נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 20, 2021 8:39 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:וואס מיינט פ"נ
פה נטמן?
unnamed.jpg
unnamed.jpg (195.11 KiB) געזעהן 1429 מאל

https://jpnewsny.com/category/yiddish-news/
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
שאשא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re:

תגובהדורך שאשא » דינסטאג אפריל 20, 2021 8:42 pm

תנא-קמא האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:וואס מיינט פ"נ
פה נטמן?
unnamed.jpg

https://jpnewsny.com/category/yiddish-news/

ווי אזוי שרייבט מען זוך אויף ביי זיי ?
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 20, 2021 8:55 pm

שאשא האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען זוך אויף ביי זיי ?

https://us10.list-manage.com/subscribe? ... c2548f0642
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 21, 2021 9:15 am

אויב איינער האט געפינען א סובמארין מיט דריי אין פופציג מענטשן דערויף, ביטע אנרופן די אינדאנעזיע רעגירונג. זיי זוכן עס.

לעצט געזען געווארן נישט ווייט פון באַלי.
צוגעלייגטע
IMG_20210421_091836_384.jpg
IMG_20210421_091836_384.jpg (121.42 KiB) געזעהן 1352 מאל

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:24 pm

יש ברירה האט געשריבן:אויב איינער האט געפינען א סובמארין מיט דריי אין פופציג מענטשן דערויף, ביטע אנרופן די אינדאנעזיע רעגירונג. זיי זוכן עס.

לעצט געזען געווארן נישט ווייט פון באַלי.


א בילד פון די סובמארין:

_118142035_gettyimages-456121638-1-1.jpg
_118142035_gettyimages-456121638-1-1.jpg (63.37 KiB) געזעהן 1316 מאל
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: פיליפינער פרעזידענט וויל ארויסשיקן מיליטערישע שיפן צום דרום-כינעזער ים

תגובהדורך אזוי גוט » מיטוואך אפריל 21, 2021 8:57 pm

דער פיליפינער פרעזידענט, 'ראדריגא דוטארטעי', זאגט, אז ער איז וויליג ארויסצושיקן א נעיווי פלאטע, צו גיין פאטראלירן אין די דרום-כינעזער ים, און קאנפראנטירן די אגרעסיע פון כינע אין יענע געגנט.

די שארפערע טאן וואס מ'הערט פון 'דוטארטעי', קומט דערנאך וואס ער קומט אונטער גרויס קריטיק אין זיין לאנד, אז ער באגיייט זיך מיטן כינעזער פראבלעם מיט זיידענע הענטשוך.

דוטארטעי האט דורכאויס די יארן זיך דערנענטערט צום כינעזער פירער, 'שי דזשימפינג', און האט אנגעקניפט מיט אים גאנץ א ווארעמע פריינדשאפט. כינע האט פארשפראכן צו אינוועסטירן אין די פיליפין'ס, וואס רוב פון זייערע פארזיכערונגען זענען קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.

דוטארטעי ווייסט אז ער קען נישט ארויסגיין אין א מיליטערישע קאנפראנטאציע מיט כינע, וויבאלד די כינעזע מיליטערישע כוחות זענען פיל שטארקער פון די פיליפינער. ער האט אפילו דאס געזאגט אמאל אין פאבליק, ווי ער האט געווארנט אז א מלחמה מיט כינע - מיינט די ענדע פון די פיליפינס, ווי מ'קען איר היינט צוטאגס.
פ"נ

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: כינעזער פרעזידענט ערווארטעט אויפצוטרעטן אין אלוועלטליכע ביידען קלימאטן-טויש סאמיט

תגובהדורך אזוי גוט » מיטוואך אפריל 21, 2021 8:58 pm

אין אן אינטערעסאנטע געשעעניש איז ערווארטעט אז דער כינעזער פרעזידענט, 'שי דזשימפינג', גייט אויפטרעטן ביי א סאמיט וואס ווערט פאררופן דורך פרעזידענט ביידען.

דזשימפינג וועט אויפטרעטן ביי די ווירטואלער זיצונג צווישן צענדליגער וועלט-פירער, וואו מ'גייט אדרעסירן די קלימאטן-טויש, און וואס ס'קען געטון ווערן צו פארמינערן די שעדליכע פאלושן וואס די גרויסע פאבריקן געבן ארויס.

ביידען האט מיט עטליכע וואכן צוריק פאררופן א ווירטואלער זיצונג מיט פילע וועלט פירער. אין א צייט ווען אמעריקע און כינע האבן היבש אנגעשטרענגטע באציאונגען, זעט אבער אויס אז ווען ס'קומט צו קלימאטן-טויש האבן ביידע לענדער אן אינטערעסע אין דעם. "כינע האפט אז די סאמיט וועט זיין א גוטע פלאטפארמע צו קאפערירן מיט א גלאבאלע רעאקציע צו די קלימאטן טויש", זאגט א כינעזער באאמטע.

פרעזידענט ביידען האט איינגעלאדנט פערציג וועלט-פירער צו ארויפקומען אויף די ווירטואלער זיצונג.
פ"נ

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: נאפאזיציע אין טשאד קעגן די אויפנאמע פון דער אומגעברענגטער פרעזידענט'ס זון

תגובהדורך אזוי גוט » מיטוואך אפריל 21, 2021 8:59 pm

ווי נעכטן באריכטעט איז דער פרעזידענט פון טשאד אומגעקומען נעכטן, ווען ער האט באזוכט אויפן פראנט, וואו ס'קומען פאר די שלאכטן צווישן רעבעלן און רעגירונג קרעפטן.

דערנאך וואס זיין טאטע איז אומגעקומען, האט 'מוכאמעד דעבי' איבערגענומען די מאכט פון טשאד, דערנאך וואס די מיליטער האט אים אויפגענומען צו שטיין אין שפיץ פון די מיליטערישע קאונסיל, וואס וועט פארפיגן אויף די קומענדיגע וואלן.

ארטיגע אפאזיציע פירער זענען שטארק דערקעגן און פארשפרעכן דאס נישט צו דערלאזן

'מוכאמעד דעבי', דער זון פון דעם פארשטארבענעם פרעזידענט, 'אידריס דעבי', האט געדינט אלס דער הויפט פון די זיכערהייט כוחות אין זיין טאטנ'ס מיליטער.

"די מיליטערישע פליגל אין לאנד זוכט נישט צו פארכאפן די מאכט אין לאנד... אונז פארזיכערן מיר אז די מיטגלידער אין די מיליטערישע קאונסיל גייען איבערגעבן די מאכט פאר דער ערוויילטער פירער, דערנאך וואס ס'קומען פאר די וואלן", זאגט איינער פון די ארטיגע מיליטערישע גענעראלן.
פ"נ

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: אינדאניזיע סובמארין פארשווינדן

תגובהדורך אזוי גוט » מיטוואך אפריל 21, 2021 8:59 pm

א גרויסע זוך-אקציע איז אין קראפט אין די וואסערן נעבן די שטאט באלי, אין אינדאניזיע, דערנאך וואס א סובמארין שיף פון די אינדאניזיער מיליטער איז פארשווינדן געווארן, מיט אירע 53 נעיווי אפיצירן.

דער הויפט פון די אינדאניזיע מיליטערישע כוחות, האט פארארדנט יעדע טייל פון די מיליטער, וואס האט נאר די מעגליכקייט צוצוהעלפן מיטן געפינען די פארלוירענע שיף. אויך האט אינדאניזיע זיך געוואנדן צו אירע שכנים אוסטראליע און סינגאפור, פאר הילף צו געפינען די סובמארין.

די מיליטער האט פארלוירן קאנטאקט מיט די סובמארין שיף נעכטן, בעת וואס די שיף האט דורכגעפירט פראבעס, ארויסשיסנדיג טארפידא מיסלס. די מאנשאפט אויפן שיף זענען געווען ערווארטעט צו אריינררופן אין די מיליטערישע הויפטקווארטיר, צו איבערגעבן פאר די העכערע באאמטע וויאזוי ס'איז אריבער די פראבעס, אבער די רוף איז נישט אנגעקומען.

די פארשווינדונג פונעם מעכטיגן סובמארין שיף ברענגט אראפ די צאל סובמארינען וואס די אינדאניזיע מיליטער פארמאגט פון 5 צו 4.
פ"נ

אוועטאר
שיינער חלום
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

Re:

תגובהדורך שיינער חלום » מיטוואך אפריל 21, 2021 10:01 pm

תנא-קמא האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:וואס מיינט פ"נ
פה נטמן?

אזוי גוט האט געשריבן:א גרויסע זוך-אקציע איז אין קראפט אין די וואסערן נעבן די שטאט באלי, אין אינדאניזיע, דערנאך וואס א סובמארין שיף פון די אינדאניזיער מיליטער איז פארשווינדן געווארן, מיט אירע 53 נעיווי אפיצירן.

דער הויפט פון די אינדאניזיע מיליטערישע כוחות, האט פארארדנט יעדע טייל פון די מיליטער, וואס האט נאר די מעגליכקייט צוצוהעלפן מיטן געפינען די פארלוירענע שיף. אויך האט אינדאניזיע זיך געוואנדן צו אירע שכנים אוסטראליע און סינגאפור, פאר הילף צו געפינען די סובמארין.

די מיליטער האט פארלוירן קאנטאקט מיט די סובמארין שיף נעכטן, בעת וואס די שיף האט דורכגעפירט פראבעס, ארויסשיסנדיג טארפידא מיסלס. די מאנשאפט אויפן שיף זענען געווען ערווארטעט צו אריינררופן אין די מיליטערישע הויפטקווארטיר, צו איבערגעבן פאר די העכערע באאמטע וויאזוי ס'איז אריבער די פראבעס, אבער די רוף איז נישט אנגעקומען.

די פארשווינדונג פונעם מעכטיגן סובמארין שיף ברענגט אראפ די צאל סובמארינען וואס די אינדאניזיע מיליטער פארמאגט פון 5 צו 4.
פ"נ

ניבא ולא ידע מה ניבא
איך וועל ענדערש זיין א "בהמה" פאר'ן "באשעפער" ווי איידער זיין א "מענטש" פאר "בהמות".
?!ARE WE SLEEPWALKING

!!!DEAR BROTHERS AND SISTERS!!! WAKE UP

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג אפריל 23, 2021 11:05 am

א פאליציי אפיציר אין פאריז פראנקרייך איז פאטאל געשטאכן געווארן היינט פרייטאג נאכמיטאג.
די אינצידענט האט פאסירט היינט פרייטאג נאכמיטאג אין די געגענט פון Rambouillet אין דרום-מערב פאריז ווען די פאליציי-פרוי איז געווען אויפן וועג אריין צום פאליציי סטאנציע און א מאן א טוניזיע'ע אפשטאמיגער האט איר געשטאכן אין האלז אריין. פאליציי האט אים דערשאסן און ער איז געשטארבן אין שפיטאל.
די נאמען פון די שטעכער און זיינע מאטיוון זענען נאכנישט קלאר.

בילדער פון די סצענע:

_118171598_ramb.jpg
_118171598_ramb.jpg (127.9 KiB) געזעהן 1134 מאל




2813.jpg
2813.jpg (32.37 KiB) געזעהן 1134 מאל
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 06, 2021 8:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך רוסישע פרינץ » מוצ"ש אפריל 24, 2021 6:50 pm

עירוב תבשילין האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אויב איינער האט געפינען א סובמארין מיט דריי אין פופציג מענטשן דערויף, ביטע אנרופן די אינדאנעזיע רעגירונג. זיי זוכן עס.

לעצט געזען געווארן נישט ווייט פון באַלי.


א בילד פון די סובמארין:

_118142035_gettyimages-456121638-1-1.jpg
_118142035_gettyimages-456121638-1-1.jpg (63.37 KiB) געזעהן 1073 מאל

ארטיגע באאמטע זאגן אז זיי האבן ברוכווארג פונעם שיף, אנדייטענדיג אז ווארשיינליך איז די סובמארין געזינקען אין די טיפענישן.

לאקאלע נעיווי באאמטע זאגן אז די אקסיזשען סופליי אויפן שיף איז געווען גענוג בלויז אויף ביז היינט צופריה.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אפריל 25, 2021 9:54 am

אמווייניגסטענס 82 אומגעקומען ביי א פשיטאל אין באגדאד.

די אינצידענט האט פאסירט ביי די "אִיבְּן חַאטִיבּ" שפיטאל אין די איראק'ע הויפטשטאט ווען אקסיזשען טאנקען האבן אויפגעריסן און געשאפן א פייער.

די פייער האט זיך שנעל פארשפרייט צו די ספעציעלע קאוויד אפטיילונג, וואו ככאטש 82 זענען אומגעקומען און נאך 110 זענען פארוואונדעט געווארן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אפריל 25, 2021 9:57 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אמווייניגסטענס 82 אומגעקומען ביי א פשיטאל אין באגדאד.

ארטיגע פרעמיער מיניסטער מוסטאפא על-חאדימי געמאלדן אן אויספארשונג איבער וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן און רעזולטאטן זענען ערווארטערט נישט שפעטער ווי 24 שטונדן.

ער זאגט אז די אינצידענט איז א פארברעכן און ער ערווארטערט די שולדיגע דערינען זאלן געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פאר זייער פארנאכלעסיגקייט וואס האט געפירט דערצו.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נארמאליזעם » זונטאג אפריל 25, 2021 10:37 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אמווייניגסטענס 82 אומגעקומען ביי א פשיטאל אין באגדאד.

די אינצידענט האט פאסירט ביי די "אִיבְּן חַאטִיבּ" שפיטאל אין די איראק'ע הויפטשטאט ווען אקסיזשען טאנקען האבן אויפגעריסן און געשאפן א פייער.

די פייער האט זיך שנעל פארשפרייט צו די ספעציעלע קאוויד אפטיילונג, וואו ככאטש 82 זענען אומגעקומען און נאך 110 זענען פארוואונדעט געווארן.




אקעי כהאב געזעהן א קליפ וויאזוי די פייער דיפארמענט טוט זייער ארבעט דארט זיי האבן געמאכט א גוטן דזשאב אין אזא הייסע וועטער
יעדער איז געווארן אנגעשפריצט א חוץ די פייער
נארמאליזעם נארמאליזעם צום בורא כל העולמים......

אוועטאר
שאשא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך שאשא » זונטאג אפריל 25, 2021 1:54 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אמווייניגסטענס 82 אומגעקומען ביי א פשיטאל אין באגדאד.

די אינצידענט האט פאסירט ביי די "אִיבְּן חַאטִיבּ" שפיטאל אין די איראק'ע הויפטשטאט ווען אקסיזשען טאנקען האבן אויפגעריסן און געשאפן א פייער.

די פייער האט זיך שנעל פארשפרייט צו די ספעציעלע קאוויד אפטיילונג, וואו ככאטש 82 זענען אומגעקומען און נאך 110 זענען פארוואונדעט געווארן.




אקעי כהאב געזעהן א קליפ וויאזוי די פייער דיפארמענט טוט זייער ארבעט דארט זיי האבן געמאכט א גוטן דזשאב אין אזא הייסע וועטער
יעדער איז געווארן אנגעשפריצט א חוץ די פייער

:lol: :lol:
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג אפריל 25, 2021 3:20 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אמווייניגסטענס 82 אומגעקומען ביי א פשיטאל אין באגדאד.

די אינצידענט האט פאסירט ביי די "אִיבְּן חַאטִיבּ" שפיטאל אין די איראק'ע הויפטשטאט ווען אקסיזשען טאנקען האבן אויפגעריסן און געשאפן א פייער.

די פייער האט זיך שנעל פארשפרייט צו די ספעציעלע קאוויד אפטיילונג, וואו ככאטש 82 זענען אומגעקומען און נאך 110 זענען פארוואונדעט געווארן.




אקעי כהאב געזעהן א קליפ וויאזוי די פייער דיפארמענט טוט זייער ארבעט דארט זיי האבן געמאכט א גוטן דזשאב אין אזא הייסע וועטער
יעדער איז געווארן אנגעשפריצט א חוץ די פייער

ברענג ביטע שיין אהער דאס קליפ׳קלע
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 27, 2021 10:31 am

** אמעריקע שיקט הילף קיין אינדיע
------------------------------------------------------------


**
------------------------------------------------------------
דער אמעריקאנער פרעזידנט, 'דזשאו ביידען', האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש, וואו ער דרוקט אויס מיטלייד מיט די אינדיאנער בירגער, וואס גייען יעצט אריבער א שרעקליכע פאזע אין די קאראנע ווירוס פענדעמיע.

ביידען האט אויך געזאגט, אז ער גייט שיקן וואספארא הילף אינדיע דארף נאר, צו קענען בייקומען די ווירוס, און פארמינערן די ליידן פון די אינדיאנער בירגער.

"פונקט אזויווי אינדיע האט געשיקט הילף קיין אמעריקע, ווען אונזערע שפיטעלער זענען געווען אנגעשטרענגט פריער אין די פענדעמיק. אונז גיימיר העלפן אינדיע ווען זיי דארפן אונזער הילף". שרייבט דער פרעזידענט אויף זיין טוויטער אקאונט.

אמעריקע איז געקומען אונטער היבשע קריטיק, דורך געוויסע וואס זאגן אז ביידען האט געצעגערט צו לאנג בעפארן שיקן הילף פאר אינדיע.

דער אמעריקאנער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, 'דזשעיק סאלעווין', האט זונטאג גערעדט מיט אינדיע באאמטע, און אויסגעארבעט די ערשטע פלענער פאר די הילף וואס קומט צו גיין קיין אינדיע. פון מעדיקל הילף ביז וואקסינען אא"וו.




** מיאנמאר דעמאקראטיע-אקטיוויסטן אויפגעברויזט אויף ארומיגע לענדער
------------------------------------------------------------

דעמאקראטיע פראטעסטירער אין מיאנמאר, זענען אויפגעברויזט אויף לענדער אין מזרח-אזיע, דערנאך וואס דער מיאנמאר דיקטאטור, וואס האט פארכאפט די מאכט מיט געוואלד, דערנאך וואס ער האט ארעסטירט די ערוויילטע רעגירונג, איז אויפגענומען געווארן אין אינדאניזיע ווי א לעגיטימער פירער.

די זיצונג איז פארגעקומען אין 'דזשקארטא', די הויפט-שטאט פון אינדאניזיע, וואו די דרום-אזיע לענדער האבן זיך צוזאמגענומען צו זען וואס מ'קען טון צו ברענגען אן אפשטעל צו די בלוט-פארגיסונגען אין מיאנמאר.

דער מיליטערישער פירער פון מיאנמאר, איז אויפגענומען געווארן ווי א ציוויל-ערוויילטער-פירער, און מ'האט צו אים זיך נישט באנומען ווי א מערדער און בלוט פארגיסער.

היינט זענען פארגעקומען גרויסע פראטעסטן אין די צווייט-גרעסטע שטאט אין לאנד, וואו טויזנטער מאטאר-ביציקלעך האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אריבערצורייזן די שטאט, אין שטיצע פון די פרייהייט-רעגירונג וואס די אפאזיציע האט צוזאמגעשטעלט, אלס א קאנטער-רעגירונג צו די מיליטערישע מאכט אין לאנד.





** פאליטישע כאאס אין סאמאליע
------------------------------------------------------------

די ארעמע און אנארכיסטישע לאנד, סאמאליע, גייט אריבער א פרישע פאליטישע קריזיס, וואס קען בלויז פארשטארקערן די מאכט פון די 'על שאבאב טעראר-גרופע'.

שווערע שיסערייען זענען געהערט געווארן היינט אין די הויפט שטאט 'מוגאדישי', וואו זעלנער, געטריי צו דעם יעצטיגן פרעזידענט, האבן געשאסן אויף אנטי-רעגירונג פראטעסטירער, וואס דרוקן אויס זייער וויי-געשריי, דערנאך וואס פרעזידענט 'מוכאמעד' האט דורכגעפירט א געזעץ וואס געבט אים נאך צוויי יאר אין מאכט, כאטש וואס זיין טערמין איז שוין אויסגעלאפן.

געשרייען ווי "מיר דארפן נישט קיין דיקטאטור" אא"וו, זענען געהערט געווארן אין די ארעמע הויפט-שטאט, ווען טויזנטער מענטשן שלאגן זיך מיט די רעגירונג-קרעפטן.

סאמאליע איז איין שטיק אנארכיע מיט קארופציע. דאס לאנד איז דורכגעפוילט מיט קארופציע. רוב פאליטיקאנטן נעמען געלט פון וואו ס'גייט נאר, און פילן זיך אן די טאשן פון יעדע ווינקל וואו מ'קען מאכן א דאלער. אין רעזולטאט פון דעם האבן די ארטיגע טעראריסטן די מעגליכקייט צו וואקסן אלץ מער. סאמאליע איז טאקע די ארעמסטע לאנד אין אפריקע, אדאנק די קארופציע און טעראריסטישע גרופעס וואס נעסטעווען דארט.
FN
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אפריל 27, 2021 7:43 pm

טשיינע איז ערווארטערט צו מעלדן אז זייער באפעלקערונג איז געפאלן, צום ערשטן מאל זינט 1949.

דאס איז טראץ וואס אין די לעצטערע יארן האט די ארטיגע רעזשים עטוואס נאכגעלאזט פון זייערע שטייפע פאליסיס איבער האבן גרעסערע פאמיליעס.

די ארטיגע צענזוס האט זיך שוין געשלאסן אין דעצעמבער, אבער איז נאכנישט געווארן ארויסגעגעבן - פון קוועלער באקאנט מיט די אינפארמאציע הערט מען אז די באפעלקערונג איז געפאלן צו אונטער 1.4 ביליאן איינוואוינער.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אפריל 27, 2021 8:09 pm

קאירא – דער מערסט-באקאנטער תליין אין עגיפּטן, ביים נאמען כוסעין קוארני, איז געשטארבן. קוארני איז געווען פאראנטווארטליך פאר'ן אויספירן 1,070 הינריכטונגען אין עגיפּטן, וואס ער איז דערפאר אריין אינעם "גינעס וועלט רעקארדס בוך" אלס דער תליין מיט די מערסטע הינריכטונגען אין רעקארדירטע היסטאריע. ער איז געבוירן אין יאר 947' און האט געדינט אין דעם עגיפּטישן מיליטער ביז יאר 967', ווען ער האט זיך אנגעשלאסן אין דעם אינערן מיניסטעריום און אקצעפּטירט דעם דזשאב אלס תליין.
נישט קלאר צי עמיצער האט באוויינט זיין יעצטיגן טויט...

איד דעילי

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מאי 10, 2021 4:29 pm

א שטעכעריי ביי א גראסערי אין דונידין, ניו זילאנד (Dunedin), האט איבערגעלאזט פיר פארוואונדעט, דריי אין א קריטישע צושטאנד.

לאקאלע פאליציי באריכטן אז זיי האבן פארהאלטן א פארשוין אין פארבינדונג מיט די אינצידענט און ער ווערט אויסגעפארשט.

פרעמיער מיניסטער פרוי ארדערן זאגט אז דערווייל איז נישט דא קיין אנדייטונג אז דאס איז פארבינדן מיט טעראריזם.
2048.jpg
2048.jpg (72.27 KiB) געזעהן 509 מאל

אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 06, 2021 8:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך רוסישע פרינץ » מאנטאג מאי 10, 2021 10:17 pm

פראנצויזישע זעלנער זאגן אז ווי ס'זעהט זיי אויס, פארט די לאנד אין ריכטונג פון א פולקאמע ציווילע קריג.

ווי זיי זאגן, זענען זיי סטאנציאנירט אין פארשידענע לענדער ארום דער וועלט, און די צושטאנד אינדערהיים איז זייער ענליך צו דאס וואס מען זעהט אין אנדערע לענדער אין די פריע שטאפלען פון א סאציאלע צוזאם פאל.

דאס קומט נאך וואס פאריגע מאנאט האבן עטליכע רעטייערטע הויכראנגיגע גענעראלן געווארענט ענליכעס.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג מאי 10, 2021 10:19 pm

פארוואס?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג מאי 11, 2021 6:07 pm

א שיסעריי ביי א שולע אין רוסלאנד האט איבערגעלאזט זיבן טויטע.

די שיסעריי האט פאסירט ביי א שולע אין די שטאט קאזאן -ארום 500 מייל מזרח פון די הויפט-שטאט מאסקעווע- ווען א 19 יעריגער האט אריינגעשטורעמט מיט א רעוואלווער און געפענט פייער.

די אינצידענט האט איבערגעלאזט אמווייניגסטענס זיבן טויטע -דערונטער זעקס קינדער און איין לערער- און נאך זעכצן זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל.

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6436
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך eller » דינסטאג מאי 11, 2021 6:33 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א שיסעריי ביי א שולע אין רוסלאנד האט איבערגעלאזט זיבן טויטע.

די שיסעריי האט פאסירט ביי א שולע אין די שטאט קאזאן -ארום 500 מייל מזרח פון די הויפט-שטאט מאסקעווע- ווען א 19 יעריגער האט אריינגעשטורעמט מיט א רעוואלווער און געפענט פייער.

די אינצידענט האט איבערגעלאזט אמווייניגסטענס זיבן טויטע -דערונטער זעקס קינדער און איין לערער- און נאך זעכצן זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל.

גאר שרעקעדיגע קליפס ווי קינדער טאנצען ארויס פון די דריטע שטאק פענסטער
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, א גוטן, א מוח, בלי לחץ, סקאראמוטשי, קוק אויף דיך אליינס, רינדעכיג און 53 געסט