נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

קים: צפון קארעא ליידט פון הונגער

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 8:44 am

פּיאנגיענג – ביי א פּארטיי זיצונג האט דער צפון קארעא פירער קים יאנג אן פארגליכן די יעצטיגע פּראבלעמען וואס פּלאגן דאס לאנד צום גרויסן מאסן הונגער וואס האט געפּייניגט דעם צפון קארעא פאלק פאר עטליכע יאר אין די מיטעלע 990'ער יארן. פארשידענע אקטיוויסטן גרופּעס וועלכע מאניטארן דעם צושטאנד אין צפון קארעא זאגן אז זיי זעען נישט קיין צייכענעס פון ממש טויט-הונגער אין דער לעצטער שטיק צייט, אבער קים'ס ווערטער צייגט ווי ערנסט ער באטראכט דעם יעצטיגן צושטאנד.
DYD
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 8:50 am

BEIJING: In a rare admission of the weakness of Chinese coronavirus vaccines, the country's top disease control official says their effectiveness is low and the government is considering mixing them to get a boost
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 9:10 am

BREAKING UPDATE: The Jerusalem Post has learned the Natanz blackout was not an "accident" and the damage is much graver than what Iran is presenting to the public
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 11:29 am

BREAKING UPDATE: Israel Channel 13 citing Western intelligence sources: The Mossad carried out the attack that caused severe damage to the Natanz uranium enrichment facility. Serious damage to the heart of the enrichment project in Iran. Enrichment was halted until further notice
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אפריל 11, 2021 11:33 am

א גרויסן דאנק @תנא קמא פאר דיינע אפדעיטס וואס דו ברענגסט לעצטנס.


אויב עס איז דיר נישט שווער, שרייב עס אין אידיש. אויב יא, לאז עס אזוי.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 2:24 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:א גרויסן דאנק @תנא קמא פאר דיינע אפדעיטס וואס דו ברענגסט לעצטנס.


אויב עס איז דיר נישט שווער, שרייב עס אין אידיש. אויב יא, לאז עס אזוי.

יישר כח פארן דאנקן און פארן הערה.
געווענליך איז מיר שווער.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 2:39 pm

דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען האט היינט אויסגעדרוקט זארג איבער טשיינע'ס אגרעסווע שריט אקעגן טאיוואן

ווען מען האט אים געפרעגט אויב אמעריקא וועט רעאגירט מיליטערישע אין פאל טשיינע נעמט מיליטערישע שריט אין טאיוואן, האט ער זיך אנטזאגט פון געבן א רעאקציע, זאגענדיג, אז די איינציגסטע זאך וואס ער קען זאגן איז אז אמעריקא האט א פארפליכטונג ארויס צו העלפן טאיוואן זיך פארטיידיגן.
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

רעטונג אגענטורן אין כינע ראטעווען פארכאפטע מינע גרעבער

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 5:15 pm

אין די שאנזשין פראווינץ אין כינע, קומט פאר א גרויסע רעטונג אקציע, וואו הילף אגענטורן ראטעווען ארויס פארכאפטע מינע גרעבער. עטליכע פון די ארבייטער זענען שוין ארויסגעשלעפט געווארן, און אנדערע ווארטן נאך ארויסגענומען צו ווערן, ווען עטליכע ארבייטער ווייסט מען נישט וואו זיי זענען.
JP
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re:מאמע מארדעט אירע דריי קינדער

תגובהדורך אזוי גוט » זונטאג אפריל 11, 2021 5:50 pm

שרעקליכע אינצידענט פארגעקומען אין לאס אנדזשעלעס, ווען א מאמע האט אומגעברענגט אירע דריי קליינע קינדער.

די קערפער פון די קינדער, פון דריי, פיר און זעקס חדשים, זענען נעכטן אינדעפרי אפגעפונען געווארן דורך זייער באבע, וואס איז דאן אהיים. די פרוי וואס ווערט באשולדיגט אין די מארד איז ארעסטירט געווארן דורך די ארטיגע פאליציי.
קרעדיט: פיינע נייעס

אוועטאר
הענדימען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אפריל 11, 2021 11:38 pm

שוידערליך

יעדע פאר יאר הערט מען אזא מעשה. א פחד

אזוי גוט האט געשריבן:פון דריי, פיר און זעקס חדשים

מיינסט מסתמא יאר
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אפריל 12, 2021 1:43 am

הענדימען האט געשריבן:שוידערליך

יעדע פאר יאר הערט מען אזא מעשה. א פחד

אזוי גוט האט געשריבן:פון דריי, פיר און זעקס חדשים

מיינסט מסתמא יאר

די לעצטע איז לכאורה חדשים
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
הענדימען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אפריל 12, 2021 1:47 am

maybeeynot האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:שוידערליך

יעדע פאר יאר הערט מען אזא מעשה. א פחד

אזוי גוט האט געשריבן:פון דריי, פיר און זעקס חדשים

מיינסט מסתמא יאר

די לעצטע איז לכאורה חדשים

אה. נישט צוגעלייגט קאפ
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

מעגליכע קלארין אטאקע דורך סיריע רעזשים

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:05 am

דמשק – די גלאבאלע כעמישע וואפנס וואטשדאג גרופּע האט געזאגט נעכטן אז זי האט "היפּש קלארע באווייזן צו גלייבן" אז דער סירישער רעזשים'ס עירפארס האט אראפּגעווארפן א קלארין באמבע אויף א ציוויל-באוואוינטע געגנט אין די רעבעלן-קאנטראלירטע אידליב ראיאן אין פעברואר יאר 18'. די גרופּע זאגט אז קיינער איז נישט אומגעקומען אין דער כעמישער אטאקע, אבער צענדליגער איינוואוינער זענען געלאפן צו לאקאלע שפּיטעלער אין דער נאכט פון פעברואר 4 צו זוכן באהאנדלונג פאר סימפּטאמען וואס זענען קלאר געקומען פון כעמישער פארגיפטיגונג.
DYD
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

זארג: מאפיא דאמינירט איטאליע וואקסין

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:06 am

רוים — אויטאריטעטן אין איטאליע האבן געעפנט אן אויספארשונג צי מאפיא גרופּעס דירעקטירן די לאנד'ס קאראנא וואקסין סופּליי אוועק פון די בירגער וועלכע דארפן עס די וויכטיגסטע, וויבאלד זיי ווילן זיכער מאכן אז זייערע פאמיליע מיטגלידער באקומען עס די ערשטע. "פּאליטיקא" באריכטעט אז אין דרום איטאליע האבן די מאפיאנערישע גרופּעס קאנטראל אויף דער העלט קעיר אינדוסטריע, און די רעגירונג האט יעצט א ליסטע פון ארום טויזנט וועלכע האבן באקומען דעם וואקסין נאך איידער זיי זענען געווען ערלויבט לויט די פארשריפטן.
DYD
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אפריל 18, 2021 12:09 pm

ראאול קאסטרא האט פרייטאג אפּגעטרעטן פון זיין אמט אלס פירער פון דער קאמוניסטישער פּארטיי אין קובא, און דערמיט האט ער אפּגעטרעטן פון דער פירערשאפט, און פּרעזידענט מיגועל דיאז-קאנאל איז ערווארטעט איבערצונעמען.

מיט ראאול'ס אפּטריט איז אפיציעל געקומען צו אן ענדע די עפּאכע פון די קאסטרא פאמיליע'ס הערשאפט אויף קובא, וואס האט זיך אנגעהויבן אין יאר 959' ווען ראאול'ס ברודער פידעל קאסטרא האט געברענגט די קאמוניסטישע רעוואלוציע.


דעילי איד
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אזוי גוט » מאנטאג אפריל 19, 2021 7:31 am

דמשק – סיריע'ס פּארלאמענט ספּיקער האט געמאלדן נעכטן אז עס וועלן פארקומען פּרעזידענט וואלן אין לאנד קומענדיגן מאי 26. די מעלדונג האט געלויטעט אז קאנדידאטן האבן די קומענדיגע צען טעג א געלעגנהייט זיך איינצושרייבן צו לויפן, און אויך אז סירישע בירגער אין אנדערע לענדער וועלן אריינשיקן זייערע שטימען אום מאי 20. מען ערווארט אז די עלעקשאן וועט זיין מערסטנס סימבאליש און דער דיקטאטור באשאר אסאד וועט געווינען – וואס אמעריקע האט שוין געווארנט אז זי וועט נישט אנערקענען די רעזולטאט פון די עלעקשאן.

YID

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אפריל 20, 2021 9:00 am

viewtopic.php?p=2720300#p2720300

נאכן אומקום פונעם פרעזידענט איז די ארטיגע רעגירונג אויפגעלעזט געווארן און די זון פונעם פרעזידענט איז געשטעלט געווארן איבערצונעמען זיין טאטענס אמט. א קורפיו איז געווארן איינגעשטעלט אין לאנד און די גרעניצן זענען פארשלאסן געווארן.

דער זיבן אין דרייסיג יעריגער זון, א פיר שטערן גענעראל אין די ארמיי, וועט פארבלייבן אין אמט פאר די קומענדיגע אכצן מאנאטן, ביז ווען פרישע "פרייע און דעמעקראטישע" וואלן וועלן ווערן אפגעהאלטן צו ערוויילן א נייע פרעזידענט.

דער זון
צוגעלייגטע
EzalBdyVEAMFDaq.jpeg
EzalBdyVEAMFDaq.jpeg (39.9 KiB) געזעהן 650 מאל

אוועטאר
נארמאליזעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נארמאליזעם » דינסטאג אפריל 20, 2021 10:08 am

געפעלט מיר זיין שאל אין אזא הייסע מקום
אפשר וועגן דעם זענען זיי גרייט מיט די ארונות
נארמאליזעם נארמאליזעם צום בורא כל העולמים......

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אפריל 20, 2021 10:30 am

:twisted:

ערענסט גערעדט, ס'איז מן הסתם טאקע געמאכט זיך אפצוקילן.

כזה
https://www.amazon.com/Cooling-Towel-In ... 6031&psc=1

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אפריל 20, 2021 2:46 pm

איראן'ס אויסערן מיניסטעריום האט נעכטן געזאגט אז די איראנער רעגירונג איז אייביג גרייט פאר דיאלאג מיט סאודי אראביע.

דער סטעיטמענט איז געקומען אויף דער אנפראגע וועגן באריכטן אז די צוויי פיינט איראן און סאודי אראביע האבן דורכגעפירט א סעריע געשפּרעכן אין די לעצטערע וואכן מיט'ן ציל אנצואווארימען די דיפּלאמאטישע באציאונגען וואס זענען אפּגעשניטן געווארן אין יאר 16', וואס זינט דאן זענען די צוויי פארמישט אין פארשידענע קאמפן.


דעילי איד
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

קאסטבארע פייער אין דרום-אפריקע אונטער קאנטראל

תגובהדורך אזוי גוט » דינסטאג אפריל 20, 2021 7:51 pm

די גרויסע פייער אין קעיפטאון - דרום-אפריקע, איז היינט געברענגט געווארן אונטער קאנטראל, דערנאך וואס פייערלעשער האבן געארבעט איבערמידליך צו פארלעשן די פלאמען.

ווי באריכטעט נעכטן, האט א פייער זיך שנעל פארשפרייט אין די געגנט פון די באקאנטע טעיביל-מאונטען, און האט פארכאפט ריזיגע שטיקער לאנד און הייזער. אויך איז א גרויס חלק פון די אוניווערזיטעט פון קעיפטאון שטארק געשעדיגט געווארן, און פולע אומשאצבארע, ווערטפולע און היסטארישע חפצים זענען פארברענט געווארן.

א גאר היסטארישע און אלטע ווינט-מיל, וואס איז שוין אין באנוץ פאר מער פון 220 יאר, איז אויך פארברענט געווארן אין די פייער. די ווינט-מיל איז געווען די איינציגסטע פונקציאנירנדע ווינט-מיל אין גאנץ דרום-אפריקע.

די געווענליכע הערליכע פאנאראמע פון קעיפטאון, איז פארשטויבט און פאררייכערט פון די געדעכטע רויעך, וואס קומט נאך ארויס פון די וועלדער און פארברענטע געגנטער, אבער די ארטיגע באאמטע זענען צופרידן אז די פייער איז געברענגט געווארן אונטער זייער קאנטראל, און מ'זעט שוין ווי פייער סטאנציעס ברענגען צוריק זייערע טראקס.
פ"נ

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: פאקיסטאן פארלאמענט וויל מעגליך פארשיקן דער פראנצויזישער אמבאסאדאר

תגובהדורך אזוי גוט » דינסטאג אפריל 20, 2021 7:52 pm

די פאקיסטאנער פארלאמענט גייט אפהאלטן דעבאטעס, אויב זיי זאלן ארויסווארפן פון לאנד דעם פראנצויזישן אמבאסאדאר, דערנאך וואס גרויסע פראטעסטן קומען שוין פאָר פאַר לאנגע חדשים, ווי בירגער פראטעסטירן די פראנצויזישע רעגירונג און ספעציפיש א געוויסע צייטונג און פראפעסער.

ווי אונז האמיר שוין באריכטעט דא עטליכע טעג צוריק, האט דער פראנצויזישער פרעזידענט מיט עטליכע חדשים צוריק אויסגעדרוקט זיין שטיצע פאר א געוויסער פראפעסאר וואס העצט שטארק קעגן דער איסלאמישער גרינדער 'מוכאמעד', ווי אויך פאר א געוויסע צייטונג וואס פאבליצירט שפאטישע קארטונס, אריינגערעכנט פון מוכאמעד.

די קארטונס פון מוכאמעד ווערט געזען דורך פילע מוסלעמענער ווי א חוזק-אטאקע אויף זייער שמייליגער פירער, און די עקסטרעמיסטישע טיילן פון איסלאם זענען גרייט צו פארגיסן בלוט אז די קארטונס זאלן קומען צו אן ענדע.

דערנאך וואס רופן זענען געקומען פון איסלאמישע גייסטליכע האט דער פראנצויזישער פרעזידענט קלארגעשטעלט, אז דעמאקראטיע באדייט, אז יעדער קען האלטן וויאזוי זיין הארץ באגערט, אזוי לאנג ווי מ'אטאקירט נישט פיזיש, אדער מ'העצט נישט פאר קיינע פארברעכנס.

די פראטעסטן אין פאקיסטאן האבן זיך שטארק פארשארפט אין די לעצטע עטליכע וואכן, דערנאך וואס די פאקיסטאנער רעגירונג האט אריינגעזעצט אין טורמע א באקאנטער גייסטליכער, פון אן עקסטרעמיסטישע סעקטע אין פאקיסטאן. די נאכפאלגער פון יענעם אימאם האבן דורכגעפירט ראיאטן פארנט פון די פראנצויזישע אמבאסאדאר, און קעגן די רעגירונג וואס האט איינגעשפארט זייער פירער.

זעענדיג אז די מצב גייט ארויס פון זייער קאנטראל, און אז א ריזן חלק פון די באפעלקערונג איז ביי די מיינונג אז די פראנצויזן באגייען א רעליגיעזער שענדונג פון דער מוסלעמענער גרינדער, האבן זיי אנגעהויבן צו באטראכטן די פרעצידענטלאזע שריט פון פארשיקן אן אמבאסאדאר צוליב רעליגיעזע געפעכטן.
פ"נ

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: נאיינער פון אפריקעס לענגסטע דינענדע פירער אומגעקומען אויפן שלאכט-פעלד

תגובהדורך אזוי גוט » דינסטאג אפריל 20, 2021 7:53 pm

א טאג נאך ער איז דערקלערט געווארן דער זיגער פון די ארטיגע וואלן, איז דער פרעזידענט פון די אפריקאנער לאנד 'טשאד', היינט אינדערפרי אומגעקומען אין צפון טייל פון לאנד, ווען ער איז געגאנגען ארויסווייזן שטיצע פאר זיין מיליטער וואס איז פארמישט אין העפטיגע שלאכטן מיט רעבעלן.

דער פרעזידענט, 'אידריס דעבי', האט געמאכט זיין וועג צו די צפון טייל פון לאנד, נישט ווייט פון די גרעניץ מיט ליביע. דעבי האט ארויסגעשיקט זיין מיליטער א וואך בעפאר, ווען ס'איז פארגעקומען די נאציאנאלע וואלן אין 'טשאד', ווען עטליכע הונדערט רעבעלן זענען באפאלן א מיליטערישע באזע.

די רעבעלן האבן ספעציעל אויסגעוועלט דער טאג פון די וואלן צו דורכפירן א רעוואלוציע, און אראפווארפן דער לאנגיעריגער פירער פון טשאד, וואס רעאגירט שוין דארט פון יאר 1990.

די מיליטער האט אומגעברעגט אזויפיל ווי 300 רעבעלן, און גענומען אין געפענגעניש מער פון הונדערט אויפשטענדלער.

נעכטן איז אידריס דערקלערט געווארן דער זיגער אין די ארטיגע וועלן, און אין די זעלבע צייט האט ער זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין צפון, צו באזוכן די זעלנער אויפן פראנט. ער איז דארט פארכאפט געווארן אין די שלאכטן, און איז אומגעקומען פון די וואונדן וואס ער האט געליטן.

אידריס איז געווען א מערב-וועלט פריינט, און זיי קוקן טאקע נאך מיט זארג וואס די שיקזאל אין טשאד וועט זיין, דערנאך וואס זייערס א לאנגיעריגער פריינד איז טראגיש אומגעקומען.
פ"נ

אוועטאר
נארמאליזעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נארמאליזעם » דינסטאג אפריל 20, 2021 8:05 pm

יש ברירה האט געשריבן::twisted:

ערענסט גערעדט, ס'איז מן הסתם טאקע געמאכט זיך אפצוקילן.

כזה
https://www.amazon.com/Cooling-Towel-In ... 6031&psc=1





שכח פאר דעי לינק
כגיי מיר באקליידן דערמיט
נארמאליזעם נארמאליזעם צום בורא כל העולמים......

אוועטאר
נארמאליזעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נארמאליזעם » דינסטאג אפריל 20, 2021 8:06 pm

אזוי גוט
שכח פאר די נייעס



וואס מיינט פ"נ
פה נטמן?
נארמאליזעם נארמאליזעם צום בורא כל העולמים......


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט