועי טו ליבעראל , נישט אומזינסט איז זי סענעטאר פון מעסעטשוסעס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

נישט אז זי איז געווען א פראפעסארין, נאר איר קאנסומער עדוואקעסי אלס פראפעסארין און אז האט זי גוט קענענגעלערנט וואלסטריט און פיאנירט מיטלקלאס פאליסיס.

אגב, זי האט געהייסן די סאמע בעסטע אין קאמערציאלע און באנקראט געזעץ זייענדיג אין הארווארד. אירע סטודענטן, אפילו קאנסערוואטיווע מיליאנערן אויף וואלסטריט, האבן נאר גוטע זאכן צו זאגן אויף איר.
זי האט אנגעפאנגען מיט א נידריגע שטעלע אין ראטגערס קאלעדזש אין ניו דזשערזי און געטיטשט אין טעקסאס, פענסיוועניע און מישיגען פאר לאנגע יארן פארן באקומען א שטעלע אין הארווערד וואו זי איז געווען די איינציגסטע פראפעסאר/ין וואס האט נישט שטודירט אין אן אייווי ליעג. זי איז געבוירן צו א ארעמע ארבייטסקלאס, רעפובליקאנער, פאמיליע אין אקלעהאמע.
זי איז נישט די טיפישע ליבעראלע, coastal elite, פראפעסאר פון די מעשה ביכלעך וואס איז געבוירן אין אקאדעמיע און האט קיינמאל נישט פארלאזט מעסאטשוסעטעס אדער געזען די "עכטע אמעריקע."
זי איז אליינס פון מיטל אמעריקע, האט שטודירט אין טעקסאס, געטיטשט איבערן גאנצן לאנד און איר פראפעסיאנאלע ריסוירטש איז די מיטל און ארבייטס-קלאס.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

Yang2020 האט געשריבן:עליכם השלום מר וויכטיג מאכער.

יא, איך טענה שוין לאנג אז יענג'ס שאנסן צו שטייגן זענען בעסער ווי ס'קוקט אויס מיטן פשוטן אויג, און דער חשבון גייט אזוי.

דעמאגראפיש זענען זיינע הויפט שטיצער יונגע סאפיסטיקירטע, וואס דרייען זיך די בעסטע ארויס פון פאולס.
רוב פון די 5 העכסטע האבן שמוץ און שוואכקייטן וואס זענען נאכנישט ברייט פארשפרייט געווארן, אבער דאס גייט נישט אנהאלטן אייביג.
יענג האט די מערסטע room for growth. ווייניג פון די וואס שטיצן נישט ביידן אדער סענדערס גייען זיי נאך אמאל שטיצן, אבער רוב פון די וואס גייען צום סוף שטיצן יענג ווייסן נאך מסתמא נישט פון אים.
די אונטערשטע נאכלויפער גייען זיך בקרוב אנהייבן ארויסצוציען, און זייערע שטיצער גייען גיין צו underdogs ווי יענג מער ווי צו די פראנטראנערס. למשל טולסי'ס שטיצער זענען אלע סימפאטיש צו יענג.
יענג גייט זיך נישט ארויסציען אפילו ווען ער גייט זיין א זיכערער פארלירער, ווייל ער האט נישט וואס צו פארלירן פון לויפן, און קען נאר פארדינען name recognition אויף נעקסטע מאל. און אויך ווייל ער וויל פארשפרייטן זיינע איידיעס מער ווי ער וויל געווינען. אבער אנדערע גייען זיך ארויסציען, ממילא אויטאמאטיש וועט יענג אנקומען העכער.

אזוי זענען דא נאך חשבונות, אבער וואטעווער.



טייל פון די זאכן זענען ווישפול טינקינג, סאו סיניש שייך צו דיבעיטן... למשל ווען קארי בוקער צו קעסטראו ציען זיך ארויס, פארוואס זאלן די שטיצער גיין צו יענג?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

איך האב געברענגט א משל, טולסי.

און די אנדערע, שטעל איך זיך פאר אז א חלק פון זייערע שטיצער זענען נישט צופרידן פון די פראנטראנערס, ווען נישט וואלטן זיי גלייך געגאנגען אהין, וועלן זיי זיך ארומקוקן. און א חלק פון די חלק וועט גיין צו יענג.
אבער אפשר איז עס טאקע ווישפול טינקינג.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מארנינג קאנסעלטענט July 15-21

(Biden: 33% (+1
(Sanders: 18% (-1
Warren: 14%
Harris: 13%
Buttigieg: 5%
O'Rourke: 3%
Booker: 2%
Yang: 2%
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

יש ברירה האט געשריבן:אויך איך האב ארומגעקוקט פאר די מקור פון די קאווערידזש טשארטס און נישט געקענט טרעפן איינס אויסער יענג'ס וועבזייטל.


דא איז פון fivethirtyeight.com, נישט קיין עקסטערע אנהענגער פון יענג. (יענג איז בכלל נישט דערמאנט געווארן אין יענע ארטיקל).

981nj69suxb31.png
981nj69suxb31.png (131.7 KiB) געזען 1367 מאל


שוין טאקע אסאך בעסער ווי אמאל, (זיינע נאמבערס האבן זיך כמעט געדאפלט אין איין וואך!), די מידיא זעט שוין איין אז יענג גייט נישט אוועקגיין דורכן איגנארירן, אבער נאך ווייט פון יושר'דיג.

יענג איז דערמאנט געווארן אויף TV אסאך ווייניגער ווי de Blasio, Gillibrand, Castro, Klobuchar, Gabbard, Bullock, Delaney, און די זעלבע ווי Ryan, כאטש ער איז העכער ווי זיי אין די פאולס.
יענג איז דערמאנט געווארן אויף אנליין מידיא אסאך ווייניגער ווי de Blasio, Gillibrand, Castro, Klobuchar, Inslee, Hickenlooper, Gabbard, Bullock, און אפילו Williamson, כאטש ער איז העכער ווי זיי אין די פאולס.

אין ווי דערמאנט, ווען ער וואלט באשריבן געווארן מער ווי לויט זיינע פאולס וואלט עס געווען פארשטענדליך, ווייל עס איז דא אזוי סאך מער צו באשרייבן פון אים.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

יש ברירה האט געשריבן:מארנינג קאנסעלטענט July 15-21

(Biden: 33% (+1
(Sanders: 18% (-1
Warren: 14%
Harris: 13%
Buttigieg: 5%
O'Rourke: 3%
Booker: 2%
Yang: 2%

עס צייגט אז אלע טאנצערס פון נאך די דעבאטע זענען צוריק געפאלן.
און ביידען האלט אן זיין סופער אויבערהאנט פון 15 פוינטס, וואס דאס גיבט אים א שטארקייט זיך דערנענטערנדיג צו די צווייטע דעבאטע. וואס דארט גייט זיין פאר אין א שארקע שעת המבחן. ווען זיינע שטיצער ערווארטן אז ער זאל צייגן וואס ער קען.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

איך מיין עס איז צייט צו אנהייבן נעמען ערנסט די פאסעבילעטי אז ביידען וועט אנגיין צו בלייבן אן טאפ און געווינען די נאמענאציע. די אלע וואס רעדן וועגן די אינעוועטעביליטי פון ביידענ'ס אונטערגאנג דערמאנען מיך פון 2016 מיט טראמפ.

גארנישט איז נישט אינוועטעבעל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ביידען איז נישט טראמפ, סיז קיין פארגלייך... שטייצעך אז פרעדיקטן קעמען גארניש!

ביידן'ס שטיצע קומט פון די עסטעבלישמענט, און ווילאנג א נארמאלע מעסיגע קאנדידאט קומט נישט נאנט, וועט ער ווארשיינליך נישט פאלן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ביידען איז נישט טראמפ, סיז קיין פארגלייך... שטייצעך אז פרעדיקטן קעמען גארניש!

ביידן'ס שטיצע קומט פון די עסטעבלישמענט, און ווילאנג א נארמאלע מעסיגע קאנדידאט קומט נישט נאנט, וועט ער ווארשיינליך נישט פאלן...

דאס איז וואס איך קוק במשך די גאנצע צייט.
ביידען'ס שטיצער זענען נישט 'זיינע' שטיצער אזוי ווי טראמפ שטיצער.
זיי זענען שטיצער פון די דעמאקראטישע פארטיי, מיט אירע אמאליגע מהלך, און ביידען שטיצער האסן די ליבעראלע און די סקוואד נאך אזוי שטארק ווי די קאנסערוואטיוון האסן זיי.
און ביידען שטיצער וועלן טו כל מה שביכלתו אז זייער פארטיי זאל נישט ווערן פאר'משכון'ט ביי קארטעז אין אירע ידידות.
איז יעצט די פראגע וואס די ביידען שטיצער קוקן: קען ביידען זיין דער קאנדידאט? קען ער ארויסברענגען שטומען? קען ער אויפהייטערן מאסן?
און דאס ווארטן זיי צו זעהן ביי די קומעדיגע דעבאטע, אויב דער אמאליגער ביידען האט נאך עפעס לחליות אין זיך, און אויב גייען זיי זעהן אז ער איז שוין צו אלט פאר אזא פארמעסט, גייען זיי זיכן א צווייטער יונגערער מעסיגער אמאליגער סטיל דעמאקראטישער קאנדידאט.
וואס דאס איז מיין פראגע יעצט: ווער איז דער יעניגער וואס קען אדאפטירן ביידען שטיצער אויב זיי מאכן א אז ביידען איז נישט דער ריכטיגער פערזאן צו לויפן?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

עכט היימיש האט געשריבן:וואס דאס איז מיין פראגע יעצט: ווער איז דער יעניגער וואס קען אדאפטירן ביידען שטיצער אויב זיי מאכן א אז ביידען איז נישט דער ריכטיגער פערזאן צו לויפן?


ווענדט זיך פארוואס זיי שטייען מיט ביידען. אויב צוליב זיינע מעסיגע צענטריסטישע שטעלונגען, איז עס מסתמא העריס אדער בוטידזשעדזש.

אויב האסן זיי די סקוואד צוליב די קינדערישע רעטאריק און identity politics, איז עס יענג. ער האט די ערשטע פארדאמט אנטיפא און ער פארשטייט זיך די בעסטע מיט די אנדערע זייט אמעריקע.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”