נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

היכי תמצא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך היכי תמצא » מיטוואך מאי 26, 2021 11:19 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:פארוואס?

לגבי דער פראנצויזישער בירגער קריג? לויט ווי איך פארשטיי איז דארטן דא א שטארקע פאשיסט(fascist) פארטיי און אויף די אנדערע זייט איז דא א שטארקע סאציאליסט פארטיי. זיי זענען ביידע זייער פאפולער ביי די בירגער און ס'קומען שוין פאר ווילדע פראטעסטן פון ביידע זייטן פאר די לעצטע צען יאר. דאס איז עס אין קורצן.
זייטיגע נאטיץ
די פאשיסטן האבן אנגעהיצט שרעקליכע אנטיסעמיטיזם, און לויט געוויסע אפשאצונגען האבן צענדליגע טויזענטע אידן ארויס פון פראנקרייך און די לעצטע צען יאר
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם

היכי תמצא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך היכי תמצא » מאנטאג מאי 31, 2021 1:10 pm

באריכט: כינע האט יעצט אפיציעל אראפ גענומען דעם מאנדאט וואס צוימט א משפחה נאר צו האבן איין קינד. אונטער דעם נייעם מאנדאט מעג יעדע משפחה האבן דריי קינדער, נישט מער.
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מאי 31, 2021 7:50 pm

די פאליציי אין פראנקרייך זוכן א שווער באוואפענטע געוועזענע סאלדאט וועלכע האט געעפענט פייער אויף אפיצירן
א' שלח פ״א
ארום 210 אפיצירן מיט 4 העליקאפטערס זיכן ארום אין עטליכע וועלדער נאך די 29-יעריגער פארשוין, וועלכע דרייט זיך מיט אן עלעקטאראנישע קייטל צוליב א פריערדיגע ווילדע אינצידענט. ווי די פאליציי זאגט ווייסט מען אז ער געפונט זיך אין א געגענט פון ארום 4 ביז 5 קילאמעטער גרויס, אבער עס איז שווער אים צו טרעפן וויבאלד עס געפונען זיך דארט וועלדער.
אידיש 24

יעצט ווערט באריכטעט אז פאליציי האבן סוקסעספול באוויזן צו ארעסטירן דעם געפארפולן פארשוין.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מאי 31, 2021 7:52 pm

היכי תמצא האט געשריבן:באריכט: כינע האט יעצט אפיציעל אראפ גענומען דעם מאנדאט וואס צוימט א משפחה נאר צו האבן איין קינד. אונטער דעם נייעם מאנדאט מעג יעדע משפחה האבן דריי קינדער, נישט מער.

די איין קינד מאנדאט איז שוין געווארן אראפגענומען אין 2016 וואס זינט דאן איז שוין ערלויבט צו האבן צוויי קינדער, יעצט האט מען עס געהעכערט צו זיין ערלויבט צו האבן דריי.

היכי תמצא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך היכי תמצא » מאנטאג מאי 31, 2021 8:08 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:באריכט: כינע האט יעצט אפיציעל אראפ גענומען דעם מאנדאט וואס צוימט א משפחה נאר צו האבן איין קינד. אונטער דעם נייעם מאנדאט מעג יעדע משפחה האבן דריי קינדער, נישט מער.

די איין קינד מאנדאט איז שוין געווארן אראפגענומען אין 2016 וואס זינט דאן איז שוין ערלויבט צו האבן צוויי קינדער, יעצט האט מען עס געהעכערט צו זיין ערלויבט צו האבן דריי.

ביסט גערעכט. ש'כח פארן פאריכטן.
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם

היכי תמצא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך היכי תמצא » דאנארשטאג יוני 03, 2021 7:19 pm

בולגאריע - אין אן אינצידענט אין בולגאריע האבן אמעריקאנע קרעפטן געשטורעמט א ציווילע פאבריק. דאס האט פאסירט בשעת א נאטא מיליטערישע טרענירונג איז פארגעקומען אויף א ליידיגע לופטפעלד נאנט צום פאבריק. אמעריקאנער פאראטרופערס האבן זיך אראפ געלאזט מיט פאראשוטן העכער דעם לופטפעלד און פון די לופט האט זיי אויסגעזען אז די ציווילע פאבריק איז א חלק פונעם לופטפעלד. דעריבער האבן זיי איינגעבראכן די טירן פונעם פאבריק מיט הייסע געווער, נאר זיך צו טרעפן מיט צענדליגע ציווילע ארבייטער דערשראקן צום טויט. דער בעל הבית פון דער פאבריק האט אריינגעגעבן א געזעץ-קלאג אין געריכט. קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

דער בולגארישע פרעזידענט איז זייער אויפגעברויזט און ער האט זיך שארף אויסגעדרוקט. זאגנדיג: "עס איז אויסדרוקליך נישט אקצעפטירט צו לייגן די לעבן און רואיגקייט פון בולגארישע בירגער אין געפאר ביי מיליטערישע גרופעס."

דער בעל הבית פון דער פאבריק האט איבערגעגעבן: "זיבען באוואפנטע סאלדאטן זענען אריינגעקומען אין פאבריק צילנדיג זייער געווער אויף די ארבייטער, די ארבייטער האבן געהויבן די הענט אין די לופט, די זעלנער האט זיי באפוילן אויף ענגליש 'זיץ אויפ'ן פלאץ'. די ארבייטער האבן געפאלגט ווייל עס האט זיי שטארק דערשראקן. די סאלדאטן האבן באזוכט איבעראל אויף מיין גאנצן פריוואטע שטח, און קורצן: דאס איז אן אומלעגאלע אינוואזיע אויף א פריוואטע שטח."

די אמעריקאנע מיליטער האט זיך אנטשולדיגט צו דער בולגארישע פרעזידענט און די ארבייטער פון דער פאבריק. די ארמיי האט געזאגט "קיין איין קויל איז נישט געשאסן געווארן בשעת דער גאנצער סומאטוכע".
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יוני 06, 2021 12:00 pm

ס’הערשט גרויס אומזיכערקייט אין פּערו איבער א ראנאף פארמעסט, דער העפטיגסטער אין יארן, אין וועלכן עס לויפט א לינקער טיטשער פּעדרא קאסטילא, א ניי אויפגעכאפּטער פּאליטישער שטערן אין לאנד, קעגן קעיקא פיודזשימארי וועמענ’ס הויפּט אפּיל ביים רעכטן שיכט פון פאלק איז אז איר פאטער איז אלבערטא פיודזשימארי, דער לאנגיעריגער פּרעזידענט וואס שמאכטעט אין תפיסה אויף קארופּציע. די פּאולס האבן שוועריגקייטן דאס פאראויסצוזאגן, אבער זיי טייטלען צו א נאענטן אויסגאנג.

איד דעילי

היכי תמצא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג יוני 06, 2021 4:12 pm

היכי תמצא האט געשריבן:בולגאריע - אין אן אינצידענט אין בולגאריע האבן אמעריקאנע קרעפטן געשטורעמט א ציווילע פאבריק. דאס האט פאסירט בשעת א נאטא מיליטערישע טרענירונג איז פארגעקומען אויף א ליידיגע לופטפעלד נאנט צום פאבריק. אמעריקאנער פאראטרופערס האבן זיך אראפ געלאזט מיט פאראשוטן העכער דעם לופטפעלד און פון די לופט האט זיי אויסגעזען אז די ציווילע פאבריק איז א חלק פונעם לופטפעלד. דעריבער האבן זיי איינגעבראכן די טירן פונעם פאבריק מיט הייסע געווער, נאר זיך צו טרעפן מיט צענדליגע ציווילע ארבייטער דערשראקן צום טויט. דער בעל הבית פון דער פאבריק האט אריינגעגעבן א געזעץ-קלאג אין געריכט. קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

דער בולגארישע פרעזידענט איז זייער אויפגעברויזט און ער האט זיך שארף אויסגעדרוקט. זאגנדיג: "עס איז אויסדרוקליך נישט אקצעפטירט צו לייגן די לעבן און רואיגקייט פון בולגארישע בירגער אין געפאר ביי מיליטערישע גרופעס."

דער בעל הבית פון דער פאבריק האט איבערגעגעבן: "זיבען באוואפנטע סאלדאטן זענען אריינגעקומען אין פאבריק צילנדיג זייער געווער אויף די ארבייטער, די ארבייטער האבן געהויבן די הענט אין די לופט, די זעלנער האט זיי באפוילן אויף ענגליש 'זיץ אויפ'ן פלאץ'. די ארבייטער האבן געפאלגט ווייל עס האט זיי שטארק דערשראקן. די סאלדאטן האבן באזוכט איבעראל אויף מיין גאנצן פריוואטע שטח, און קורצן: דאס איז אן אומלעגאלע אינוואזיע אויף א פריוואטע שטח."

די אמעריקאנע מיליטער האט זיך אנטשולדיגט צו דער בולגארישע פרעזידענט און די ארבייטער פון דער פאבריק. די ארמיי האט געזאגט "קיין איין קויל איז נישט געשאסן געווארן בשעת דער גאנצער סומאטוכע".

בילדער פון די באפאל

Entering.jpg
אריינקומענדיג
Entering.jpg (230.62 KiB) געזעהן 1118 מאל


Hands in air.jpg
הענט אין די לופט
Hands in air.jpg (221.94 KiB) געזעהן 1118 מאל


Sitting obeyed.jpg
ארבייטער זיצט אויפ'ן פלאץ
Sitting obeyed.jpg (398.6 KiB) געזעהן 1118 מאל
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם

היכי תמצא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג יוני 06, 2021 4:15 pm

נאך בילדער

Aimed.jpg
געצילט אויפ'ן ארבייטער
Aimed.jpg (240.35 KiB) געזעהן 1114 מאל


Machine.jpg
באזיכן די מאשינען
Machine.jpg (295.21 KiB) געזעהן 1114 מאל


Machine 2.jpg
באזיכן נאך מאשינען
Machine 2.jpg (326.91 KiB) געזעהן 1114 מאל
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם

היכי תמצא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג יוני 06, 2021 4:17 pm

נאך בילדער

Exiting.jpg
ארויסגייענדיג
Exiting.jpg (301.14 KiB) געזעהן 1110 מאל


Nose down.jpg
מיט אראפגעלאזטע נעזער
Nose down.jpg (304.38 KiB) געזעהן 1110 מאל
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 6136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נקדימון » זונטאג יוני 06, 2021 5:39 pm

160 מענשטן זענען בארבאריש אומגעברענגט געווארן נעכטן דורך איסלאמישע דזשיהאדיסטן און צענדליגער הייזער אפגעברענט צו איר גרינדן. די מאסן שחיטה איז פארגעקומען אין די סאלהאן ווילידזש אין סייהילס יאגא פראווינץ אין דער אפריקאנער לאנד בארגינא פאסא וואס געניצט זיך מיט ניידזשער און מאלי.

---
@ איך האב נישט געזען א נייטראלער ארטיקל מיט א פראנט קאווער סטארי אין די ני"ט צו באוויינען די אומשולדיגע אומגעקומענע.

היכי תמצא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג יוני 06, 2021 6:11 pm

די פראנצויזישע מיליטער האט זיך טאקע ארויסגעצויגן פון מאלי(וואס זיי באשיצן אונטער נארמאלע אומשטענדן) און אפגעשטעלט זייער פאראייניגטע טרענירונג. די ניידזשער רעגירונג איז לעצטנס נאכאמאל אראפגעווארפן געווארן ביי זייער מיליטער, אין מאלי האט די מיליטער אויך דורכגעפירט א פוטש און אראפגעווארפן די ציווילע רעגירונג. פראנקרייך האט פינעף טויזנט טרופן אין דעם סאהעל ראיאן ווי די איסלאמישע גרופעס פרובירן אראפ צו ווארפן די רעגירונגן. די סאהעל ראיאן נעמט אריין חלקים פון די לענדער בארגינא פאסא, ניידזשער, מאלי, מאריטאניע, און טשאד. די פראנצויזישע מיליטער פירט אן "אפעראציע בארכען" מיט'ן ציל אונטערצוברענגען די איסלאמישע גרופעס.
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג יוני 07, 2021 12:08 pm

אומווייניגסטנס 40 זענען אומגעקומען ביי א באן עקסידענט אין פאקיסטאן.
א באן וועלכע איז געפארן אין די "סינדה" פראווינץ איז ארויף געפארן אויף די אנדערע זייט שינעס ווי א 2'טע באן אנגעפילט מיט פאסאזשירן איז געקומען צו פארן, און האט זיך איבערגעדרייט.
רעטונגס באאמטע האבן זאפארט אריינגעפירט די פארוואונדערטע אין שפיטאל ווי צענדליגע געפינען זיך אין א קריטישע צושטאנד.
פריים מיניסטער אימראם קהאן האט רעאגירט צום סצענע און געשיקט טרייסט וואונטשן פאר די באטראפענע.

_118827567_hi067878803-1.jpg
_118827567_hi067878803-1.jpg (265 KiB) געזעהן 933 מאל


_118827570_hi067881009-1.jpg
_118827570_hi067881009-1.jpg (71.31 KiB) געזעהן 933 מאל
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » דינסטאג יוני 08, 2021 10:06 am

די פראנצויזישע פרעזידענט עמאנועל מאקראן וועלכע האט היינט אפגעהאלטן א באזוך אין דרום-מזרח פראנקרייך האט זוכה געווען צו א הילכיגן פראסק (!) פון פארבייגייער ווי יענער האט אים נאכגעשריגן "אראפ מיט מאקראניזם"
אנוועזנדע פאליציי אפיצירן האבן אים זאפארט אראפגעהאלטן און ארעסטירט.
פאליטישע פירער אין פראנקרייך האבן שארף פארדאמט די אטאקע.
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » דינסטאג יוני 08, 2021 10:20 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:די פראנצויזישע פרעזידענט עמאנועל מאקראן וועלכע האט היינט אפגעהאלטן א באזוך אין דרום-מזרח פראנקרייך האט זוכה געווען צו א הילכיגן פראסק (!) פון פארבייגייער ווי יענער האט אים נאכגעשריגן "אראפ מיט מאקראניזם"
אנוועזנדע פאליציי אפיצירן האבן אים זאפארט אראפגעהאלטן און ארעסטירט.
פאליטישע פירער אין פראנקרייך האבן שארף פארדאמט די אטאקע.


image.png
image.png (259.53 KiB) געזעהן 858 מאל
image (1).png
image (1).png (232.72 KiB) געזעהן 858 מאל
image (2).png
image (2).png (276.13 KiB) געזעהן 858 מאל
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג יוני 08, 2021 2:23 pm

א קליפיטשע ביטע
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

987שלום
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 10, 2020 6:44 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך 987שלום » דינסטאג יוני 08, 2021 2:30 pm

maybeeynot האט געשריבן:א קליפיטשע ביטע


https://www.bimmae.com/main/post/a7860f ... db72e93635

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג יוני 08, 2021 2:31 pm

987שלום האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:א קליפיטשע ביטע


https://www.bimmae.com/main/post/a7860f ... db72e93635

ווער קען דראפן אדער דרייווען ?
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
אוראייניקל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג יוני 08, 2021 2:49 pm

maybeeynot האט געשריבן:
987שלום האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:א קליפיטשע ביטע


https://www.bimmae.com/main/post/a7860f ... db72e93635

ווער קען דראפן אדער דרייווען ?

https://drive.google.com/file/d/1z9Dmg4 ... sp=sharing
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

קוק אויף דיך אליינס
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » מיטוואך יוני 09, 2021 10:00 am

א נייע וועלטליכע רעקארד

א פרוי אין דרום אפריקע האט געבוירן 10 קינדער אויף אמאל!

אוועטאר
פארשיקט
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פארשיקט » מיטוואך יוני 09, 2021 10:20 am

אוראייניקל האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
987שלום האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:א קליפיטשע ביטע


https://www.bimmae.com/main/post/a7860f ... db72e93635

ווער קען דראפן אדער דרייווען ?

https://drive.google.com/file/d/1z9Dmg4 ... sp=sharing

נישט קיין שלעכטע פאטש.
האלא, ביסט נארמאל?

היכי תמצא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך היכי תמצא » מיטוואך יוני 09, 2021 3:16 pm

די עף.בי.איי. צוזאמען מיט אנדערע אגענטורן ארום די וועלט, אייראפע, אמעריקע, אוסטראליע, און ניו זילאנד, האבן ארעסטירט אכט הונדערט קרימינאלן אויף איינמאל. זיי האבן דאס באוויזן וויבאלד די עף.בי.איי. האט געהאט צוטריט צו א מעסעדזשינג עפפ וואס קרימינאלן האבן געמיינט איז געהיים.

אין טאטעל זעכצן לענדער, ניין טויזנט פאליציאנטן און אגענטן, אויף זיבן הונדערט לאקאציעס, האבן קאנפיסקירט צוויי און דרייסיג טאן פון אומלעגאלע דראגס, צוויי הונדערט און פופציג וואפן, אכט און פערציג מיליאן דאלער אין פארשידענע וואלוטעס, פופציג אומלעגאלע דראג לעבס און פאבריקן זענען אנדעקט געווארן.

פאר די לעצטע צוויי יאר האבן אינטערנאציאנאלע אגענטורן בכוונה פארשפרייט דעם מעסעדזשינג עפפ צווישן דריי הונדערט קרימינאלע גרופעס אין הונדערט לענדער, א טאטעל פון צוועלף טויזנט פאונס. די גאנצע צייט האט די עפ.בי.איי. און די אנדערע אגענטורן געקענט ליינען אלע מעסעדזשעס.

אוסטראליע האט געמאלדן אז זיי האבן מיט דעם אפגעשטעלט איין און צוואנציג טויט סטראשען, און געראטעוועט א פאמיליע פון פינעף, אויך אפגעהאלטן א מאסן שיסעריי.
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג יוני 10, 2021 10:24 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:די פראנצויזישע פרעזידענט עמאנועל מאקראן וועלכע האט היינט אפגעהאלטן א באזוך אין דרום-מזרח פראנקרייך האט זוכה געווען צו א הילכיגן פראסק (!) פון פארבייגייער ווי יענער האט אים נאכגעשריגן "אראפ מיט מאקראניזם"
אנוועזנדע פאליציי אפיצירן האבן אים זאפארט אראפגעהאלטן און ארעסטירט.
פאליטישע פירער אין פראנקרייך האבן שארף פארדאמט די אטאקע.

פראסעקוטער אין פראנקרייך האבן געאורטיילט פאר דעם שלעגער 18 חדשים טורמע
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

קוק אויף דיך אליינס
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דאנארשטאג יוני 10, 2021 10:31 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:די פראנצויזישע פרעזידענט עמאנועל מאקראן וועלכע האט היינט אפגעהאלטן א באזוך אין דרום-מזרח פראנקרייך האט זוכה געווען צו א הילכיגן פראסק (!) פון פארבייגייער ווי יענער האט אים נאכגעשריגן "אראפ מיט מאקראניזם"
אנוועזנדע פאליציי אפיצירן האבן אים זאפארט אראפגעהאלטן און ארעסטירט.
פאליטישע פירער אין פראנקרייך האבן שארף פארדאמט די אטאקע.

92292 (1).jpeg
92292 (1).jpeg (44.29 KiB) געזעהן 138 מאל

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג יוני 10, 2021 10:59 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:די פראנצויזישע פרעזידענט עמאנועל מאקראן וועלכע האט היינט אפגעהאלטן א באזוך אין דרום-מזרח פראנקרייך האט זוכה געווען צו א הילכיגן פראסק (!) פון פארבייגייער ווי יענער האט אים נאכגעשריגן "אראפ מיט מאקראניזם"
אנוועזנדע פאליציי אפיצירן האבן אים זאפארט אראפגעהאלטן און ארעסטירט.
פאליטישע פירער אין פראנקרייך האבן שארף פארדאמט די אטאקע.

פראסעקוטער אין פראנקרייך האבן געאורטיילט פאר דעם שלעגער 18 חדשים טורמע

אזוי שנעל גייט עס דארט א קאורט ?
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט