בלאט 29 פון 105

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: דאנערשטאג יוני 10, 2021 12:21 pm
דורך נארמאליזעם
maybeeynot האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:די פראנצויזישע פרעזידענט עמאנועל מאקראן וועלכע האט היינט אפגעהאלטן א באזוך אין דרום-מזרח פראנקרייך האט זוכה געווען צו א הילכיגן פראסק (!) פון פארבייגייער ווי יענער האט אים נאכגעשריגן "אראפ מיט מאקראניזם"
אנוועזנדע פאליציי אפיצירן האבן אים זאפארט אראפגעהאלטן און ארעסטירט.
פאליטישע פירער אין פראנקרייך האבן שארף פארדאמט די אטאקע.

פראסעקוטער אין פראנקרייך האבן געאורטיילט פאר דעם שלעגער 18 חדשים טורמע

אזוי שנעל גייט עס דארט א קאורט ?

עס לאנג סאיז נישט פאר קיין איד

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: דאנערשטאג יוני 10, 2021 12:23 pm
דורך abeg
עירוב תבשילין האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:די פראנצויזישע פרעזידענט עמאנועל מאקראן וועלכע האט היינט אפגעהאלטן א באזוך אין דרום-מזרח פראנקרייך האט זוכה געווען צו א הילכיגן פראסק (!) פון פארבייגייער ווי יענער האט אים נאכגעשריגן "אראפ מיט מאקראניזם"
אנוועזנדע פאליציי אפיצירן האבן אים זאפארט אראפגעהאלטן און ארעסטירט.
פאליטישע פירער אין פראנקרייך האבן שארף פארדאמט די אטאקע.

פראסעקוטער אין פראנקרייך האבן געאורטיילט פאר דעם שלעגער 18 חדשים טורמע

פראסעקוטער'ס אורטיילען?

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: פרייטאג יוני 18, 2021 5:57 am
דורך עירוב תבשילין

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג יוני 20, 2021 10:22 am
דורך עירוב תבשילין
5 קאנסטראקשען ארבעטער אין אנטווערפן, בעלגיע זענען אומגעקומען ביי א שולע געביידע וואס איז טיילווייז צאמגעפאלן פארלאפענעם פרייטאג.
אנדערע 9 ארבעטער זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אבער נישט אין א קריטישע צושטאנד ווי די ארטיגע פייער באאמטע געבן אן.

_118992939_hi068102965-1.jpg
_118992939_hi068102965-1.jpg (112.63 KiB) געזען 1770 מאל

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג יוני 20, 2021 3:51 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
היכי תמצא האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:באריכט: כינע האט יעצט אפיציעל אראפ גענומען דעם מאנדאט וואס צוימט א משפחה נאר צו האבן איין קינד. אונטער דעם נייעם מאנדאט מעג יעדע משפחה האבן דריי קינדער, נישט מער.

די איין קינד מאנדאט איז שוין געווארן אראפגענומען אין 2016 וואס זינט דאן איז שוין ערלויבט צו האבן צוויי קינדער, יעצט האט מען עס געהעכערט צו זיין ערלויבט צו האבן דריי.

ביסט גערעכט. ש'כח פארן פאריכטן.

באריכטן אז ארטיגע באאמטע באטראכטן צו אראפנעמען ביז יארע 2025 סיי וועלכע צוימונגען אין די צאל ערלויבטע קינדער.

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג יוני 20, 2021 4:43 pm
דורך היכי תמצא

עס איז אינטערעסאנט אז זיי לייגן שוין פאר אן ענדע, 2025, ווייל למעשה לויט די סטאטיסטיקס ווילן די כינעזער איינוואוינער דערווייל נישט האבן מער קינדער און ס'גייט זיך נישט טוישן אין דריי און א האלב יאר.

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: זונטאג יוני 20, 2021 5:20 pm
דורך lazy

היינו טעמא פארוואס סשטערט זיי שוין נישט אראפצונעמען די באגרעניצונג.

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: מאנטאג יוני 21, 2021 8:39 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
שוועדישע פרעמיער מיניסטער סטעפאן לאופווען האט פארלוירן א אומצוטרוי אפשטימונג אין די ארטיגע פארליאמענט.

לאופווען סערווירט שוין אלס פרעמיער מיניסטער די לעצטע זיבן יאר, און די אפשטימונג איז געקומען צוליב פלענער פון זיין רעגירונג צו גרינגער מאכן די ארטיגע רענט קאנטראל געזעצן ביי נייע געביידעס. ער האט יעצט א וואך צייט צו פארמירן א נייע רעגירונג, אדער פאררופן פריע וואלן.

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: מאנטאג יוני 21, 2021 8:40 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
א זעלבסטמארד אטאקע האט פארוואונדעט פיר פראנצויזישע זעלנער אין מאלי.

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: מאנטאג יוני 21, 2021 8:48 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
וואלן וואס זענען נעכטן פארגעקומען אין פראנקרייך פאר לאקאלע און ראיאנאלע פאזיציעס האבן געזעהן די נידעריגסטע טוירנאוט ראטע זינט 1958.

בלויז ארום 33% בארעכטיגטע וויילער זענען ארויסגעקומען שטימען, און מער-ווייניגער האבן זיי דערלאנגט א שטיקעלע זיג פאר די צענטער-רעכטע פארטיי פון דער געוועזענע פרעזידענט ניקאלאס סארקאזי.

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: מאנטאג יוני 21, 2021 8:52 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
טאיוואן האט אהיים גערופן שטאב ביי איר טרעיד אפיס אין האנג-קאנג נאך וואס זיי האבן זיך אנטזאגט צו אונטערשרייבן א פארפליכטונג צו די איין-טשיינע פאליסי וואס ווערט פארלאנגט אויף צו קענען באקומען א ארטיגע וויזא.

רוב לענדער איבער די וועלט אנערקענען אפיציעל בלויז אין די קאמוניסטישע כינע, אבער פארט האלטן גאר אסאך לענדער אן א אומאפיציעלע פארבינדונג מיט טאיוואן דורך אזעלכע טרעיד אפיסעס וואס דינען אלס אומאפיציעלע אמבאסדארן און דיפלאמאטישע אנוועזענהייט פאר טאיוואן.

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: מאנטאג יוני 21, 2021 8:55 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
ארמענישע פרעמיער מיניסטער, ניקאול פאשיניאן, האט אפגעהאלטן א שטארקע זיג ווען זיין פארטיי האט געווינען 53% פון די שטימען אין די ארטיגע פארליאמענט וואלן.

זיין הויפט קעגנער, ראבערט קאכאריאן, האט באקומען צוגעטיילט בלויז 21% פון די שטימען.

ווי ערווארטערט טוט די אפאזיציע באשולדיגן די פרענדע פארטיי אין אנפירן א מאסיווע וואל פעלשעריי אפאראט.

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: מאנטאג יוני 21, 2021 9:00 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
פאליצייי אין דייטשלאנד אפעלירן צום פובליק פאר סיי וועלכע אינפארמאציע נאך וואס צוויי מאלערייען פון די 17'טע יאר-הונדערט זענען אפגעפונען געווארן אין דאמפסטער.

ווי די ארטיגע פאליציי זאגן איז די רעדע איבער איין מאלעריי פון דער איטאליענע ארטיסט פיעטראו בעלאושי פון יארע 1665, און א צווייטע פון דער האלאנדישע מעלער סעמיועל ווען האוגסטראטען, וועלכע האט געלעבט אין די יארן פון 1630-1687.

די מאלערייען זענען געפונען געווארן ביי א רעסט-עריע נעבן אוהרענבאך, אינערהאלב די דייטשע שטאַט באוואריע, און דער וואס האט זיי געפונען האט זיי איבערגעגעבן פאר לאקאלע פאליציי וועלכע האבן דאס איבערגעגעבן פאר עקספערטן צו באשטעטיגן זייער אוטענטישקייט.

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: מאנטאג יוני 21, 2021 9:37 pm
דורך היכי תמצא
אלע זעקס זענען זייער שיינע באריכטן. ש'כח @אלעקסיי

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2021 11:20 am
דורך עירוב תבשילין
דער טשעכישע רעגירונג האט פארטיידיגט די אקט פון א פאליציאנט וואס האט אומגעברענגט א מאן אין די צפון-מערב שטאט טעפליס, גענוי די זעלבע וועג וויאזוי דזשיארדזש פלויד איז אומגעברענגט געווארן אין אמעריקא דורך'ן קניען אויף די גענאק.
די עטנישע "ראמע" גרופע אין טשעכיי וואו דער מאן איז געווען אנגעשלאסן זענען שאקירט געווארן זעענדיג די ווידעאו ווי די פאליציי האט אים אומגעברענגט.
די אינערן מינסטעריום אין טשעכיי האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אז דאס איז נישט קיין "טשעכישע פלויד" נאך וואס די מאן איז געווען הויך אויף דראגס און איז דעריבער געווען אגרעסיוו און שעדליך.
ער איז געשטארבן אין די אמבולאנס פון די דראג אווערדאוס, לויט א באריכט פון די פאליציי און דאס קניען אויף דער גענאק איז א בלויזע מיטל אים ארפאצוהאלטן ביז ער ווערט אויס שעדליך.
פארט איז די פאליציי אויסגעשטאנען הייסע קריטיק פון די עטנישע ראמע גרופע זעגענדיג אז די אקט איז א קלארע באווייז וויאזוי די גרופע ווערט באהאנדעלט דורך די טשעכישע אוטאריטעטן.

(די ראמאנישע עטנישע גרופע אויך באקאנט אלס דזשיפסי'ס זענען אינדיאנער אפשטאמיגער וועלכע וואוינען מייסטענס אין אייראפע און אין דרום אמעריקא)

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2021 11:42 am
דורך אסדר לסעודתא
א געשלעג האט אויסגעבראכן צווישן די מיניסטארן אין די נעשנעל אסעמבלי פון קאוועיט, נאכן באשטעטיגן א בודזשעט פון וואס די אפאזיציע מיניסטארן זענען נישט געווען צופרידן. די אפאזיציע האט פרובירט זיך צו זעצן אויף די זיצן פון די קאאליציע מיניסטארן, און א העפטיגע געשלעג האט אויסגעבראכן...

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2021 11:43 am
דורך אסדר לסעודתא
די קעפיטאל פאליציי ביים מאכן סדר...

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2021 4:50 pm
דורך קוק אויף דיך אליינס
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:א נייע וועלטליכע רעקארד

א פרוי אין דרום אפריקע האט געבוירן 10 קינדער אויף אמאל!

ס'שטעלט זיך יעצט ארויס אז די מעשה וואס די וועלט האט געשטורעמט איז שקר וכזב...

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2021 4:57 pm
דורך מי כעמך
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:א נייע וועלטליכע רעקארד

א פרוי אין דרום אפריקע האט געבוירן 10 קינדער אויף אמאל!

ס'שטעלט זיך יעצט ארויס אז די מעשה וואס די וועלט האט געשטורעמט איז שקר וכזב...

נישט געטראכט אנדערש. קיינמאל געהערט אזאנס זאל פאסירן ערגעץ אין די ציוויליזירטע וועלט
הרוצה לשקר ירחיק..

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2021 5:00 pm
דורך קוק אויף דיך אליינס
מי כעמך האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:א נייע וועלטליכע רעקארד

א פרוי אין דרום אפריקע האט געבוירן 10 קינדער אויף אמאל!

ס'שטעלט זיך יעצט ארויס אז די מעשה וואס די וועלט האט געשטורעמט איז שקר וכזב...

נישט געטראכט אנדערש. קיינמאל געהערט אזאנס זאל פאסירן ערגעץ אין די ציוויליזירטע וועלט
הרוצה לשקר ירחיק..

די פרוי געפינט זיך יעצט און א שפיטאל פאר גייסטיש צורידערטע פארשוינען.

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2021 5:06 pm
דורך שמו
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די קעפיטאל פאליציי ביים מאכן סדר...

דערמאנט מיר פון נאך א מדינה אין מיטל מזרח, מיטן זעלבן קאלטור.

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2021 5:21 pm
דורך הארזים
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א געשלעג האט אויסגעבראכן צווישן די מיניסטארן אין די נעשנעל אסעמבלי פון קאוועיט, נאכן באשטעטיגן א בודזשעט פון וואס די אפאזיציע מיניסטארן זענען נישט געווען צופרידן. די אפאזיציע האט פרובירט זיך צו זעצן אויף די זיצן פון די קאאליציע מיניסטארן, און א העפטיגע געשלעג האט אויסגעבראכן...

איינעמס כאפיא פארכאפט אינעם געשלעג...

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2021 6:28 pm
דורך אוראייניקל
מ'רייסט זיך ביי די קעפ, פשוטו כמשמעו...

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2021 8:03 pm
דורך היכי תמצא
שמו האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די קעפיטאל פאליציי ביים מאכן סדר...

דערמאנט מיר פון נאך א מדינה אין מיטל מזרח, מיטן זעלבן קאלטור.

גוט געזאגט...

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

געשריבן: דינסטאג יוני 22, 2021 8:04 pm
דורך היכי תמצא
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
מי כעמך האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:א נייע וועלטליכע רעקארד

א פרוי אין דרום אפריקע האט געבוירן 10 קינדער אויף אמאל!

ס'שטעלט זיך יעצט ארויס אז די מעשה וואס די וועלט האט געשטורעמט איז שקר וכזב...

נישט געטראכט אנדערש. קיינמאל געהערט אזאנס זאל פאסירן ערגעץ אין די ציוויליזירטע וועלט
הרוצה לשקר ירחיק..

די פרוי געפינט זיך יעצט און א שפיטאל פאר גייסטיש צורידערטע פארשוינען.

איין זאך זעהט אויס איז יא געווען אמת, זי געפינט זיך אין שפיטאל...