נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פופצן ניגערישע זעלנער זענען אומגעקומען נאך אן אטאקע אויף זייער קאנוואי.

די אטאקע האט פאסירט אום 11.00 פארמיטאג ווען די קאנוואי איז געקומען אונטער אטאקע, און בשעת'ן עוואקואירן די פארוואונדעטע זענען די זעלנער באטראפן געווארן דורך א שאסיי-זייט באמבע.

'מיר טוען באדויערן אז 15 זעלנער זענן אומגעקומען, זיבן זענען פארוואונדעט און נאך זעקס פעלן', ליינט זיך א סטעיטמענט פון די ארטיגע פארטיידיגונגס מיניסטעריום.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט קעיס סא'איד פון טוניזיע האט ארויסגעווארפן פרעמיער מיניסטער היכעם מעכיטשי פון אמט, און איינגעפרוירן די פארליאמענט אויף 30 טאג.

דאס קומט נאך עטליכע מאנאטן פון פראטעסטן קעגן די רעגירונג איבער עקאנאמישע פראבלעמען, קאראנע, און אלגעמיינע אויפברויז קעגן די פירענדע 'עינאהדא' פארטיי.

פארליאמענט ספיקער ראשהעד גאנאושי, פון די הויפט אפאזיציע פיגורן, איז היינט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר א אומערקלערטע אורזאך.

ער איז באפרייט געווארן נאך בלויז עטליכע שעה.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אמווייניגסטענס אכט זענען דערווייל אומגעקומען אין רעזולטאט פון מאסיווע וואלדפייערן וואס פלאקערן אין טערקיי.

ווי די ארטיגע געזונטהייט מיניסטער באריכטעט, געפונען זיך צען מענטשן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען.
J7R4NBSK5ZKBFF2XXMUPL234CU.jpg
J7R4NBSK5ZKBFF2XXMUPL234CU.jpg (95.36 KiB) געזען 1737 מאל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שכח אלעקסיי פאר דיינע נאטיצן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

5 עגיפּטער טויט אין טעראר אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

אייסיס טרופּן האבן שב”ק אטאקירט א טשעקפּוינט אין עגיפּטן’ס סיני ראיאן און דער’הרג’עט 5 רעגירונג’ס טרופּן און שווער פארוואונדעט 6 אנדערע. אין די נאכפאלגענדע שלאכטן האבן די זיכערהייטס קרעפטן אומגעברענגט 3 טעראריסטן. עגיפּטן פּלאגט זיך יארן מיט טעראר אנגריפן דורך אייסיס אין דעם סיני ראיאן. די אומרוען האבן זיך פארשטערקערט זינט דאס מיליטער האט ארונטערגעזעצט דעם ערוויילטן איסלאמישן פירער מוכאמעד מארסי אין יאר 13’. פאר א שטיקל צייט נאך פעברואר 18’ ווען די ארמיי האט דורכגעפירט א גרויסע אקציע אין סיני האט אייסיס נאכגעלאזט, אבער יעצט קומט זי צוריק אויף א שטארקן וועג.

DYD
אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

9 יאר טורמע פאר האנג קאנג אקטיוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

האנג קאנג האט פאראורטיילט צו ניין יאר אין טורמע דעם ערשטן מענטש געפונען צו ווערן שולדיג אונטער א ניי כינעזער-געשריבענעם זיכערהייטס-געזעץ וואס ווייזט אויף דער הארבקייט פון די שטראפן וואס שטייען פאר צענדליגער אנדערע פּרא דעמאקראטישע אקטיוויסטן וועלכע געפינען זיך באשולדיגט דורך האנג קאג אויף זיין פארמישט אין פּרא דעמאקראטישע פּראטעסטן. טאנג אינג קיט, א סארפער, איז געפונען געווארן שולדיג אויף העצן די געמיטער און באגיין טעראריסטישע אקטיוויטעטן, אלס רעזולטאט וואס ער האט אריינגעפירט א מאטארביציקל וואס האט געהאט אנגעהאנגען א פאן מיט’ן פארבאטענעם סלאגאן “באפריי האנג קאנג” אין א גרופּע אפיצירן, און געשעדיגט דריי.

DYD
אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

גרויס פארלאנג צווישן איזראעליס פאר בוסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

ס’איז דא גרויס פארלאנג צווישן די באפעלקערונג אין מדינת ישראל וואס איז 60 יאר און העכער צו באקומען א דריטן קאוויד איינשפּריץ זייט די געזונטהייטס פירער האבן אויטאריזירט דאס צו טיילן אלס “בוסטער” פאר די עלטער גרופּע, אפילו זיי האבן גענוג אנטי-באדיס. געזונטהייטס אנשטאלטן אין לאנד באריכטן טאקע גרויס פארלאנג פאר די בוסטער שפּריצן. 8 פּראצענט פון בארעכטיגטע, אן ערך פון 25,000 מענטשן, האבן שוין פארבוכט אפּוינטמענטס. פאר מענטשן אונטער 60 יאר אלט זוכט מען דאס נישט צו געבן נאך, אבער די געזונטהייטס פירער זאגן אז זיי וועלן צוריקקומען אין צוויי וואכן ארום דאס איבערצוקוקן.

DYD
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ניו זילאנד'ס 'מענטשן רעכט קאמיסיע' וועט עפענען אן אויספארשונג איבער די האוזינג קריזיס אין לאנד.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מעקסיקאנע וויילער שטימען אין די יעצטיגע טעג אויף א רעפערענדום אויב פינף געוועזענע פרעזידענטן זאלן ווערן אויסגעפארשט אויף קארופציע באשולדיגונגען.

דער אמטירענדע פרעזידענט, לאופעז-אבראדאור, באשולדיגט די פינף -וואס האבן רעגירט אין די יארן פון 1988 ביז 2018- אין זיין פאראנטווארטליך פאר מערערע פראבלעמען וואס פלאגן דאס לאנד, אנגעהויבן ביי די שרעקליכע ארעמקייט ביז צו די כראנישע אומזיכערהייט אין לאנד.

אנאליסטן ערווארטן נישט אז די רעפערענדום זאל באשטעטיגט ווערן, זינט עס פעלט זיך אויס אז אמווייניגסטענס 40% רעגיטרירטע וויילער אין לאנד -אדער 37 מיליאן מענטשן- זאלן דאס שטיצן. ווען מען קוקט אויף די פארלאפענע מידטוירם וואלן, אפגעהאלטן מיט צוויי מאנאטן צוריק, איז די טוירנאוט געווען בלויז עטוואס העכער 50% און עס איז נישט ערווארטערט צו זיין צופיל העכער, אויב בכלל, אין די יעצטיגע אפשטימונג.

ערשטע רעזולטאטן געמאדן דורך די ארטיגע 'נאציאנאלע עלעקטאראלע אינסטיטוציע' צייגן אז ארום 97% וויילער האבן געשטימט אין שטיצע פון אויספארשן די געוועזענע פרעזידענטן.

טוירנאוט איז אבער געווען גאר נידעריג, ביי נישט מער ווי 7% פון רעגיסטרירטע וויילער אין לאנד וואס האבן אנטייל גענומען.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

בראזיל'ס 'סופרים עלעקטאראלע געריכט' האט געעפענט אן אפיציעלע אויספארשונג איבער ווערטער וואס דער ארטיגע פרעזידענט האט געלאזט פאלן אין צוזאמענהאנג מיט די וואלן קומענדיגע יאר.

פרעזידענט באלסאנראו, וועלכע איז ערווארטער צו לויפן פאר ווידערערוויילונג קומענדיגע יאר, האט געלאזט פאלן באשולדיגונגען אז די ארטיגע וואל סיסטעם איז אויסגעשטעלט צו מעגליכע פראוד. באלסאנאראו פארלאנגט אז די סיסטעם זאל ווערן געטוישט צו ארייננעמען אויך א פאפיר טרעיל, אין צוגאב צו די יעצטיגע עלעקטראניש סיסטעם, וואס מ'זאל קענען נאכפארשן אין פאל פון סיי וועלכע פראגן ארום די וואלן. פריער אין טאג, האבן א גרופע יעצטיגע און געוועזענע סופרים קאורט ריכטער געלאזט הערן זייער מיינונג אז זינט בראזיל האט אנגעהויבן נוצן די עלקטראנישע סיסטעם, אין 1996, איז נאכנישט געווארן דאקומענטירט קיין איין פאל פון וואל פראוד.

א קאנגרעס קאמיטע איז ערווארטערט צו שטימען די וואך איבער א געזעץ פארשלאג דערוועגן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א 5.8 ערדציטערניש האט באטראפן אינדאנעזיע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דריי זענען אומגעקומען ווען א באן אויפן וועג פון מינכן קיין פראג האט אריינגעקראכט אין א צווייטע באן.

די אינצידענט האט איבערגעלאזט צענדליגע פארוואונדעטע, עטליכע וואס זענען געווארן אפגעפירט אין שפיטאל מיט א העליקאפטער.
KE3JHGREMVIUJMCP7SIJYY2ITA.jpg
KE3JHGREMVIUJMCP7SIJYY2ITA.jpg (142.79 KiB) געזען 1212 מאל
KJWZYINRDJP33B3N3JTHAS3J3I.jpg
KJWZYINRDJP33B3N3JTHAS3J3I.jpg (156.63 KiB) געזען 1212 מאל
2021-08-04T100936Z_456125781_RC2AYO9L1BCV_RTRMADP_3_CZECH-CRASH.jpg
2021-08-04T100936Z_456125781_RC2AYO9L1BCV_RTRMADP_3_CZECH-CRASH.jpg (76.19 KiB) געזען 1212 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

טשיינע פארבאט יוגענטליכע אונטער 18 פון שפילן ווידעאו געימס.

כינעזע באאמטע האבן היינט געמאלדן א סעריע גאר שטרענגע שריט אין א פראוו צו איינצוימען די א.ג. 'יוגענטליכע ווידעאוגעים קריזיס' וואס זיי טוען באשולדיגן אין א רייע סאציאלע פראבליעמען ביי די יונגע דור אין לאנד. צווישן די נייע מאסנאמען איז א גענצליכע פארבאט אויף יוגענטליכע צו שפילן סיי וועלכע ווידערו געים דורכאויס די טעג וואס ס'דא שולע, ד.ה. פון מאנטאג ביז דאנגערשטאג. אויך אזעלכע טעג וואס ס'נישט דא קיין שולע -א שטייגער די וויקענד אדער אנדערע האלידעיס- וועט עס זיין ערלויבט פאר נישט מער ווי איין שעה אין טאג, פון 8 ביז 9 אווענט.

די נייע רעגולאציעס וועט ווערן אינפארסירט דורך די 'נעשאנעל פרעס ענד פובליקעישען עדמיניסטרעישאן', אונטער די נייע רעגולאציע וועלן אלע באנוצער וואס ווילן נוצן אזעלכע סארט שפילערייען זיך מוזן רעגיסטרירן מיט די עכטע נאמען, נוצענדיג א רעיגרונגס אידענטיפיקאציע דערפאר.
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
טשיינע פארבאט יוגענטליכע אונטער 18 פון שפילן ווידעאו געימס.

כינעזע באאמטע האבן היינט געמאלדן א סעריע גאר שטרענגע שריט אין א פראוו צו איינצוימען די א.ג. 'יוגענטליכע ווידעאוגעים קריזיס' וואס זיי טוען באשולדיגן אין א רייע סאציאלע פראבליעמען ביי די יונגע דור אין לאנד. צווישן די נייע מאסנאמען איז א גענצליכע פארבאט אויף יוגענטליכע צו שפילן סיי וועלכע ווידערו געים דורכאויס די טעג וואס ס'דא שולע, ד.ה. פון מאנטאג ביז דאנגערשטאג. אויך אזעלכע טעג וואס ס'נישט דא קיין שולע -א שטייגער די וויקענד אדער אנדערע האלידעיס- וועט עס זיין ערלויבט פאר נישט מער ווי איין שעה אין טאג, פון 8 ביז 9 אווענט.

די נייע רעגולאציעס וועט ווערן אינפארסירט דורך די 'נעשאנעל פרעס ענד פובליקעישען עדמיניסטרעישאן', אונטער די נייע רעגולאציע וועלן אלע באנוצער וואס ווילן נוצן אזעלכע סארט שפילערייען זיך מוזן רעגיסטרירן מיט די עכטע נאמען, נוצענדיג א רעיגרונגס אידענטיפיקאציע דערפאר.

סאיז שוין צייט עס צו מאכן אין אמעריקע
הצלחה
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

שאשא האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
טשיינע פארבאט יוגענטליכע אונטער 18 פון שפילן ווידעאו געימס.

כינעזע באאמטע האבן היינט געמאלדן א סעריע גאר שטרענגע שריט אין א פראוו צו איינצוימען די א.ג. 'יוגענטליכע ווידעאוגעים קריזיס' וואס זיי טוען באשולדיגן אין א רייע סאציאלע פראבליעמען ביי די יונגע דור אין לאנד. צווישן די נייע מאסנאמען איז א גענצליכע פארבאט אויף יוגענטליכע צו שפילן סיי וועלכע ווידערו געים דורכאויס די טעג וואס ס'דא שולע, ד.ה. פון מאנטאג ביז דאנגערשטאג. אויך אזעלכע טעג וואס ס'נישט דא קיין שולע -א שטייגער די וויקענד אדער אנדערע האלידעיס- וועט עס זיין ערלויבט פאר נישט מער ווי איין שעה אין טאג, פון 8 ביז 9 אווענט.

די נייע רעגולאציעס וועט ווערן אינפארסירט דורך די 'נעשאנעל פרעס ענד פובליקעישען עדמיניסטרעישאן', אונטער די נייע רעגולאציע וועלן אלע באנוצער וואס ווילן נוצן אזעלכע סארט שפילערייען זיך מוזן רעגיסטרירן מיט די עכטע נאמען, נוצענדיג א רעיגרונגס אידענטיפיקאציע דערפאר.

סאיז שוין צייט עס צו מאכן אין אמעריקע

און פאר עלטערע ווי 18 אויך! מאכט ממש נישט קיין סענס
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נעם אין אכט האט געשריבן:

גאר גוטע פלענער, אבער ביטע, נישט די רעגירונג זאל זיין באלעבאס, זאל עס אפילו זיין די מוסדות (!)
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

כווייס נישט אויב סקומט דא אריין אבער יא

נישט נאר האט ניו יארק א נייעם גאווענער נאר אויך א מעיאר
20210831_025828.jpg
20210831_025828.jpg (215.01 KiB) געזען 1068 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נארמאליזעם האט געשריבן:כווייס נישט אויב סקומט דא אריין אבער יא

נישט נאר האט ניו יארק א נייעם גאווענער נאר אויך א מעיאר
20210831_025828.jpg

נו נו, אזוי גייטעס, ווען ער קומט צו אידן טוטער זיכדאך אן א ביווער הוט, ניין?

טו בי פעיר, ביי רבי'ס גייט ער מיט א קאפל...
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

נארמאליזעם האט געשריבן:כווייס נישט אויב סקומט דא אריין אבער יא

נישט נאר האט ניו יארק א נייעם גאווענער נאר אויך א מעיאר
20210831_025828.jpg

איך האב נישט די פיקטשור הענדי

אבער דער עדעמס איז זיך יעצט אויך געגאנגען אנטון א טורבאן מיט שרייעדיגע קאלירען
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אין גיני איז פארגעקומען א פיינעם פוטש,

(וואלט ווען אפשר געמעגט האבען א באזונדערע אשכול, )

אין די לאנד גיני וואס איז מערב אפריקה איז היינט פארגעקומען א פוטש מיט הייס געווער נאכדעם וואס די הויפט פון די ספעשעל פארסעס פון גיני האט זיך אריינגעבראכען אין די פאלאץ אין ארעסטירט דעם 83 יעריגען פרעזידענט אלפא קאנדא

דאס לאנד גיני מיטשעט זיך מיט גרויס ארימקייט ווען די עליטע באד זיך אין גרויס רייכטום

דער פרעזידענט ווערט באשולדיגט אין גרויס קארופציע

סאיז יעצט געווען וואלען ווי די אפאזישען פירער סעלוי זשעלוי האט געשריגען אז די וואלען זענען געפעלשט אין געבעטען דעם עולם מ'זאל מארשירען צום קעפיטעל פרידלעך,
אבער זיי זענען דארט געווארען אפגעווארט מיט א ברוטאלע כח פון פאליציי אין שלעגער וועלעכס האבען געטיילט מכות נוסח אפריקע

דער אנפירער פון די פוטש א ספעשעל קאמאנדא פירער מאמאמבאבא (עפעס אזוי) וועלכע האט זיך געלערנט ביי די פראנצויזישע עליטע כוחות, האט זיך געשטעלט ביי א האלצערנע בימה אנגעלאנט מיט זיין ביידע הענט ווי א אויסגעמוטשעטע שמש פרייטיג צינאכט ביים אויסרופען די זכרים,
אין אויסגערופען אז ער איז יעצט ביי די מאכט פאר די טובה פון גיני,
ער האט אויסגערופען מיט פאטאס, "גיני גיני דיין צייט איז געקומען"

און אויסגעפירט "איך וועל צישטויסען די יעצטיגע קאנסטעטוציע ציזאמען מיט אירע ביוקראטיע אין אירע פילע ארגענעזאציעס"
שווערע שיסערייען איז היינט געהערט געווארען אין די הויפט שטאט (נאהאד, כהאב פארגעסען די נאמען...) און מהאט געזען טאליבאנע סטייל טרעקלעך זיך ארום יאגען אין די צענטראלע סקווערס אין ראנדערבאודס,

די פארטיידונגס מיניסטער האט אפגעלייקענט די גאנצע זאך אין געזאגט מענטשען ווילען אפשר סזאל האבען געשען אבער "ווי אר העיר טו סטעי"

די טשיף קאמאנדא האט געלאזט ארויסגעבען ווידיאס ווי מזעט פרעזידענט אלפא זיצען אויף עפעס א בענקעל און ווערט געהאלטען אין ארעסט דורך א באנדע סאלדאטען ער זיצט דארט מיט א אויפגעקנעפלטע העמד אין איז אויפגערעגט,
זיי זאגען צום פארטיידינגס מיניסטער, ווער וועמען??

צוויי זאכען איז אינטערעסאנט אנצימערקען איינס אז די גוים פון סאטמאר חדר טרופ קומען פון גיני

אין צוויי, דעס איז שוין די צווייטע לאנד ווי א רב מיט זיינע באגלייטער זענען געפארען די זומער אויפבויען דאס לאנד פאר ביזנעס אין די פרעזידענט ווערט אראפגעווארפען, די ערשטע איז געווען הייטי אין יעצט גיני
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מעכטיגע ערדציטערניש באטרעפט מעקסיקאו

א מעכטיגע ערדיצטערניש -געשאצט ביי א שטארקייט פון 7.0- האט באטראפן מעקסיקאו, די ציטערניש האט פאסירט נעבן די רעזארט שטאט Acapulco, אבער איז געשפירט געווארן אזוי ווייט ווי די הויפטשטאט מעקסיקאן סיטי, 230 מייל ווייט. אויף דערווייל ווערט באריכטעט איבער העכער 1.6 מיליאן איינוואוינער אין לאנד וואס האבן פארלוירן די עלעקטריק, און איין מענטש איז באשטעטיגט צו האבן אומגעקומען אין רעזולטאט פון די ציטערניש.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

וויעטנאם פאראורטיילט ווירוס פארשפרייטער צו 5 יאר טורמע

א 28 יעריגער מאן אין וויעטנאם, לע וואן טרי, איז פאראורטיילט געווארן צו פינף יאר אין טורמע, נאכ'ן פארלעצן ארטיגע וויירוס צוימונגען און אנשטעקן אכט מענטשן, פון וואס איינער איז אומגעקומען.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
וויעטנאם פאראורטיילט ווירוס פארשפרייטער צו 5 יאר טורמע

א 28 יעריגער מאן אין וויעטנאם, לע וואן טרי, איז פאראורטיילט געווארן צו פינף יאר אין טורמע, נאכ'ן פארלעצן ארטיגע וויירוס צוימונגען און אנשטעקן אכט מענטשן, פון וואס איינער איז אומגעקומען.

דאס יז דער ערשטער מענטש אין דער וועלט צו ווערן פאראורטיילט אויף אזא מארד קלאגע אין צוזאמענהאנג מיטן וויירוס?
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

[quote="פאלעסיידס"]אין גיני איז פארגעקומען א פיינעם פוטש,

(וואלט ווען אפשר געמעגט האבען א באזונדערע אשכול, )

אין די לאנד גיני וואס איז מערב אפריקה איז היינט פארגעקומען א פוטש מיט הייס געווער נאכדעם וואס די הויפט פון די ספעשעל פארסעס פון גיני האט זיך אריינגעבראכען אין די פאלאץ אין ארעסטירט דעם 83 יעריגען פרעזידענט אלפא קאנדא

דאס לאנד גיני מיטשעט זיך מיט גרויס ארימקייט ווען די עליטע באד זיך אין גרויס רייכטום

דער פרעזידענט ווערט באשולדיגט אין גרויס קארופציע

סאיז יעצט געווען וואלען ווי די אפאזישען פירער סעלוי זשעלוי האט געשריגען אז די וואלען זענען געפעלשט אין געבעטען דעם עולם מ'זאל מארשירען צום קעפיטעל פרידלעך,
אבער זיי זענען דארט געווארען אפגעווארט מיט א ברוטאלע כח פון פאליציי אין שלעגער וועלעכס האבען געטיילט מכות נוסח אפריקע

דער אנפירער פון די פוטש א ספעשעל קאמאנדא פירער מאמאמבאבא (עפעס אזוי) וועלכע האט זיך געלערנט ביי די פראנצויזישע עליטע כוחות, האט זיך געשטעלט ביי א האלצערנע בימה אנגעלאנט מיט זיין ביידע הענט ווי א אויסגעמוטשעטע שמש פרייטיג צינאכט ביים אויסרופען די זכרים,
אין אויסגערופען אז ער איז יעצט ביי די מאכט פאר די טובה פון גיני,
ער האט אויסגערופען מיט פאטאס, "גיני גיני דיין צייט איז געקומען"

און אויסגעפירט "איך וועל צישטויסען די יעצטיגע קאנסטעטוציע ציזאמען מיט אירע ביוקראטיע אין אירע פילע ארגענעזאציעס"
שווערע שיסערייען איז היינט געהערט געווארען אין די הויפט שטאט (נאהאד, כהאב פארגעסען די נאמען...) און מהאט געזען טאליבאנע סטייל טרעקלעך זיך ארום יאגען אין די צענטראלע סקווערס אין ראנדערבאודס,

די פארטיידונגס מיניסטער האט אפגעלייקענט די גאנצע זאך אין געזאגט מענטשען ווילען אפשר סזאל האבען געשען אבער "ווי אר העיר טו סטעי"

די טשיף קאמאנדא האט געלאזט ארויסגעבען ווידיאס ווי מזעט פרעזידענט אלפא זיצען אויף עפעס א בענקעל און ווערט געהאלטען אין ארעסט דורך א באנדע סאלדאטען ער זיצט דארט מיט א אויפגעקנעפלטע העמד אין איז אויפגערעגט,
זיי זאגען צום פארטיידינגס מיניסטער, ווער וועמען??

צוויי זאכען איז אינטערעסאנט אנצימערקען איינס אז די גוים פון סאטמאר חדר טרופ קומען פון גיני

אין צוויי, דעס איז שוין די צווייטע לאנד ווי א רב מיט זיינע באגלייטער זענען געפארען די זומער אויפבויען דאס לאנד פאר ביזנעס אין די פרעזידענט ווערט אראפגעווארפען, די ערשטע איז געווען הייטי אין יעצט גיני[/quote]
?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עפעס אפדעיטס איבערן פוטש?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”