גאווערנאר פארמעסטן 2019 למספרם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

מעיזשער פראסק פאר אדונינו דאנעלד

סתם פאר נייגעריקייט איז געווען א שוואכע טוירנאוט פון די רעפאבליקענס ?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שוואכער ווי די דעמאקראטן, שטערקער ווי נארמאל.

אין ביידע סטעיטס, וואס די דעמאקראטן האבן געווינען, קענטאקי און און נאך מער אין לוזיענע, האבן די דעמאקראטן געהאט א מאסיווע טוירנאוט סוקסעס.

אין מיסיסיפי איז אבער נישט געלונגען ארויסברענגן אזוי גוט די שווארצע.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

א דאנק
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

די גרעסטע שאלה איז נאך די נעכטיגע וואלן איז, ווי איז די בעקלעש, וואס טראמפ און זיינע נאכפאלגער האבן אונז צוגעזאגט אויב מ'גייט פאראויס מיט אימפיטשמענט?

עס גייט בעקפייערן, איז געווען די פראזע, פארוואס האט עס נאכנישט בעקפייערד אין ווירדזשיניע, קענטאקי און אין לואיזיאנא?
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

איך זעה קיינער האט נישט ערווענט דא אז עדווארדס האט געוואונען זיין ערשטע טערמין אין 2015 מיט 12(!) פראצענט און יעצט אלץ פאפולערע אינקאמבענט (ריספאן איז דורך א בלוטיגע פרימערי בלויז 4 וואכן צוריק) האט ער געוואונען מיט בלויז 2.6 פראצענט, דאס מיינט כמעט 10 פוינטס סווינג לטובת די רעפובליקאנער..

קען זיין אז עס איז נישט אזוי קאמפעירעבל (אפשר יא, אדרבה זאל איינער אריינקומען מיט א הסבר) אבער סזעט אויס אז עפעס א כח האט טראמפ יא (בעקלעש?)
לעצט פארראכטן דורך קהל עדתינו אום זונטאג נאוועמבער 17, 2019 5:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יא יא
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

מטעמים האט געשריבן:טראמפ איז אין ביג טראבעל פאר זיין ריעלעקשאן ביד, אלגעמיינע מענטשען זענען טאקע נישט צו שטארק אינוואלווד אבער עס הערט זיך שטארק אז טראמפ האט שוין די צווייטע מאל דערלייגט א פארמעסט וואס ער וואלט געקענט געוואונען - די רעפובליקאנע האבען אייביג פארלוירען פאר טראמפ איז געקומען, מען האט שוין געמיינט אז מיט טראמם קומט בעסערע צייטען, די האנימון מיט טראמפ איז אווער.

איך מיין אז נאך ווען טראמפ גייט ארויס פון ווייסען הויז גייט די גאנצע רעפובליקאנע פארטיי זיין ליידיג פון פארטיי טאטעס נאך וואס אלע פריהערדיגע פירערס האבען שוין אפגעפיצט אין די פיר יאר, די גאנצע לידערשיפ גייט באשטיין פון אפאר מענטשען, גרעהעם, פאול, קרוז, מעקארטי, זשארדען, פאמפעיאו און העילי.

יעצט קען מען זעהן די ריזיגע טויש וואס טראמפ האט געברענגט צו די פארטיי.

דיע לעצטע סטעיטמענט מיינסטו אוואדי צו זאגן אויף שלעכט? און דאס דארף נישט דווקא אפעקטן די מיינונג אויף טראמפ בכלל. ווייל אפילו דו האלטסט טראמפ איז גוט איז נישטא קיינער אין די רעפובליקאנער וואס איז גרייט צו גיין אין טראמפ'ס וועגן. און דו למשל, לויט ווי אזוי דו שרייבסט דא, דארפסטו אפלאזן די רעפאבליקאנער פארטיי איינמאל טראמפ פליט, אויב ס'קומט נישט א ריכטיגע נאכפאלגער פארשטייט זיך, און גייען צו א סענדערס סטייל קאנדידאט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קהל עדתינו האט געשריבן:איך זעה קיינער האט נישט ערווענט דא אז עדווארדס האט געוואונען זיין ערשטע טערמין אין 2015 מיט 12(!) פראצענט און יעצט אלץ פאפולערע אינקאמבענט (ריספאן איז דורך א בלוטיגע פרימערי בלויז 4 וואכן צוריק) האט ער געוואונען מיט בלויז 2.6 פראצענט, דאס מיינט כמעט 10 פוינטס סווינג לטובת די רעפובליקאנער..

קען זיין אז עס איז נישט אזוי קאמפעירעבל (אפשר יא, אדרבה זאל איינער אריינקומען מיט א הסבר) אבער סזעט אויס אז עפעס א כח האט טראמפ יא (בעקלעש?)

ער האט געווינען קעגן גאר א שוואכן קאנדידאט, נאך א בלוטיגע אומפארהיילטע רעפאבליקאנער פריימערי, נאך וואס דער רעפאבליקאנער דזשינדאל האט איבערגעלאזט דארט א חורבן.

אויך, אודאי איז דאס לאנד געווארן פאולערייזט בעידן טראמפ, קיין ספק.

אבער........

אין די פריימערי האבן די רעפאבליקאנער געהאט בערך 52 פראצענט, און יעצט אונטער 49.

קיין בעקלעש.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

צל עובר האט געשריבן:

איך הער דיינע פוינטס אבער די פריימערי 4 וואכן צוריק איז געווען שארף צוטיילט און סאיז פארשטענדליך אז נישט ממש יעדער איז צוריקגעקומען

דאכצעך וואסערמאן איז געווען ביזי אנצייגן ווי שוואך ריספאן איז געווען אין די עיברעמס פריימערי פעסטונגען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בד"וו, עס איז דא א קלארע דזשענערעל נאמבער, די דזשי או פי האט געווינען אין עברעהעם'ס דיסטריקט די פריימערי 60-40, און די וואלן בלויז 55-45 א 10 פוינט סווינג אין איינס פון 6 דיסטריקטס, דאס איז ניטאמאל די גאנצע מארדזשין אף וויקטארי. אודאי נישט די גאנצע סווינג פון די פריימערי, ביי די פריימערי האבן די רעפאבליקאנער געווינען מיט איבער 4 יעצט דערלייגט מיט איבער 2, עס איז א סווינג פון 7%, פיר מאל אזוי גרויס ווי די סויינג פון עדווארדס דיסטריקט.

ווען וואסערמאן האט דאס געשריבן האט ער נאך געמיינט אז עדווארדס געווינט מיט א רעיזער טהין מארדזשין, למעשה האט ער געווינען מיט איבער 40 טויזנט שטימען, 2.6%.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נקדימון האט געשריבן:נאך וואס צו קאווערן מארגן נאכט אין לוזיאנע. דער פארמעסט פארן הויז אוו רעפרעזענטאטן אין 62'סטער דיסטריקט אין צפון "בעיטאן ראוזש".

LAgov won't be the only high stakes election in the state tomorrow - an Independent vs Republican
runoff in HD62 could determine whether or not Republicans can create a supermajority in the State House

שטייצעך אז זינט ריפאבליקענס האבן געפליפט די זיצן איזעס מער נישט קיין נייעס... אבער
אטעטשמענטס
Screenshot_20191118-012138_Chrome.jpg
Screenshot_20191118-012138_Chrome.jpg (125.93 KiB) געזען 1142 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איין זאך וואס כאב נישט געזעהן רעדן דערפון, די פאולס אין לוזיאנא זענען געווען ממש אן דע באטן!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אביסל אינטערגעשאצט דעם דעמאקראט
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

קהל עדתינו האט געשריבן:איך זעה קיינער האט נישט ערווענט דא אז עדווארדס האט געוואונען זיין ערשטע טערמין אין 2015 מיט 12(!) פראצענט און יעצט אלץ פאפולערע אינקאמבענט (ריספאן איז דורך א בלוטיגע פרימערי בלויז 4 וואכן צוריק) האט ער געוואונען מיט בלויז 2.6 פראצענט, דאס מיינט כמעט 10 פוינטס סווינג לטובת די רעפובליקאנער..

קען זיין אז עס איז נישט אזוי קאמפעירעבל (אפשר יא, אדרבה זאל איינער אריינקומען מיט א הסבר) אבער סזעט אויס אז עפעס א כח האט טראמפ יא (בעקלעש?)

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p1137891
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

וואל טאג האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:איך זעה קיינער האט נישט ערווענט דא אז עדווארדס האט געוואונען זיין ערשטע טערמין אין 2015 מיט 12(!) פראצענט און יעצט אלץ פאפולערע אינקאמבענט (ריספאן איז דורך א בלוטיגע פרימערי בלויז 4 וואכן צוריק) האט ער געוואונען מיט בלויז 2.6 פראצענט, דאס מיינט כמעט 10 פוינטס סווינג לטובת די רעפובליקאנער..

קען זיין אז עס איז נישט אזוי קאמפעירעבל (אפשר יא, אדרבה זאל איינער אריינקומען מיט א הסבר) אבער סזעט אויס אז עפעס א כח האט טראמפ יא (בעקלעש?)

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p1137891

איך כאפ נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אז אינו דומה קעגן א שוואכן קאנדידאט מיט סקאנדאלן, לגבי איצטערט מיט א רייכן ביזנעסמאן, 25 מיליאן דאלער, 3 טראמפ ראליס וואו ער האט זיך געבעטן צום עולם, פארשעמט מיר נישט נאך קענטאקי.

נעם לדוגמא אזא טוויט:
John Bel Edwards’ foes in Louisiana called him the “accidental governor” the first time he was elected. This time, he showed it wasn’t a fluke.

@LaPoliticsNow and I dug into how the only Democratic governor in the Deep South won a second term. https://t.co/EgnaiRosFn
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

קהל עדתינו האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:איך זעה קיינער האט נישט ערווענט דא אז עדווארדס האט געוואונען זיין ערשטע טערמין אין 2015 מיט 12(!) פראצענט און יעצט אלץ פאפולערע אינקאמבענט (ריספאן איז דורך א בלוטיגע פרימערי בלויז 4 וואכן צוריק) האט ער געוואונען מיט בלויז 2.6 פראצענט, דאס מיינט כמעט 10 פוינטס סווינג לטובת די רעפובליקאנער..

קען זיין אז עס איז נישט אזוי קאמפעירעבל (אפשר יא, אדרבה זאל איינער אריינקומען מיט א הסבר) אבער סזעט אויס אז עפעס א כח האט טראמפ יא (בעקלעש?)

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p1137891

איך כאפ נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען

אז דו כאפסט נישט, לאמיר זיך בעסער ארויסברענגן
לויאיזיאנא איז א שטאט טיף אין די דרום, ווי עס איז היינט די פעסטונג פון די רעפובליקאנער פארטיי, און א רעפובליקאנער סטעיטווייד פאליטישאן דארף ווען דארט גרינגערהייט געווינען, אין 2015 איז געלונגען פאר די דעמאקראטן צו מאכן א לאנגס און א ברייטס פון פערזענליכע סקאנדאלן פונעם דעמאלטסדיגן סענאטאר וויטטער, און אזוי ארום האט עדווארדס מארשירט צו א געווינס
נאך 4 יאר האבן זיך די רעפובליקאנער געשארפט די ציין, אז יעצט וועט מען קענען ארויסרוקן עדווארדס, אז מען וועט ארויסשטעלן א קאנדידאט אנע סקאנדאלן
נאר וואס דען, דער עדווארדס ווי עס שיינט האט געמאכט א פיינעם דזשאב די לעצטע 4 יאר, אזוי ארום אז דאס האט זיך נישט איינגעגעבן, (מאנכע ווילן ארגויען אז ער איז פאפולער וועגן מעדיקעיד עקספענשאן, און דאס איז גראדע די זעלבע סיבה פארוואס בעווין איז נישט געווען פאפולער, ווייל ער האט צוריקגעדרייט עקספענשאן פאליסיס, ווייס איך נישט)

צוריק צום ענין, 4 יאר צוריק איז אינגאנצן נישט קאמפערעבל אהער,

לויאיזיאנא איז זינט די 60יגער יארן זיך גערוקט מיט אלע דערנעבענדיגע שטאטן אלל די וועי צו רויט
נישט לאנג צוריק איז דער דעמאקראטישער סענאטאר לענדריו געפלויגן פון דארט און מיט איר (אדער אביסל שפעטער) איז די דרום שטאטן געווארן ליידיג פון דעמאקראטישע סענאטארן (ביז 2017 ווען דזשאונס אין אלאבאנא האט געווינען)

עדווארדס האט געווינען ווייל לויאיזיאנער זענן צופרידן פון זיין ארבעט, און ביי גאווערנאר פארמעסטן שפילט די פארטייאישקייט היבש ווייניגער ווי ביי סענאט פארמעסטן (ווי אפילו הייטקעמפ וואס איז געווען שטארק באליבט אין נאורט דעקאטע האט פארלוירן פאריאר מיט דאבל דידזשיטס)

פרעזידענט טראמפ, האט געמאכט א שלעכטן וועט, ווען ער איז אריינגעקומען "אלל אין" וויאזוי מען זאגט, און העפטיג קאמפיינט צו באזיגן עדווארדס, האפנדיג אז זיין אפיעל אין אזא רויטע שטאט, וועט זיך אים איינגעבן און רוקן ריספאן איבערן פיניש ליין, דוכט זיך איך האב אפילו געזען פאר די וואלן אז פילע וואונדערן זיך פארוואס ער פארוואנדלט דאס אין זיין פערזענליכער פארמעסט, ווען עדווארדס האט שטארקע שאנסן, אבער ער איז דאך קלוגער..

יעצט אז עדווארדס האט יא געווינען איז דאס א הילכיגער פראסק פארן פרעזידענט, אז ער האט נישט געקענט דעליווערן פאר ריספאן

צו דאס זאגט עפעס פאר קומענדיגע וואלן?
יא! דאס זאגט קלאר פאר רעפובליקאנער וואס האבן א שווערע פארמעסט, טראמפ קען אייך נישט העלפן..
אבער צו בארואיגן די טראמפערס, לאמיר זיין אפן, פאר א רעפובליקאנער פאליטישאן נישט צו נאכטאנצן טראמפ בלינדערהייט וועט האבן סאך שטערקערע קאנסקעווענצן
(עיין ערך דיען העלער אין נעוועדע, וואס האט פארשטאנען אז צו געווינען ווידערוויילונג, מוז ער זיך האלטן אביסל ווייט פון טראמפ, האט אים טראמפ געוויזן, אויב דו שטייסט ווייט, וועסטו ארויסגעשטויסן ווערן אין א פריימערי פארמעסט)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

העלער האט פארלוירן די אלגעמיינע וואלן. און זיך געהעריג געהאלטן מיט טראמפ אווי קארי גארדנער איצטערט.

דו מיינסט מסתמא דזשעף פלעיק וואס איז נישט געלאפן ווייל ער האט געוואוסט אז ער וואלט פארלוירן א פריימערי.

באט, קענטאקי און לוזיענע מאכן מיר קלערן, אז א "פאפעלער" רעפאבליקאנער אינקאמבענט, וואלט יא געקענט געווינען א פריימערי קעגן טראמפס ווילן.

וועלקאם, און ישר כח פאר דיינע קלארע אינהאלטרייכע תגובות.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@וואל, נישט ממש, אין 2003 האט א דעמאקראט געווינען די לואיזיאנע די גאווערנער אמט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

צל,
העלער, איז אין אנהויב 2017 געשטאנען ווייט פון טראמפ, (פאר די וואלן איז ער געווען אן אויסגעשפראכענע קעגנער), אבער קאנסערוואטיוון האבן זיך געגרייט צו לויפן אין א פריימערי קעגן אים, האט ער שנעל געמאכט א 180 דעגרי יו טורן, נאר די יו טורן האט אים געקאסט די גענעראלע

אין א פריימערי, האט טראמפ פיל א שטערקערן כח, ווייל ער דארף נאר איבערצייגן 50% פון די הייסע רעפובליקאנער, (הגם דארט האט ער אויך נישט אייביג געהאט סוקסעס, ע"ע רוי מור אין אלאבאמא)

פעיק, עס איז שוין דא 16 יאר פון 2003, היינט צוטאגס זענען עדווארדס און דאג דזשאונס די איינציגסטער דעמאקראטישער גאווערנאר/סענאטאר אין די טיף דרום שטאטן
דאן האסטו נאך געהאט פיל מער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אויב ווילסטו מאכן די תורה לגבי עדווארדס'ס געווינען אין 2015 און עכט וואלט א רעפובליקאנער געדארפט געווינען, דאן דארפסטו זאגן די זעלעב תורה בנוגע אלאבאמע אז עכט וואלט א רעפובליקאנער געדארפט געווינען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

פעיק נוז האט געשריבן:אויב ווילסטו מאכן די תורה לגבי עדווארדס'ס געווינען אין 2015 און עכט וואלט א רעפובליקאנער געדארפט געווינען, דאן דארפסטו זאגן די זעלעב תורה בנוגע אלאבאמע אז עכט וואלט א רעפובליקאנער געדארפט געווינען.

נו וודאי אזוי.
איינער איז דען מסופק?
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

זיכער אזוי.
ס'איז קלאר די רעפס האבן נאר פארלוירן אין אלאבאמא וועגן זייער קאנדידאט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: גאווערנאר פארמעסטן 2019 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

ארויפגעברענגט צום אויבנאן לאור המצב
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”