פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

פאראינטערסירט האט געשריבן:די טראמפ אדמיניסטראציע האט לעצטע וואך אפגעצייכענט א מילשטיין פון הונדערט מייל גרעניץ וואנט געבויט ביים מעקסיקאנער גרעניץ.

עקטינג האומלענד סעקיוריטי סעקרעטערי טשאד וואלף האט אפגעהאלטן א פּרעסע קאנפרענץ אין יומא אריזאנע מיט די באטייליגונג פון די אריזאנע סענעטארשע מעקסעלי, וואלף זאגט אז דאס א היסטארישע דערגרייכונג, און אז די פלאן איז ווייטער צו האבן 450 מייל פון נייע ווענט ביז ענדע יאר 2020.

ער האט אוועקגעמאכט די אלע טאלקינג פוינטס פון די ליבעראלע פעיק-ניוז מידיע אז דאס איז נישט קיין נייע וואנט נאר ריפלעיסד אלטע, זאגנדיג אז דאס איז נאריש, ווען איינער בויט איבער א קליינע בודקע צו א הערליכע לוקסריעזער פאלאץ וואלסטו דאס אויך אנגערופן ריפלעיסד? דאס איז גענצליך א נייע וואנט!

די נייע ווענט פארמאגן אויך גאר סאפיסטיקירטע ראדארן, קאמערעס, לעקטערס, און טעכנאלאגיע אויפצוכאפן און אפשטעלן אפי' שמוגלער וואס זענען נאך היבש ווייט פון די גרעניץ.

לויט ווי די חברה געבן איבער האלט מען שוין טיעף אינמיטן קאנסטראקשן אויף עטליכע פרישע פלעצער ביי די גרעניץ, און דאס זעלבע האלט מען שוין טיעף אינמיטן פארהאנדלן, אפקויפן, און ערלעדיגן די נויטיגע לאקאלע פערמיטן וכדו' צו קענען בויען די איבעריגע 350 מייל ביז ענדע יאר.

לויט ווי זיי זאגן דארף די צווייטע גרעסערע חלק פון 350 מייל גיין אסאך שנעלער זינט ביז יעצט איז מען אויסגעשטאנען לעגאלע און פאנדינג פראבלעמען פון אלע זייטן. עטליכע לאו סוטס זענען אריינגעגעבן דערקעגן, און די דעמאקראטען אין קאנגרעס האבן דאס נישט געוואלט פאנדן.
אבער יעצט איז שוין די באדן אויסגעקנאטן, און זאכן וועלן זיך נעמען רוקן גאר שנעל, און ביי די ענדע יאר וועט לויטן פלאן שוין זיין פארענדיקט אדער כאטשיג אינמיטן בויען פון גאנצע 450 מייל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

טראמפ טוהט וואס אלע עלעקטאד אפישעלס האבען געהאלטען אז מען דארף טוהן פאר טראמפ איז געווארען פרעזידענט. נקודה למחשבה
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

באריכטן פאריגע וואך האבן אנגעגעבן אז טראמפ פלאנט ארויסצונעמען פרישע 7.2 ביליאן דאלאר פון די פענטאגאן פאנדס פאר די טראמפ-וואנט אונטער די אנגייענדיגע עמערזשענסי דעקלאראציע.

דאס האט געברענגט אויפברויז ביי די דעמאקראטען און זיי זענען שארף ארויסגעקומען דערקעגן.

יעצט ווערט באריכטעט אז די האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט האט געשיקט א ביטע צו די פענטאגאן אז זיי זאלן ארויסהעלפן און באצאלן צו בויען פרישע 270 מייל פון די גרעניץ וואנט מיט מעקסיקא.

אונטער די געזעץ קען די דעפענס דעפארטמענט בויען ווענט, ראודס און לייטס, אויב ס'פעלט זיך אויס פאר די אנטי נארקאטיקס עפערט און כדי צו אפשטעלן דראג שמוגלערייען, די היימלאנד זיכערהייט אגענטור האט דערקלערט די גאנצע דרום גרעניץ פאר א דראג שמוגלערייען קארידאר. די 270 מייל איז אלעס אויף פעדעראלע לאנד.

די פארלאנג איז אנגעקומען צו די פענטאגאן פארגאנגענעם מיטוואך, און לויט פענטאגאן קוועלער וועט עס געדויערן ארום צוויי וואכן אפצושאצן די לעגאלע אויסגעהאלטנקייט און אזוי אויך די וויכטיגקייט פון די פארלאנג, און דערנאך וועט מארק עספער דארף געבן זיין ענדגילטיגע צושטימוג.
לעצט פארראכטן דורך פאראינטערסירט אום זונטאג יאנואר 19, 2020 3:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

מטעמים האט געשריבן:טראמפ טוהט וואס אלע עלעקטאד אפישעלס האבען געהאלטען אז מען דארף טוהן פאר טראמפ איז געווארען פרעזידענט. נקודה למחשבה

קורץ און שארף!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל עובר האט געשריבן:אוודאי קומען ווינטער אריין ווייניגער מענטשן ווי זומער.

און ביני לביני איז דער חורבן גרויס אז די וואוקס פון לאנד איז די נידעריגסטע אין דורי דורות.




זיי קענען אריינקומען לעגאל...

ואגב, ליבעראלן פראמאוטן חוקי רציחה און נאכדעם שרייען זיי אז די לאנד וואקסט נישט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29326
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טראמפ לאזט גאר שוואך אריין לעגאל, אפגערעדט פון רעפיודזשיס.

צווייטע שורה איז א שטארקע פוינט.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח פאראינטערסירט, פאר די קלארע באריכטן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:טראמפ לאזט גאר שוואך אריין לעגאל, אפגערעדט פון רעפיודזשיס.

צווייטע שורה איז א שטארקע פוינט.

האו אבאוט זיי זענען נישט קיין רעפיודזשיס? דורך די לעגאלע וועג זענען פון אייביג אן זייער ווייניג פון זיי עפראווד געווארן אלס רעפיודזשיס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29326
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ניין, ער האט עמטליך געשניטן די צאל וויפיל מען פלאנט אריינצולאזן.

ביז אזוי נידעריג ווי 18 טויזנט דאס יאר.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

@פעיק מישט לכאורה רעפיודזשיס מיט אסיילעם סיקערס
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עס איז היינו הך, כאן קודם המעשה וכאן לאחר המעשה. 'אסיילעם סיקער' איז איינער וואס זוכט אינטערנאציאנלע שוץ, אבער ער איז נאך נישט באשטעטיגט געווארן אלס א לעגיטימער רעפיודזשי.

'רעפיודזשי' איז איינער וואס איז שוין באשטעטיגט געווארן און אנערקענט געווארן אלס א רעפיודזשי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

איינער געדענקט נאך די גרופע We Build The Wall געגרינדעט דורך ברייען קאלפעדזש?

א קורצע איבערבליק: בשעת די פאריעריגע וואנט שאטדאון האט ברייען קאלפעדזש א טריפל עמפיוטי (ד.מ. אפגעהאקט ביידע פוס און איין האנד רח"ל, אין איראק) וועטעראן, אנגעהויבן א גאו פאנד מי פראיעקט מיטן ציהל אויפצוטרייבן א ביליאן דאלאר און דאס איבערגעבן פאר די פעדעראלע רעגירונג כדי צו העלפן טראמפ בויען די מעקסיקא גרעניץ וואנט.

עס האט טאקע למעשה אויפגעטריבן איבער 20 מיליאן דאלאר אין עטליכע וואכן, אבער דאס איז נאך געווען גאר גאר ווייט פון די ארגינעלע ציהל פון 1 ביליאן דאלאר.

אין אנהייב האט ער געזאגט אז אויב ער דערגרייכט נישט די ציהל פון א ביליאן דאלאר גייט ער צוריקגעבן די געלטער פאר יעדן איינעם, אבער למעשה האט ער באשלאסן צו עפענען אן אייגענעם נאנפראפיט ארגענאזאציע, און מיט די געלטער וועט די ארגאניזאציע נעמען שריט צו באשיצן די גרעניץ און אנהייבן בויען וואנט אויף די אייגענע הענט דורך אליינס פארהאנדלען מיט לאנד אייגענטומער און פריוואטערהייט זיך נעמען בויען גרעניץ ווענט.

קריס קאובאך דער געוועזענער "קענסעס" סעקרעטערי אוו סטעיט און יעצטיגער קאנדידאט אין די רעפאבליקאנער פריימערי פאר די קענסעס סענאט זיץ צו ערזעצן סענעטאר פעט ראבערטס, האט זיך אנגעשלאסן און אנגעהויבן אנפירן מיט די ארגאניזאציע. און זיי האבן אויפגענומען די קאמפאני "פישער זאמד און גרעוועל". די קאמפאני איז אויך געווארן אויסגעקליבן דורך די טראמפ אדמיניסטראציע צו זיין די קאנטראקטאר צו בויען א געוויסע חלק פון די וואנט ווערט געבויט דורך די פעדעראלע רעגירונג אין אריזאנע.


סוף מאי פארגאנגענעם יאר האבן זיי געמאלדן אז זיי האבן געענדיקט בויען א וואנט אין סאנלענד ניו מעקסיקא אויף א שטח היבש גרעסער פון א האלבע מייל, פאר די קאסטן פון בלויז 6 מיליאן דאלאר, און זיי האבן דאס געבויט אין בלויז צוויי וואכן! זיי האבן אויך געבויט א שיינע געפעיווטע ראוד, מיט שטארקע לעקטערס און דיטעקטערס ווי אויך א קאנטראל פאוסט ביי די צוים.

די פראיעקט איז געווען צו פארמאכן א ריזיגע ליידיגע שטח אהן קיין וואנט אינמיטן א לאנגע גרעיץ וואנט פון איבער 21 מייל.
לויט ווי די גרעניץ פאטראל האט געזאגט האבן זיך פון יענע שטח אליינס אין יאר 2019 אריינגעשמוגלט איבער 100 מענטשן און ארום 100 טויזנט דאלער ווערט פון שעדליכע דראגס יעדע איינציגסטע נאכט!!
דער פראפערטי אוונער האט געלעבט אונטער שרעק יעדע נאכט וואוסענדיג אז די ערגסטע קרימינאלן און קארטעלן שמוגלען דורך אויף זיין פראפערטי, ער האט אויך געליטן פון כסדרדיגע גניבות און סטראשונקעס, ער האט זיך געבעטן ביי די ארמי קארפס צו פארמאכן די געפּ, אבער זיי האבן נישט געוואלט זאגנדיג אז דאס איז א שווערע בארג און ס'איז זייער שווער צו בויען דארטן א וואנט.

יעצט מיט די נייע וואנט וואס האט פארמאכט די געפּ ביי די גרעניץ האט זיך דאס אלעס 100 פראצענט אפגעשטעלט! דער אוונער זאגט אז די גרופע האט געטוהן אן אויסנאמליכע גוטע ארבעט און ער קען זיך נישט גענוג באדאנקן פאר זיי.

דאס איז א בילד פון די הערליכע וואנט וואס די גרופע האט געבויט.
Screenshot_20200119-004908~2.png
Screenshot_20200119-004908~2.png (414.5 KiB) געזען 1518 מאל



---------

די ארגאניזאציע האט זיך אבער נישט אפגעשטעלט ביי פראדזשעקט 1, נאר זיי האבן געמאלדן פראדזשעקט נומבער 2 און נומבער 3.
די צווייטע פראדזשעקט איז צו בויען א וואנט אין מישען טעקסעס נעבן די רייאו גראנדי טייך וואס טיילט אפ צווישן אמעריקע און מעקסיקא.

די פישער קאמפאני וויל בויען אזעלכע אייזערנע זוילן בלויז 35 פוס אוועק פונעם טייך אויף א שטח פון 3.5 מייל לאנג, געווענליך אין אזעלכע ערטער האט די רעגירונג געבויט די וואנט ארום 1 - 1.5 מייל ווייט פונעם טייך.

Rio_Grande_Bollard-Fence-NoBoatsD2-768x497~2.png
Rio_Grande_Bollard-Fence-NoBoatsD2-768x497~2.png (623.64 KiB) געזען 1518 מאל



די נאציאנאלע פוטערפליג סענטער האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט דערקעגן זאגנדיג אז דאס וועט שלעכט אפעקטירן די ארטיגע וויילדלייף.
די פעדעראלע רעגירונג האט אויף די שליחות פון די (אמעריקאנער) אינטערנאציאנאלע גרעניץ און וואסער קאמיסיע זיך אויך אנגעשלאסן אין די געריכט קעיס מיטן טענה אז דאס בויען די וואנט אזוי נאנט צום וואסער קען טוישן די וואסער פלוס אוו דאס קען עווענטועל רוקן די גרעניצן זינט די וואסער דינט אלץ גרעניץ צווישן די צוויי לענדער, און דאס וואלט פארלעצט די גרעניץ רעכטן פון ביידע לענדער.

אין דעצעמבער 3 2019 האט א פעדעראלע ריכטער ארויסגעגעבן א צייטווייליגע פארבאט צו פאראויסגיין מיט די ארבעט.
אין יאנואר 9 2020 האט א פעדעראלע ריכטער אראפגענומען די פארבאט זאגנדיג אז די רעגירונג און די באטערפליי צענטער זענען דורכגעפאלן און האבן נישט געקענט אויפווייזן וויאזוי די 18 פוס הויכע צוים וועט אפעקטירן די וואסער פלוס אדער די וויילדלייף.
די פישער גרופע האט גלייך באגריסט די פסק, און געמאלדן אז די ארבעט גייט זיל אנהייבן אין די נעקסטע וואך, און עס וועט נעמען גאר שנעל צו ווערן פארענדיגט.
פישער זאגט אויך אז זיינע חברה גייען אויסרייניגן די טייך אויף יענעם ארט אוועקנעמען אלע אראפגעפאלענע ביימער און שמוץ כדי די וואסער זאל בעסער פליסן און טאקע נישט ווערן אפעקטירט פון די נייע וואנט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29326
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח@פאראינטרעסירט.

אינטרעסאנטע ארטיקל.

(יעצט רעד איך זיך איין, אז אויב קאובאך איז אזוי טויגליך און עפעקטיוו, וועט טראמפ טאקע נעתר ווערן לבקשתו, און אים אינדארסן, אדער כאטש נישט שטיצן זיינס א קעגנער.)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פאראינטערסירט ראקט אריין דא לעצטענס!! טענק יו!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

מטעמים האט געשריבן:פאראינטערסירט ראקט אריין דא לעצטענס!! טענק יו!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מטעמים האט געשריבן:פאראינטערסירט ראקט אריין דא לעצטענס!! טענק יו!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

עקבי הצאן האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:פאראינטערסירט ראקט אריין דא לעצטענס!! טענק יו!


RT און זיין פערפעשנועל שרייבען וואלט איך צוגעגליכען צו אונזער געוועזענע געלונגענע שרייבער מידער-יודל-יואב
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שכוח פאר די קאמפלימענטן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צל עובר האט געשריבן:ישר כח@פאראינטרעסירט.

אינטרעסאנטע ארטיקל.

(יעצט רעד איך זיך איין, אז אויב קאובאך איז אזוי טויגליך און עפעקטיוו, וועט טראמפ טאקע נעתר ווערן לבקשתו, און אים אינדארסן, אדער כאטש נישט שטיצן זיינס א קעגנער.)

פיהר אויס... און אויב קאובאך באקומט די נאמינאציע דעמאלטס האבן די דעמאקראטען א טשאנס צו פארכאפן די זיץ... און דאס איז דיין האפענונג... :wink:
viewtopic.php?p=2075083#p2075083
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

ס'איז געהעריגע סאפיסטיקירטע ווענט, אווי די רעגירונג בויעט?

די רעגירונג קוקט אויף דעם מיט א גוט אויג, אדער זיי וועלן בהמשך הזמן 'אויסבעסערן' די צוימען?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער א שיינע דעטאלירטע ארטיקל.
א דאנק אייך
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

מטעמים האט געשריבן:פאראינטערסירט ראקט אריין דא לעצטענס!! טענק יו!
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

אז דאס די זעלבע װי אױבן דערמאנט אדער גאר א דריטער?


https://therealdeal.com/2020/01/19/great-deal-or-ecological-disaster-a-private-border-wall-rises-in-texas/

Great deal or ecological disaster? A private “border wall” rises in Texas
A contractor says the government should buy or lease his wall, then hire him to build more


A contractor who owns hundreds of miles of property along the U.S-Mexico border says he’s got a deal for President Donald Trump.

Tommy Fisher says he’ll complete three miles of a border fence along the Rio Grande in just two weeks and for millions of dollars less per mile than what the federal government is spending to build Trump’s wall, according to the Los Angeles Times.

Fisher has already built 1,500 feet of the steel bollard fence and if he completes it within his deadline, he’d make good on his claim of efficiency — the federal government has built only about a mile of a border wall since Trump took office three years ago.

Fisher hopes to either sell or lease the under-construction wall to the federal government and win a contract to build more.

It’s not Fisher’s first wall project. The Department of Homeland Security awarded his company, Fisher Sand & Gravel, a $400 million federal contract to build 31 miles of border fence in Arizona, although that contract is under a Department of Defense audit.

Stephen Bannon’s We Build The Wall group hired Fisher last year to build a half-mile fence in New Mexico for $23 million in 10 days. He also built a wall prototype in California.
Critics claim his fence is substandard compared to the federal government’s projects and neighbors say the work has worsened erosion and could lead to flooding downriver, destroying private real estate.

For the time being, it appears Fisher will be allowed to continue. Federal prosecutors the National Butterfly Center sued him to stop construction last year, but a federal judge ruled in his favor last week, allowing work to resume.


690private-border-wall-650x405.jpg
690private-border-wall-650x405.jpg (58.23 KiB) געזען 1023 מאל
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

טאקע פון דעם רעדט מען.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

פרישע סקאנדאל

עפעס באריכטעט די וואשינגטאן פאוסט
אז טראמפ האט זיך גענומען גראבן קברים ביים גרעניץ וואנט

זיי טענען אז עס איז פון די פאונדינג פאוטערס.

ווארשיינליך גלייבט ער נישט און השארת הנפש...

#חיטוטישכבי


https://www.washingtonpost.com/immigrat ... ial-sites/

צווישן אנדערען שרייבט א קאנגרעס מאן נאך א באזוך
I just got back from the border.

This week, Trump blew up a sacred Native American hill on public land to build his racist wall.

#חיטוטישכבי
אז יענער קען קענסטו אויך
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”