וואס פארדרייט מען א קאפ? אז א סעלפאן סטאר אין הארץ פון בני ברק אנגעפירט דורך א ''היימישע אינגערמאן'' האט פאר ביז אפאר חדשים צוריק פארקויפט ''אפענע סמארטפאונ'ס'', ביז ער האט נעבעך געמוזט נעמען א הכשר (וואס אגב, קאסט עס נישט קיין געלט)?!
זאג, דו האסט שוין א 15 יעריגע בחור אדער מיידעל וואס קען אין איין מינוט קויפן דאס ערגסטע, און נאך אין די סמעטענע פון בני ברק? אפשר איז עס טאקע יא כדאי, אז זי זאל חלילה נישט דארפן גיין קיין תל אביב עס קויפן...
הענדימען האט געשריבן:איך גיי נישט אריינגיין בעובי הקורה אבער אויבנאויף איז אמעריקע (און מעגליך די גאנצע וועלט חוץ ארץ ישראל) א פארלוירענע מערכה אין דעם הינזיכט
הרב הענדי, דו זאגסט גוט. ליידער איז אין א''י שוין אויך א שטיקל פארלוירענע מלחמה. אבער דא רעדט מען פון בני ברק וואס איז די גרעסטע אידישע שטאט אין די וועלט מיט בלויז היימישע אידן, אין אזא פלאץ זאל מען פארקויפן בריש גלי זאכן וואס אלע רבנים פארפירן אז ס'איז די חורבן פונעם דור, איז א שטארקע פירצה.
א ייד פון ארץ ישראל האט געשריבן:זייט מקיים וואס איר חתמ'עט אונטער: לכאורה האט געשריבן: פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
ס'איז א שאד צו פראבירן פארענטפערן טענות פון 'בעלי החנויות', אוודאי וועלן זיי זאגן אז אלס איז אינטרעסען וכדו'. ווען א רב המכשיר נעמט אראפ א הכשר גלייבסטו אויך דעם 'בעל החנות' אז אלס איז בתכלית הכשרות?
אבער אויף איין זאך וועל איך ברענגען א עדות אישית: בעלי חנויות הסלולר מגחכים על הטענה הזאת ואומרים ל'בחדרי חרדים': "כמעט בכל חנות חרדית בעולם יודעים המוכרים כי לא מביאים פלאפונים לא כשרים ללקוחות שמתחת לגיל 18.
אבער וואס זאל מען טאן אז פונקט אזוי איז געווען די מצב און בני ברק ביז יעצט. איך האב דאס אליינס ג'הערט פון א ייד, אז זיין טאכטער וואס איז אלט 15 יאר, האט ג'קויפט א סמארטפאון אין א ג'שעפט וואס געפונט זיך אין צענטער פון בני ברק, וואס ג'הערט צו א היימישן חסידישע יונגערמאן. ב"ה היינט האט שוין די ג'שעפט באקומען א 'הכשר', טאקע צוליב די הפגנות, וואס איז געווען בדרכי נועם [אלעמאל איז אויך דא אפאר יינגלעך וואס שרייען העכער].
אנטשולדיגט ר' 'איד פון ארץ ישראל'
איר האט זייער זייער שלעכט פארשטאנען מיין תגובה, איך בין אויף אייער זייט אינגאנצן 100 פראצענט, איך האב נאר געוואלט צוצייכענען פאר @פנים אז דא מאכן די מחאה אזעלכע קרייזן וואס מאכן נישט געווענליך, ממילא דארף ער נישט האקן דערויף כדרכו בקודש...
לכאורה האט געשריבן: פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
וואס פארדרייט מען א קאפ? אז א סעלפאן סטאר אין הארץ פון בני ברק אנגעפירט דורך א ''היימישע אינגערמאן'' האט פאר ביז אפאר חדשים צוריק פארקויפט ''אפענע סמארטפאונ'ס'', ביז ער האט נעבעך געמוזט נעמען א הכשר (וואס אגב, קאסט עס נישט קיין געלט)?!
זאג, דו האסט שוין א 15 יעריגע בחור אדער מיידעל וואס קען אין איין מינוט קויפן דאס ערגסטע, און נאך אין די סמעטענע פון בני ברק? אפשר איז עס טאקע יא כדאי, אז זי זאל חלילה נישט דארפן גיין קיין תל אביב עס קויפן...
איהר קענט "מסתמא" נישט בני ברק.. בריינגט מיר איין פלאץ אין מרכז פון בני ברק וואס פארקויפט אזעלכע, און מיר גייען מיט אייך צוזאם מוחה זיין. דער געגנט פון בני ברק, איז זייער צושטופט מיט אנדערע פרייע שטעט, און יעדע 15 יעריגע מיידל וואס וויל א סמארטפון קען גיין א וועג פון מקסימום 20 מינוט ביז אינדרויסן פון שטאט און עס קויפן. אין שטאט אליין וועסטו דאס נישט טרעפן.
וואס פארדרייט מען א קאפ? אז א סעלפאן סטאר אין הארץ פון בני ברק אנגעפירט דורך א ''היימישע אינגערמאן'' האט פאר ביז אפאר חדשים צוריק פארקויפט ''אפענע סמארטפאונ'ס'', ביז ער האט נעבעך געמוזט נעמען א הכשר (וואס אגב, קאסט עס נישט קיין געלט)?!
זאג, דו האסט שוין א 15 יעריגע בחור אדער מיידעל וואס קען אין איין מינוט קויפן דאס ערגסטע, און נאך אין די סמעטענע פון בני ברק? אפשר איז עס טאקע יא כדאי, אז זי זאל חלילה נישט דארפן גיין קיין תל אביב עס קויפן...
הענדימען האט געשריבן:איך גיי נישט אריינגיין בעובי הקורה אבער אויבנאויף איז אמעריקע (און מעגליך די גאנצע וועלט חוץ ארץ ישראל) א פארלוירענע מערכה אין דעם הינזיכט
הרב הענדי, דו זאגסט גוט. ליידער איז אין א''י שוין אויך א שטיקל פארלוירענע מלחמה. אבער דא רעדט מען פון בני ברק וואס איז די גרעסטע אידישע שטאט אין די וועלט מיט בלויז היימישע אידן, אין אזא פלאץ זאל מען פארקויפן בריש גלי זאכן וואס אלע רבנים פארפירן אז ס'איז די חורבן פונעם דור, איז א שטארקע פירצה.
נב, אונז האבן זיך שוין פונלאנג נישט באגעגענט דא.
כ'מיין אז מ'רעדמער פון אנדערע זאכן
איך רעד פונעם עצם זאך אז רבנים האבן די קוראדזש און כח צו טוהן
איך ווייס אז מענטשן גלייכן נישט די מחאות, אבער הארכט ביטע אויס.
אין קר"י איז דא א סעלפאן געשעפט וואס פארקויפט אלע כלים, די מציאות איז דאך אז דער עולם דארף עס, טייל לצורך פרנסה און א גרעסערע טייל לביטול פרנסה. מיט עטליכע יאר צוריק איז אנגעקומען צו די אויערן פון הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש ז"ל אז ער פארקויפט לכל מאן דבעי אלע כלים, אריינגערעכנט בחורים און מיידלעך, אלס א לימוד זכות קען זיין דער געשעפטסמאן האט געהאלטן אז יענער גייט עס סייווי האבן זאל איך כאטש מאכן די געלט.
ער האט אנגעהויבן פארפירן און יעדן טאג איז ארויסגעגאנגען א שיירה פון כולל אינגעלייט מוחה זיין, עמטליך איז עס געווען קעגן 'פארקויפן סמארפאונס', אבער ס'איז געווען טיפער ווי דעם, הרב ראבינאוויטש האט אויך געוואוסט אז ער גייט נישט מצליח זיין אויסצורייסן דאס פארקויף, ער האט עס מער געוואלט איינציען.
אסאך האבן געהאט טענות אויף אים, ער האט געזאגט פאר יעדן "קענסט מיר איינשטילן אויב דו וועסט עפעס טון דערצו", לאנג סטארי שארט, כהיום יום פארקויפט נישט דער געשעפט פאר בחורים און מיידלעך.
איך קען נישט די מציאות אין ב"ב, אבער סדנא דארעא חד הוא, ובפרט ווען בחדרי חרדים נעמט א שטעלונג ווייס איך וואו צו שטיין.
פון א וויזניצע קוואל, דאס איז די לשון אין זייער נייעס. לאכן אדער וויינען, כ'ווייס נישט וואס דא גייט פאר:
בהוראת הקודש אחר לחץ העסקנים והרבנים יצאו אברכי הכוללים ובעלי בתים להשתתף בעצרת המחאה שתתקיים אי"ה בשעה 17:45 בראשות גדולי מאורי הדור שליט"א ובראשם עמוד האש ההולך לפני המחנה עטרת ראשנו ונזר תפארתנו מרן רבנו שליט"א
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
פון א וויזניצע קוואל, דאס איז די לשון אין זייער נייעס. לאכן אדער וויינען, כ'ווייס נישט וואס דא גייט פאר:
בהוראת הקודש אחר לחץ העסקנים והרבנים יצאו אברכי הכוללים ובעלי בתים להשתתף בעצרת המחאה שתתקיים אי"ה בשעה 17:45 בראשות גדולי מאורי הדור שליט"א ובראשם עמוד האש ההולך לפני המחנה עטרת ראשנו ונזר תפארתנו מרן רבנו שליט"א
ס'איז זייער פשוט פארוואס זיי שרייבן אזוי, און דאס איז טאקע וואס סטריקוב'ער רבי טוט אויף.
רעדנדיג מיט איינע פון די בני עלי' וואס טוט אין דעם זאגט ער מיר, אז זיי ווילן ארויף גיין צו רבנים און אדמור''ם, און מ'לאזט זיי אפי' נישט אריין (ס'אידאך נישט אזוי פאפעלער פאר א רבי ארויסצוגיין מוחה זיין).
משא''כ ווען סטריקוב'ער רבי גייט ארויף מיז מען אים אריינלאזן, און אזוי קומען זיי אן צו די גרויסע אדמורים וואס יעדער ווייסט דעת קדשם (וואס שטימט נישט אייביג מיט די דעת פון די גבאים..) בנוגע די כלים.
פארשטייט זיך אליין אז די ''וויזניצער נייעס'' ווערט נישט געשריבן דורכן רבין, נאר דורך איינער וואס שעמט זיך אפשר אביסל מיט וואס זיין רבי טוט..
איך ווייס נישט וואס די ענין איז אין דעם פאל אבער דער כלל בלייבט
אויב איז דאס די גאנצע הסבר (וואס איז טיילווייז גערעכט, אז ס'זענען טאקע דא רבנים אין אמעריקע, וואס טאמער וואלטען זיי געוואוינט אין א"י איז גאנץ קלאר אז זיי וואלטען זיך מצטרף געווען צו די מערכות, און אזוי אויך פארקערט, אסאך פון די רבנים אין א"י וואס זענען זיך מצטרף צו די מערכות וואלטען עס נישט געטאן אין אמעריקע, נאר אין א"י איז טאקע די כח פון רבנים שטערקער פון אין אמעריקע, כאטש אז אויך אין דעם הינזיכט פאלט עס מער און מער, און מען קען כמעט זאגען אז א"י איז נאר אונטערשטעליג פון אמעריקע מיט בערך 10-15 יאר ותו לא מידי), דאן דארפסטו כאטש מודה זיין אז די זעלבע ניק'ס וואס שטיצען די מערכות אין א"י דארפען אויך שטיצען די זעלבע סארט מערכות אין אמעריקע, ווייל ס'איז קלאר אז די זעלבע רבנים וואס האלטען פון די מערכות אין א"י האלטען אויך אז אין אמעריקע דארף מען זיך פירען די זעלבע, און דאס איז מיין גאנצע פוינט, אראפצורייסען די טו-פעיסער א. ג. קנאים, וואס זענען קנאים אזוי לאנג ווי ס'רירט נישט אן זייערע טאש און לוקסוס און זייערע סמארטפאון'ס אא"וו.
[בעיני ראיתי ווען די סאטמערע רבי מהרי"י שליט"א איז געקומען צו א"י, האבען זיך די פליישיגע בייכער'דיגע טיפע טאשען געדרייט אינעם שוהל אויף רחוב יואל מיט טעבלעט'ס אין גרויסען, בשעת וואס טאמער זאל זיך איינער דערוואגען ארויסצונעמען אזעלכע כלים דארטען אנדערע צייטען, וואלט מען יענער פארשריגען בשן ועין].
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פון א וויזניצע קוואל, דאס איז די לשון אין זייער נייעס. לאכן אדער וויינען, כ'ווייס נישט וואס דא גייט פאר:
בהוראת הקודש אחר לחץ העסקנים והרבנים יצאו אברכי הכוללים ובעלי בתים להשתתף בעצרת המחאה שתתקיים אי"ה בשעה 17:45 בראשות גדולי מאורי הדור שליט"א ובראשם עמוד האש ההולך לפני המחנה עטרת ראשנו ונזר תפארתנו מרן רבנו שליט"א
טאמער מיינען די עסקנים און/אדער גבאים אז די רבי איז נישט גענוג באהאווענט אין וועלטליכע זאכען, און ער גייט צו קיצוניש, קענען זיי ברענגען צו זיין שטוב אנדערע רבנים און/אדער אנשי חינוך וואס האלטען אנדערש פון סטריקובער רבי שליט"א, וואס זאלען אים פראבירען צו משכנע זיין אויף פארקערט, אבער שרייבען אזא אפיציעלע מודעה אז די רבי ווייסט נישט וואס ס'טוט זיך און ער שלעפט זיך נאר נאך די לחץ העסקנים, איז א בושה וחרפה.
די וויזניצער חסידים וואלטען געמעגט פראבירען אויסצוגעפינען ווער ס'האט מפרסם געווען דער מודעה, און אים מפטר זיין פון זיין גבאות-עסקנות אין וויזניץ, אדער זאל ער מוזען ארויסשטעלען א אפיציעלע התנצלות.
פון א וויזניצע קוואל, דאס איז די לשון אין זייער נייעס. לאכן אדער וויינען, כ'ווייס נישט וואס דא גייט פאר:
בהוראת הקודש אחר לחץ העסקנים והרבנים יצאו אברכי הכוללים ובעלי בתים להשתתף בעצרת המחאה שתתקיים אי"ה בשעה 17:45 בראשות גדולי מאורי הדור שליט"א ובראשם עמוד האש ההולך לפני המחנה עטרת ראשנו ונזר תפארתנו מרן רבנו שליט"א
ס'איז זייער פשוט פארוואס זיי שרייבן אזוי, און דאס איז טאקע וואס סטריקוב'ער רבי טוט אויף.
רעדנדיג מיט איינע פון די בני עלי' וואס טוט אין דעם זאגט ער מיר, אז זיי ווילן ארויף גיין צו רבנים און אדמור''ם, און מ'לאזט זיי אפי' נישט אריין (ס'אידאך נישט אזוי פאפעלער פאר א רבי ארויסצוגיין מוחה זיין).
משא''כ ווען סטריקוב'ער רבי גייט ארויף מיז מען אים אריינלאזן, און אזוי קומען זיי אן צו די גרויסע אדמורים וואס יעדער ווייסט דעת קדשם (וואס שטימט נישט אייביג מיט די דעת פון די גבאים..) בנוגע די כלים.
פארשטייט זיך אליין אז די ''וויזניצער נייעס'' ווערט נישט געשריבן דורכן רבין, נאר דורך איינער וואס שעמט זיך אפשר אביסל מיט וואס זיין רבי טוט..
כ'וועל פראבירן אביסל צו מאכן סדר און די נושא, ווייל ס'זעהט אויס אז א טייל עולם דא פארשטייט נישט אויף וואס איז די מערכה: די יעצטיגע מערכה האט כלל וכלל נישט מיט די גרויסע כלל-ישראל'דיגע מערכה פון די לעצטע צען -פופצן יאר אנקעגן אינטערנעט/סמארטפאונס. ד"מ, אז די היינטיגע מחאה איז נישט געמאכט געווארן אויסצורופן אז מ'טאר נישט נוצן קיין סמ"פ וכדו', נישט דאס איז די פוינט. וואס יא? די מטרה איז איין זאך, אז א סעלפאן געשעפט און בני ברק זאל פארקויפן בלויז כשר'ע סעלפאונס! דהיינו, ס'איז יעדער מודה אז די מצב איז היינט אז ס'זענען דא וואס קויפן א סמ"פ לצרכי פרנסה (אדער נישט), מיט א פילטער (אדער נישט), מיט א היתר פון א רב (אדער נישט). אבער, דאס דארף נישט ליגן קעגן די אויגן ווען א אינגערמאן /בחור גייט אריין אין געשעפט קויפן א פאון, דאס אז דו האסט א היתר פון א רב צו עסן פלייש און די נייין טעג צוליב דיין געזונט צושטאנד, מיינט נאך נישט אז די רעסטאראנט דארף צושטעלן א פליישיגע מעניו... (כ'האב געשריבן א איידעלע משל).
די מצב איז ליידער געווען, אז אין איין געשעפט האט מען פארקויפט אלע מיני סעלפאונס, אריינגערכנט סמ"פ מיט און אן א פילטער, די פארקויפער וואס זענען נישט אלעמאל פון די אויבן-אן-אידן אין בית מדרש, האבן געהאט א עניין צו פארקויפן וואס מער פון די טריפה'נע, וואס אויף דעם מאכן זיי פיהל מאל מער געלט, -פאר ווער עס קען די מארקעט אין א"י. האט זיך געמאכט נישט איין מאל און נישט צען מאל, וואס א שוואכערע בחור/מיידל איז אריין בלויז קויפן א סעלפאן, און ארויס מיט א סמ"פ, נאך וואס יענער איז געטאנצן אויף די מציאה אין אים אריינגעדרייט אין זאק.
און אויף דעם האבן זיך אריינגעווארפן אין מערכה אפאר חסידישע אינגעלייט, און ארום געלאפן פון רב צו רבי, ערקלערט די וויכטיגקייט דערפון, און אריינגעלייגט כוחות עצומים אויף פארשידענע אופנים, און ב"ה אז מ'זעהט פירות, און פון ארום דרייסיג אזעלעכע געשעפטן, האלט מען היינט ביי 5 עקשנים, וואס אויסער זיי זענען אלע סעלפאון געשעפן אין ב"ב אינטער א השגחה אז זיי פארקויפן נאר כשר'ע פאון'ס. (דארפסט וויכטיג א סמ"פ? דיין רב לאזט דיר? זיי דיך ביטע מטריח אין גיי אריבער די גאס קיין רמת גן ויעשה מה שליבו חפץ...)
די מערכה איז אינטער שטיצע פון הגאון אב"ד בני ברק שליט"א, און רוב ככל רבני אין אדמו"רי העיר וואס האבן זיך באטייליגט אין די היינטיגע מחאה (און אין די מחאות פון די פארגאנגענע פאר וואכן), דאס אז ס'זענען דא רבי'ס וואס פאר זייערע גבאים שמעקט נישט אז די רבי זאל ארויסגיין צו א מחאה וואס איז נישט אינטער א פארטיי וכדו' נאר געפירט דורך אפאר יונגעלייט? נו, ב"ה אז ס'זענען נאך דא היינט רבי'ס וואס טוהן וואס זיי האלטן פאר ריכטיג אן זיך צו רעכענען מיט זייטיגע חשבונות...