נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יישר כוח, ביידע
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ניין זענען אומגעקומען ווען א פליגער האט ארפגעקראכט א קורצע צייט נאכ'ן זיך הייבן.

די אינצידענט האט פאסירט אין אורעבראו, שוועדן.

אן ענליכע אינצידענט האט פאסירט מיט צוויי יאר צואיר, און א אויספארשונג האט דאן געצייגט אז די פליגער איז געווען באלאנסירט אומריכטיג.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

צופלאטשעט האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:אומווייניגסטנס 6 זענען אומגעקומען אין מערב דייטשלאנד וועלכע לייט פון שווערע פארפלייצונגען, נאך וואס א דערנעבענדיגע טייך איז איבערגעשווימען די טרוקעניש אלס רעזולטאט פון שווערע רעגנס און שטורעמעס.

די שטאט רהיינעלאנד איז די מערסטע באטראפן געווארן ווי ארום 50 מעטשן זענען געזעהן געווארן שטייענדיג אויף זייער דעכער ווארטענדיג פאר הילף.

און אנדערע ראיאנען זענען הייזער צוזאמגעפאלן פון די וואסער און לויט די אפיציעלע ציפערן פעלן נאך איבער 20 מענטשן

מען האלט שוין ביי 19 טויטע

האלט שוין ביי אמווייניגסטענס 67 אומגעקומענע, אריינגערעכענט פיר אין די דערנעבענדיגע בעלגיע.

ווערט באריכטעט איבער צענדליגע וואס פעלן.

פארפלייצונג ווארענונגען זענען געווארן ארויסגעשטעלט דורך פראנקרייך און די נעדערלענדער (האלאנד).
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פראנקרייך וועט ארויסציען איר מיליטער פון די צפון אפריקאנע ראיאן אנהויב קומענדיגע יאר.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
צופלאטשעט האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:אומווייניגסטנס 6 זענען אומגעקומען אין מערב דייטשלאנד וועלכע לייט פון שווערע פארפלייצונגען, נאך וואס א דערנעבענדיגע טייך איז איבערגעשווימען די טרוקעניש אלס רעזולטאט פון שווערע רעגנס און שטורעמעס.

די שטאט רהיינעלאנד איז די מערסטע באטראפן געווארן ווי ארום 50 מעטשן זענען געזעהן געווארן שטייענדיג אויף זייער דעכער ווארטענדיג פאר הילף.

און אנדערע ראיאנען זענען הייזער צוזאמגעפאלן פון די וואסער און לויט די אפיציעלע ציפערן פעלן נאך איבער 20 מענטשן

מען האלט שוין ביי 19 טויטע

האלט שוין ביי אמווייניגסטענס 67 אומגעקומענע, אריינגערעכענט פיר אין די דערנעבענדיגע בעלגיע.

ווערט באריכטעט איבער צענדליגע וואס פעלן.

באאמטע זאגן יעצט אז עס איז פארהאן ארום 1,300 וואס מען ווייסט נישט וואו זיי געפינען זיך, טיילווייז אין רעזולטאט פון די אפגעהאקטע סערוויס אין די באטראפענע געגענטער.

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:געוועזענע ירדן קרוין-פרינץ חאמזא בין-חוסעין איז געשטעלט געווארן אונטער הויז ארעסט, נאך וואס ארטיגע באאמטע האבן איהם באשולדיט אין זיין א 'געפאר פאר די סטאביליטעט פונעם לאנד'.

אויסערן מיניסטער איימאן סאפאדי זאגט אז דער פרינץ, אינאיינעם מיט נאנטע געהילפן, איז געווען אין פארבינדונג מיט מענטשן אינדרויסן פון לאנד וואס פאררופן זיך אלס אפאזיציע צו די מלוכה פון קעניג אבדוללאה. אין די זעלבע צייט איז דער פרינץגעווען פארנומען מיטן פרובירן אונטערהעצן לאקאלע שבטים און עלעמענטן זאלן רעוואלטירן.

ווי סאפאדי זאגט זוכט דער קעניג, אבדוללאה דער צווייטער, צו שליכטן די געפכעט מיט זיין ברודער אויף א שטילע פארנעם, און זיינע געהילפן וועלן באהאנדעלט 'אין איינקלאנג מיטן געזעץ'.

צוויי געהילפן זענען פאראורטיילט געווארן צו פופצן יאר טורמע.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3178
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

מען גייט טוישן יעדן טאג נאמען פון די אשכול?
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

קובא פּרעזידענט אדרעסירט פּראטעסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

האוואנא – דער קובאנער פּרעזידענט מיגועל דיאז-קאנאל האט אנערקענט אז די קאמוניסטישע רעגירונג טראגט די פאראנטווארטליכקייט פאר די מאסיווע פּראטעסטן וואס האבן אויפגעשאקלט דאס אינזל-לאנד אין די לעצטערע טעג. דיאז-קאנאל האט אדרעסירט די פּראטעסטן באוועגונג, זאגנדיג אז די רעגירונג האפט צו פאררעכטן טייל פון די פּראבלעמען וואס פּלאגן דאס לאנד, אריינגערעכנט אריינלאזן מער עסנווארג און מעדיצין ליפערונגען.

DYD
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

טויטליכע פארפלייצונגען לענגאויס אייראפּע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

בעלגיע – מער ווי פערציג זענען אומגעקומען און צענדליגער זענען פארשוואונדן אין דייטשלאנד און בעלגיע, נאכדעם וואס עס זענען דארטן געפאלן רעקארד רעגן שטורעמעס, פירנדיג צו מאסיווע פארפלייצונגען. וועטער עקספּערטן זאגן אז אין די לעצטע צוויי טעג איז געפאלן אין אייראפּע אזויפיל רעגן ווי עס פאלט געווענליך אין מער ווי א מאנאט, און דאס האט איבערגעשטרענגט די טייכן און אפּלויף סיסטעמען, פארשוועמענדיג גאנצע גאסן, הייזער און קארס.

DYD
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

לעבאנעזער פּרעזידענט אנטזאגט רעגירונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

ביירוט – דער לעבאנעזער פּרעזידענט מייקל אואן האט אפּגעווארפן א פארשלאג פונעם פּרעמיער מיניסטער סאאד הארירי איבער א נייע רעגירונג, פירנדיג צו הארירי'ס פרישע רעזיגנאציע און פארשווערנדיג לבנון'ס פּאליטישע קריזיס. די אמעריקאנער און פראנצויזישע רעגירונגען האבן זיך געבעטן ביי אואן אז ער זאל אקצעפּטירן הארירי'ס נייע קאבינעט פארשלאג, צו פארמיידן א גענצליכע בירגער קריג, אבער אואן האט אלעס איגנארירט.

DYD
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
צופלאטשעט האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:אומווייניגסטנס 6 זענען אומגעקומען אין מערב דייטשלאנד וועלכע לייט פון שווערע פארפלייצונגען, נאך וואס א דערנעבענדיגע טייך איז איבערגעשווימען די טרוקעניש אלס רעזולטאט פון שווערע רעגנס און שטורעמעס.

די שטאט רהיינעלאנד איז די מערסטע באטראפן געווארן ווי ארום 50 מעטשן זענען געזעהן געווארן שטייענדיג אויף זייער דעכער ווארטענדיג פאר הילף.

און אנדערע ראיאנען זענען הייזער צוזאמגעפאלן פון די וואסער און לויט די אפיציעלע ציפערן פעלן נאך איבער 20 מענטשן

מען האלט שוין ביי 19 טויטע

האלט שוין ביי אמווייניגסטענס 67 אומגעקומענע, אריינגערעכענט פיר אין די דערנעבענדיגע בעלגיע.

ווערט באריכטעט איבער צענדליגע וואס פעלן.

באאמטע זאגן יעצט אז עס איז פארהאן ארום 1,300 וואס מען ווייסט נישט וואו זיי געפינען זיך, טיילווייז אין רעזולטאט פון די אפגעהאקטע סערוויס אין די באטראפענע געגענטער.

די טוי צאל האלט ביי איבער 180
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

בריטישע פרעמיער מיניסטער באריס זשאנסאן וועט זיך איזאלירן פאר צען טעג, נאכ'ן געוואויר ווערן אז דער געזונטהייט מיניסטער -מיט וועם ער האט זיך געטראפן א טאג פריער- איז דיאגנאזירט געווארן מיט די וויירוס.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זשאיר באלסאנאראו -דער בראזיל'יאנע פרעזידענט- איז געווארן ארויסגעלאזט פון שפיטאל, נאכ'ן אונטערגיין א מעדיצינישע פראצעדור.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אפגאניסטאן האט אהיימגערופן איר אמבאסאדאר פון פאקיסטאן, נאך וואס א גרופע האט פרייטאג פארכאפט די אמבאסאדאר'ס טאכטער פאר עטליכע שטונדן.

פאקיסטאנע באאמטע האבן געעפענט אן אויספארשונג דערוועגן.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום זונטאג יולי 18, 2021 8:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סיריע'ס פרעזידענט באשר על-אסאד איז פרייטאג געווארן איינגעשוואוירן צו א פערטער טערמין, נאכ'ן געוואונען ביי די וואלן אפגעהאלטן פריער אין יאר - אפיציעל האט על-אסאד באקומען 95% פון די אפגעגעבענע שטימען.
ביי די איינשווערונגס צערמאניע.
ביי די איינשווערונגס צערמאניע.
AP21198361506581.jpg (81.8 KiB) געזען 907 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

האנוי – די רעגירונג אין וויעטנאם האט געמאלדן א פופצן טאגיקן לאקדאון אינעם הויפּטשטאט האנוי, צוליב א שטארקע פארשפּרייטונג פון קאראנא ווירוס קעיסעס. פרייטאג האבן די באאמטע אין האנוי געמאלדן פרישע זיבעציג קעיסעס, טייל פון א כוואליע פון זיבן טויזנט קעיסעס איבער'ן לאנד אין יענעם טאג. דער לאקדאון פארבאט סיי וועלכע פארזאמלונג פון מער ווי צוויי מענטשן אויפאמאל אין פּובליק פּלעצער, און נאר רעגירונג אפיסעס, שפּיטעלער און וויכטיגע ביזנעסער מעגן זיין אפן.

DYD
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: לעבאנעזער פּרעזידענט אנטזאגט רעגירונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אריין און ארויס האט געשריבן:ביירוט – דער לעבאנעזער פּרעזידענט מייקל אואן האט אפּגעווארפן א פארשלאג פונעם פּרעמיער מיניסטער סאאד הארירי איבער א נייע רעגירונג, פירנדיג צו הארירי'ס פרישע רעזיגנאציע און פארשווערנדיג לבנון'ס פּאליטישע קריזיס. די אמעריקאנער און פראנצויזישע רעגירונגען האבן זיך געבעטן ביי אואן אז ער זאל אקצעפּטירן הארירי'ס נייע קאבינעט פארשלאג, צו פארמיידן א גענצליכע בירגער קריג, אבער אואן האט אלעס איגנארירט.

DYD

אין א פרישע פראוו צו שליכטן די ארטיגע קריזיס, איז ערווארטערט אז נאַזשיב מיקאַטי וועט ווערן אויסגעקליבן צו פרובירן צוזאמשטעלן א פרישע רעגירונג - דאס קומט נאך וואס א גרופע פון געווזענע פרעמיער מיניסטארן האבן געמאלדן זייער אינדארסירונג פאר מיקאטי.

מיקאטי האט שוין סערווירט אלס פרעמיער מיניסטער אין די יארן 2011-2014, און אין יארע 2005 האט ער געדינט אויפן אמט צייטווייליג.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרעזידענט קעיס סא'איד פון טוניזיע האט ארויסגעווארפן פרעמיער מיניסטער היכעם מעכיטשי פון אמט, און איינגעפרוירן די פארליאמענט אויף 30 טאג.

דאס קומט נאך עטליכע מאנאטן פון פראטעסטן קעגן די רעגירונג איבער עקאנאמישע פראבלעמען, קאראנע, און אלגעמיינע אויפברויז קעגן די פירענדע 'עינאהדא' פארטיי.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אמוייניגסטענס צען זענען אומגעקומען -און נאך 40 זענען פארוואונדעט געווארן- נאכדעם וואס א באס איז ארפגעפארן פונעם שאסיי אין קראעישיע.

די אינצידענט האט פאסירט אין די פארטאגס שטונדן אויף א הויפט שאסיי וואס פירט פון די הויפטשטאט זאגרעב צום קראעישיע-באסניע גרעניץ.ווי די באאמטע גלויבן האט עס פאסירט אין רעזולטאט פון דעם וואס דער דרייווער איז איינגעשלאפן ביים רעדל.
Screenshot 2021-07-26 015811.jpg
Screenshot 2021-07-26 015811.jpg (63.04 KiB) געזען 712 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מאסיווע פראטעסטן קומען פאר אין די לעצטערע טעג אין גואטעמאלע, ווען פראטעסטירער פארלאנגען אז דער ארטיגע פרעזידענט זאל רעזיגנירן פון אמט.

די פראטעסטן קומען נאכדעם וואס דער ארטיגע אטוירני זשענעראל האט אפגעזאגט א הויפט אנטי-קארופציע פראסעקיוטאר פון אמט, א שריט וואס אמעריקא האט פארדאמט. סאנדאוואל -דער ארויסגעווארפענע אנטי-קארופציע קעמפער- איז אנטלאפן פון לאנד, און זאגט אז ער איז געווארן אפגעזאגט פון אמט נאכ'ן פרובירן צו פארשן קארופציע קעיסעס וואס האבן געצויגן שטריכן צום פרעזידענט, אלעהאנדראו זשיאמעטי.

אמעריקא האט געמאלדן אז זי וועט טיילווייז אפשטעלן קאאפעראציע מיט די ארטיגע רעגירונג, צו אויסדרוקן איר פראטעסט דערוועגן.

ענליכע פראטעסטן אין 2015 האבן געפירט צו די רעזיגנאציע, און ארעסט, פון דער דאן-פרעזידענט אטא מאלינא.
פראטעסטן אין גואטעמאלע.jpg
פראטעסטן אין גואטעמאלע.jpg (228.79 KiB) געזען 584 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פיר מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן אין א שיסעריי אין בערלין, דייטשלאנד.

די אינצידענט האט פאסירט דורכאויס א געפעכט אינדרויסן פון א געשעפט אין צפון פון שטאט - פאליציי האבן פארהאלטן איינעם אין פארבינדונג מיטן אינצידענט.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אמעריקאנע באאמטע האבן געמאלדן די פארכאפונג פון די 'Courageous' שיף אויף באשולדיגונגען אז די שיף האט אומלעגאל געליפערט צפון-קארעא אויל.

די שיף איז פארכאפט געווארן דורך קאמבאדיע אוטאריטעטן אין מארש 2020, און א קרימינאלע קלאגע ווערט צוגעגרייט קעגן די אייגענטומאר פון די שיף, קוועק קי סענג. עס איז נישט קלאר פארוואס די קאלעס זענען נאכנישט געווארן אריינגעגעבן אפיציעל אין געריכט, שטייענדיג שוין העכער א יאר זינט די שיף איז פארכאפט געווארן.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א יו.ען. געביידע אין די שטאט העראט, מערב אפגאניסטאן, איז געקומען אונטער אטאקע פון 'אנטי רעגירונג עלעמענטן' בלויז געציילטע שעה נאך וואס טאליבאנע קעמפער האבן אריינגעדרינגען אין די שטאט - איין זיכערייהט וועכטער איז אומגעקומען.

זאביהוללא מוזשאהיד, א ווארטזאגער פאר די טאליבאן, לייקענט אז דאס זאל האבן געווען א געצילטע אטאקע דורך די גרופע, נאר זאגט אז מעגליך איז דאס געווען אין רעזולטאט פון די העפטיגע פייער אויסטוישן צווישן די גרופע און אפגאנע רעגירונגס קרעפטן.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאלציי אין האיטי האבן ארויסגעשטעלט באשולדיגונגען קעגן פרוי קאק-טעלאוט, א געוועזענע סופרים קאורט ריכטערין, אז זי איז געווען אין פארבינדונג מיט עטליכע פון די מערדער וואס האבן פאריגע מאנאט אומגעברענגט די ארטיגע פרעזידענט.

פאליציי האבן פריער דורכגעפירט אן אבלאווע ביי איר שטוב, און אויך ביי אנדערע הייזער וואס זי פארמאגט אין לאנד - דערווייל איז נישט באקאנט וואו זי געפונט זיך.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מעקסיקאנע וויילער שטימען אין די יעצטיגע טעג אויף א רעפערענדום אויב פינף געוועזענע פרעזידענטן זאלן ווערן אויסגעפארשט אויף קארופציע באשולדיגונגען.

דער אמטירענדע פרעזידענט, לאופעז-אבראדאור, באשולדיגט די פינף -וואס האבן רעגירט אין די יארן פון 1988 ביז 2018- אין זיין פאראנטווארטליך פאר מערערע פראבלעמען וואס פלאגן דאס לאנד, אנגעהויבן ביי די שרעקליכע ארעמקייט ביז צו די כראנישע אומזיכערהייט אין לאנד.

אנאליסטן ערווארטן נישט אז די רעפערענדום זאל באשטעטיגט ווערן, זינט עס פעלט זיך אויס אז אמווייניגסטענס 40% רעגיטרירטע וויילער אין לאנד -אדער 37 מיליאן מענטשן- זאלן דאס שטיצן. ווען מען קוקט אויף די פארלאפענע מידטוירם וואלן, אפגעהאלטן מיט צוויי מאנאטן צוריק, איז די טוירנאוט געווען בלויז עטוואס העכער 50% און עס איז נישט ערווארטערט צו זיין צופיל העכער, אויב בכלל, אין די יעצטיגע אפשטימונג.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג אוגוסט 02, 2021 9:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”