אוקריינע עירליינס נעמט צו פעקלעך פון היימישע אידן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:15 am

Think and Thank האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:אסדר.
איר זענט א ריכטיגע סעלף העיטינג דשאו. נישט אלע וויצען וואס בדחנים מאכען אויף אונזער חשבון. מיינט אז סאיז ממש אזוי
ובנוסף ווי קען זיין אז פון די פופציג אידען איז נישט געווען קיין איין איד מיט א קלענערע לאגיטש. און קיין קיין גוי מיט א גרעסערע.

צו דיר און צו אלע אנדערע רעאגירער, איך האב גארנישט שלעכטס געמיינט. א איד דארף און מוז געווענליך האבן מער זאכן אויף א פלייט ווי א גוי. אזוי איז ביי מיר און ביי אלע אנדערע אידן. א גוי דארף גארנישט, נישט כשר'ע עסן, קיין ספר, קיין טלית ותפילין וכו'. כ'האב עס בכלל נישט געזאגט אלס פראבלעם, נאר אלס פאקט.

ס'טוט מיר זייער לייד אבער דיין 'פאקט' איז באזירט בלויז אויף דיין דמיון און האט מיט'ן מציאות קיין שייכות. אני הקטן בין שוין געפלויגן עטליכע צענדליגע מאל (סיי פאר די חתונה און סיי נאך), און פון אלע פלייט האב איך געזען בלויז איין איינציגע מאל א איד ברענגען מער ווי די ערלויבטע צאל הענד לאגעדזש. רובא דרובא לייגן די שטריימל באקס אין א רענצל, די טו"ת, עקסטרע וועש און ספר/ביכל אין די קערי אן. די כשר'ע עסן לייגט מען אין די הענד בעג, ושלום על ישראל. אזויווי אלע געהעריגע אינטערנאציאנאלע עירליינס לאזן ארויפטראגן א קערי אן פלאס א הענד בעג איז דא גענוג פלאץ פאר אלע אידישע געברויכן.

וואו האב איך געשריבן פון אומערלויבטע???? א איד האט מער האנט באגאדזש אויפן פליגער. פינטל. איך רעד פון לעגאלע, כשר'ע, ערלויבטע, ערליכע, אויסגעהאלטענע, געפעק. זהו.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:21 am

Think and Thank האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:.

די טענה האט נישט קיין הענט און קיין פיס. פארמאכן די טיר 5:30 מיינט אז 5:10 איז נאך געווען 20 מינוט צו בארדן, וואס איז מער ווי גענוג צייט פאר 50 מענטשן. בארדן ענדיגט זיך געווענליך 30-45 מינוט פאר די איפיציעלע טעיק אף, וואס גיבט איבער גענוג צייט פאר יעדן מסדר צו זיין די הענד לאגעדזש, זיצן וכדומה. די תי' קען נאר אפקויפן איינער וואס איז נאך קיינמאל געפלויגן.

30 ביז 45 מינוט פון ענדיגן בארדן ביז טעיק אףף?? איר חלומ'ט. נארמאל נעמט 20 מינוט פון מ'ענדיגט בארדן ביזן ענדגילטיגן טעיק אףף. (חוץ די ציוניסטישע אל-על וואס ביי זיי נעמט עס אלץ לענגער).

איך האב פאר אייער וועגן צוגעלייגן א גוגל סוירטשט ווי לאנג עס נעמט. די רעזולטאט: 15 מינוט...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:24 am

Boarding times are usually between 30 minutes to an hour before scheduled take-off.

ביי קלענער רייזעס הייבט זיך אן בארדינג א האלבע שעה פאר טעיק אףף. ביי גרעסערע הייבט זיך עס אן א שעה פאר טעיק אףף ביז 15/20 מינוט פאר טעיק אףף.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג מאי 30, 2019 9:30 am

קיסריה האט געשריבן:איך קויף נישט די באבע מעשות.

דאס ארויס-סינגלען נאר חרדישע אידן.
דאס זאגן אז קיין פעקל פיט נישט.
דאס געבן א לעבל-טעג אן א טרעקינג.

ווען מ׳שפייט אויף דיר זאגסטו אויך אז ס׳רעגנט?

קוק איבער מיין תגובה אויפ ערשטן בלאט.
חוץ טאמער די מין האנושי האט נישט קיין נאמנות אין דיינע אויגן...
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

תגובהדורך קאטטשקעלע » דאנארשטאג מאי 30, 2019 10:14 am

פרנס היום האט געשריבן:Spirit airlines איז אויך זייער שטרענג און מענטשן צאלן ווי טאטעלעך , דא פשוט זענען זיי געגאנגען און נאר געבעטען פון פרומע אידן, זיי האבן געמיינט אז פרומע אידן זענען מעקעלעך פשוט

Spirit איז א Budget Airline דאס איז א אנדערע מעשה
לעצט פאראכטן דורך קאטטשקעלע אום דאנארשטאג מאי 30, 2019 10:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג מאי 30, 2019 10:14 am

יעצט געהערט רבי שמואל פון די באוואוסטע סקיי טרעוועל אויף קולמע.
און וואס זאל איך זאגן, ער זאגט דברים של טעם.

ער פארענטפערט נישט די סעלעקציע און פראפיילחנג, ער זאגט אפילו אז דאס איז א עוולה און א שרעק.

קודם כל זאגט ער אז ער האט גערעדט מיטן בעה"ב און דער האט אים געזאגט אז עס זענען דא באורדינג קאמפאניעס זיי זענען אינדעפענדענט דרויסענדיגע חברה.

יעצט איז ער איז מסביר אז זייער זשאב איז אז דער פלעין זאל זיין פארמאכט אין צייט.

דא איז געווען א מצב ווי די קאנעקטינג האט סך הכל איין שעה אין קיעב, אויב שפעטיגט מען אפילו צען מינוט דארפן 100 מענטשן איבערנעכטיגן אין קיעב.

דאס ענקזייעטי פון די באאמטע האט זיך אנגעהויבן ווען עס זענען אנגעקומען 50 מענטשן גאנץ שפעט נאכן דאווענען מיטן נץ, די באאמטע האבן פארשטאנען אז כאטשיג 10 פעקלעך וועלן נישט פיטן אויפן פליגער, און בכדי נישט צו פארפאסן די קאנעקשאן און שטיין זיך אויסטענען ווער יא און ווער נישט האבן זיי מחליט געווען אראפ צו שטעלן "אלע" 50 פעקלעך און אויך נישט געלאזט ארויס נעמען חפצים ווייל אויב יעדער וועט זיך יעצט שטעלן ארויסנעמען וועט ווייטער נעמען צייט, און צייט איז זייער טייער, אפילו 10 מינוט.

אין אוקריינא האבן זיי נישט געהאט גענוג חברה אראפ צו לאדענען 50 רענצלעך.

נאכאמאל, די סעלעקציע איז א פאברעך, (און אלס איד קען מען אולי מאכן א חשבון הנפש אז מיר טוען מאכן סעלעקציע מיט בחורים אין ישיבות.)
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2979
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:14 pm

בעריש'ל האט געשריבן:(און אלס איד קען מען אולי מאכן א חשבון הנפש אז מיר טוען מאכן סעלעקציע מיט בחורים אין ישיבות.)

א זייטיגע נאטיץ: אויב ווילסטו מאכן א חשבון הנפש, מאך א חשבון הנפש אויף עפעס וואס דו טוסט, נישט וואס יענער טוט.

(אז דו ווילסט מוחה זיין אויף אן עולה? כל הכבוד, אבער מאך נישט קיין "חשבון הנפש" אויף יענעמ'ס חשבון.)

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:18 pm

ווי איז הייקינד? איינער דארף עם פארציילן די מעשה.. ער וועט נעמען די מייק

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:48 pm

גענומען פון Dans Deals
צוגעלייגטע
UIA Statment.jpg
UIA Statment.jpg (234.82 KiB) געזעהן 1952 מאל
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

דער אידעל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 07, 2013 10:37 am

תגובהדורך דער אידעל » דאנארשטאג מאי 30, 2019 1:57 pm

דשאסט מיי טו סענס. געפארן דעם פארגאנגענעם ווינטער מיט זיי קיין קיוב מיט א גרופע חברים געווען גאר א געשמאקע רייזע די סטעף געווען גאר העפליך
געלאזט דאווענען וכו׳

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג מאי 30, 2019 2:29 pm

דער שמואל אויף קול מ. רעדט טאקע צו דער זאך, אבער פון די אינטעוויו'ס מיט די רייזענדע הערט זיך עס אביסל אנדערש... מ'האט ארויסגעכאפט זייער פעקלעך פון די הענט... סאונד אביסל א ווילדע באנעמונג, אבער ס'מאכט דעפענעטלי סענס וואס ער זאגט.

אוועטאר
גלעזעל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:37 pm

תגובהדורך גלעזעל » דאנארשטאג מאי 30, 2019 2:32 pm

דער אידעל האט געשריבן:דשאסט מיי טו סענס. געפארן דעם פארגאנגענעם ווינטער מיט זיי קיין קיוב מיט א גרופע חברים געווען גאר א געשמאקע רייזע די סטעף געווען גאר העפליך
געלאזט דאווענען וכו׳

איך בין געפארן די וואך זינטאג מיט זיי און עס איז געווען גאר א געשמאקע רייזע די סטעף געווען גאר העפליך אין זיי האבען ארויפגעלאזט פעקלעך

ר יעקב צבי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 4:06 pm

תגובהדורך ר יעקב צבי » דאנארשטאג מאי 30, 2019 3:56 pm

Spokesman האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:איך בין אהיימגעקומען פון קערעסטיר מיט א גרופע אינגעלייט, אונז זענען אהיים דורך קיוב, און פארן ארויפגיין אויפן פליגער שטייענדיג אינעם רייע ביים געיט האבן זיי אנגעהויבן צו מאכן סעלעקציעס, קלאמפיש האבן זיי קודם נאר דורכגעלאזט די וואס האבן קלענערע פעקלעך, און נאכדעם די מיט די גרעסערע ווייל פון זיי דארף מען צוטשארדזשן נאך געלט, און כדאי נישט אויפצוהאלטן דעם עולם זענען זיי דורך קודם.

איך בין געשטאנען אנפאנג פון די שורה אינפראנט צוזאמען מיט נאך אידן און זיי האבן אונז אלע געהייסן ווארטן, און זיי האבן אנגעהויבן אויפרופן פון אינמיטן די שורה אלע 'גוים' איר הערט גוט 'נאר' די גויים, און זיי זענען ארומגעלאפן אהער און אהין און אויסגעפיקט אלע גוים און דורכגעלאזט.

צום סוף איז אויסגעקומען אז ס'זענען געשטאנען איבער 20 אידן און זיי האבן זיך גענומען אויף יעדעמס ביינער און געהייסן אריינלייגן די פעקל אין די באקס צו טשעקן טאמער ס'פיט אריין, און טאמער נישט האבן זיי געבעטן א סכום פון מינימום 120 דאלער אויפן פלאץ, איך האב פראבירט זיך איינצובעטן און פראבירט צו ווייזן אז מיין פעקל שטעקט זיך נישט ארויס, און זיי האבן ניטאמאל זיך צוטוהן געמאכט אפילו נישט געקוקט אויף מיין זייט, נאר געשריגן נאכאמאל מיט א הארטקייט נאו נאו נאו דו מוזט באצאלן!

למעשה האב איך מתפלל געווען בזכות רבי ישעי' ב''ר משה און צום סוף האבן זיי מיר דורכגעלאזט, אבער אנדערע אידן דארט זענען נישט געווען פון די געליקליכע און האבן געמוזט באצאלן ווי טאטעלעך מיט א שווער הארץ.

לולא ראיתיו לא האמנתיו, אז היינט קען נאך פאסירן אזעלכע אום רעכטן לעיני השמש.

גא''מ. לולא ראיתיו לא האמנתיו. איך בין אויך דארט געווען. אויב דו רעדסט פון זונטאג ציפרי נאך ג' אייר, 11 אזייגער פלייט, פון KPB צי JFK. סגעווען מער ווי 20 אידן וואס האבן זיך אלל אף די סאדען געטראפן שטיין צום לעצט פון די רייע, און סהאט זיך אנגעהויבן א געמעסטצאך צי ס'שטעקט זיך יא ארויס פון די באקס אדער נישט. אפאר אינגעלייט האבן באצאלט 120 דאלער.
די גאנצע באקס כשלעצמו איז א גניבה, ווייל די רול איז וויפיל עס מעג וועגן, נישט ווי גרויס עס איז.

למען הפונקטליכקייט איך בין געווען אויף דעם פליגער זיי האבן מיר געטשארשט $168.00 אין איך האב געצאלט ווי א טאטעלע

עולם השקר
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » דאנארשטאג מאי 30, 2019 4:39 pm

דער עולם מאלט דא שטארק וואסער

און די אויפגעקלערטע ליבאראלע יונגעלייט אז עס איז נישדא קיין אנסעמיטיסזים איז א נחת

אבער די אלע תירוצים איז גוט , אבער וואס איז די תירוץ אויף די געלט ?

איך פאר א שיינע פאר מאל א יאר און זייער אפט לייגן זיי אינטען האנט באגאזש וועגן פלאץ אהער טזשארזשען ממים ודמים איז סתם אז זיי האבן געפלאנט א פרישע איינקנופט פון די כאסידעם , און אויף דאס ענטפערן זיי גארנישט

און דאס איז די גרעסטע קשיא?

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג מאי 30, 2019 4:50 pm

שששששש, בארואיגט אייך (נד"נ).

איך בין אויך געווען אויף דעם פלייט פון וואס יעדער רעדט דא, דאס וואס יענער שמואליק זאגט איז אויסגעזויגן פון פינגער, ס'איז געווען אסאך אידן וואס האבן בכלל נישט געדאווענט ביז די צווייטע פלייט, אלזא האט דאס גארנישט צו טון מיט א מנין פון 50 אידן וואס האבן פלוצים געענדיגט דאווענען און זיך געיאגט צום פליגער.

וואס יא? לויט איין אידישער מיטרייזנדער וועם מ'האט אויך אוועק גענומען זיין פעקל, האבן זיי יא ארויס געלייגט די רענצלעך אין קיעוו בענעזאם מיט די קערידזשעס, און ער האט זאגאר אפגענומען זיין רענצל פון דארט, נאר היות רוב עולם האט זיך געיאגט צו כאפן דעם קומענדיגן פלייט איז מען זייער שנעל ארויס פון פליגער נאך פאר ס'איז געווען א טשענס צו ארויסלייגן די רענצלעך, אבער ער וואס איז ארויס שפעט פון פליגער האט יא גענומען זיינס.

דאס פארענטפערט אבער נישט פארוואס נאר חסיד'ישע אידן האבן געמוזט איינטשעקן, טייל פון זיי מיט גאר קליינע פעקלעך, אן קיין רעדער, לאפוקי פון @אסדר'ס הנחה דא.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

מענדי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

תגובהדורך מענדי » דאנארשטאג מאי 30, 2019 5:00 pm

עפעס אן ענליכע מעשה איז פארגעקומען נעכטן מיט א קאנעקשן פלייט אויף ראשן-עיר. אלע פאסאדזשירן זענען אנגעקומען אין קענעדי לופטפעלד און נישט צוריקבאקומען זייערע באגאדזשן.

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4726
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מאי 30, 2019 5:13 pm

האט שוין איינער צוריק באקומען די פעקלעך ?

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג מאי 30, 2019 5:27 pm

פון איינעם ווייס איך זיכער וואס האט שוין נעכטן צוריק באקומען איינס פון זיינע רענצלעך (ער איז געפארן מיט זיין משפחה און פארלוירן עטליכע), זיי זאגן אז די אנדערע וועט נאכפאלגן.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

איך דארף פאהרן מיט מיינע קינדער די קומענדיגע וואך

תגובהדורך זיסקינד » דאנארשטאג מאי 30, 2019 5:31 pm

איך האב געקויפט טיקעט'ס פאר מיר מיט מיינע קינדער אויף קומענדיגע וואך פון א"י קיין לאנדאן מיט זיי,
איך דארף מורא האב'ן צו פאהרן מיט זיי, ??
זאל איך עס קענסלען ???

וואס קען איך טוה'ן צו מאכן זיכער אז זיי נעמען מיר נישט צו ??

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג מאי 30, 2019 5:52 pm

זיסקינד האט געשריבן:איך האב געקויפט טיקעט'ס פאר מיר מיט מיינע קינדער אויף קומענדיגע וואך פון א"י קיין לאנדאן מיט זיי,
איך דארף מורא האב'ן צו פאהרן מיט זיי, ??
זאל איך עס קענסלען ???

וואס קען איך טוה'ן צו מאכן זיכער אז זיי נעמען מיר נישט צו ??

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך בין אהיימגעקומען פון קערעסטיר מיט א גרופע אינגעלייט, אונז זענען אהיים דורך קיוב............
צום סוף איז אויסגעקומען אז ס'זענען געשטאנען איבער 20 אידן און זיי האבן זיך גענומען אויף יעדעמס ביינער און געהייסן אריינלייגן די פעקל אין די באקס צו טשעקן טאמער ס'פיט אריין, און טאמער נישט האבן זיי געבעטן א סכום פון מינימום 120 דאלער אויפן פלאץ, איך האב פראבירט זיך איינצובעטן און פראבירט צו ווייזן אז מיין פעקל שטעקט זיך נישט ארויס, און זיי האבן ניטאמאל זיך צוטוהן געמאכט אפילו נישט געקוקט אויף מיין זייט, נאר געשריגן נאכאמאל מיט א הארטקייט נאו נאו נאו דו מוזט באצאלן!

למעשה האב איך מתפלל געווען בזכות רבי ישעי' ב''ר משה און צום סוף האבן זיי מיר דורכגעלאזט, אבער אנדערע אידן דארט זענען נישט געווען פון די געליקליכע און האבן געמוזט באצאלן ווי טאטעלעך מיט א שווער הארץ.

לולא ראיתיו לא האמנתיו, אז היינט קען נאך פאסירן אזעלכע אום רעכטן לעיני השמש.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג מאי 30, 2019 5:53 pm

דער אידעל האט געשריבן:דשאסט מיי טו סענס. געפארן דעם פארגאנגענעם ווינטער מיט זיי קיין קיוב מיט א גרופע חברים געווען גאר א געשמאקע רייזע די סטעף געווען גאר העפליך
געלאזט דאווענען וכו׳


געהאט די זעלבע עקספיריענס מיט זיי

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

מצא
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 6:53 pm

תגובהדורך מצא » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:09 pm

זיסקינד האט געשריבן:איך האב געקויפט טיקעט'ס פאר מיר מיט מיינע קינדער אויף קומענדיגע וואך פון א"י קיין לאנדאן מיט זיי,
איך דארף מורא האב'ן צו פאהרן מיט זיי, ??
זאל איך עס קענסלען ???

וואס קען איך טוה'ן צו מאכן זיכער אז זיי נעמען מיר נישט צו ??



שטארק מסתבר אז די קומענדיגע פאר וואכן וועלן זיי גוט אבאכט געבן נישט אנצומאכן קיין שטינק נאכאמאל.

אבער מאך זיכער צו האבן פיקטשערס פון אלע דיינע פעקלעך, און אויב מ'מאכט דיר פראבלעמען זע עס צו רעקארדירן אויף ווידעא, (שיינערהייט, פארשטייט זיך, מיט אן אנטשולדיגונג פון פאראויס אז דו טוסט עס נאר ליתר שאת צו פארמיידן פראבלעמען), דאס האט שוין מערערע מאל געמאכט די חילוק צווישן א קול קורא במדבר צו א אינטערנאציאנאלע אויפברויז.

פארשטייט זיך מאך זיכער פון פאראויס אז דו האסט ביי דיר א כלי צו רעקארדירן ווידעא.

כן נלענ"ד

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:24 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:אסדר.
איר זענט א ריכטיגע סעלף העיטינג דשאו. נישט אלע וויצען וואס בדחנים מאכען אויף אונזער חשבון. מיינט אז סאיז ממש אזוי
ובנוסף ווי קען זיין אז פון די פופציג אידען איז נישט געווען קיין איין איד מיט א קלענערע לאגיטש. און קיין קיין גוי מיט א גרעסערע.

צו דיר און צו אלע אנדערע רעאגירער, איך האב גארנישט שלעכטס געמיינט. א איד דארף און מוז געווענליך האבן מער זאכן אויף א פלייט ווי א גוי. אזוי איז ביי מיר און ביי אלע אנדערע אידן. א גוי דארף גארנישט, נישט כשר'ע עסן, קיין ספר, קיין טלית ותפילין וכו'. כ'האב עס בכלל נישט געזאגט אלס פראבלעם, נאר אלס פאקט.

ס'טוט מיר זייער לייד אבער דיין 'פאקט' איז באזירט בלויז אויף דיין דמיון און האט מיט'ן מציאות קיין שייכות. אני הקטן בין שוין געפלויגן עטליכע צענדליגע מאל (סיי פאר די חתונה און סיי נאך), און פון אלע פלייט האב איך געזען בלויז איין איינציגע מאל א איד ברענגען מער ווי די ערלויבטע צאל הענד לאגעדזש. רובא דרובא לייגן די שטריימל באקס אין א רענצל, די טו"ת, עקסטרע וועש און ספר/ביכל אין די קערי אן. די כשר'ע עסן לייגט מען אין די הענד בעג, ושלום על ישראל. אזויווי אלע געהעריגע אינטערנאציאנאלע עירליינס לאזן ארויפטראגן א קערי אן פלאס א הענד בעג איז דא גענוג פלאץ פאר אלע אידישע געברויכן.

וואו האב איך געשריבן פון אומערלויבטע???? א איד האט מער האנט באגאדזש אויפן פליגער. פינטל. איך רעד פון לעגאלע, כשר'ע, ערלויבטע, ערליכע, אויסגעהאלטענע, געפעק. זהו.

אסדר איך בין אינגאנצן מיט דיר...
איך האב ישט קיין אהנונג וואס דער עולם וויל פון דיר

אסדר האט געזאגט זייער א פארשטענדליכע נערמאלע זאך
ווער דא פארלייקנט אז א איד דארף מיטנעמן מער זאכן ווי א גוי??
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2064
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:45 pm

איך נעם זיך נישט אהן פאר קיינעם.
איך ווייס נישט פון די פאקטן.
איך ווייס יא פון די פאקטן, אז אפילו די וואס וועלען זיך נישט דערוואגן צו פראפיילען אנדערע פעלקער, וועלען דאס יא טוהן פאר חסידישע אידן. ווייל זיי זענען דאך פאני, און זיי מאכן נישט קיין שטינק, ממילא מעג מען זיי טשפענען.

או. קעי... נאך די הקדמה...
אלטץ איינער וואס איז גאר אסאך געפלויגען יארן צירוק, און דערפאר האב איך טאקע געמאכט מיין וועבסייט, קאושער טרעוועל אינפא, זאל מען וויסן אז עס איז דא גאר אסאך וואס דארף געשעהן אינטער די קולוסין אז פליגער זאלען קלאפן. א פליגער קען נישט שפעטיגען אפילו מיט 10 מינוט. אלעס איז אויסגערעכנט שוין חדשים פריער. ערליינס לייגן אריין מיליאנען און געלט און טויזענטער שעות man power צו אויסרעכענען ווי לאנג דויערט צו לאודען קארגא, אריינגערעכעט הומען קארגא (א.ק.א., פאסזשאזירן). א טיהר וואס פארשפארט זיך איין מינוט שפעט, קען פארלירן זיין רייע פארן ראנוועי, קומט שוין אהן שפעט צו קאנעקשען, וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 30, 2019 7:05 pm

און וואס איז מיט די סטאטיסטיק אז יעדע פליגער שפעטיגט עניוועיס 20-30 מינוט עפעס אזוי, ווי אויך ווען ס'איז א שפעטיגונג פון זייער זייט איז קיינמאל קיין פראבלעם וכו' וכו'


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: IT טעקנישען, אזוי וויל איך, יאנקעל פעדראטשיק, יסוד ארי, ציפקע און 49 געסט